☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חרידישע רבנים שיקן א בריוו פאר פרעזידענט טראמפ!

חרידישע רבנים שיקן א בריוו פאר פרעזידענט טראמפ!

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14288

גבור חיל » מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:47 pm

· #461311
חרידישע רבנים שיקן א בריוו פאר פרעזידענט טראמפ!
אין א פרישע בריוו וועלכער איז געשיקט געווארן עטליכע חדשים צוריק און איז יעצט פארעפענטליכט געווארן, טוען 13 היימישע רבנים און ראשי ישיבות זיך באדאנקען פאר פרעזידענט טראמפ איבער זיין קאראונע האנדלונג, און שענקן אים טיפע וואונטשן און ברכות.

📎 IMG_20201024_234601_507.jpg

הרב שיף » זונטאג אקטאבער 25, 2020 9:16 am

· #461327
1) איך האב הנאה אז דער בריוו טראגט נישט קיין קעפל, קיין לעדער העד.

2) סאיז א חידוש אז נאר אזוי ווייניג רבנים.

3) איך בין נייגעריג צו עס איז אמת.

ישעיה » זונטאג אקטאבער 25, 2020 9:29 am

· #461328
למעשה איז דער פרעזידענט יעצט גוט צומישט ווער איז דער גרענד ראביי פון סאטמאר

גבור חיל » זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:13 am

· #461329
הרב שיף


3) איך בין נייגעריג צו עס איז אמת.


לויט ווי איך הער, איז די בריוו אראנדזשירט געווארן דורך משה מארגרעטן ער האט שוין גערעדט דערפון עטליכע וואכן צוריק אויף קול מבשר, און עס איז געשיקט געווארן דעמאלטס, מען האט עס נאר יעצט ארויס געלייגט לכבוד די וואלן.

גבור חיל » זונטאג אקטאבער 25, 2020 11:31 am

· #461331
שטעלט זיך ארויס אז מען האט געמאכט צוויי בריוון, ווייל האדמו"ר מבאבוב האט נישט געוואלט אינטערשרייבן צוזאמען מיט האדמו"ר מבאבוב 45, האט מען געמאכט א צווייטע בריוו מיט באבוב 45...

נורא נוראות!

📎 IMG_20201025_112809_249.jpg

יעצט איז די שאלה וועלכער מען האט געגעבן פארן פרעזידענט...

החוקר » זונטאג אקטאבער 25, 2020 11:38 am

· #461332
Re: חרידישע רבנים שיקן א בריוו פאר פרעזידענט טראמפ!
וואס הייסט? די צווייטע אדרעסירט קאומא.

(אויב עס איז אן אמתע בריוו.)

גבור חיל » זונטאג אקטאבער 25, 2020 11:43 am

· #461333
החוקר
וואס הייסט? די צווייטע אדרעסירט קאומא.

(אויב עס איז אן אמתע בריוו.)

גערעכט! נישט באמערקט! באקומען דעם בריוו און עס נישט געהעריג דורך געליינט...

Chasidishmashpia » זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:49 pm

· #461369
התאחדות כנגד זה
התגרות האומות ר"ל
📎 IMG-20201025-WA0027.jpg

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 25, 2020 7:18 pm

· #461400
Re: חרידישע רבנים שיקן א בריוו פאר פרעזידענט טראמפ!
טראמפ שיקט צוריק ברכת קדשו.

מפיל קינד » זונטאג אקטאבער 25, 2020 7:53 pm

· #461406
ישעיה
למעשה איז דער פרעזידענט יעצט גוט צומישט ווער איז דער גרענד ראביי פון סאטמאר

כ'האף ער גייט נישט ארויסנעמען פון דעם בריוו אויף למעשה אז ס'קען זיין צוויי פרעזידענטן...



באבוב 45 האט מען ווי פארשטענדליך אויסגעלאזט אלס מרידה באומות, וויבאלד ער איז זיך משתמש בשרביטו של מלך "פאטאס 45".

מפיל קינד » זונטאג אקטאבער 25, 2020 7:56 pm

· #461407
דער בריוו האט דריי גאר זעלטענע חתימות, באבוב סקווירא און רחמסטריווקא.

פארדעם אליין דארף מען נאך 4 יאר פון טראמפ, ווער וויייסט וואס ס'וועט נאכקומען ביי די 2024 טראמפ קאמפיין.....

מנחם ציון » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 5:22 pm

· #461485
מפיל קינד
דער בריוו האט דריי גאר זעלטענע חתימות, באבוב סקווירא און רחמסטריווקא.

פארדעם אליין דארף מען נאך 4 יאר פון טראמפ, ווער וויייסט וואס ס'וועט נאכקומען ביי די 2024 טראמפ קאמפיין.....

אפשר ווערעצקי מיט שאולזאהן

גראף » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:12 pm

· #461649
Re: חרידישע רבנים שיקן א בריוו פאר פרעזידענט טראמפ!
[ציטאט אראפגענומען]
ממש אזוי? ווער פונטליך, די רבי'ס אדער די חסידים?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

מה בכך » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 10:43 pm

· #461653
[ציטאט אראפגענומען]

פלעין ווייל דעיס איז די בעסטע תירוץ פארוואס סהאט זיך געשלעפט אזוי לאנג...