☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #14281

אשכול אן א טיטל #14281

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14281

— » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:53 pm

· #461075

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:57 pm

· #461076
יא יא, ביידע טורהיים'ס זאגן פאר א געווינס פאר ביידע (טראמפ און ביידען), פאר יעדעם זאגן זיי אנדערש, אזוי איז ער גערעכט.

און דא בייגעלייגט זענען זיינע טיפע חשבונות, איז ער טאקע אזוי נאריש אז ער כאפט נישט אז "טראמפ ינצח את ביידען" איז אויך בגימטריא "ביידען ינצח את טראמפ"... ?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:01 pm

· #461078
ביידע קענען זיין ריכטיג, אפשר אין אפאר הונדערט יאר ארום וועט א געוויסע מענטש מיט'ן נאמען טראמפ באזיגן איינעם מיט'ן נאמען ביידן. א נביאה מוז נישט מקוים ווערן גלייך, די נבואות פון ירמיה זענען מקוים געווארן הונדערטער יארן שפעטער.

אישתישבי » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:47 pm

· #461112
ער פארלירט אז אלע בחורים און קינדער וואס הערן קול מבשר און גלייבן די שטותים וועלען אים האלטען פאר א נביא שקר.

קנדה » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:10 am

· #461118
אישתישבי
ער פארלירט אז אלע בחורים און קינדער וואס הערן קול מבשר און גלייבן די שטותים וועלען אים האלטען פאר א נביא שקר.
ער וועט זאגן די עבירות האבן גורם געווען אדער צופיל מצות

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מפיל קינד » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:47 am

· #461126
טורנהיים איז נישט נאר א קול מבשר סעלעב, ער איז באקאנט אין ארץ ישראל מיט זיינע פונקטליכע פאראויסשאצונגען אויך אויף די דארטיגע וואלן, און ער האט נאך קיינמאל נישט דורכגעפאלן, שוין פאר צוואנציג יאר!

דא האט איר אן ארטיקל פון וואלא פון 6 יאר צוריק, איבער די בחירות אין ארץ ישראל

כבר 16 שנה שהרב מאיר הכהן טורנהיים, חסיד חב"ד מלוד, חוזה את תוצאות הבחירות לכנסת. גם הפעם, בבחירות לכנסת ה-20, בעוד כולם דיברו סביבו על "מהפך" וניצחון מוחץ ל"מחנה הציוני", הוא נשאר בשלו והתעקש שהמנצח הגדול יהיה ראש הממשלה בנימין נתניהו. איך הוא ידע? פשוט מאוד – חיפש ומצא צפנים סודיים בתורה.


מדהים: החרדי שחזה את תוצאות הבחירות לפי סודות התורה

און דאס איז נאך איידער די טראמפ געווינס פון 2016 וואס ער האט בפירוש פאראויס געשאצט, און די בחירות אין ארץ ישראל פון 2019 ווען ער האט געזאגט אז קיין איין קאנדידאט גייט נישט געווינען!

אגב, ער נוצט אויך זיין מהלך מיט בחירות פון אנדערע לענדער, א שטייגער ווי האלאנד און נאך. ער פובליצירט זיינע מהלכים אייביג פאר די וואלן, און מ'האט אים נאך קיינמאל געכאפט ביי א דורכפאל. אלעס איז דאקומענטירט שוין פאר צוואנציג יאר.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:59 am

· #461130
צו סטאקס טויגט ער אויך?

גרעפיקסער » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 9:32 am

· #461145
פאליטיקאנט
ביידע טורהיים'ס זאגן פאר א געווינס פאר ביידע (טראמפ און ביידען),

ס׳דא א היכא תימצא אז ביידע וועלן קענען זאגן אז זיי האבן צוגעטראפן... כ׳האף צום אייבערשטן אז ס׳זאל נישט פאסירן און ס׳זאל זיין שלום און לאנד.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 9:35 am

· #461147
איך קען מיך נאר פארשטעלן וואס וועט זיין ווען ביידען וועט געווינען די פאפולער וואוט און טראמפ וועט געווינען די עלעקטארעל וואוט, ס'וועט זיין ממש א בחינה פון קלו וקלו הבל הבלים. 😂

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:10 pm

· #461171
[ציטאט אראפגענומען]

אויף קו"מ ווען מען פרעגט די שאלה זאגט ער אז ער האט נישט קיין צייט צו נאכקוקן לאטערי נומערן ער איז א פארנומענע מלמד 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:15 pm

· #461172
געפעלט מיר נאר ווי אן עלטערע איד, לכאורה באוואוסטזיניג צום מאמר חז"ל אז מיום שחרב ביהמ"ק ניתנה נבואה לשוטים ולקטנים, קומט ארויף מיט א פרישקייט אלס א פראמינענטער שוטה, נישט סתם א שוטה, אן עקפיריענס שוטה שוין פאר 20 יאר.
ווי קלארער ער האט פארגעזאגט, אלס א גרעסערע שוטה איז ער כפי הקני מדה של חז"ל.
ער זאגט קלאר אז זיין מהלך איז נישט מקוריות'דיג נאר האט דאס זעלבסט בודה געווען מלבו

[ציטאט אראפגענומען]

אויב איז ער ראנג איז ער א טורנהיים אין לוד, זיך מיך...

נומער5 » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:32 pm

· #461219
מנחם ציון
געפעלט מיר נאר ווי אן עלטערע איד, לכאורה באוואוסטזיניג צום מאמר חז"ל אז מיום שחרב ביהמ"ק ניתנה נבואה לשוטים ולקטנים, קומט ארויף מיט א פרישקייט אלס א פראמינענטער שוטה, נישט סתם א שוטה, אן עקפיריענס שוטה שוין פאר 20 יאר.
ווי קלארער ער האט פארגעזאגט, אלס א גרעסערע שוטה איז ער כפי הקני מדה של חז"ל.
ער זאגט קלאר אז זיין מהלך איז נישט מקוריות'דיג נאר האט דאס זעלבסט בודה געווען מלבו

[ציטאט אראפגענומען]

אויב איז ער ראנג איז ער א טורנהיים אין לוד, זיך מיך...

מסתם האט ער עפעס ביזנעס חשבונות. אזויווי ארויסגעבן א בוך "די מאן וואס האט פאראויס געזאגט" ביי מקובל מאיר טורנהיים

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:36 pm

· #461221
מנחם ציון
[ציטאט אראפגענומען]

אויף קו"מ ווען מען פרעגט די שאלה זאגט ער אז ער האט נישט קיין צייט צו נאכקוקן לאטערי נומערן ער איז א פארנומענע מלמד 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

און דער אינטערוויוער האט נישט אויסגעפלאצט?

נומער5 » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:44 pm

· #461223
😉
רביה''ק זי''ע
מנחם ציון
[ציטאט אראפגענומען]

אויף קו"מ ווען מען פרעגט די שאלה זאגט ער אז ער האט נישט קיין צייט צו נאכקוקן לאטערי נומערן ער איז א פארנומענע מלמד 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

און דער אינטערוויוער האט נישט אויסגעפלאצט?

ווער זאל לאכן דרעזנער אדער שמעלצער

קנדה » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:28 pm

· #461228
]יוסף מזרחי פלעגט זיין אויך אויפווייזן תורה מן השמים דורך תורה קאודס פארוואס קוקסטו עס און ווי נביאות עס איז א געוויסע פראגראם איך מיין מען קען עס קויפן און זיכער זיך אויסלערנען צו קענען די תורה קאודס

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

אישתישבי » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 8:33 am

· #461255
געוואלד, ווי איז יאפעד מיט דער קריטיקעל טינקונג? דער אינגער עולם איז דאך אזוי דאם, מען קען זיי איינרעדן א קאץ אין בויך.

הרב שיף » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 8:36 am

· #461256
רביה''ק זי''ע
מנחם ציון
[ציטאט אראפגענומען]

אויף קו"מ ווען מען פרעגט די שאלה זאגט ער אז ער האט נישט קיין צייט צו נאכקוקן לאטערי נומערן ער איז א פארנומענע מלמד 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

און דער אינטערוויוער האט נישט אויסגעפלאצט?

דער אינטערוויוער אויף קול מבשר לאכט נישט אפי' ווען מען מאכט א להדיא'דיגע ווערטל.

גרעפיקסער » פרייטאג אקטאבער 23, 2020 10:12 am

· #461264
הרב שיף
דער אינטערוויוער אויף קול מבשר לאכט נישט אפי' ווען מען מאכט א להדיא'דיגע ווערטל.

טאקע אזוי. און ס׳מיר דעריבער שווער אויסצוהערן, כ׳וואלט מער הנאה געהאט ווען ער לעבט מיט מיט׳ן שמועס.

נומער5 » מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 10:48 pm

· #461309
גרעפיקסער
הרב שיף
דער אינטערוויוער אויף קול מבשר לאכט נישט אפי' ווען מען מאכט א להדיא'דיגע ווערטל.

טאקע אזוי. און ס׳מיר דעריבער שווער אויסצוהערן, כ׳וואלט מער הנאה געהאט ווען ער לעבט מיט מיט׳ן שמועס.

אין די אלגעמיינע וועלט אין די פראפעסיאנאלע איטערוויוען איז רוב מאל די סדר ער פרעגט א קשיא אין לאזט יענעם אויסרעדן אפילו יענער רעדט פאר לאנגע מינוטן אין מען האקט נישט אריין

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 7:53 am

· #461530
[ציטאט אראפגענומען]


מען מוז האבן א באנוצער נאמען. וואס שטייט דארט?

נומער5 » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 11:57 am

· #461544
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס האט מען עס פארמעקט?

מנחם ציון » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 3:41 pm

· #461571
דאס איז וואס איך האב באקומען פון א חבר מיינער. ווי עס שיינט איז דאס געווען אויף אייוועלט

דיסקלעימער: די מעשה האט נישט פאסירט מיט מיר, איך האב נישט נאכגעקוקט אויב די
פסוק שטייט טאקע אין די ערשטע תורה פר' לך לך.

איך היינט באקומען א אישי פון איינעם וואס ער זאגט אז ער שרייבט קיינמאל נישט
אויפ'ן וועלטל און ער בעט אויב איך קען אים צוליב טון און ארויפלייגן וואס האט
פאסירט מיט אים צוויי טעג צוריק. איך לייג עס דא ארויף ככתבו וכלשונו וויאזוי
ער האט מיר עס אריינגעשיקט.


איך בין בעצם זייער א נייגעריגער מענטש, איך ליג נישט אין פאליטיק, אבער יעצט
פאר די פרעזידענט וואלן בין שטארק נייגעריג געווען ווער ס'גייט אריינקומען.

אזויווי די שטארקע ווינט אין די היימישע גאס בין איך שטארק צופרידן פונעם
יעצטיגן פרעזידענט יר"ה, נאכדערצו מיט די אלע טובות וואס ער האט געטוהן פאר
אידן, און איך פלאן בעז"ה ארויסצוגיין פאר אים אלס הכרת הטוב אליינס.

דאס האט מיך געמאכט נאכמער נייגעריג, און איך האב געזוכט רמזים פון הימל וואס
ס'גייט זיך אויסלאזן למעשה, דא דארט האט מען געהערט ווי מענטשן זאגן פאר אהין
און אהער, אבער מענטשן ביי אונז האבן מעורר געווען אז מ'רעדט נישט פון קיין
היימישע מענטשן וואס זענען אינגאנצן מיט די שיטה וואס מ'האט אונז געלערנט אין
סאטמאר, און אז זייער קאפ איז פארדרייט מיט אומריינע השקפות ווער ווייסט צו
מ'קען זיי געטרויען.

און וועגן דעם האב איך געטראכט אז הלואי באקום איך עפעס א הערה פון הימל פון א
"מקור מוסמך", א שטייגער ווי אז איך זאל טרעפן עפעס א רמז אינעם רבינ'ס ספרים,
אדער אז איך זאל חלומ'ן עפעס. איך בין בעצם נישט פון די מענטשן וואס חלומ'ן
אדער וואס גלייבן חלומות, אבער מיין נייגער איז באמת געווען שטארק.

דעם פרייטאג צונאכטס בין איך געגאנגען נאך די סעודה אין בית המדרש אריין, אין
איך האב מיך אראפגעזעצט מיט א דברי יואל וועלנדיג לערנען א שטיקל אויף די פרשה.

איך האב געעפנט דעם דברי יואל, אבער אזויווי מיין חברותא איז נאכנישט דארט
געווען האב איך אראפגעלייגט מיין קאפ אויפ'ן ספר, איינדרימלנדיג זע איך מיך
אין א געפאקטע בית המדרש, ווי דער עולם שאקלט זיך ווי ביי א רבי'שע טיש, איך
גיי אריין טיפער אין בית המדרש זע איך ווי די רבי זי"ע זיצט אויפ'ן אויבן אן!

פליצלונג הער איך נישט מער און נישט ווייניגער די באקאנטע שטימע פון ר' עזריאל
גליק ז"ל ווי ער שרייט אויס "ס'זאל זיין שטיל די רבי גייט זאגן תורה!" איך
שטיי מיט מיינע אויערן אפן צו הערן וואס די רבי גייט זאגן און די רבי הייבט אן
מיט'ן פסוק אין פרשת מקץ (בראשית מ"ב ו') ויוסף הוא השליט הוא המשביר לכל עם
הארץ וגו'.

די רבי האט זיך געשטעלט אויפ'ן כפל הלשון, ס'וואלט דאך געקענט שטיין "ויוסף
השליט" וואס איז די איבריגע "הוא"? האט דער רבי געזאגט אז ס'איז דא אסאך
תירוצים בדרך פשט רמז דרוש און סוד, יעצט וויל ער זאגן איינע פון די פילע
פשטים בדרך סוד וואס איז נוגע אונזער מלכות של חסד!

און ער האט געזאגט אז ס'וועט קומען א צייט וואס אונזער מלכות של חסד וועט זיין
אין א שווערע מצב נאך א מגיפה און א הונגער, וועט דער אייבערשטער שיקן א
פשוט'ע גוי וואס איז שוין אין די רעגירונג נאך מימינו (אזוי האט דער רבי
געזאגט, איך פארשטיי עס נישט) וואס זיין נאמען איז יוסף בידן (דער רבי האט
געזאגט ביידן מיט א צירי אזויווי אונז, אבער בשעת דער רבי האט עס געזאגט האב
איך אין מיין קאפ געזען די ווארט ארויסגעשריבן מיט איין יוד), ער וועט
געווינען מיט א עקסטערע סיעתא דשמיא ממש חוץ לדרך הטבע וואס דער אייבערשטער
גרייט אן צו ראטעווען אונזער מלכות של חסד אין שווערע צייטן.

אויף דעם האט דער רבי געזאגט איז דא א רמז אין די פסוק, ווייל "הוא" במספר קטן
איז זיין משפחה נאמען "בידן". "ויוסף הוא השליט - יוסף בידן וועט זיין דער
שליט"

און דער רבי האט אויסגעפירט מיט א סימן צו זען אז אויב איינער קומט אריין מיט
א עקסטערע סיעתא דשמיא די ראטעווען דאס לאנד פון א באלדיגע סכנה, אז ביי
אזאלכע פעלער באקומט ער 26 פון די מדינות כנגד שם הוי"ה (צו ווייזן אויף אן
עקסטערע שמירה עליונה וואס מיר האבן, כמובן - דאס האט דער רבי נישט געזאגט),
און דאס איז נאר געשען צוויי מאל ביז היינט, איין מאל ווען אויף איין זייט איז
געשטאנען א שד, און איין מאל ווען ס'געווען א סכנה פון אן דריטע וועלט קריג
וואס דאס האט עס אפגעשטעלט, און יעצט גייט עס געשען נאכאמאל.


איך האב מיך אויפגעכאפט באגאסן מיט א קאלטע שווייס, און איך טראכט צו מיר "איז
דעס געווען עכט"? "האב איך יעצט געהאט אזא אפענע גילו"? כ'האב עס נישט געקענט
גלייבן, און נאכמער אינטרעסאנט איז געווען אז לויט די זייגער האט די גאנצע
דרימל געדויערט נאר דריי מינוט!

אבער הערט וואס איך יעצט באמערקט: נישט מער און נישט ווייניגער, די בלאט און
דברי יואל וואו איך בין איינגעשלאפן (דארט האט זיך עס אויפגעמישט פערצופאל -
שוין גארנישט קיין צופאל..) איז געווען ממש אנהייב פרשת לך לך, (דף רי דברי
יואל ח"א אויף בראשית), און נישט מער און נישט ווייניגער אויף יענעם זייט
ברענגט די רבי דעם פסוק ויוסף הוא השליט פון פרשת מקץ!

אזויווי איך פלעג אלס לאכן ווען מענטשן פארציילן אזאלכע זאכן שעם איך מיך עס
ארויסצוקומען מיט די מעשה ברבים, אבער זייט וויסן אז ס'איז עכט! כ'האב עס ממש
געזען קלאר, און ס'קלינגט מיר נאך אין די אויערן!

וועגן דעם שיק איך אייך די מעשה און איר קענט עס מפרסם זיין לזיכוי הרבים.

הצלחה רבה.

מנחם ציון » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 3:42 pm

· #461572
און דאס איז איינעמ'ס רעאקציע.... 😃 😃


איך גלייב עס נישט!!!

איך האב די נאכט גע'חלומ'ט ממש די זעלבע זאך, נאר פון רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע.

כ'האב מיך געטראפן ביים טיש ליל שבת, און משה גבאי האט געוויזן די באקאנטע תנועה מיט די הענט אז ס'זאל זיין שטיל.

דער רבי זי"ע האט דאן אנגעהויבן במתק לשונו מיט די פסוק "הלעיטינו נא מן האדום האדום הזה", האט ער געפרעגט וואס איז די דאפלט לשון, האדום האדום צוויי מאל?

האט רביה"ק זי"ע געזאגט אז ס'וועט קומען א צייט ווען ס'גייט זיין צוויי מאל רויט, א רויטער פרעזידענט גייט צוויי מאל געווינען. און דורכדעם וועט יעקב אבינו וואס איז מרומז אויף כלל ישראל קענען געווינען די בכורה, און נהנה זיין פון די מלכות של חסד.

ווי נאר כ'האב מיר ערוועקט איז שוין געווען לעכטיג אינדרויסן, וואס איז מיר געווען א סימן אז משיח גייט קומען תיכף נאך טראמפ'ס ווידערוויילונג, און ס'וועט זיין אור חדש על ציון תאיר.

היכי דמי » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 3:44 pm

· #461573
ווי לאזט איי וועלט צו אזא ליצנות?

הרב שיף » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 3:55 pm

· #461574
איך האלט נאך פאר'ן חלומ'ען איך דארף נאך דיסיידען עטליכע נקודות.

1) מיט וועמען זאל איך חלומען בעל דברי יואל אדער ברך משה. [דעם רבה"ק זי"ע קען חלומ'ען אליינ'ס און עס שריייבען אליינ'ס].

2)אויף וועמען זאל זיין די רמז, אויף טראמפ אדער ביידען.

פאליטיקאנט » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 4:09 pm

· #461577
ממש יעצט בשעת'ן ליינען דעם אשכול איינגעדרימלט און איך האב געחלומ'ט ווי רב יהונתן אייבשיץ מיט ר' יעקב מעמדין זאגן מיר אז עס איז צייט די וועלט זאל זיך פאראייניגן און מאכן שלום (לדעתי האט דאס געמיינט אז זייער שלום איז משפיע פארן וועלט), און דערפאר גייט די ליבערטעריען קאנדידאט געווינען.

איך האב זיי געפרעגט פארוואס זיי זענען עס מגלה דווקא פאר מיך?, אבער זיי האבן בלויז צוריקגעשמייכלט ליבליך און פארשווינדן געווארן.


דיסקלעימער: איך בין בכלל נישט אזא מין מענטש און איך גלייב נישט בדרך כלל אזוינע זאכן, אבער דא איז עס אמת! ביטע פארשפרייטן פאר 10 מענטשן....

גרעפיקסער » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 4:21 pm

· #461582
😂 😂 😂 😂 😂
דאס איז אלץ מיין ריאקציע צו די לעצט פאר תגובות...
למעשה; פ״וו נעמען א שטעלונג, בקרוב העמיר געוואור ווערן יא אמת צו נישט אמת.

cictim » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 11:12 pm

· #461608
שטותים פון שאולזאן:
משמשו של הרב חיים קנייבסקי מספר כי הבוקר קם בזעזוע באמרו שאליהו התגלה לו בחלום ואמר כי הקורונה באה כדי לכפר על עוון הזלזול ביתומים ואלמנות, וכי עד שלא יפסק הדבר- לא ימצא חיסון
אמיתי לחלוטין, הרב הוסיף שכל המפיץ טקסט זה לא יחלה בקורונה, ואם כבר חלה- יקירו לא יחלו.

פאליטיקאנט » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 11:43 pm

· #461610
סתירה.

ער זאגט ווי לאנג מ'גייט נישט פאררעכטן די זלזול ביתומים גייט נישט זיין קיין חיסון, אבער ווער עס שיקט ארום דעם טעקסט גייט זיין אימיונד?

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 2:59 am

· #461617
הייסט ער רעקאמענדירט צו נוצן טעקסט?

הרב שיף » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 1:21 pm

· #461625
שמעקעדיג
הייסט ער רעקאמענדירט צו נוצן טעקסט?

נאר "לצורך" אדער לצורך ארומשיקען די מעסידזש, [וההיתר מוגבל לעשרה אנשים דייקא]. אדער לצורך קופת העיר, פיקוח נפש דוחה אלעס] אדער לצורך מסירה [שמשום הוראת שעה לאור המצב בלע"ז הותרה].

יואליש » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 10:05 am

· #461663
מנחם ציון
און דאס איז איינעמ'ס רעאקציע.... 😃 😃


איך גלייב עס נישט!!!

איך האב די נאכט גע'חלומ'ט ממש די זעלבע זאך, נאר פון רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע.

כ'האב מיך געטראפן ביים טיש ליל שבת, און משה גבאי האט געוויזן די באקאנטע תנועה מיט די הענט אז ס'זאל זיין שטיל.

דער רבי זי"ע האט דאן אנגעהויבן במתק לשונו מיט די פסוק "הלעיטינו נא מן האדום האדום הזה", האט ער געפרעגט וואס איז די דאפלט לשון, האדום האדום צוויי מאל?

האט רביה"ק זי"ע געזאגט אז ס'וועט קומען א צייט ווען ס'גייט זיין צוויי מאל רויט, א רויטער פרעזידענט גייט צוויי מאל געווינען. און דורכדעם וועט יעקב אבינו וואס איז מרומז אויף כלל ישראל קענען געווינען די בכורה, און נהנה זיין פון די מלכות של חסד.

ווי נאר כ'האב מיר ערוועקט איז שוין געווען לעכטיג אינדרויסן, וואס איז מיר געווען א סימן אז משיח גייט קומען תיכף נאך טראמפ'ס ווידערוויילונג, און ס'וועט זיין אור חדש על ציון תאיר.


עד שבא זשאו ביידן און פארענטפערט אז האדום האדום די טאפעלט לשון איז בלויז גערעדט ווי איינער וואס שטאלפערט.

כ'האב געוואלט שרייען נאאאא, מ'רעדט נישט אזוי, אבער כ'האב זיך פון חלום אויפגעכאפט.

לעצם הענין, דאס מגלה זיין נביאות'ער פאראויס קאן חלילה ברענגן חורבנות ביי די אינגווארג אויב מעשה שטן וועט זיך ארויסשטעלן אנדערש. מיר ברויכן וויסן אז ראה ראיתי, שתי ראיות, ולא ראי זה כראי זה, וואס ס'שפילט זיך אפ פאר אונזער פליישיגע אויגן קאן זיין אן אחיזת עינים און א נסיון פאר כלל ישראל. סיי וויאזוי די אויסגאנג שטעלט זיך אויס אויף די מגושם'דיגע עלעקשאנס ברויך מען וויסן אז אליבא דאמת איז דא בלויז איין מציאות און דארט איז דאנאלד טראפ דער משיח השם. אויב מיר וועלן זוכה זיין דאס צו זעהן עין בעין אדער נישט איז געוואנדן אין אונזער עבודה. ויהי רצון מיר זאלן זיין פון די וועלכע טראמפ וועט ווייזן מיט די פינגער.

כלבאשבוע » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 10:41 am

· #461665
עצה טובה קא משמע לן:

Mental health reminder: Many of us are emotionally and mentally invested in a certain result. Only one candidate can win. Have a plan to take care of yourself in the days after if it’s not your candidate.

<a class="postlink" href="https://twitter.com/bcuban/status/1321084251022962690?s=21">https://twitter.com/bcuban/status/13210 ... 62690?s=21</a>

פאליטיקאנט » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2020 6:20 pm

· #462179
עס איז דא קלארע באווייזן אז עס איז אונטערגעשטעלט געווארן א פאלשע חומש פאר הרב טורנהיים..... [emoji1]

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2020 6:51 pm

· #462183
ס'איז אויך דא קלארע באווייזן אז אונז אלע האבן פאלשע חומשים.

פאליטיקאנט » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2020 9:03 pm

· #462188
דער הערט נישט אויף.......

קנדה » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2020 9:11 pm

· #462189
איינער זאגט מיך שבת אז טורנהיים גייט זיך טוישן זיין נאמען
איך זאג איך קען אים צוגעבן א נאמען.

מפיל קינד » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2020 9:18 pm

· #462190
איך הער אז ביידן פארלאנגט א ריקאונט אויף טורנהיים'ס חשבונות.

טראמפ פלאנט צו רופן טורנהיים אלס עדות אין סופרים קארט.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2020 9:33 pm

· #462191
פאליטיקאנט
דער הערט נישט אויף.......

אמונה דארף מען האלטן אין איין חזר'ן, אז נישט קען מען חלילה נשפע פון די כופרים וואס גלייבן נישט חז"ל השם ירחם.

מנחם ציון » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 3:02 pm

· #462272
טראמפ האט פארדאנירט דעם ער"ש טויזענטער הערינג פישלעך וואס זענען געווען גרייט צו פארענדיגן זייער יונגן לעבן דעם שבת אינדערפרי

אונטער חכם » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 1:29 pm

· #462325
די גוי'שע טורנהיימס געבן נאך נישט אויף.

<a class="postlink" href="https://www.rightwingwatch.org/post/firmly-in-trumps-camp-charisma-pushes-fraud-charges-and-prophesies-of-second-term/">https://www.rightwingwatch.org/post/fir ... cond-term/</a>