☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #14278

אשכול אן א טיטל #14278

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14278

— » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:42 pm

· #461003

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:06 pm

· #461011
אין די היימישע געגנטער גייען מייסנטס גוים מיט מאסקעס און נאר די אידן נישט, וועגן דעם באקומט מען אזא איינדרוק כאילו ס'איז אידן יא גוים נישט, אין אנדערע געגנטער איז אבער נישט אזוי, ס'איז אינטערעסאנט טאקע פארוואס.

קאצקע ציקער » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:22 pm

· #461012
געווען לעצטענס אין א סטאר אין pa און זיי האבן מיר געזאגט אז א מאסקע איז אפשינעל

מנחם ציון » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:42 pm

· #461014
א גרוס פון מיינס א נאנטן וואס איז איצט געווען אין פלארידע (ווייס נישט גענוי וועלכע געגנט) מאסקעס איז נישן צום האבן

נאך איינער, א חבר וואס האט געוויילט ראש השנה אין קליוולאנד זאגט מיר, אז די מאסקעס האבן זיך אפגעטוהן פון פאר זיינע אויגן ווי נאר ער איז אראפ פון פליגער, און זיי האבן זיך צוריקגעקערט ווי נאר ער איז צוריק ארויף

קנדה » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 3:32 pm

· #461019
דאס איז ווייטער אין אמעריקע ווי די פרעזידענט פון אמעריקע איז ממש א חסיד טרעף מיר ערגעץ אנדערש פון אמעריקע

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מנחם ציון » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 3:46 pm

· #461020
ווילסט א גרוס פון זימבאבוועי?
קוקט נישט אויס ווי איך וועל האבן א קאנטאקט דארט אין די ניער פיוטשער

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:41 pm

· #461042
מי לנו גדול ווי די מחבר פונעם ווירוס אליין. אין כינע מעג מען שוין גיין אן מאסקעס זייט אױגוסט.


<a class="postlink" href="https://www.reuters.com/article/us-health-coronavirus-beijing-masks/beijing-says-residents-can-go-mask-free-as-china-covid-cases-hit-new-lows-idUSKBN25H0H8">https://www.reuters.com/article/us-heal ... SKBN25H0H8</a>

מנחם ציון » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:10 pm

· #461069
זאג, דו ווארסט אויף א זאכליכע תירוץ? א לאנד ווי די מגיפה גייט אן און מען טוט נישט גארנישט?
אין בעלארוס און אין בעלזא

תרומה » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:11 pm

· #461080
בראשית רבה סג, ו
"וַיִּתְרֹצֲצוּ הַבָּנִים בְּקִרְבָּהּ" וכו'
ריש לקיש אמר, זה מתיר ציוויו של זה, וזה מתיר ציוויו של זה...

תרומה » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:15 pm

· #461084
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=jruLRgHSotQ">https://www.youtube.com/watch?v=jruLRgHSotQ</a>

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=KdslB0cpmWY">https://www.youtube.com/watch?v=KdslB0cpmWY</a>

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:38 pm

· #461085
איך בין געווען אין כמה וכמה סטעיטס דא אין אמעריקע, אין די לעצטע פאר חדשים, ספעציעל אין די שטאטן וואס האבן דאן געהאלטן ביי פיעק.
איז אזוי, אין די אורבאן שטעט, ס'הייסט אין די גרעסערע סיטיס גייען מענטשן, אידן ווי נישט אידן מיט מאסקעס, ווידעראום אין די סאב-אורבן'ס און אין די רוראלס גייט קיינער נישט מיט א מאסקע, און נישט נאר דאס, נאר כ'געדענק כ'בין אריין אין א גאז סטאנציע און כ'האב פארגעסן מיין מאסקע אין קאר און כ'האב מיך אנטשולדיגט פאר די באאמטע, האבן זיי געלאכט פון מיר און מיר געזאגט אז ס'אינטערעסירט קיינעם נישט דא.

קנדה » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:28 pm

· #461108
מנחם ציון
זאג, דו ווארסט אויף א זאכליכע תירוץ? א לאנד ווי די מגיפה גייט אן און מען טוט נישט גארנישט?
אין בעלארוס און אין בעלזא
www.bmj.com › content › bmj
Web results
Covid-19: How does Belarus have one of the lowest deaths rate

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:25 am

· #461121
קריינא דאיגרתא
נאכאמאל, איך רעד נישט דווקא פון מאסקס. אין די רורעל ערטער מאכט מען יעצט גרויסע חתונות אן קיין שום באגרעניצונגען??
די סיבה פארוואס איך ברענג מאסקעס איז ווייל דאס איז א אפענע זאך וואס יעדער זעהט, אבער איה"נ איך מיין על הכלל כולו יצא, אין רוב שטעט גיבט די המון עם נישט קיין ריק פארן גאנצן קאוויד, ממש נאר אין די גרעסערע סיטיס, און דארט אויך נאר אויס מורא פאר געלט קנס.

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:23 pm

· #461164
קנדה
מנחם ציון
זאג, דו ווארסט אויף א זאכליכע תירוץ? א לאנד ווי די מגיפה גייט אן און מען טוט נישט גארנישט?
אין בעלארוס און אין בעלזא
www.bmj.com › content › bmj
Web results
Covid-19: How does Belarus have one of the lowest deaths rate

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

זיי האבן א נידעריגע טויט ראטע אזויווי לוקאשענקא האט געזיגט אין די וואלן

אונטער חכם » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:01 pm

· #461226
דער גאלדענער אדלער
איך בין געווען אין כמה וכמה סטעיטס דא אין אמעריקע, אין די לעצטע פאר חדשים, ספעציעל אין די שטאטן וואס האבן דאן געהאלטן ביי פיעק.
איז אזוי, אין די אורבאן שטעט, ס'הייסט אין די גרעסערע סיטיס גייען מענטשן, אידן ווי נישט אידן מיט מאסקעס, ווידעראום אין די סאב-אורבן'ס און אין די רוראלס גייט קיינער נישט מיט א מאסקע, און נישט נאר דאס, נאר כ'געדענק כ'בין אריין אין א גאז סטאנציע און כ'האב פארגעסן מיין מאסקע אין קאר און כ'האב מיך אנטשולדיגט פאר די באאמטע, האבן זיי געלאכט פון מיר און מיר געזאגט אז ס'אינטערעסירט קיינעם נישט דא.
מסתמא נאר אין אנדערע סטעיטס, איך בין געווען פאריגע וואך אויפן טראוועי, אין א רעסט עריע א שעה נאך אלבאני האט מען נאך געשריגן קולות פארן אריינקומען אן א מאסק.

קען זיין נאר אויף חסידים שרייט מען.

קנדה » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:25 pm

· #461227
מנחם ציון
קנדה
מנחם ציון
זאג, דו ווארסט אויף א זאכליכע תירוץ? א לאנד ווי די מגיפה גייט אן און מען טוט נישט גארנישט?
אין בעלארוס און אין בעלזא
www.bmj.com › content › bmj
Web results
Covid-19: How does Belarus have one of the lowest deaths rate

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

זיי האבן א נידעריגע טויט ראטע אזויווי לוקאשענקא האט געזיגט אין די וואלן
ווייל זיי האבן אסאך בעטן אים שפיטעלער אסאך מער ווי אנדערע לענדער

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:49 pm

· #461231
אונטער חכם
דער גאלדענער אדלער
איך בין געווען אין כמה וכמה סטעיטס דא אין אמעריקע, אין די לעצטע פאר חדשים, ספעציעל אין די שטאטן וואס האבן דאן געהאלטן ביי פיעק.
איז אזוי, אין די אורבאן שטעט, ס'הייסט אין די גרעסערע סיטיס גייען מענטשן, אידן ווי נישט אידן מיט מאסקעס, ווידעראום אין די סאב-אורבן'ס און אין די רוראלס גייט קיינער נישט מיט א מאסקע, און נישט נאר דאס, נאר כ'געדענק כ'בין אריין אין א גאז סטאנציע און כ'האב פארגעסן מיין מאסקע אין קאר און כ'האב מיך אנטשולדיגט פאר די באאמטע, האבן זיי געלאכט פון מיר און מיר געזאגט אז ס'אינטערעסירט קיינעם נישט דא.
מסתמא נאר אין אנדערע סטעיטס, איך בין געווען פאריגע וואך אויפן טראוועי, אין א רעסט עריע א שעה נאך אלבאני האט מען נאך געשריגן קולות פארן אריינקומען אן א מאסק.

קען זיין נאר אויף חסידים שרייט מען.
אין צפון זייט פון ניו יארק ביזטו גערעכט, אבער ס'האט גאנץ קנאפ צו טוהן מיט קאוויד, ס'ענדערש צוליב אנטיסעמיטיזם, ניו יארק ספעציעל די אויבערשטע טייל איז ספעציעל געבענטשט געווארן מיט אנטיסעמיטיזם, פארוואס ווייס איך נישט.
איך האב שוין געהאט די זכי' צו ווערן נאכגעשריגן אין ניו יארק עטליכע מאל, נאך לאנג פאר קאוויד. און איך האב שוין ג'טרעוועלט אין רוב אמעריקאנער סטעיטס, און כ'בין היפש אויפן ראוד, און כ'קען דיר זאגן מיט א פולע מויל, אז אין כמעט גאנץ אמעריקע ווי כ'בין נאר געווען, האט מיך קיינער נישט נאכגעשריגן, חוץ עפעס מאל מיט יארן צוריק, אויך נישט נאכגעשריגן נאר מיר געזאגט אז כ'גיי אנגעטוהן פאני, אבער חוץ פון דעם האב איך קיינמאל נישט געהאט קיין שום אנטיסעמיטישע אנפאל, חוץ אין ניו יארק.

און די פריינטליכקייט וואס די מיד-וועסט אדער דרום שטאטן ווייזן ארויס פאר א איד קען מען מן הסתם נישט געפונען אין גאנץ אמעריקע, ווי למשל, קאנטאקי, טענעסי, ועוד

איך אויך » מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 10:36 pm

· #461305
יעצט מאכסטו אונז נייגעריג וואס דו טוהסט פאר פרנסה (אדער אינטערטעינמענט).

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:32 pm

· #461310
איך אויך
יעצט מאכסטו אונז נייגעריג וואס דו טוהסט פאר פרנסה (אדער אינטערטעינמענט).
צו וועמען רעדסטו?

איך אויך » מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:48 pm

· #461312
צו דיר.

גראף » זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:30 am

· #461322
אסאך געגנטער אפסטעיט זענען אפשטאמיגער פון דייטשן און האבן טאקע דייטשע נעמען און זענען נאך געבליבן מיט דער אידן האס אפילו זיי האבן נאך קיינמאל געזען א איד פאר די אויגן.

ערגעץ האב איך אמאל געליינט וואו אין א געגנט גאר ווייט ארויף אין די boondocks פון ניו יארק איז נישט צו באוואוינט אבער זיי האבן דארט א טורמע און די טורמע וועכטער זענען דייטשע אפשטאמיגער מיט דייטשע נעמען און פון די בילדער זעהן זיי אויס אזוי ווי נאציס. הכלל זיי זענען יארן לאנג אן געגאנגען מיט געפערליכע פיינוגען און פארברעכנס קעגן שווארצע בעיקר אבער עס האט גענומען יארן ממש ביז לעצטענס אז די סטעיט זאל זיך אריין מישן. למעשה האבן זיי נישט פארמשפט די רשעים וואס ס'קומט זיך זיי אזוי ווי די אלטע סאוט ראסיסטן האבן אויס געלעבט די יארן און אן קיין דין וחשבון.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:37 am

· #461323
גראף
אסאך געגנטער אפסטעיט האבן טאקע דייטשע נעמען און זענען נאך געבליבן מיט דער אידן האס אפילו זיי האבן נאך קיינמאל געזען א איד פאר די אויגן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ס'האט מיר פארציילט א חבר מיינער וואס האט געקויפט א הייזקע אין סאפערן ניו יארק, און ער איז צוריק געגאנגען די דידס פונעם ערשטן קונה, און ס'שטייט קלאר ארויס אינעם דיד אז מ'טטר עס נישט פארקויפן פאר היבס אדער ניגראוס

גראף » זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:41 am

· #461324
יא. לעצטענס געווען באשריבן ערגעץ (אין דער איד?) די זעלבע זאך איז פאר געגאנגן אין לאנג איילענד פאר/נאך די צווייטע וועלט מלחמה וואו מען האט נישט געמעגט פארקויפן פאר א איד.

אין לאנג איילענד האב איך געזען א סקול ווי הונדרעטער יונגע סטודענטס פארלאזן די בנין און איך האב נישט געזען קיין איין איינציגסטער שווארצער אדער ברוינער דארט. מסתם איז יענץ נישט די איינציגסטער.
בד''א דאס מיינט נישט אז זיי זענען ראסיסטען נאר דאס איז עפעס וואס אבאמא האט געטון מיט צושטעלן דירות אפשר דורך פראגראמס אדער דורך א געזעץ פאר שחורים דייקא אין ווייסע געגנטער/סובארבס. און טראמפ האט דאס ארויס געזאגט אין פובליק פאר זיינע סובערבען וואוטערס אז בלמ מיט אנטיפא זענען נישט אן געקומען ווייל ער האט עס אפגעשטעלט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

תרומה » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:38 am

· #470167
אין ווילי האט מען שוין פארגעסן פון קאוויד תש''פ

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 11:34 am

· #470172
תרומה
אין ווילי האט מען שוין פארגעסן פון קאוויד תש''פ

אין 'פלארידע', 'טעקסאס', 'טענעסי', און אין נאך עטליכע סטעיטס, האט מען שוין אויך לאנג פארגעסן פון די איבערגעבלאזענע זוי גערופענע מגפה.

היכי דמי » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 11:51 am

· #470173
אלע צוזאמען
תרומה
אין ווילי האט מען שוין פארגעסן פון קאוויד תש''פ

אין 'פלארידע', 'טעקסאס', 'טענעסי', און אין נאך עטליכע סטעיטס, האט מען שוין אויך לאנג פארגעסן פון די איבערגעבלאזענע זוי גערופענע מגפה.


נישט ממש, א גרויס חלק פון די באפעלקערונג פון די סטעיטעס האלטן זיך נאך צו די מאסקעס און סאשעל דיסטינסינג.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 2:31 pm

· #470183
ווייל איינער איז געווען אין א געגנד אין פלארידע אדער טעקסאס און געזעהן מענטשן אן מאסקעס קען מען נאכנישט מאכן א כלל, אין מיין עקספיריענס איז יעדע געגנד אנדערש, ס׳איז ווי א פרעמדער זאל אריינפאלן אין וויליאמסבורג און דערנאך גיין אויסרופן אז ״אין ניו יארק האט מען שוין פארגעסן פון קאראנעוויירוס״.

תרומה » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:22 pm

· #470195
רביה''ק זי''ע
ווייל איינער איז געווען אין א געגנד אין פלארידע אדער טעקסאס און געזעהן מענטשן אן מאסקעס קען מען נאכנישט מאכן א כלל, אין מיין עקספיריענס איז יעדע געגנד אנדערש, ס׳איז ווי א פרעמדער זאל אריינפאלן אין וויליאמסבורג און דערנאך גיין אויסרופן אז ״אין ניו יארק האט מען שוין פארגעסן פון קאראנעוויירוס״.

איך האב געמיינט 'די היימישע ווילי' דאס מיינט אויך גרעיטער ניו יורק

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:35 pm

· #470220
היכי דמי
אלע צוזאמען
תרומה
אין ווילי האט מען שוין פארגעסן פון קאוויד תש''פ

אין 'פלארידע', 'טעקסאס', 'טענעסי', און אין נאך עטליכע סטעיטס, האט מען שוין אויך לאנג פארגעסן פון די איבערגעבלאזענע זוי גערופענע מגפה.


נישט ממש, א גרויס חלק פון די באפעלקערונג פון די סטעיטעס האלטן זיך נאך צו די מאסקעס און סאשעל דיסטינסינג.

אין 'וויליאמסבורג' קענסטו נאך אויך טרעפן מאסקעס, כ'האב גערעדט ווי דער געזעץ איז אז מ'פארלאנגט גארנישט.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 10:54 pm

· #470227
איינער זאגט מיר אז ער איז געווען די וואך אין א רעגירונג'ס אפיס אין פלארידע און זיי זענען געווען זייער שטרענג מיט די מאסקעס פונקט ווי אין ניו יארק.

תרומה » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:11 pm

· #470295
א דאקטאר [א לינקער] האט מיר געזאגט, אז ס'איז אין פלאן אנצוהאלטן די רעגולאציעס ביז 2024

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:09 pm

· #470311
תרומה
א דאקטאר [א לינקער] האט מיר געזאגט, אז ס'איז אין פלאן אנצוהאלטן די רעגולאציעס ביז 2024


ווייל דאן וועט זיך האפנטליך טוישן די אדמיניסטראציע..

אונטער חכם » מאנטאג אפריל 19, 2021 12:38 pm

· #470636
יעצט געזען גאר אן אינטערעסאנטע סטאדי, וואס קען אביסל מסביר זיין פארוואס ביי אונז טוט מען גארנישט וועגן די וויירוס.
<a class="postlink" href="https://www.brookings.edu/research/how-misinformation-is-distorting-covid-policies-and-behaviors/">https://www.brookings.edu/research/how- ... behaviors/</a>


די סטאדי ווייזט אז מער ווי האלב "רעפובליקאנער" מיינען אז האספיטאליזאציע ראטעס זענען כאטש צען צוואנציג מאל אזוי שלעכט ווי זיי זענען באמת, און "רעפובליקאנער" שאצן איבער די שעדליכקייט פונעם וויירוס פאר יונגע מענטשן אויף א ראטע פון %7000-%1300, מיט דעמאקראטן זענען די נאמבערס נאך ערגער.

אין אנדערע ווערטער, די אלע קאוויד ווייאלעישאנס, און אנטי לאקדאון מאוומענטס, קומט פון א פאלק וואס מיינט אז קאוויד איז צענדליגער מאל אזוי שלעכט ווי עס איז באמת, שטעל דיך פאר ווען אמעריקאנער ווייסן ווען באמת ווי שעדליך קאוויד איז, וואלטן זיי זיך ווארשיינליך אויפגעפירט פונקט ווי אונז, אדער נאך ערגער.

תרומה » מאנטאג אפריל 19, 2021 2:51 pm

· #470666
ר' אלימלך זאגט אז א געוואוינהייט ווערט נאך פערציג טעג, און איך בין זייער בייז פארוואס די מאסקעס זענען שוין געווארן א אייביגע געוואוינהייט אין די וועלט.

הלוואי וואלט מען געברויכט עסן קאקאש-קעיק צוליב דעם...

הקטן » דאנערשטאג יוני 17, 2021 12:07 pm

· #475904
a-group-of-parents-sent-their-kids-face-masks-to-a-lab-for-analysis-heres-what-they-found

איר פרעגט וואס זאגן די עקספערטען???
די עקספערטן זאגן קינדער זאלן גיין מיט מאסק'ס!!!