☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאראנא

חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאראנא

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14276

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:54 am

· #460968
קריינא דאיגרתא
ווי באקאנט איז אין די חרדישע וועלט און בפרט אין די חסידישע וועלט דא אינגאנצען א אנדערע צוגאנג צו די מגיפה פון די גאנצע דרויסנדיגע וועלט. אין די צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז דא חילוקי דעות ווי ווייט מ'דארף זיך היטן און וואס מ'דארף טוהן (צב"ש לאקדאונ'ס, פארשפארן געשעפטן, מאסקעס, וכו' וכו') איז אבער כו"ע מודי אז עפעס דארף מען טוהן. זיכער נישט מאכן גרויסע אסיפות אינדארס, זיכער אז מ'דארף זיך זייפן די האנט, זיכער אז ס'איז נישט גוט צו געבן די האנט כסדר, און זיכער נישט זיך צאמקומען געשטיפט נאכאמאל און נאכאמאל כאילו ס'עקזיסטירט נישט קיין מגיפה.

דאס איז איבעראל אזוי, מהודו ועד כוש, פון נוא זילאנד ביז טעקסאס, חוץ אין די חסידישע וועלט ווי ס'איז כאילו ס'איז בכלל נישט דא קיין מגיפה און עולם כמנהגו נוהג. מ'דארף גארנישט טוהן.

עה, נישט ממש, כ'בין לעצטנס געווען אין א געגנד אין די סטעיטס, די נייטלייף גייט אן מיט'ן פולן טעמפאו, כמעט וואס מ'זעהט נישט קיין מאסקעס..

הוגה » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:00 pm

· #460972
קאסוב'ער רבי
סאסוב'ער רבי פון א"י
מאכנובקא בעלזא רבי
נאוואמינסקער רבי ז"ל
רבי אברהם שארר
רבי יואל אשר לאבין
אדמו"ר מגור

צפור בודד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:36 pm

· #461001
Re: חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאר
באבוב 45?
קלויזנבורג אמעריקא?

איך שטעל א פראגע צייכן ווייל ס'איז מפי השמיעה

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:38 pm

· #461002
קריינא דאיגרתא
קאסובער רבי פון ב"פ איז ביי די ערשטע כוואליע געווען פון די שכל'דיגע. אבער איך מיין אז ביי די יעצטיגע כוואליע איז ער פינקט ווי אלע. טוהט גארנישט.

ס'איז נישט קלאר אז א קליינע רבי ווי דער קאסובער קען טוהן עפעס אליינס אין דער יעצטיגער מצב. ממילא אז רובא דרובא עולם פייפט זיך אן האט ער נישט קיין ברירה. אזוי עכ"פ האבן מיר געזאגט עטליכע אנדערע אין דער מצב וואס האבן בערך די זעלבע מהלך.

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:42 pm

· #461044
ליובאוויטשער רבי שליט"א.

דער דארפסמאן » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:09 pm

· #461052
צפור בודד
באבוב 45?
קלויזנבורג אמעריקא?

איך שטעל א פראגע צייכן ווייל ס'איז מפי השמיעה

קלויזעבורג אמעריקע איז שוין אנגעשפארט פון דריי חדשים פאר קראנא

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:15 pm

· #461053
Re: חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאר
ביים ערשטן זענן אלע געווען פארשפארט, אפילו ל"ג בעומר, ניין?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מנחם ציון » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:00 pm

· #461067
איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 9:10 pm

· #461087
Re: חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאר
מנחם ציון
איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך
און די היפאקריטיע פון זיך באשיצן אבער לאזן די חסידים אויף הפקר?

אלא מאי, ס'מוז זיין דאס זענען העכער ענינים!

קומזיץ » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:24 pm

· #461093
יעדער איינער וואס איז ווייטער מרביץ תורה און העלפט ארויס יודן בגשמיות וברחניות

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:54 pm

· #461096
מנחם ציון
איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך

דו כאפסט נישט וויאזוי דער רבי קוקט עס אן, דער רבי פארשטייט בכלל נישט וואס א נארמאלע פארשטענדליכער מענטש האט צו זוכן ביי איהם, ער קוקט אן די חסידים וואס שטופן זיך ארום איהם ווי א באנדע נאראנים וואס דארפן צוקומען צו איהם זיי צו האלטן אויפ'ן דרך הישר אז זיי זאלן נישט ווערן קיין גענגסטערס און דראג-עדדיקטס. מענטשן כאפן באמת נישט וויאזוי רבנים קוקן אן די זאך, איך האב אמאל געפרעגט א געוויסע רב אפאר פון מיינע קשיות, פארשטייט זיך אז אין אנפאנג האט ער מיר פרובירט דוחה זיין בקש, ווען ס'נישט געגאנגען האט ער זיך צולאכט, פארשטייסט דאך יא אן עסק, זאגט ער מיר, דו כאפסט נישט אליינס אז דאס איז אלעס סתם צו האלטן דעם עולם אין די קאטשעניו? ער האט באמת נישט געקענט פארשטיין וויאזוי אזא קלוגע מענטש ווי איך קען בכלל גלייבן אין די זאכן. ווען איך בין שפעטער צוריקגעקומען מיט נאך קשיות איז ער שוין געווארן בייז אויף מיר, ער האט געמיינט אז איך טראלל סתם ארום מיט איהם... אזוי פשוט איז עס ביי איהם אז ס'איז אלעס שטותים.

מילא אז זיינע חסידים פילן אז זייער זיך קלאמערן ארום איהם איז זיי וויכטיגער פון סאושעל דיסטענסינג זאל זיין אזוי, די קלוגע מענטשן קומען דאך ממילא נישט, ער איז דאך יא א נארמאלע פארשטענדליכער מענטש, פארוואס דארף ער ליידן וועגן זייער פערדישקייט?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:22 pm

· #461106
אז דו בעטסט אזוי שיין וועל איך ענטפערן צום נושא, רבנים בכלליות האבן געוויסע אייגענשאפטן וואס איך רעספעקטיר און אנדערע אייגענשאפטן וואס איך רעספעקטיר נישט, די קאראונע סומאטוכע האט גארנישט געטוישט מיין מיינונג איבער זיי. די אייגענשאפטן וואס האט זיי געפירט יא אדער נישט איינהאלטן די תקנות האבן זיי שוין געהאט פון פריער אויך, ס'האט זיך גארנישט געטוישט וועגן די קאראונע.

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 6:53 am

· #461133
רביה''ק זי''ע
מנחם ציון
איך קען נישט פארשטיין די שטאקיגע פערדעריי וואס מען זעהט ביי מאנכע אין אר"י, א שטייגער ווי ביי מאדזשיצער רבי, צאנזער רבי
ער לייגט א גלאז פארנט פון זיך, ארום אים שטייט א געפאקטע שוהל, ביי זיינע צוויי זייטן איז אפן, אבער ער איז באשיצט. אמער, ער האט טאך א גלאז פארנט פון זיך

דו כאפסט נישט וויאזוי דער רבי קוקט עס אן, דער רבי פארשטייט בכלל נישט וואס א נארמאלע פארשטענדליכער מענטש האט צו זוכן ביי איהם, ער קוקט אן די חסידים וואס שטופן זיך ארום איהם ווי א באנדע נאראנים וואס דארפן צוקומען צו איהם זיי צו האלטן אויפ'ן דרך הישר אז זיי זאלן נישט ווערן קיין גענגסטערס און דראג-עדדיקטס. מענטשן כאפן באמת נישט וויאזוי רבנים קוקן אן די זאך, איך האב אמאל געפרעגט א געוויסע רב אפאר פון מיינע קשיות, פארשטייט זיך אז אין אנפאנג האט ער מיר פרובירט דוחה זיין בקש, ווען ס'נישט געגאנגען האט ער זיך צולאכט, פארשטייסט דאך יא אן עסק, זאגט ער מיר, דו כאפסט נישט אליינס אז דאס איז אלעס סתם צו האלטן דעם עולם אין די קאטשעניו? ער האט באמת נישט געקענט פארשטיין וויאזוי אזא קלוגע מענטש ווי איך קען בכלל גלייבן אין די זאכן. ווען איך בין שפעטער צוריקגעקומען מיט נאך קשיות איז ער שוין געווארן בייז אויף מיר, ער האט געמיינט אז איך טראלל סתם ארום מיט איהם... אזוי פשוט איז עס ביי איהם אז ס'איז אלעס שטותים.

מילא אז זיינע חסידים פילן אז זייער זיך קלאמערן ארום איהם איז זיי וויכטיגער פון סאושעל דיסטענסינג זאל זיין אזוי, די קלוגע מענטשן קומען דאך ממילא נישט, ער איז דאך יא א נארמאלע פארשטענדליכער מענטש, פארוואס דארף ער ליידן וועגן זייער פערדישקייט?


רביה"ק, די זעהסט דאס ווי א באוואוסטזיין החלטה ביי די אלע רבי'ס? אדער דאס איז זייער געפיל און ווילן זיך נישט זעהן דערמיט קלאר.

תפארת » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 7:58 am

· #461135
.

תפארת » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 8:00 am

· #461136
איר קענט אפשר טוישן דער קעפל פונעם אשכול ווייל לויט דער קעפל פונעם אשכול וועל איך שרייבן אז איך רעספעקטיר נאך קאראנא
(כ"ה אדמו"ר מבעלזא שליט"א) ואתו עמו רוב חסידישע רביס ורבנים וואס מאכן זיך נישט צו טוען פון אלע סארט קליינע השתדלותן (גרויסע איז עס זיכער נישט זה יוכיח וזה יוכיח (עי' באשכול הקאראנא) וואס איז מוטל בספק אויס ס' העפלט בכלל אויפ'ן חשבון פון סגירת בתי מדרשות וישיבות און גרמת חולי הנפש און כמה אנדערע פראבלעמן וואס ס' האט זיך ארויסגעוויזן... (ואכ"מ)
אבער מה נאמר ומה נדבר בטלה דעתי אצל רוב חברי הק"ש וואס האלטן אז הרב מוצפי מיט דער סטאלינער זיי ווייסן ממש צו טוען דער ריכטיגע זאך אויף זיי האב איך אויף וואס צו ארויפקוקן מה שא"כ דער בעלזער, וואס איז גאר דער רוצח (גיי ווייס פארוואס... ווייל אין בעלזא איז דא 8 טויטע פון קאראנא און אין גער איז דא דער זעלבע אפי' זיי האבן טאפעלט חסידים... אבער יא אבער ניין)

איך מעק אויס דער גאנצע תגובה [עכ"פ דער ערשטע האלב זיכער] אויב מ' טוישט די קעפל פון דער אשכול כאמור...

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 9:00 am

· #461139
חסידישער_ספקן
רביה"ק, די זעהסט דאס ווי א באוואוסטזיין החלטה ביי די אלע רבי'ס? אדער דאס איז זייער געפיל און ווילן זיך נישט זעהן דערמיט קלאר.

איך מיין אז ס'איז א ברייטע ספעקטרום, ס'דא וואס זענען מער באוואוסטזיניג דערצו און ס'דא וואס ווייניגער, ס'ווענדט זיך אין וויפיל self awareness דער מענטש האט בכלליות, מ'האט שוין אמאל דא ארומגערעדט דערוועגן. די אופן הנהגה פון רביס, און אופן הפסק פון רבנים ווענדט זיך זייער שטארק אין ווי באוואוסטזיניג זיי זענען דערצו. און בכלל איז ארויסהאבן דעם נקודה א גרויסע שליסל צו פארשטיין וויאזוי רבנות ארבעט, איינמאל מ'האט דאס ארויס פאלן אוועק כמעט אלע קשיות וואס דער עולם דא האט אויף רבנים אין אלגעמיין.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 11:14 am

· #461158
Re: חרדישע רבי'ס און רבנים וואס כ'קען נאך רעספעקטירן נאך קאר
א חסיד פון ווילנא
ביים ערשטן זענן אלע געווען פארשפארט, אפילו ל"ג בעומר, ניין?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
קיינער האט אויף דעים נישט גענטפערט
איז אמת א ביים ערשטן פאזע זענן אלע (רובו ככולו) געווען פארשפארט? סא וואס איז די טענה יעצט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מושב לצים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:26 pm

· #461173

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:36 pm

· #461174
תפארת
(גיי ווייס פארוואס... ווייל אין בעלזא איז דא 8 טויטע פון קאראנא און אין גער איז דא דער זעלבע אפי' זיי האבן טאפעלט חסידים... אבער יא אבער ניין)


זאגסט טאך גוט גור וואלט געדארפט האבן אסאך מער זיי זענען דאך טאפלט אזוי גרויס אלא מאי צוליב זייער זהירות האבן זיי די זעלבע ווי די קלענערע בעלזא

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:52 pm

· #461176
מושב לצים

ווילאנג ס'איז מורי ורבי רעספעקטירסטו אים אפילו ער זאל בועל זיין אן ארמית אויפן ארון קודש פאר כל נדרי

מושב לצים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:55 pm

· #461177
מנחם ציון
מושב לצים

ווילאנג ס'איז מורי ורבי רעספעקטירסטו אים אפילו ער זאל בועל זיין אן ארמית אויפן ארון קודש פאר כל נדרי

דו עוכר ישראל, נידריגע יונג, וואס דיין תאוה האט נישט קיין ברעג. ווי טיף ליגסטו אין זנות אז דו וואגסט דיך צו עפענען דיין שמוציג פיסק קעגן א שר וקדוש בישראל

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:59 pm

· #461178
מושב לצים
מנחם ציון
מושב לצים

ווילאנג ס'איז מורי ורבי רעספעקטירסטו אים אפילו ער זאל בועל זיין אן ארמית אויפן ארון קודש פאר כל נדרי

דו עוכר ישראל, נידריגע יונג, וואס דיין תאוה האט נישט קיין ברעג. ווי טיף ליגסטו אין זנות אז דו וואגסט דיך צו עפענען דיין שמוציג פיסק קעגן א שר וקדוש בישראל

וויזוי האט נאר געהייסן דעי רובין די מקלל?

תפארת » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 3:13 pm

· #461182
מנחם ציון
תפארת
(גיי ווייס פארוואס... ווייל אין בעלזא איז דא 8 טויטע פון קאראנא און אין גער איז דא דער זעלבע אפי' זיי האבן טאפעלט חסידים... אבער יא אבער ניין)


זאגסט טאך גוט גור וואלט געדארפט האבן אסאך מער זיי זענען דאך טאפלט אזוי גרויס אלא מאי צוליב זייער זהירות האבן זיי די זעלבע ווי די קלענערע בעלזא

איך האב סתם געשאסן איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל טויטע ס' דא ביי ביידע און איך ווייס נישט וויפיל מער האט גער ווי בעלזא אזוי ווי כהאב צו געענדיגט אבער יא אבער ניין... אבער קיין קלארע סטאטיסטיקס איז זיכער נישט דא און פון א חילוק פון אפאר טויטע קענסטו זיכער נישט מאכן קיין חשבונות [והראי' למשל דא אין בארא פארק איז בעלזא (לדוגמא גארנישט געמיינט בעלזא בעצם) מסתמא דער צווייטע-דריטע גרעסטע קהילה און דאכט זיך ס' איז נישט געוועהן קיין איין (אפשר רייז איבער דער ניינציג) טויטע מה שא"כ פון אנדערע קהילות]
ובשלמא ווען אין בעלזא זענען דא עטליכע צוואנציג דרייסיג טויטע און אין גור איז דא זעקס טויטע קענסטו מוכיח זיין אבער היות אויף אזוי ווייט ווייס איך בבירור אז ס' איז נישט אזוי במילא אין להוכיח כלום (ואין כאן מקומו באשכול הזה להאריך).

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 5:16 pm

· #461202
א בעלזא חסיד האט מיר געזאגט בשם דער רב אז ער האלט אז די וואס דארפען שטארבן זאלען שטארבן.

נומער5 » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:42 pm

· #461222
מען קען רעספעקטירן יעדע רב אדער רבי וואס האט געזאגט איני יודע פרעג אנדערע. ווייל ער איז א בנש"ק מאכט אים נאכנישט קיין אנפעקשנס דיזיז עקספערט

איך אויך » מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 10:03 pm

· #461299
אישתישבי
א בעלזא חסיד האט מיר געזאגט בשם דער רב אז ער האלט אז די וואס דארפען שטארבן זאלען שטארבן.

יא ער האט עס אויסגערופן אויף די מייק נאך זיין טעליכע פוטבאל שפיל אין גן סאקר, מיין בעלזער חבר איז דארט געווען.

(עס איז צום שטוינען די נידריגע איי קיו לעוועל פון געוויסע חברי השטיבל)

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 10:23 pm

· #461303
ס'נישט זייער שולד, זיי האבן נישט זוכה געווען צו אזא קלוגע רב ווי דיר וואס איז משפיע אייקיו פאר זיין עולם.

איך אויך » מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 10:25 pm

· #461304
אויך אמת.