vaybertaytsh
אַ ביסל װעגן זיך אַלייִן: איך בין אַ 32 יאָר־אַלטיקע, חתונה־געהאַטע פֿרױ, אַ פּראָפֿעסיאָנאַלע היסטאָריקערן און פּראָפֿעסאָרקע פֿון ייִדישע־געשיכטע. איך שטאַם פֿון ניו יאָרק. איך האָב זיך געלערנט ייִדיש אָנהייבנדיק אין 2013. איך האָב ליב דער שרפּאַך און איך האָב אַ סך כּבוד פֿאַר די װאָס היטן עס אָפּ (דאָס הײסט מענטשן װי אײַך!). איך האָב אַ פּאָדקאַסט אױף ייִדיש װאָס הײסט װײַבערטײַטש, װאָס מע קען געפֿונען דאָ.
א גוטן אייך,
כאפנדיג א בליק אויף אייער וועבזייטל האב איך באמערקט, אז א טייל פון די פרויען און פראפעסארקעס מיט וועמען איר פארברענגט לגבי דער אידישער שפראך, זענען היימישע געוועזענע חסידישע פרויען.
איז מיין פראגע, וואס זענען די כללים אדער רעגולאציעס וואס פרויען דארפן נאכקומען אז זיי זאלן האבן דעם געלעגנהייט צו זיין איינס פון די קאנדידאטקעס פאר אייערע פראיעקטן?
און נאך א פראגע, אז איר פארברענגט שוין יא אויף אייער וועבזייטל מיט רעכט אידישע און חסידישע פרויען, טא, פארוואס זאלן נישט זיין אינעם פראיעקט פרויען פונעם היימישן קאמיונוטי, א שטייגער ווי מאנסי, וויליאמסבוג און נאך, וועלכע גייען געקליידעט מיט'ן אלטרא-ארטאדאקס אידישן טראגע?
מיט שעצונג,
לבי