☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » איז דא א וועג צו וויסן וואו אין היסטאריע מיר שטייען יעצט?

איז דא א וועג צו וויסן וואו אין היסטאריע מיר שטייען יעצט?

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14274

טראמפ'ס עדווייזער » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 11:45 pm

· #460824
איז דא א וועג צו וויסן וואו אין היסטאריע מיר שטייען יעצט?
מיר האלטן שוין איבער אכציג יאר פונעם סוף פון די פריערדיגע קאפיטל אין אונזער שטורעמ'דיגע היסטאריע, זאכן האלטן זיך אין איין טוישן. זאכן וואס זענען אמאל געווען די משוגע איז היינט די נארמאל און זאכן וואס זענען אמאל געווען די נארמאל איז יעצט די משוגע. פאר א פאָר יאר צוריק האבן זיך זאכן געטוישט אין א משך פון חדשים, אבער היינט טוישן זיך זאכן ממש אין מינוטן. סאושעל מידיע איז פול מיט פראדיקשאנס און סטראשונגען אויף וואס איז אויפ'ן וועג צו קומען, און פארשטייט זיך אז יעדע מענטש בפרטיות מיט א שטיקל שיקול הדעת הייבט אן צו טראכטן אליין ווי אזוי קען מען טאקע וויסן וואס קומט? מען פראבירט צוצוגלייכן די היינט מיט די אמאל און זעהן אויב קען מען צוזאמקלאפן עפעס א צד השווה.

די ציל פונעם שואל איז נישט זיך צו מתווכח זיין וואס עס קומט, נאר אויף צו דורכטוהן: "איז דא א וועג אמת'דיג צו וויסן ווי אין היסטאריע מיר שטייען יעצט???"
איז דען דא צוויי קאפיטלען אין היסטאריע וואס מען קען בכלל מאכן א צד השווה פון זיי???
איז ווערד די מיה פון טרעפן אן ענליכע קאפיטל ווי יעצט???
איז דען אונזער פריערדיגע קאפיטל מיט עפעס ענליך אויף צו טרעפן עפעס וואס אונז קענען פאררעכטן און טוהן אנדערש???

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:30 am

· #460933
Hindsight is 20/20

אינטערסאנט » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:18 am

· #460947
[ציטאט אראפגענומען]


לכאורה נישט, רוב מאל בשעת'ן מאכן היסטאריע כאפ מען ערשט נאכדעם...

[ציטאט אראפגענומען]


היסטאריע שפילט זיך איבער נאכאמאל אין נאכאמאל אויף אנדערע לעוועלס, ווען מ'קוקט צוריק קען מען 'קאמפערן'. בשעת מעשה צו קענען אפלערנען היסטאריע וויאזוי ס'גייט זיך אויסקאכן נישט פאר מיר פשוטע מענטש...