☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הרב יוסף מזרחי: Confusing, Challenging Days Are Coming

הרב יוסף מזרחי: Confusing, Challenging Days Are Coming

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14272

calculator » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:05 pm

· #460806
הרב יוסף מזרחי: Confusing, Challenging Days Are Coming
דברים כדרבונות איבער אינזער מצב

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=126882

calculator » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:39 pm

· #460854
כל דבריו שפתים ישק
די ערשטע שעה רעד רעד איבער די מצב.
נאכדעם רעד איבער עיקר וטפל (ר' שמואל ניימאן'ס בליק)
ועוד.........
ער איז מיישר די מענטשעס שכל, מען דארף זיך נאר לאזן, און נישט זיך אויפרעגן אינמיטן.

vaybertaytsh » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:26 am

· #460925
ער זאגט א ליגן אין די ערשטע פאר מינוט. וויסנשאפט איז נישט נאר טעארעטיש! מע מאכט עקספערימענטס כדי צו פארזיכערן אז זיי פארשטיין... ס׳איז א שאד וואס א רב פארשפרייט אזא נארישקייט...

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:23 am

· #460930
חדא קושיא מתורצת בחברתה, ער רעדט טאקע הויכשטאקיגע שטותים און ער איז טאקע נישט קיין רב, ער קען זיך באטיטלען מיט'ן טיטל rabbi אבער ווער ס'האט איהם נאר אביסל אויסגעהערט האט גלייך געזען אז ער איז א וויסטע עם הארץ. (נישט אז רבנים רעדן נישט קיין שטותים, אבער צו רעדן אזא הויעכע גראד שטותים דאס דארף מען קענען, ווי יענער האט געזאגט "אפילו איך זאל נישט לערנען גארנישט פאר פערציג יאר וועל איך נישט זיין אזא עם הארץ ווי איהם..")

קנדה » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:26 am

· #460950
Re: הרב יוסף מזרחי: Confusing, Challenging Days Are Coming
אן עם הארץ וואלט איך אים נישט באטיטעלט ער קען אסאך מער ווי אסאך האנטיגע רבנים איך פלעג אים הערן זייער אסאך ביז איך האב אים שוין נישט געקענט דערליידן ער האט די ספרדישע זיכערקייט און תמימית און ווילדקייט

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:31 am

· #460952
וואס קען ער מער פון אנדער רבנים? אפאר פארשטופטע מדרשים וואס ער האט אפירגעקראצט אין וואס ער קען אריינקוועטשן זיינע נארישע תורות. ער האט הוראה? וויפיל מסכתות אין ש"ס האט ער שוין געענדיגט? אזויווי דו זאגסט, ער איז א ספרדישע תמים וואס מיינט אז די שולחן ערוך און זוהר איז אראפגעקומען פון בארג סיני, מ'דארף זיין א גרויסע עם הארץ דערפאר.

calculator » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:26 pm

· #461026
דער געט נישט אויף, א מחיה אויסצוהערן.
https://youtu.be/Br_i2nnDWqo

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:50 pm

· #461065
אוי וויי געוואלד, ווי האלט איינער אויף דער וועלט ווען דער וויסטער עם הארץ שוטה וגס רוח יוסף מזרחי איז עם גאר מיישר דעם שכל! לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט דאס זענען באצאלטע אנאנסן.

קנדה » מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:54 pm

· #461066
רביה''ק זי''ע
וואס קען ער מער פון אנדער רבנים? אפאר פארשטופטע מדרשים וואס ער האט אפירגעקראצט אין וואס ער קען אריינקוועטשן זיינע נארישע תורות. ער האט הוראה? וויפיל מסכתות אין ש"ס האט ער שוין געענדיגט? אזויווי דו זאגסט, ער איז א ספרדישע תמים וואס מיינט אז די שולחן ערוך און זוהר איז אראפגעקומען פון בארג סיני, מ'דארף זיין א גרויסע עם הארץ דערפאר.

איך האב אויסגעהערט זיינע questions and answers פון אלע מיני שאלות ד' חלקי שלחן ערוך, איך פלעג עס אויסהערן א מעשה פון 6 יאר צוריק, ער האט געהאט שוין דעמאלס 20 שיעורים זיכער.

נומער5 » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:07 pm

· #461213
איך ווייס נישט צי ער קען לערנען צי נישט. דעבאטירן קען ער זיכער. איינמאל געהערט א דעבאטע צי די תורה איז אמת. נאכן געווינען די דעבאטע אלס כהן יעדעם געבענטשט