☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » בקשה מעומק הלב באידיש ובענגליש

בקשה מעומק הלב באידיש ובענגליש

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14271

Chasidishmashpia » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 3:54 pm

· #460778
בקשה מעומק הלב באידיש ובענגליש
טייערע ידיד,
טראכט א מינוט,
צו פילסטו זיך גוט?
גייסטו אין שול אפילו הכי,
ווען דו אדער איינער פון דיין משפחה,
האבן סיפמטאמס פון די ווירוס?
דאס מען באמת הרג'נען עס איז נושא פירות,
אוודאי איך פארשטיי די געפיל,
צו וועלן דאווענען במנין אין שול,
אבער דו קענסט דאך זיין א רוצח,
דעיס קען באמת זיין שייך,
דו ווילסט זיך נישט טעסטן,
ווייל דו ווילסט נישט מען זיך די געגנט מעסטן,
עס טוט דיר שטערן,
אויב מען וועט פארשפארט ווערן,
אבער אז יתומים טוען זיך מערן,
און אלמנות גיסן הייסע שטרערן,
צו דעם טוסטו נישט קערן,
טוסט דער געוויין נישט הערן.
דו פרעגסט די רב רשות,
ער זאגט האלטן אפען די מוסדות מען מוז,
פון דעת תורה זיך נישט רירן,
וואלסטו אויך געבעטן די רב דיר צו אפערירן?
אין די תורה שטייט וחי בהם
פשוט אזוי דאס איז רצון השם
ואהבת לרעך כמוך
העלפן איינער דעם צווייטן וועט מען זיין זוכה
לביטול המגיפה בב"א
📎 Screenshot_20201019-081953.jpg

Chasidishmashpia » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 4:01 pm

· #460779
און אין ענגליש
📎 IMG-20201019-WA0001.jpg

vaybertaytsh » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 8:18 am

· #460837
זייער שיין געשריבן. עס געפעלט מיר זייער...
און אויף אן ענלעכער טעמע, האט מיין פודקאסט געמאכט אן עפיזאד אין וועלעכן א דוקטור און אן EMT ענטפערן פראגעס וועגן דעם ווירוס פון חסידים. דא קען מען דאס הערן.

Chasidishmashpia » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 3:02 pm

· #460870
זייער א גוטע פאדקאסט
יישר כח פאר די מראה מקום
הגם אז לדעתי וועלן זיין מענטשן וואס וועלן דאס אויך אוועקמאכן.