☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » פילם- צדיקות

פילם- צדיקות

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14264
בלאט: 1 2

בת קול » מוצ"ש אקטאבער 17, 2020 8:19 pm

· #460568
פילם- צדיקות
נייע פילם ערשיינט- צדיקות.
זעהט א פריוויו

פריוויו


לויט לוזער טווערסקי איז עס נישט די טיפישע פילם פון אן OTD וואס איז דורך געגאנגען אביוס.

זייער דעסקריפציע-
A Magical Realist dark comedy about mortality, mysticism and the metaphysics of facial hair in Hasidic Brooklyn.


די קליידונג קוקט אויס A+
איך בין נישט זיכער אויב עס איז גענצליך אין אידיש.

📎 2CDB4D17-6F5A-41D7-A3AF-CF31FFFE1034.jpeg

איינער מיט מער דעטאלן?

אברך משי » מוצ"ש אקטאבער 17, 2020 11:09 pm

· #460578
זעט-אויס ווי עיבי שטיין דארט ביי די פרויען

מפיל קינד » מוצ"ש אקטאבער 17, 2020 11:35 pm

· #460579
די פילם גייט זיין ריין אידיש.

After partaking of a fish at a rebbe’s reception that kills him when he chokes on a bone, Neshama, a young woman in Hasidic Boro Park, finds herself possessed. As her body and self begin to transform under this supernatural influence, her life and her community's status quo are turned upside down. Darkly humorous yet compassionate, performed in authentic Hasidic Yiddish (with English subtitles), the heart of the story is informed by finer points of Jewish law regulating female voices and male beards. Prepare for a wild ride!


The film anchors a fantastical story in realistic setting while exploring real-life issues impacting the lives of many Ultra Orthodox Jewish women. It’s a meditation on the nature of the soul, a dissolution of the boundaries of identity, and a disruption of social hierarchy in a society where boundaries tend to be absolute; a culture strictly bound by Jewish law and yet, steeped in mystical traditions. It’s a story told through the eyes of a woman in a setting in which women’s voices, faces and bodies are not only holy, but becoming increasingly taboo. Everything from where the camera is placed, to animated dream sequences, will bring you deeper into Neshama's experience

קאצקע ציקער » מוצ"ש אקטאבער 17, 2020 11:35 pm

· #460580
אונזער אלעמען באליבטען מנשהל'ע עקט דארט

קוויטעל » מוצ"ש אקטאבער 17, 2020 11:49 pm

· #460581
אברך משי
זעט-אויס ווי עיבי שטיין דארט ביי די פרויען

די נאמען שטייט נישט ביי די ליסטע

הרב שיף » זונטאג אקטאבער 18, 2020 12:03 am

· #460586
נישט סתם א טיכל נאר א געבינדענעם טיכעל דאס איז טאקע צוגעלייגט קאפ.

איך אויך » זונטאג אקטאבער 18, 2020 1:17 pm

· #460630
די פרויען גאר גוט, די מענער שרעקליך, ניטאמאל גוט פאר פורים נאכמיטאג.

קוויטעל » זונטאג אקטאבער 18, 2020 3:24 pm

· #460661
איך אויך
די פרויען גאר גוט, די מענער שרעקליך, ניטאמאל גוט פאר פורים נאכמיטאג.

האסט עס שוין געזען?

סאנטיאגא » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 8:38 pm

· #462364
דעס שלעפט זיך שוין גאנץ לאנג, ס'איז א crowdfunding film וואס איז געווארן אויפגעטריבן אין לויף פון די לעצטע 2 יאר

די genre איז black comedy אויב האט איינער געוואטשט די שאו the mick וועט אביסל בעסער פארשטיין, אין קורצן נישט זיך רישן אויף די טיפיקל מעשה, זייער פאנטאסטיש

קוויטעל » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 11:36 pm

· #462374
סאנטיאגא
דעס שלעפט זיך שוין גאנץ לאנג, ס'איז א crowdfunding film וואס איז געווארן אויפגעטריבן אין לויף פון די לעצטע 2 יאר

די genre איז black comedy אויב האט איינער געוואטשט די שאו the mick וועט אביסל בעסער פארשטיין, אין קורצן נישט זיך רישן אויף די טיפיקל מעשה, זייער פאנטאסטיש

ווי קען מען עס זען

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 12:06 am

· #462378
אויב מען געבט א דאנעישאן שיקן זיי אריין א לינק.
שיקט אן אימעיל צו <!-- e --><a href="mailto:tzadeikisfilm@gmail.com">tzadeikisfilm@gmail.com</a><!-- e --> ווייל די קאמפיין איז שוין פארמאכט.

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 3:40 am

· #462385
בת קול
נייע פילם ערשיינט- צדיקות.
זעהט א פריוויו

פריוויו


לויט לוזער טווערסקי איז עס נישט די טיפישע פילם פון אן OTD וואס איז דורך געגאנגען אביוס.

זייער דעסקריפציע-
A Magical Realist dark comedy about mortality, mysticism and the metaphysics of facial hair in Hasidic Brooklyn.


די קליידונג קוקט אויס A+
איך בין נישט זיכער אויב עס איז גענצליך אין אידיש.

📎 2CDB4D17-6F5A-41D7-A3AF-CF31FFFE1034.jpeg

איינער מיט מער דעטאלן?

ווען קומט עס אפיציעל ארויס ?

חקרן » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 4:13 pm

· #462413
בת קול
אויב מען געבט א דאנעישאן שיקן זיי אריין א לינק.
שיקט אן אימעיל צו <!-- e --><a href="mailto:tzadeikisfilm@gmail.com">tzadeikisfilm@gmail.com</a><!-- e --> ווייל די קאמפיין איז שוין פארמאכט.



וואס שיקן זיי? - די גאנצע ווידאו?

קוויטעל » זונטאג אפריל 11, 2021 5:04 pm

· #469709
איינער ווייסט ווי מ'קען קויפ'ן דעם פילעם?

רימון » זונטאג אפריל 11, 2021 5:25 pm

· #469719
קוויטעל
איינער ווייסט ווי מ'קען קויפ'ן דעם פילעם?


שיק אן אישי צו איתן, ער דארף צו וויסן.

(ערנסט גערעדט פאר ווער ס'וויל וויסן אפריל 15 גייט זיין די ערשטע סקרינינג און דערנאך גייט מען קענען סטרימען, אזוי שרייבן זיי אויף אינסטאגראם. קוויטעל ווייסט דערפון און ער וויל נאר דרייען די ביעים און ווען יעדער קאנפראנטירט אים שרייט ער אז מ'איז דזשעלעס חד גדיא).

קוויטעל » זונטאג אפריל 11, 2021 11:35 pm

· #469765
רימון
קוויטעל
איינער ווייסט ווי מ'קען קויפ'ן דעם פילעם?

(ערנסט גערעדט פאר ווער ס'וויל וויסן אפריל 15 גייט זיין די ערשטע סקרינינג און דערנאך גייט מען קענען סטרימען, אזוי שרייבן זיי אויף אינסטאגראם. קוויטעל ווייסט דערפון און ער וויל נאר דרייען די ביעים און ווען יעדער קאנפראנטירט אים שרייט ער אז מ'איז דזשעלעס חד גדיא).

וואס זאגסטו ליגענט און שטותים? איך ווייס? איך וואס גארנישט וועגן דעם.

שקויעך פאר די נייעס און וואטש דיין שפראך

יואליש » מאנטאג אפריל 12, 2021 12:46 am

· #469766
הרב שיף
נישט סתם א טיכל נאר א געבינדענעם טיכעל דאס איז טאקע צוגעלייגט קאפ.


איינע פון די צוויי טראגט א געבינדענע טיכל אין ריעל לייף.

קוויטעל » מאנטאג אפריל 12, 2021 1:14 am

· #469767
וועלכע?
כ'מיין אז דו מאכסט א טעות, ווייל זיי זענען נישט קיין חסידישע בכלל

יואליש » מאנטאג אפריל 12, 2021 8:35 am

· #469771
קוויטעל
וועלכע?
כ'מיין אז דו מאכסט א טעות, ווייל זיי זענען נישט קיין חסידישע בכלל


אלע אקטיארן חוץ מאנדעלבוים און סאנדלער זענען אויפגעואקסן עסענדיג מיליכיגע טשולענט מיטוואך פאר לאנטש אין א היימישע חדר אדער שולע. און ווי געזאגט, בנוגע די אוטענטישע געבינדענע טיכל, איינע פון די אקטיארן אינעם בילד טראגן נאך היינט א טיכל ווען ס'פעלט זיך אויס.

קוויטעל » מאנטאג אפריל 12, 2021 8:55 am

· #469772
יואליש
קוויטעל
וועלכע?
כ'מיין אז דו מאכסט א טעות, ווייל זיי זענען נישט קיין חסידישע בכלל


אלע אקטיארן חוץ מאנדעלבוים און סאנדלער זענען אויפגעואקסן עסענדיג מיליכיגע טשולענט מיטוואך פאר לאנטש אין א היימישע חדר אדער שולע. און ווי געזאגט, בנוגע די אוטענטישע געבינדענע טיכל, איינע פון די אקטיארן אינעם בילד טראגן נאך היינט א טיכל ווען ס'פעלט זיך אויס.

נאמען?

cictim » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:27 am

· #469856
📎 CC7DDA5B-6A87-4A08-B14C-D18F906CD3CD.jpeg

תרמב » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:48 am

· #469860
דער איד אויפן בילד קוקט אויס ווי עזרא פריעדלאנדער

הוגה » דינסטאג אפריל 13, 2021 1:11 pm

· #469889
תרמב
דער איד אויפן בילד קוקט אויס ווי עזרא פריעדלאנדער

ער איז אלי ראזען. ער שפילט דער רבי אין Unorthodox.

איתן » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:07 am

· #470017
cictim
📎 CC7DDA5B-6A87-4A08-B14C-D18F906CD3CD.jpeg

דאס איז א ברודער מיט 'הערשל ציג' בלאגער

איתן » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 9:41 am

· #470170
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=vVdhufp_IXM">https://www.youtube.com/watch?v=vVdhufp_IXM</a>

בת קול » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:14 pm

· #470174
צו זעהן פריי פון אפצאל.
(נעמט 21 מינוט.)

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 2:33 pm

· #470184
א דאנק פארן ברענגען.

היפש א מאדנע און טשיקאווע מעשה, מילד גערעדט. 😃

עס איז גאר שטארק חסידיש באזירט, איך גלייב נאר חסידישע אידן אדער אזעלכע וואס זענען נאנט באקאנט מיט אונזער לעבנסשטייגער קענען הנאה האבן דערפון.

איתן » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 2:41 pm

· #470186
בת קול
צו זעהן פריי פון אפצאל.
(נעמט 21 מינוט.)

שקויעך פאר'ן לינקן

yn.NY » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 2:47 pm

· #470187
איתן
בת קול
צו זעהן פריי פון אפצאל.
(נעמט 21 מינוט.)

שקויעך פאר'ן לינקן

דאס איז די גאנצע?! בלויז 20 מינוט?!
זיי ארבעטן דאך יאר'ן אויף דעם!

קאווע קריטיק » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 2:54 pm

· #470188
די אפגעריסנקייט פון דעם פילם לאזט זיך נישט באשרייבן.

איתן » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 2:58 pm

· #470189
yn.NY
איתן
בת קול
צו זעהן פריי פון אפצאל.
(נעמט 21 מינוט.)

שקויעך פאר'ן לינקן

דאס איז די גאנצע?! בלויז 20 מינוט?!
זיי ארבעטן דאך יאר'ן אויף דעם!

מ'האט אנגעהויבן ארבעטן דערויף, תשע''ח, פון זערא פאנדינג האט מען אויפגעטריבן היבש געלט פאר א שארט-פילם, און פון ווען מ'האט עס געפילמט ביז ס'געווארן גרייט, האט מען געדארפט מער געלט, און צווישן איז געקומען קאוויד וואס האט בכלל אפגעשטופט אלע פילמען.

בעסער דאס ווי גארנישט, ווייל ס'האט געהאלטן ביים גיין אין אדמה.

תרומה » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:24 pm

· #470196
א געוואלד מיט ארט ליגט אין דעם קורצן פילם. WOW
דמיון און בין השורות.

מורינו הרב » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 6:43 pm

· #470211
גלויב מיר ס'איז נישט ווערד אפילו די 0$. א שאד א תגובה דערויף. און א שאד די 20 מינוט.

אומאינטערעסאנט, און סטיופיד. משוגע מטורע...

בת קול » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 7:18 pm

· #470213
זעהט מיר אויס ווי א מאדערן ווערסיע פונעם אלטן דיבוק פילם.
יענע איז אבער בעסער געווען.

מפיל קינד » פרייטאג אפריל 16, 2021 12:38 am

· #470233
איתן
ווייל ס'האט געהאלטן ביים גיין אין אדמה.

באמת א שאד דאס האט נישט פאסירט.

א רחמנות אויף די נדבנים, שוין בעסער געווען צו פלאשן דאס געלט פאר ר' ישעי' ב"ר משה.

איתן » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:04 am

· #470236
מפיל קינד
איתן
ווייל ס'האט געהאלטן ביים גיין אין אדמה.

באמת א שאד דאס האט נישט פאסירט.

א רחמנות אויף די נדבנים, שוין בעסער געווען צו פלאשן דאס געלט פאר ר' ישעי' ב"ר משה.

ווען די דירעקטארין פון די פילם זאל לייענען וואס דו שרייבסט, וואלט עס איר זייער שטארק וויי געטון

אלע צוזאמען » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:33 am

· #470239
איתן
מפיל קינד
איתן
ווייל ס'האט געהאלטן ביים גיין אין אדמה.

באמת א שאד דאס האט נישט פאסירט.

א רחמנות אויף די נדבנים, שוין בעסער געווען צו פלאשן דאס געלט פאר ר' ישעי' ב"ר משה.

ווען די דירעקטארין פון די פילם זאל לייענען וואס דו שרייבסט, וואלט עס איר זייער שטארק וויי געטון

די אמת שטעכט

מפיל קינד » פרייטאג אפריל 16, 2021 6:33 am

· #470242
איתן
מפיל קינד
איתן
ווייל ס'האט געהאלטן ביים גיין אין אדמה.

באמת א שאד דאס האט נישט פאסירט.

א רחמנות אויף די נדבנים, שוין בעסער געווען צו פלאשן דאס געלט פאר ר' ישעי' ב"ר משה.

ווען די דירעקטארין פון די פילם זאל לייענען וואס דו שרייבסט, וואלט עס איר זייער שטארק וויי געטון

ווען ניקלשבורגע רבי זאל ליינען וואס דו שרייבסט וואלט עס אים זייער וויי געטאן... נאר אמאל שרייט די אמת פון זיך אליין.

איתן » פרייטאג אפריל 16, 2021 9:14 am

· #470253
מפיל קינד
איתן
מפיל קינד
איתן
ווייל ס'האט געהאלטן ביים גיין אין אדמה.

באמת א שאד דאס האט נישט פאסירט.

א רחמנות אויף די נדבנים, שוין בעסער געווען צו פלאשן דאס געלט פאר ר' ישעי' ב"ר משה.

ווען די דירעקטארין פון די פילם זאל לייענען וואס דו שרייבסט, וואלט עס איר זייער שטארק וויי געטון

ווען ניקלשבורגע רבי זאל ליינען וואס דו שרייבסט וואלט עס אים זייער וויי געטאן... נאר אמאל שרייט די אמת פון זיך אליין.

די דירעקטארין פון די פילם איז א יודיש קינד וואס האט געטון איין עבירה, אז זי האט דיך אנטוישט.
ניקלעשבורגער רבי האט עובר געווען אויף די הארבסטע - מסירה און דאס איז כפירה אין תורת משה.

מונטסורי » פרייטאג אפריל 16, 2021 9:38 am

· #470260
די דירעקטארין פונם פילם איז נישט כופר בתורת משה?

איתן » פרייטאג אפריל 16, 2021 9:38 am

· #470261
מונטסורי
די דירעקטארין פונם פילם איז נישט כופר בתורת משה?

ניין, זי איז א גיורת און איז א מעמבער אין טשערנאבליר ביהמ''ד אין ב.פ.

פאליטיקאנט » פרייטאג אפריל 16, 2021 12:21 pm

· #470272
Re: פילם- צדיקות
איך האב קיינמאל געכאפט ווי פראפעסיאנאל אונזער קעמפ פלעיס זענען.... ביז יעצט!

איתן » מאנטאג אפריל 19, 2021 2:45 pm

· #470664
מודעה; ס'דא א פלאן פאר נאך א פילם, און בקרוב הייבט מען שוין אן אויף למעשה.

אזויווי ס'פלעגט זיין א פראבלעם צו טרעפן היימישע חסידישע יונגעלייט, וואס זענען וויליג אנטיילצונעמען. איז געראטן, אז ווער ס'וואלט געקלערט צו זיין בתוך הענין, קען מיר מעלדן אין אישי [ברבים ווערט נישט אקצעפטירט ווי פארשטענדליך], און כ'וועל איבערגעבן די נעמען פאר'ן סקריפט דירעקטאר.

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג אפריל 19, 2021 3:02 pm

· #470672
דו האסט א שייכות מיט די זאך? אויב אזוי פארוואס ביזטו נישט דערויף?

בונה של טוב » מאנטאג אפריל 19, 2021 5:13 pm

· #470686
בת קול
צו זעהן פריי פון אפצאל.
(נעמט 21 מינוט.)


א גרויסן דאנק פאר׳ן לינק
איז עס עוועילעבל נאר פאר א לימיטעד טיים (ס׳געווען אן עד בעפאר די פילם וואס רעדט וועגן די מיאמי פילם פעסטיוול, וועלכע ענדיגט זיך די 29׳סטע פון עפּריל. צו קלערסטו אז ס׳וועט נאך אלס זיין אקסעסיבל נאכדעם?

בונה של טוב » מאנטאג אפריל 19, 2021 5:19 pm

· #470688
[ציטאט אראפגענומען]


אויב מען download אן עפּ וואס פארשטעלט דיין ip אדרעס דאן קענסטו עס זעהן פון סיי ווי. קענסט זוכן אין app store אדער playstation/google play איינע פון די פאלגנדע
Surf shark
Cyber ghost
Express vpn
Total Av
און געעוענטליך געבן זיי אומזיסט א trial פאר א חודש

איך אויך » דינסטאג אפריל 20, 2021 2:37 am

· #470781
רימון
קוויטעל
איינער ווייסט ווי מ'קען קויפ'ן דעם פילעם?



קוויטעל -איתן וויל נאר דרייען די ביעים.

סאנטיאגא » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:20 pm

· #471132
בת קול
צו זעהן פריי פון אפצאל.
(נעמט 21 מינוט.)

שכח. כ'האב עס יעצט געזעהן כ'האב מיך געהארגעט פאר געלעכטער, דער ציבור דא פארשטייט נישט צו קריעטיוויטי, בארוהיגטס ענק, ס'איז א dark comedy באזירט אויף האקעס פאוקעס מיסטישע פאנטאזיעס, גראדע רעדט זיך עס וועגן חסידים אויך... מיי גאד ס'איז נאר א מאווי... פארשטייט זיך על טעם וריח, מוזט נישט אלעס ליב האבן. אבער פאר איינמאל קענט עטס מאכן אן effort צו קוקן א פילם objectively סתם לשם אַרט און נישט פילן אזוי אטאקירט ווייל די מענטשן אין די פילם זעהן אויס ענליך צו דיר?

וועסט זעהן מארגן גייט ארויסקומען א Jew in the city ווידיא וואס גייט עפנטליך פארדאמען די פילם, און קלארשטעלן פאר די וועלט אז מ'זאל זיך חלילה נישט טועה זיין אז דאס זענען חסידים.. און דאס איז נישט וויאזוי א חסידישע לעבן קוקט אויס... וויפיל מ'רעדט דערפון מאכט זיך די מידיע נישט צוטוהן און באשמוצט אונז און שפעט פון אונז... רילעקס ס'איז א טשאדעלע באדעלע ווי יעדע אנדערע און ס'איז זיס. כ'וואלט עס נישט איבערגעקוקט אבער ס'איז גאנץ פיין

אישתישבי » פרייטאג אפריל 23, 2021 6:32 am

· #471154


גייט עפנטליך פארדאמען די פילם, און קלארשטעלן פאר די וועלט אז מ'זאל זיך חלילה נישט טועה זיין אז דאס זענען חסידים.. און דאס איז נישט וויאזוי א חסידישע לעבן



וועלכע חלק איז נישט וויאזוי חסידישע לעבען?

עס איז גאנץ אקוראט.

אפילו אז חסידים וועלען זיין נייגעריג צו הערען דעם רעבין דורך א דיבוק.

פארשטייט זיך אז בפועל גייט עס קיינמאל נישט געשעהן, ווייל א מיידל גייט נישט באקומען א בארד.

און ווי אויך מעג איינער גיין אין מקוה אפילו מיט האר אויף דער פנים.

אבער וואס אין דער ווידעא איז נישט אקוראט?

אלבערט איינשטיין » פרייטאג אפריל 23, 2021 7:00 am

· #471157
Re: פילם- צדיקות
בונה של טוב
[ציטאט אראפגענומען]


אויב מען download אן עפּ וואס פארשטעלט דיין ip אדרעס דאן קענסטו עס זעהן פון סיי ווי. קענסט זוכן אין app store אדער playstation/google play איינע פון די פאלגנדע
Surf shark
Cyber ghost
Express vpn
Total Av
און געעוענטליך געבן זיי אומזיסט א trial פאר א חודש
איז האב עס געטוהן, אבער די וועבסייט כאפט אויף און עס קומט ארויף אז עס קען נישט דורך גיין קיין proxy server or vpn please disconnected and try again

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
בלאט: 1 2