☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!

מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14255

גבור חיל » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:54 pm

· #460355
מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!
די פרייהייט רעכטן פון אמעריקאנע בירגער האט היינט באקומען א פרישע באדייט.

היינט צופרי האט די ניו יארק פאוסט פאבליצירט אן ארטיקל וואס צייגט אן אימעיל פון א הויעך ראנגיגע באאמטער אין די קאמפעני וואו האנטער ביידען דער זון פון דעם דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאט דזשאו ביידען איז געוועזן אין די בארד, וואס צייגט אז האנטער האט ערמעגליכט א מיטונג צווישן יענעם אוקריינישן און זיין טאטע דער דעמאלטס'דיגער וויצע פרעזידענט.

אן אריינגיין אין קאנפליקט אוו אינטרעס, וויבאלד ביידען איז דעמאלטס געוועזן דער מענטש געשטעלט אויף אוקריינישע אנגעלעגנהייטן, און נישט לאנג דערנאך האט מען געצווינגען אוקריינע צו אפלאזן אן אויספארשונג אויף דעם קאמפעני.

שטעלט זיך אבער ארויס אז ביידען האט גראב ליגענט געזאגט פאר דעם אמעריקאנעם פאלק נאך וואס ער האט עטליכע מאל געזאגט אז ער האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט זיין בן יקיר'ס אויסלענדישע געשעפטן.

דער האנטער ברויך זיין א היסטארישע בהמה ווייל די אימעילס זענען אנגעקומען צום פאוסט נאך וואס ער האט אין יארע 19 איבערגעלאזט דריי לעפטאפס צו פאררעכטן און עס קיינמאל נישט צירוק אפגענומען, און רודי דזשיליאני האט אויף עפעס אן אופן געלייגט ס'האנט דערויף, און די רעסט איז היסטאריע.

פארשטייט זיך אז די ארטיקל האט שטארק נישט געשמעקט פאר די דעמאקראטן, און עס איז געוועזן ערווארטעט אז די מעין סטרים מידיא זאל עס נישט באריכטן, אבער דא האט פאסירט עפעס וואס פארשעמט בכלל נישט מאמע רוסלאנד!

טוויטער האט אפציעל געבלאקט די לינק פון די ארטיקל אז עס זאל נישט קענען געשיקט ווערן אין קיין טוויטס און נישט פריוואט! ווי אויך האבן זיי בלאקירט קאנטעס וואס האבן עס געהאט געשיקט א שטייגער ווי פרעזידענט טראמפ'ס פרעס סעקרעטאר קעילי מקענעיני.

די אומפארטיי'ישע נייטראלע סאציאלע מידיא פלאטפארמע האט פארלעצט די סאמע יסודות און ווירדן פון די פאראייניגטע שטאטן!

אריין געשטאכן א מעסער אין פרייהייט פון ווארט!

ווארום וואס עס שמעקט נישט פאר'ן זימפ, וועט דא נישט טאלערירט ווערן!

א שאנד פאר אמעריקע וואו מיר האבן זיך דערקייקלט!

פארשטייט זיך אז דאס האט געברענגט א שרעקליכע שטורעם, און רעפאבליקאנע קאנגרעסלייט און סענעטארן האבן גערופן פאר אויספארשונג, די סענאט דזשודישיערי קאמיטי האט עס געלייגט אויף זייער וועב זייטל און ס'איז ישמחו...

טוויטער האט נאכדעם ארויס געלייגט א סטעיטמענט אז וויבאלד עס פארמאגט א זאך וואס איז אנגעקומען צו די פאבלישער פון די ארטיקל אומלעגאל האבן זיי עס נישט געלאזט, עס איז נאר מאדנע פארוואס גאנץ לעצטענס ווען די טיימס האט פאבליצירט טראמפ'ס טעקס ריטורנס וואס איז אוודאי אויך אנגעקומען צו זיי אום לעגאל האבן זיי מיסטריעז פארגעסן פון זייער פאליסי... און נאך גאר אסאך...

אזא אומדערהערטע זאך האט נישט מיט קיין פארטיי און מיט קיין מיינונגען! עס איז א פרעכע פארלעצונג פון די יסודות פון אמעריקע!

ערשטע אמענדמענט פון די אמעריקאנע קאנסטוטוציע:
Congress shall make no law respecting an establishment of religion, or prohibiting the free exercise thereof; or abridging the freedom of speech, or of the press; or the right of the people peaceably to assemble, and to petition the Government for a redress of grievances.

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:59 pm

· #460368
Re: מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!
איז @גבור חיל אן אייניקל פון @קאך לעפל ?

שמערל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:50 am

· #460375
בינעך א ביסעלע צומישט, אין רוסלאנד פלעגט סענאט אויך לייגן אויף זייער זייטל די צענזורירטע ווערסיעס פון די מידיע? און ווי קומט דא אריין די ערשטע אמענדמענט??

מפיל קינד » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:34 am

· #460381
פארוואס איז @גבור חיל נאכנישט קיין שריפטשטעלער?

חתן בחור » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 5:03 am

· #460387
Re: מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!
אויב איינער טראכט פאר א רגע אז ס׳קומען נישט פאָהר אונטער די סצענעס זאכן אשר כן לא יעשה במקומנו און נאך ערגערס, איז נאך קיינמאל נישט געוועהן נאנט צו א פאליטישאן.

גבור חיל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:29 pm

· #460428
חתן בחור
אויב איינער טראכט פאר א רגע אז ס׳קומען נישט פאָהר אונטער די סצענעס זאכן אשר כן לא יעשה במקומנו און נאך ערגערס, איז נאך קיינמאל נישט געוועהן נאנט צו א פאליטישאן.

די פראבלעם איז אז עס קומט מער נישט פאר אונטער די סצענעס...

אפציעל אפשטילן א געשיכטע וואס די ביידען קאמפיין האט ניטאמאל געלייקנט? קיין שום אזוי גערופענע פעקט טשעקער האט עס נישט באריכטעט אלס פאלטש, און בלויז ווייל עס קען שאטן פאר ביידען טוט מען עס פארשטימען?

היינט האבן זיי בלאקירט די וועבזייטל פון די רעפאבליקאנער סענאט דזשודישיערי קאמיטי ווייל זיי האבן געלייגט די ארטיקל, יעצט ליגט עס אויף רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען'ס זייטל און אויף די אפציעלע טראמפ קאמפיין זייטל וואס זיי קענען מיינעך נישט בלאקן אלס עלעקשן אינטערפערנס ...

ווי אויך האט שוין די סענאט דזשודישיערי קאמיטי געמאלדן אז זיי גייען סובפינען טוויטער מיט פעיסבאק קומענדיגע וואך...

אגב האלט איך אז זיי זענען ריזיגע בהמות!... ווען זיי טוען ווען גארנישט וואלט עס סך הכל געוועזן נאך א האנטער ביידען פרשה און קיינער וואלט נישט גערעדט דערפון, יעצט טוצעך א איבערקערעניש איבער דעם און די מעשה קומט אן צו סאך מער מענטשן ווי סוואלט ווען נארמאל אנגעקומען...

קאך_לעפל » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 8:58 am

· #460741
די סאציאליסטן האבן אינאכט גענומען אז מ'האט זיי ווידער געכאפט מיט די הויזן אראפ. די ביידן סימוטאכע גייט נישט אראפ פון טיש, אפגעזען פון דעם וואס ליבעראלע מידיע פראבירן מיט אלע זייער כוחות נישט צו מאכן קיין גרויסע וועזן דערפון. די פאקט אז הער האנטער ביידן האט זיך געלאזט באצאלן בערג פון גאלד פון פיינטליכע לענדער ווי כינע, רוסלאנד, און אוקריינע, אין אויסטויש פאר צוטריט צו זיין אויסגעוועפטער פאטער יאשע ביידן, צו קענען שפייזן זיינע זונות און זיך איינצוהאנדלן חשיש איז אומאפרעגבאר. אין זייער נויט האבן זיי ארויסגעצויגן פון אונטערן פארשטויבטען אימפישמענט טעפיך, דעם זעלבסט-האסנדער יעווערעי אדם שיט פון קארלערפארניע.

דער אדם שיט האט זיך דערווארבן א רעפערטאציע פון א שארלאט און א ליגנער וואס האט כמעט נישט זיינס גלייכן אפילו אינעם וואשינגטאן זימפ. ער האט ליגנט געזאגט, ווען זיין קאלעגע דעווין נאנעס האט פארעפענטליך זיין פייסע-באריכט אין וועלכע ער האט דייטליך געשילדערט ווי אזוי די קאראפטירטע אבאמא עף.בי.איי האט ליגנט געזאגט פאר די געהיימע געריכט צו קענען שפיאנירן אויף פרעזידענט טראמפ. דאן איז ליגנער שיט ארויסגעקומען מיט א פארקערטער באריכט, אזוי צו זאגן, אז די עף. בי. איי. האט גארנישט געטאן נישט ריכטיג. און היינט איז שוין איבערגעוויזן געווארן שווארץ אויף ווייס אז די אבאמא עף. בי. איי. האט קלאר ליגנט געזאגט פאר די געהיימע געריכט, צוליב זייער אבסעסיע אונטערצוברענגען פרעזידענט טראמפ.
ער האט ליגנט געזאגט אז ער האט געהיימע שפיאנאש אינפארמאציע אז פרעזידענט טראמפ איז א געהיימער רוסישער אגענט, עס האט גענומען ביז קאמעראד מוללער זאל ארויסקומען און גענצליך אפווארפן די פאלטשע קלינטאן באצאלטע רוסישע פראפעגאנדע אונטערגעשלאגן מיט אדם שיט'ס פאנטאזיעס.
ער האט ליגנט געזאגט ביי די גאנצע פעלאוסי-אימפישמענט סימוטאכע, ער האט אפילו געוויינט מיט הייסע טרערן פארן סענאט אז זיי זאגן אפקויפן זיין שטירן אפפאל, זאגאר די הויכגעשעצטע סענעטראן האבן אים איידל געזאגט, אז ער זאל ביטע נעמען זיין זאק מיט אפפאל און עס ארויפשטיפן פאר זיין אויבערהארנטע שקאלפטע פאלוסי אין טוכעס און לאזן לעבן די מענטשהייט.
אצינד קומט דער שיט ארויס מיט נייע ווארע, אז די אלע באווייז פון די קאראפציע פון יאשע ביידן און זיין בענאק האנטער, איז בלויז רוסישע פראפעגאנדע...
אייגענטליך איז עס שטארק מעגליך, אבער דאס אז דער שארלאט אדם שיט פארקויפט דאס, מאכט דאס שוין פאר די גרעסטע ליגנט....

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 1:11 am

· #461442
Re: מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!
די פרוף איז אז קיינער לייקענט נישט!

אדער פארשווייגט מען עס, אדער שרייט מען אז עס איז גע'גנב'ט געווארן אומלעגאל.

גבור חיל » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 am

· #461452
פאליטיקאנט
די פרוף איז אז קיינער לייקענט נישט!

אדער פארשווייגט מען עס, אדער שרייט מען אז עס איז גע'גנב'ט געווארן אומלעגאל.

און ווי אויך איז דער צו וועם די אימעיל איז געוועזן געווענדעט צו, א מאן מיטן נאמען טאוני באבולינסקי, ארויס געקומען אין די עפנטליכקייט זאגן אז עס איז אמת, און ער האט פרייטאג איבער געגעבן פאר די FBI זיינע דעווייסעס.

ווי אויך האט די FBI געזאגט אז זיי האבן שוין די לעפטאפ פאר ניין חדשים...

מנחם ציון » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 2:52 pm

· #461560
טאקער קארלסאן גייט אים האבן היינט אויף זיין שאו

אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 7:50 pm

· #465342
טראמפ איז פערמענאנט געווארן אראפגעווארפן פון טוויטער.

לאנג לעבן זאל מוטער רוסלאנד!

אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 7:53 pm

· #465343
נאך א נקודה:

נאך דעם נידריגע איבערפאל אויף קעפיטעל הילל, זענען מערערע מענטשן געווארן אביסל פארעקעלט פון וויאזוי טראמפ האט דערקייקלט דער רעפאבליקאנער פארטיי.

די מערכה וואס טוויטער פירט מיט איהם האט צוריק אויפגעוועקט סימפאטיע צו איהם.

תרמב » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 8:44 pm

· #465346
איך האב אמאל געטראכט אז אויב עס וואלט געווען סאושל מידיא בשעת די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט געווען קיין האלעקאוסט, ביי נאו בין איך שוין גארנישט זיכער.

מנחם ציון » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 8:56 pm

· #465347
תרמב
איך האב אמאל געטראכט אז אויב עס וואלט געווען סאושל מידיא בשעת די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט געווען קיין האלעקאוסט, ביי נאו בין איך שוין גארנישט זיכער.

ס'גייט ביידע וועגן. אדער וואלט מען געקענט ווארענען דעם עולם באצייטענס אז עפעס קומט, אדער וואלט די פלאטפארמע פארשטילט די אלע וואס זאגן אז ס'קומט פאר א האלאקאוסט.

שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 9:15 pm

· #465350
איז בכלל שייך אז א צווייטע סאושעל מידיא קאמפעני זאל קאמפיטען מיט טוויטער?
א פלאטפארמע וואס זאל נישט זיין איינזייטיג געשטימט

גראף » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 10:40 pm

· #465351
Re: מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!
א צווייטע פלאטפארם וואס די רעכטע וועלן נוצן וועלן אוטעמאטיש די לינקע נישט נוצן.


Sent from my SM-G950U using Tapatalk

תרמב » זונטאג יאנואר 10, 2021 1:18 am

· #465364
און מ’וועט עס אראפ ווארפן פון די עפפ סטארס

קורקלענד » זונטאג יאנואר 10, 2021 1:27 am

· #465365
תרמב
און מ’וועט עס אראפ ווארפן פון די עפפ סטארס

שוין אראפ געווארפן. ס'וועט זיי גארנישט העלפן. וכאשר יענו אותו כן.....

תרמב » זונטאג יאנואר 10, 2021 4:31 am

· #465372
וואס הייסט ס’וועט גארנישט העלפן? זעהסט דאך אז די מידיא און טעק קאמפאני’ס טוען וואס זיי ווילן און מ’הערט נישט קיין פיפס פון קיינעם.

קורקלענד » זונטאג יאנואר 10, 2021 8:31 am

· #465375
אזוי? מ'הערט נישט פון קיינעם? יעדער איז שטיל?

חוץ פון די מידיא און די טעק חברה שרייט יעדער הויעך פון אלע דעכער.

תרמב » זונטאג יאנואר 10, 2021 9:44 am

· #465377
יעדער איז פארשטומט, ס’איז נישט דא וואו אויסצוגעבן די ווייטאג.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יאנואר 10, 2021 10:01 am

· #465382
איין זאך פארשטיי איך נישט...טוויטער איז א אנגעזעהנע עפפ, אירע באלעבאטים מאכן אסאך געלט, וואס פונקטליך פעלט זיי אז זיי זאלן דארפן אויפקאכן אזא קאשע?....פאר טראמפ שאט עס נישט, די דעמאקראטן פארדינען אויך לכאורה נישט קיין סאך, וואס פארדינט טוויטער פון דעם?

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יאנואר 10, 2021 11:31 am

· #465391
זופ מיט מאנדלען
איין זאך פארשטיי איך נישט...טוויטער איז א אנגעזעהנע עפפ, אירע באלעבאטים מאכן אסאך געלט, וואס פונקטליך פעלט זיי אז זיי זאלן דארפן אויפקאכן אזא קאשע?....פאר טראמפ שאט עס נישט, די דעמאקראטן פארדינען אויך לכאורה נישט קיין סאך, וואס פארדינט טוויטער פון דעם?

ווי עס קוקט אויס איז אסאך קעש פון די דעמאקראטישע שישקעס אינוואלווד, אדער אלס א אויסטויש פון פארקוקען פין זייערע חטאים, ע"ד שמור לי ואשמור לך.
#כתבתי בלי הוכחות.

מנחם ציון » זונטאג יאנואר 10, 2021 12:58 pm

· #465393
תרמב
יעדער איז פארשטומט, ס’איז נישט דא וואו אויסצוגעבן די ווייטאג.

אויף קאווע שטיבל 😃 😃

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יאנואר 10, 2021 3:02 pm

· #465402
שמחהלע קאפשטיק
זופ מיט מאנדלען
איין זאך פארשטיי איך נישט...טוויטער איז א אנגעזעהנע עפפ, אירע באלעבאטים מאכן אסאך געלט, וואס פונקטליך פעלט זיי אז זיי זאלן דארפן אויפקאכן אזא קאשע?....פאר טראמפ שאט עס נישט, די דעמאקראטן פארדינען אויך לכאורה נישט קיין סאך, וואס פארדינט טוויטער פון דעם?

ווי עס קוקט אויס איז אסאך קעש פון די דעמאקראטישע שישקעס אינוואלווד, אדער אלס א אויסטויש פון פארקוקען פין זייערע חטאים, ע"ד שמור לי ואשמור לך.
#כתבתי בלי הוכחות.

בלי הוכחות ובלי קאממאן סענס....

פאליטיקאנט » מאנטאג יאנואר 11, 2021 4:30 am

· #465484
Re: מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!
זופ מיט מאנדלען
איין זאך פארשטיי איך נישט...טוויטער איז א אנגעזעהנע עפפ, אירע באלעבאטים מאכן אסאך געלט, וואס פונקטליך פעלט זיי אז זיי זאלן דארפן אויפקאכן אזא קאשע?....פאר טראמפ שאט עס נישט, די דעמאקראטן פארדינען אויך לכאורה נישט קיין סאך, וואס פארדינט טוויטער פון דעם?
עס איז די כח פון שטופן אן אגענדע און זיין נאך מער אנגעזען מיט'ן טון די "ריכטיגע שריט" אין צייט פון "נויט".

דארפסט אביסל פארשטיין וויאזוי די לינקע קוקן אן טראמפ און די איצטיגע אומרוען, זיי האלטן באמת אז דאס דארף מען יעצט טוען.

(שווארצענעגער האלט באמת אז עס איז ממש ווי קריסטאלנאכט...)

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 11, 2021 10:50 am

· #465496
ס'איז ממש אזויווי דו זאגסט, כ'האב אמאל גערעדט מיט איינע וואס איז געווען מורא'דיג אבסעסד מיט די געדאנק צוצוגלייכן די detention camps ביי די מעקסיקאנע גרעניץ צו אוישוויץ, זי האט גערעדט מיט אזא אייפער און ערנסטקייט און ס'איז פשוט נישט געווען מיט וועם זיך צו טענה'ן, ס'איז געווען כאילו דו זאלסט זיך טענה'ן מיט א רעליגיעזע מענטש איבער גאט אדער זיין רעליגיע. צו מיר זעהט עס אויס ווי א cognitive bias וואס די מענטשן האבן צו פילן ווי זיי לעבן מיט א זייער וויכטיגע געשעעניש, זעהט אויס ווי דאס לעבן אין 2021 איז צו לאנגווייליג און טרוקן פאר זיי און זיי זוכן עקשן. זיי קוקן צוריק צו די שפאנונגספולע צייטן פון די 1930'ס און 1940'ס וויפיל פאן ס'איז געווען דאן צו לעבן, ס'געווען א היטלער, נאציס, קאנצענטראציע לאגערן, גאז קאמערן, קרעמעטאריומס, מלחמות, א ווארשעווע געטאו, עקשן!! און וואס האבן מיר היינט? גארנישט, אפאר אנאנימע רוסישע און כינעזע העקערס, וועם וועט מען באשולדיגן אין אלע אונזערע פראבלעמען? וועם וועט מען פיינט האבן? פאר וועם וועט מען זיך קענען אננעמען? אויף וואס וועט מען קענען זיך מוסר נפש זיין? וואו וועט מען אויסגעבן די אנגעזאמלטע ענערגיע? זייער מוח דארשט נאך מיינונגספולע עקשן, ס'זאל זיך טוהן לעבעדיג. און אז די מוח זוכט עקשן טרעפט עס שוין וואו עס אריינצוטייטשן.

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 11, 2021 11:40 am

· #465498
למעשה האט זיך עס אין די 30-40 יארן אויך ערגעץ אנגעפאנגען....

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 11, 2021 11:54 am

· #465499
און וויפיל מאל האבן די עקשן דארשטענדע געמיינט אז ס'פאנגט זיך נאכאמאל אן און ס'האט זיך (צו זייער גרויס אנטריסונג) אויסגעלאזט מיט גארנישט? כ'מיין די גאנצע האלאקאוסט האט זיך דאך נאר אנגעפאנגען דורך מענטשן וואס זענען סתם געווען דארשטיג פאר עקשן, קוק דא. זיי זענען די וואס מאכן די חורבנות און נאכדעם קומען זיי ווייזן "זעהסט כ'האה דיר געזאגט!"

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 11, 2021 1:44 pm

· #465502

לייבל שטילער » מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:36 pm

· #465508
רביה''ק זי''ע
ס'איז ממש אזויווי דו זאגסט, כ'האב אמאל גערעדט מיט איינע וואס איז געווען מורא'דיג אבסעסד מיט די געדאנק צוצוגלייכן די detention camps ביי די מעקסיקאנע גרעניץ צו אוישוויץ, זי האט גערעדט מיט אזא אייפער און ערנסטקייט און ס'איז פשוט נישט געווען מיט וועם זיך צו טענה'ן, ס'איז געווען כאילו דו זאלסט זיך טענה'ן מיט א רעליגיעזע מענטש איבער גאט אדער זיין רעליגיע. צו מיר זעהט עס אויס ווי א cognitive bias וואס די מענטשן האבן צו פילן ווי זיי לעבן מיט א זייער וויכטיגע געשעעניש, זעהט אויס ווי דאס לעבן אין 2021 איז צו לאנגווייליג און טרוקן פאר זיי און זיי זוכן עקשן. זיי קוקן צוריק צו די שפאנונגספולע צייטן פון די 1930'ס און 1940'ס וויפיל פאן ס'איז געווען דאן צו לעבן, ס'געווען א היטלער, נאציס, קאנצענטראציע לאגערן, גאז קאמערן, קרעמעטאריומס, מלחמות, א ווארשעווע געטאו, עקשן!! און וואס האבן מיר היינט? גארנישט, אפאר אנאנימע רוסישע און כינעזע העקערס, וועם וועט מען באשולדיגן אין אלע אונזערע פראבלעמען? וועם וועט מען פיינט האבן? פאר וועם וועט מען זיך קענען אננעמען? אויף וואס וועט מען קענען זיך מוסר נפש זיין? וואו וועט מען אויסגעבן די אנגעזאמלטע ענערגיע? זייער מוח דארשט נאך מיינונגספולע עקשן, ס'זאל זיך טוהן לעבעדיג. און אז די מוח זוכט עקשן טרעפט עס שוין וואו עס אריינצוטייטשן.


איך וואלט ענדערש געזאגט אז זיי ווילן זיך שפירן "וויכטיג" ווי זוכען 'עקשען' אבער די פוינט איז אמת.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:45 pm

· #465510
ס'איז איין זאך, סתם עקשן איז נישט גענוג פאר די חברה, ס'דארף זיין עפעס meaningful, נישט סתם א ווידיאו געים מיט א סקריען און פאנדלעך, זיי דארפן פילן ווי ס'איז עכט! די זעלבע זאך איז אויך מיט די ראיאטן אין קעפיטעל היל, די מאסן וואס האבן זיך אריינגעבראכן אין קאנגרעס האבן ממש געפילט ווי נאפאליאן בשעתו וואס האט זיך אריינגעבראכן אינעם פראנצויזישן קאנגרעס, ס'נישט סתם א סאטמארע דעמאנסטראציע ווי מ'שיסט לופטיגע דערקלערונגען און מ'גייט אהיים האפנדיג אז מ'האט געפועלט אלעס גוטס, ס'איז אן עכטע זאך! מ'האט זיך העלדיש אריינגעבראכן אינעם קאנגרעס! דאס איז נישט סתם א דעמאנסטראציע, ס'איז אן אויטענטישע פריעקינג עכטע coup! אקוראט ווי אין די מחניים ביכלעך. און און און ס'איז אן עכטע איבערלעבעניש!

לייבל שטילער » מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:52 pm

· #465511
יא יא.
ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז די זעלבט זאך טרעפט מען ביי אונז, ס'איז אלץ דא די וואס האבן ליב צו מאכן א טראסק אז דאס איז א "גזירה" און יענץ איז א "גזירה'', גזירת החינוך, מילה, ערקתא דסאני, זיי ליינען ביכער פון די העלדישע אידן ביי די גזירות אין רוסלאנד, וכו', און ס'גלוסט זיך זיי עקשען.... ס'איז נישט אינטרעסאנט ווען קיינעם באדערט נישט דיין אידישקייט און מלאזט דיך דינען דעם אויבערשטען...

דוראק » מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:28 pm

· #465513
רביה''ק זי''ע
ס'איז ממש אזויווי דו זאגסט, כ'האב אמאל גערעדט מיט איינע וואס איז געווען מורא'דיג אבסעסד מיט די געדאנק צוצוגלייכן די detention camps ביי די מעקסיקאנע גרעניץ צו אוישוויץ, זי האט גערעדט מיט אזא אייפער און ערנסטקייט און ס'איז פשוט נישט געווען מיט וועם זיך צו טענה'ן, ס'איז געווען כאילו דו זאלסט זיך טענה'ן מיט א רעליגיעזע מענטש איבער גאט אדער זיין רעליגיע. צו מיר זעהט עס אויס ווי א cognitive bias וואס די מענטשן האבן צו פילן ווי זיי לעבן מיט א זייער וויכטיגע געשעעניש, זעהט אויס ווי דאס לעבן אין 2021 איז צו לאנגווייליג און טרוקן פאר זיי און זיי זוכן עקשן. זיי קוקן צוריק צו די שפאנונגספולע צייטן פון די 1930'ס און 1940'ס וויפיל פאן ס'איז געווען דאן צו לעבן, ס'געווען א היטלער, נאציס, קאנצענטראציע לאגערן, גאז קאמערן, קרעמעטאריומס, מלחמות, א ווארשעווע געטאו, עקשן!! און וואס האבן מיר היינט? גארנישט, אפאר אנאנימע רוסישע און כינעזע העקערס, וועם וועט מען באשולדיגן אין אלע אונזערע פראבלעמען? וועם וועט מען פיינט האבן? פאר וועם וועט מען זיך קענען אננעמען? אויף וואס וועט מען קענען זיך מוסר נפש זיין? וואו וועט מען אויסגעבן די אנגעזאמלטע ענערגיע? זייער מוח דארשט נאך מיינונגספולע עקשן, ס'זאל זיך טוהן לעבעדיג. און אז די מוח זוכט עקשן טרעפט עס שוין וואו עס אריינצוטייטשן.

ס'איז גאָר טשיקאַווע אַז איר שרײבט די גאַנצע דרשה אין אַן אשכול מיטן קעפּל „מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד”...

לייבל שטילער » מאנטאג יאנואר 11, 2021 8:31 pm

· #465517
לייבל שטילער
יא יא.
ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז די זעלבט זאך טרעפט מען ביי אונז, ס'איז אלץ דא די וואס האבן ליב צו מאכן א טראסק אז דאס איז א "גזירה" און יענץ איז א "גזירה'', גזירת החינוך, מילה, ערקתא דסאני, זיי ליינען ביכער פון די העלדישע אידן ביי די גזירות אין רוסלאנד, וכו', און ס'גלוסט זיך זיי עקשען.... ס'איז נישט אינטרעסאנט ווען קיינעם באדערט נישט דיין אידישקייט און מלאזט דיך דינען דעם אויבערשטען...


און אלץ אן הוספה, היינו טעמא פ"וו די אסימעלאציע אין אמעריקא איז געווען אזוי הויעך בשנים קדמניות, ווייל די אלע רדיפת הדת פון די לעצטע טויזנט יאר אין אייראפע און אפילו אין קאמינסטישע רוסלאנד האט געגעבן meaning און action, מ'האט געפיהלט העלדיש, וויכטיג און חשוב אז מ'לאזט זיך נישט נאר מ'קעמפט פאר אידישקייט. ווידער אין אמעריקא האט דיך קיינער נישט אנגעקוקט, קיינעם גייט נישט אן צו דו היטסט שבת צו נישט, קיינער שטערט דיך נישט פון פראקטעצירן דיין רעליגיע, סה"כ געב דיך אליינס אן עצה מיט א דזשאב וכו', דאס איז שווערער ווי אלעם.

מנחם ציון » דינסטאג יאנואר 12, 2021 5:43 pm

· #465540
לפי @שטילער שטימט די קאמף קעגן טעכנעלאגיע....
פון ביידע זייטן...