מענדל האט גארנישט געהאט אזא ליבשאפט צו זיין פאטער, ווען דווקא צום זיידן האט ער יא שטארק געצויגן. און כאטש ער וואלט ווען יא געדארפט פארציילן פאר'ן זיידן, גענוי וואס קוועטשט עהם טיף אין נשמה, נישט צען יאר, נאר באלד פערציג יאר!
א טאטע בלייבט א טאטע, און כאטש זיין טאטע האט זיך מיט עהם נישט אפגעגעבן ווי ער וואלט ערווארטעט, דאך קומט נישט אריין די ווארט שנאה קעגן עהם, דאך אויך נישט אהבה, און זיכער נישט וויפיל ער האט צום זיידן זיינע, וואס איז שוין היבש אין די ניינציגערס.
ער וואלט עס שוין פארציילט פאר'ן זיידן, נאר ער וואלט עהם נישט מצער געווען, ווען ער וואלט עהם אוודאי געוואלט העלפן און מענדל איז זיכער ביי זיך אז ס'נישטא קיין הילף.
אויב ס'דא איינער וועמען מענדל האט פארטרויעט זיין וואונד, וואס איז פארדעקט פון די אויגן, און ליגט אבער ביים הארצן, דאס איז זיין געטרייע אשת חיל, מרים, וואס כאטש זי איז נישט געווען זיין בחירה לכתחילה חתונה צו האבן מיט איר, אבער ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז געטריישאפט האט זי מער ווי סיי וואס מ'קען זיך פארשטעלן.
אבער העלפן קען זי נישט גארנישט, כאטש מיט-קרעכצן, און זיך האלטן דאס מויל, נישט פארציילן קיינעם וואס איר לעבנס שותף מענדל האט ער נישט איינמאל פארציילט, און אנגעוויזן אז דאס וואס ער טוט אמאל מאדנע זאכן, איז דאס אלעס א דאנק דעם.
*
ווי שיין זענען די גראז און ביימער, און די וואלקענעס ארום. ווער רעדט נאך פון די פרישע לופט וואס געבט ממש א שטיק חיות פאר זיי ביידע.
מרים און מענדל זענען אויף וואקאציע, און די קינדער געלאזט ביי פריינד צו האלטן. אט יעצט קען מענדל פריי עפענען דאס מויל, און ווידער איבערקייען זיין ווייטאג. און מרים נעמט דאס אריין אין זיך, און פארדעקט דאס מיט פארשטענדעניש.
ווי שיין זענען געווען די ביימער, און די גאנצע בריאה, אויך פערציג יאר צוריק. אבער נאר יעצט איז מענדל זוכה צו שלונגען די הנאה פון זיי, ווייל דעמאלטס אלץ קינד האט ער נישט געהאט די קאפ פארדעם. זיין קאפ איז געווען פארנומען ווי א קנעכט, ווי א שקלאף, ווי א שמאטע... אלץ צופרידנשטעלן זיינע אויבערהארן.
און ער גלייבט זיך אליינס נישט, אז ממש ביי עהם איז געווען א מציאות פון עבדים היינו לפרעו... ער האט מיט אפאר צענדליגע יארן צוריק געליטן אזוי ביטערליך, און געווען 'נישט דער היינטיגער מענדל' ניין! נאר פארקויפט זיין גאנצע מהות פאר אנדערע.
ס'איז די זעלבע הימל, די זעלבע פויגלען וואס שוועבן און שווימען אין די וואלקענעס און אינעם ארום. אבער מענדל איז פארט די זעלבע גייסט. ער איז מענדל! היינט א יש, א גבר, א מענטש. עפעס וואס ער וואלט זיך נישט געגלייבט אין די יארן פון זיינע ערשטע לעבנס טריטן.
ס'דא אסאך וואס האבן נישט ליב קיין קנאבל, און ס'דא אסאך סיבות פארוואס מ'זאל עפעס נישט ליב האבן.
און מענדל מיט קנאבל שטימען דווקא יא, אבער רויטע קנאבל מאכט עהם קאפוויי... הגם ס'נישטא אזא פרוכט! אבער די ווערטער אליינס ווי פון א בייזע חלום, רייסט פון עהם אוועק די מנוחה מיט אזא שטורעם און אויגן בליק, שנעלער ווי דער טייוועל וואס דעקט מכת חושך.
זיי זענען איינגעשטאנען אויף וואקאציע ביי א וואוילע בעל הבית, אבער שוין צו שטארק וואויל... אזוי ווייעך און וואויל, אז די עקרת הבית קען אויף עהם טרעטן מיט נעגל פאנטאפל!
יא, מענדל הערט און זעט גוט צווישן די שעות פון זייער מנוחה, אז ווי וואויל דער מאן איז, האט ער זוכה געווען צו עסן זיין חלק מיט מרור גרעסער ווי א כזית. און וויפיל ער דארף דאנקן גאט, אז ער האט נישט באקומען אזא פארציע.
שיין איז זי די בעלת הבית דארט ווי א רויז, אבער שטעכעדיג און שעדליך ווי שפין. פאר די געסט אלעס מיט אזא געפארבטע שמייכל, און פאר איר מאן, מיט אזא ציפעדיגע כבוד, מיט'ן זעלבן שמייכל אבער געפעפערט אזאנס ביז'ן ברעכן...
און מענדל ווייסט שוין גוט אז ער איז דא געקומען בלויז צוצוזען, און אפדאנקן גאט אז ער וואוינט נישט אין דעם הויז, אז ער האט נישט מקדש געווען דעם טייוול, און אז ער איז היינט פטור במציאות פון דעם פאקטישער יאך אויפ'ן קאפ.
אבער דאס אמאליגע יאך איז נאכאלץ משפיע לרעה אויף עהם, און אזעלכע פעלער טרייבן עהם נאר צום זייגער, צו זען ווען די טאג ענדיגט זיך און ער וועט באלד שוין זיין אויפ'ן וועג אהיים. ווייל אין א שטוב ווי ס'דא רשעות, ווערט מענדל צושפרונגען. ער ווייסט גוט וואס הייסט א גוטע הארץ פאר יענעם, און א מענטשן פרעסער אין שטוב.
*
נאך נאכטמאל אינעם פאדער שטוב אויף א ווייעכער באנק, ווען דער בעל הבית זיצט אין א אינטימליכער שמועס מיט זיין גאסט. און נישט מער און נישט ווייניגער, שטעקט זיך אריין א האנט – אזוי פלוצלינג – און כאפט אן דעם בעל הבית ביים ארבעל און שלעפט עהם ארויס...
מענדל הערט ווי זי שרייעט אויף איר מאן; וואש דיר אויס דיין טעלער, איך בין נישט דיין שלאק!
ס'האט געפעלט א האר, און מענדל זאל אויפהייבן דעם בעזים וואס איז געליגן רואיג אין ווינקל, און דערלאנגן דעם מכשפה אין קאפ! ווי שלעכט קען מען זיין... און נאך ווען געסט זענען דא אונטערן וואנט. אבער ער האט זיך איינגעהאלטן פון כאטש א ווארט צו א גערודער צו מאכן. און האט אנשטאט דעם פארביסן די האנט פאר אויפברויז.
עפעס צו טרונקן ביטע... שרייעט מענדל מיט א בלייעכע פנים, און זי – די מכשפה - קומט צו לויפן מיט אזא איבערמאס ''גוטסקייט''. און ליגט אנידער א גלעזל טיי מיט א קיכל איבערצובייסן – אויב ער דארף... ווייל געסט דארף מען מכבד זיין.
ס'שוין געשטאנען ביי די ליפן זיינע, גרייט ארויסצוזידן מיט כעס אויף איר... רויטע קנאבל!
אבער מענדל האט זיך צוריקגעכאפט דעם צונג, און אפגעשלונגען די מחשבות, א מאך מיט די האנט צו זיך אליינס. אמת, מרים איז א צדיקת!