☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שפעקולאציעס איבער ביידען אטוירני דזשענעראל נאמינאציע

שפעקולאציעס איבער ביידען אטוירני דזשענעראל נאמינאציע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14245

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 11, 2020 9:10 pm

· #460034
שפעקולאציעס איבער ביידען אטוירני דזשענעראל נאמינאציע
עס פארן ארום גרויסע שפעקולאציעס אז ביידען פלאנט צו נאמינירן די ניו יארק גאווערנאר פאר אטוירני דזשענעראל אויב ער געווינט, ווי די באריכטן זאגן פלאנט ביידען עס צו אנדערן נאך פאר די עלעקציעס.



טאקע גוט אז ער איז געווען א אוהב ישראל א האלבע יאר צוריק........
און נאך בעסער אז מיר האבן עם נעכטן געוויזן אז מיר קענען עם געווינען איבער לעגאלע אנגעלעגנהייטן.

תרמב » זונטאג אקטאבער 11, 2020 9:51 pm

· #460038
כאטשיק וועט ער ווערן אויס גאווערנאר

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 11, 2020 11:19 pm

· #460040
פאליטיקאנט
עס פארן ארום גרויסע שפעקולאציעס אז ביידען פלאנט צו נאמינירן די ניו יארק גאווערנאר פאר אטוירני דזשענעראל אויב ער געווינט, ווי די באריכטן זאגן פלאנט ביידען עס צו אנדערן נאך פאר די עלעקציעס.



טאקע גוט אז ער איז געווען א אוהב ישראל א האלבע יאר צוריק........
און נאך בעסער אז מיר האבן עם נעכטן געוויזן אז מיר קענען עם געווינען איבער לעגאלע אנגעלעגנהייטן.

פאליטיקאנט: לא זכיתי להבין. אוואו האבן מיר איהם געוואונען...?! דער סטעיט סופריעם קאורט האט דאך ארויסגעווארפן די אנקלאגע פון אגודת ישראל אקעגן גאווערנאר...!

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 11, 2020 11:22 pm

· #460041
Re: שפעקולאציעס איבער ביידען אטוירני דזשענעראל נאמינאציע
געווינען האב איך נישט געמיינט אין קאורט, נאר אז מיר האבן אויסגעפירט מיט'ן האבן די בתי מדרשים אפן - אבער בעיקר מיטן זיך ארומדרייען אויפ'ן גאס אן קיין מאסקעס כאילו לא היה!

פארוואס האט מען נישט געקענט טאקע אנגיין מיט'ן יום טוב, אבער כאטש ווייזן אז מיר שטעלן זיך צו (אויפ'ן גאס) צו וואס מ'האט לכתחילה פארלאנגט פון אונז????

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 5:15 am

· #460057
Re: שפעקולאציעס איבער ביידען אטוירני דזשענעראל נאמינאציע
פאליטיקאנט
געווינען האב איך נישט געמיינט אין קאורט, נאר אז מיר האבן אויסגעפירט מיט'ן האבן די בתי מדרשים אפן - אבער בעיקר מיטן זיך ארומדרייען אויפ'ן גאס אן קיין מאסקעס כאילו לא היה!

פארוואס האט מען נישט געקענט טאקע אנגיין מיט'ן יום טוב, אבער כאטש ווייסן אז מיר שטעלן זיך צו (אויפ'ן גאס) צו וואס מ'האט לכתחילה פארלאנגט פון אונז????
מיר האבן דאך סייווי נישט געקענט זיך צושטעלן, ווייל די. הקפות האט נאר געמעגט זיין מיט 10 מענאשן וואס איז אומעגליך, כיון דאידחא אידחא

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 5:21 am

· #460058
Re: שפעקולאציעס איבער ביידען אטוירני דזשענעראל נאמינאציע
די חילוק איז אז וואס גייט פאר אין בית מדרש זעט מען נישט און אפי' עס רינט ארויס קען עס ווערן פארשוויגן, משא"כ אויפ'ן גאס.

ווען איך האב מיך מתחצף געווען צום מלמד נישט לעיני הכיתה, האט ער עס אסאך מאל דורכגעלאזט....

מנחם ציון » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 1:37 pm

· #460201
איך קלער אז דער גאווערנער (און דער מעיאר) האט דא א ערענסטע דילעמע, וואו פון איין זייט רודפ'ט מען אים אז ער טוט נישט גענוג, ס'דא אן אויפשטייג, אבער פון די אנדערע זייט איז ער אין גוטע באציאונגען מיט אידן, היימישע ווי נישט. (זאגן אז ער איז אן אנטיסעמיט איז נאן סענס, ער איז ארויס פון זיין וועג און פארטייאישע אינטערעסן פאר אידן'ס וועגן, דאס זעלביגע איז מיט דע בלאזיא)

איז מען אויפגעקומען מיט א מהלך צו גיין שטרענג עד הסוף, און זאגאר טיילן פיינס, אבער נאכאלס האלטן א בלינד אויג אויף די אלע געגנטער.
נעמט א ביישפיל נעכטן ביים ריבניצער, וואו די ראודס זענען געווען אפגעשפארט אפיציעל, אבער דער עולם האט געשטראמט צופוס און ווער ס'האט געוואלט צוקומען האט געקענט, אפילו מיט קארס האט מען געקענט פארקירן עטליכע גאסן נאכן ראוד בלאק.

היינו טעמא דהקפות, וואלט ער נישט געקענט אראפשטעלן שעריפס פארנט פון יעדע גרויסע שוהל און פיינען דעם ציבור היוצאים? ווי נאריש דארף מען זיין צו טראכטן אז זיי ווייסן נישט וואס עס גייט פאר אין די היימישע געגנטער?
און דאס איז טאקע די פאדערונג אויפ'ן ציבור פיטערט נישט די מידיא מעין סטריעם און סאציאלע מיט שטאף שטעלט ענק צו לפנים און שוין





גייענדיג צום דריק האב איך געהערט פון א סקווערער אינגערמאן, אז ישראל משה שפיטצער האט באקומען א פארזיכערונג פון קאומא אז אויב מ'העט גיין מיט מאסקעס וועלן זיי גארנישט טוהן, ווי אויך זאגט ער, אז די לאו ענפארסטמענט האבן באזוכט אין סקווערע שטעטל נאכן ענדיגן דאווענען, ווען דאס ביהמ"ד איז שוין געווען ליידיג, און נתפעל געווארן ווי דער עולם פאלגט דאס געזעץ...

ווי אויך פון א וויזשניצער אינגערמאן האב איך געהערט, אז איינע פון די יושבים ראשונה אין די ווילעדש האט באקומען אן ענדליכע פארשפרעכונג פון דעם עוכר ישראל אכזר הדור עדד דעי שר"י ימ"ש שחיק טמיא

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 12:36 am

· #460249
Re: שפעקולאציעס איבער ביידען אטוירני דזשענעראל נאמינאציע
@מנחם ציון @אנאנים פונקט דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען.

אבער די פראבלעם מיט אונזער אויפפירונג איז שטערקער. אנדערע פאליטיקאנטן זעען וויאזוי מיר פירן זיך עמטליך אויף צו קאומאו און דיבלאזיא, און קענען צוען מסקנות אז עס לוינט נישט צו זיין גוט מיט אונזער קאמיוניטי (און אפשר גאר שלעכט.....), ווייל עס מאכט נישט אויס וויפיל דו וועסט אלס אוועקגעבן, די רגע דו 'פארלאנגסט' פון זיי - און פון גאנץ ניו יארק - א פשוט'ע נארמאלע זאך וואס איז העכסטנס א משהו אומבאקוועם, גייען זיי אינגאנצן פארגעסן פון אלע גוטס און דיך שפייען אין פנים! נישט נאר דאס, נאר דיינע אלע גוטע פריינט / עסקנים / קאמיוניטי לידערס, גייען בלייבן שטיל!



איך בעט נאכאמאל, אויב איינער פון קענמיר מסביר זיין א פארשטענדליכע סיבה פארוואס מיר האבן נישט געקענט גיין מיט מאסקעס אויפ'ן גאס שמחת תורה?. ייש"כ

מנחם ציון » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 12:36 pm

· #460281
איך זעה גראדע נישט די פראבלעם פון פראטעסטירן אויף א נארמאלע פארנעם, ווי נישט ווי איז מען פרוסטרירט,
איך האב גערעדט מיט דעם רייניגער אין אונזער אפיס בילדינג, א היספאנישער ארנטליכער גוי, זייער זיס גראדע (לא תחנם 😕 😕 ), ער זאגט מיר "דו מיינסט אז נאר איר זענט פרוסטרירט? מיר האבן פארלוירן אין אונזער קאמיוניטי אין ריזיגע ציפערן פונקט ווי אין די אידישע געמיינדע, אבער עט סאם פוינט פלאצט מען, מען דארף אנגיין מיט'ן לעבן, מען דארף זיך אויסהאלטן, און מיר האבן צוריק אנגעהויבן מאכן פארזאמלונגען, רעליגיעזע און סתם פארטיס, און די פאליציי רודפ'ט אונז פונקט אזוי.
קאומא איז פונקט אזוי פארהאסט ביי אים, ער טייטלט פונקט אזוי מיט'ן פינגער אויף קאומא אלס דער רוצח פון זיינע נאנטע, (א שאד זיי האבן נישט דעם אויספיהר קרעכץ "נא... מ'יז אין גולעס") זיי האבן אויך ארומגערידערט און געבונטעוועט, דאס איז יומען נעיטשור צו פראטעסטירן ווען מען פילט אונטערדריקט.
אבער דאס וואס איז געווען אין בארא פארק איז אבסורד און נאריש מיט קיין שום געוואונטשענע רעזולטאטן

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:01 am

· #460369
Re: שפעקולאציעס איבער ביידען אטוירני דזשענעראל נאמינאציע
אונזער אידישע וואוטס איז קליין, און עניוועי ריפאבליקען.