☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז שוין געקומען די צייט פאר די רעוואלוציע?

איז שוין געקומען די צייט פאר די רעוואלוציע?

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14242

מבקש אמת » פרייטאג אקטאבער 9, 2020 11:28 am

· #459999
איז שוין געקומען די צייט פאר די רעוואלוציע?
איך בין גאר מחשיב וואס קאווע שטיבל און דער וועקער טוען פאר אונז חסידים וואס ווילן מער אפנקייט און השכלה. אבער די מציאות איז אז עס איז די פאנאטישע רבנים וואס האלטן די לייצעס פון אונזערע קהילות און מוסדות. בשעת אונז האבן הנאה פון גיין אויפן "טריפה'נעם" אינטערנעט און פון ליינען און הערן וואס די חכמי אומות העולם האבן אונז צו זאגן, שיקן אונז אונזערע קינדער און מוסדות וואס וואלטן זיי ארויסגעווארפן אויב וואלטן זיי געוואוסט וואס אונז טוען און ווי מ'ברענגט זיי אויף צו זיין פאנאטיש, פארמאכט און אומוויסנד. בשעת אונז באוויינען דאס וואס מ'האט אונז נישט געגעבן א באלאנצירטן חינוך אדער די געלעגנהייט צו שטודירן און צו אנעמען א בכבוד'יגע פראפעסיע, טוען אונז די זעלבע עוולה פאר אונזערע קינדער.

אבער אונז האבן נישט קיין ברירה. למעשה ווילן אונז אז אונזערע קינדער זאלן קענען טון שידוכים און זיין א געזונטע טייל פון געזעלשאפט. בנוסף צו דעם האבן אונז מורא צו ארויסקומען אפן קעגן דעם סיסטעם, וויבאלד מ'טוט אונז אנשרעקן מיט חרמות און מיט ארויסווארפן קינדער פון די מוסדות. איז וואספארא אפציעס האבן מיר? אדער קענען מיר לעבן א דאפלטן לעבן, זייענדיג א חסיד אין גאס און א משכיל אינדערהיים, אדער קענען אונז אינגאצן איבערלאזן דאס חסידישן לעבנס שטייגער און זיך אוועקציען פון אונזערע קהילה.

אבער פארוואס זאלן מיר צוזען ווי אונזער קהילה און קולטור וואס אונז האבן ליב גייט צוגרינד און זינקט אונטער וואס הארבערער חומרות און וואס אויסערוועלטליכערע אבערגלויבונגען? פארוואס זאלן מיר איבערלאזן די זינקענדע שיף איידער מיר האבן פרובירט צו פארשטאפן די לעכער? אונז זענען נישט קיין איינצלענע קולות; טויזענטער חסידים שפירן דערשטיקט און ווילן מער אפנקייט. נאר יעדער איינער האט מורא צו רעדן און ארויסקומען אפן אויס פחד פון די קנאים. דערפאר דארפן מיר א רעוואלוציע. מיר דארפן א פאר קוראזשפולע גיבורים צו ארויסקומען אפן און אראפווארפן דאס יאך פון די רבנים און דאס עסטעבלישמענט. אויב אונז קומען ארויס אפן צוזאמען, בפה אחד קענען זייער חרמות אונז נישט שרעקן. מ'וועט ארויסווארפן אונזערע קינדער פון די מוסדות? נו, וועלן אונז אוועקשטעלן אייגענע מוסדות! מ'וועט זיך נישט משדך זיין מיט אונז? וועלן אונז האבן גענוג ציווישן זיך מיט וועמען זיך משדך צו זיין.

און אזא רעוואלוציע איז נישט פרעצעדענטלאז. דאס איז געשען אין שפעט אכצנטן יאר הונדערט מיט די השכלה באוועגונג און דאס קען געשען אין פרי איין-און-צוואנציגסטן יאר הונדערט מיטן "צווייטן השכלה באוועגונג". און דאסמאל וועט דאס זיין פיל גרינגער וויבאלד מיר וועלן האבן די הילף און שטיצע פון אונזערע מאדערן-ארטאדאקסישע געשוויסטער! אונזער באוועגונג וועט באשאפן א נייעם "מאדערנע חסיד", וואס איז באקוועם אין די וועלט, מחונך און אפן. מיר וועלן זיין אינגאנצן אומאפהעניג פון די חרדיש-חסידיש ממסד, מיט אונזערע אייגענע מוסדות, שולן, צייטונגען, ביכער, קאנפערענצן און פירער. אונז וועלן זיין שטאלצע מאדערנע חסידים - נישט ווי היינט וואס אונז דארפן זיך באהאלטן אין בית הכסא אויף צו קענען לייענען עפעס געשריבן ביי א נישט-איד.

איז וואס האלט איר, זענען מיר נאנט צום רעוואלוציע? אפשר זאלן מיר - אלץ ערשטע שריט - צוזאמרופן א קאנפערענץ און גרינדען אן אפיציעלע באוועגונג? אז מיר וועלן האבן אן אפיציעלע באוועגונג וועלן מיר האבן כח און געלט און מאנסשאפט אויף צו קענען אויספירן די רעוואלוציע און ברענגען א ראדיקאלע ענדערונג צו די חשכות פון חרדיש-חסידיזם.

(אויב וואלט איך נאך היינט געווען אין די קהילה וואלט איך אליין געטון די ערשטע שריט צו באשאפן די באוועגונג. אבער איך האב פארלאזט די קהילה פינף יאר צוריק, נישט ווייל איך האב געוואלט נאר וויבאלד מען האט מיך ארויסגעשטויסן. די רעוואלוציע מוז קומען פון אינערווייניג, מענטשן ווי מיך קענען נאר צוקוקן און צוהעלפן, אבער נישט פירן.)

מיינונגזאגער » פרייטאג אקטאבער 9, 2020 11:39 am

· #460001
א גוט קוויטל מבקש אמת. זייער שטארקע דיבורים. און יא איך עגרי מיט דיר אז קאווע שטיבעל און דער וועקער שטעלן צו א שטארקע פלאטפארמע פאר די אפן קעפיגע חסידים (און משכילים), אבער על דא עקא, מאנכע פון די אפן קעפיגע חסידים זענען דא מיט די ידיעה פון בני משפחתם, נישט בלויז די רבנים און קהילות אינטערדרוקן די אפן קעפיגע, נאר ווען די אייגענע בני בית זייערע זענען אויך נישט איינשטימיג מיט זייער אפן קעפיגקייט דארפן זיי סעקריפייסן א סאך מער ווי נאר די קהילות און חסידות'ער צו ווי זיי באלאנגען.
די פראבלעמען הייבן זיך אן אין די שטובער ווי די דאבל לייף הייבט אן צו ארויסגעבן די פירות נישט נאר פון די מוסדות'ער. די מוסדות וואלטן געווען אין א שווערע דילעמע ווען מען וואלט ווען קודם רעוואלוציאנירט אין די אייגענע שטוב, דאן וואלטן די מוסדות נישט געהאט קיין 100% קאנטראל אויף קיינעם.

דאס איז נאר מיין מיינונג פון מיין עקספיריענס, מוז נישט זיין אז איך בין גערעכט. אדרבה ירא הקהל וישפוט, זייט האנעסט מיט זיך אליינס, און דוק ותשכח וואס עס לאזט דיך נישט לעבן די לעבן וואס דו ווילסט. אויב די מערהייט פונעם עולם איז טאקע נאר די מוסדות, מיט די רבי'ס איז דער פראבלעם אסאך קלענער.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 9, 2020 12:14 pm

· #460004
איך גלייב נישט אז מ'קען איבערמאכן די סיסטעם, השכלה האט נישט איבערגעמאכט די סיסטעם, מ'האט נאר ארויסגעווארפן אזויפיל מענטשן ביז ס'געווארן גענוג גרויס צו מאכן א קהילה פאר זיך. דאס איז די וויזיע וואס איך האב פאר די היינטיגע מצב אויך, ס'וועלן אזויפיל מענטשן ארויספאלן פונעם רעדל ביז ס'וועט זיך פארעמען א קהילה פאר זיך, און מיינד יו מי, די קהילה פארעמט זיך שוין אינגרויסן! ס'פעלן נישט קיין אזויגערופענע OTDs וואס האבן א געפיל און ברען פאר אידישקייט, געב עס נאך אפאר יאר און זיי וועלן גענוג גרויס ווערן און ס'וועט ווערן אן אפיציעלע מאוומענט מיט רבנים און רבניות, משפיעים און משפיעות, מוסודות החינוך והחסד, און חסידישע ווארעמקייט וועט ברענען ביז משיח'ס טאג.

נ.ב. איך האב נישט הנאה פון דיין לעיבעל "מאדערנע חסיד", ס'מאכט עס אויסזעהן כאילו די אלגעמיינע חסידיזם איז עפעס ווייניגער מאדערן ווי דיין וויזיע פאר חסידיזם. איך וואלט מיך נישט געפילט באקוועם זיך צו אידענטיפיצירן אלס "מאדערן", פארקערט, איך בין אן אלטמאדישע איד וואס איז שטעקן געבליבן אין די צייטן פאר אידישקייט האט באקומען די אלע זינלאזע הלכות. איך וואלט מיך ענדערש פאררופן אלס "פארשטענדליכע חסיד" אדער "מענטשליכע חסיד".

מיינונגזאגער » פרייטאג אקטאבער 9, 2020 12:51 pm

· #460007
Re: איז שוין געקומען די צייט פאר די רעוואלוציע?
רביה''ק זי''ע

Wow דפח״ח שפתיים ישק

Sent from my iPhone using Tapatalk

במדבר » פרייטאג אקטאבער 9, 2020 1:33 pm

· #460010
די רעוועלאציע באריכטעט אין די אלגעמיינע פרעסע. 😉

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 9, 2020 4:57 pm

· #460018
מבקש אמת:ערשטנס וויל איך אויסדרוקן מיין טיעפסטע סימפאטיע צו דיר איבער דעם פאקט וואס דו פארציילסט אז מ'האט דיך ארויסגעשטויסן און געצווינגען צו פארלאזן די קהילה וואו דו ביסט אויפגעוואקסן.

איך דערהער דעם אויסדרוק פון צער אין דיין פארלאנג אז ס'זאלל פארקומען א רעוואלוציע אין אידישקייט וואו מ'זאלל אריינברענגען מער השכלה און אפנקייט. און דער נייער דור פון דעם היימישן עולם זאלל האבן וועלטליכע בילדונג און אריינגיין אין די פרייע פראפעסיעס ווי זיין דאקטוירים און לאיערס. ארכיטעקטן און דעזיינערס.

צווישן אנדערע ברענגסט דו אראפ א פארגלייך צו די אמאליגע, אריגינאלע..."השכלה"... באוועגונג.

מיין פראבלעם מיט די אמאליגע ..."השכלה"... איז אז דער ענד ציהל אדער באגלייט ערשיינונג איז געווען אראפצווארפן פון זיך דעם עול פון תורה און פראקטיצירן די מצוות ה'. ווייל ס'איז אויך מעגליך --ספעציעל אין די היינטיגע צייטן-- צו זיין סיי געבילדעט מיט וועלטליכע בילדונג, אריינגערעכנט היי סקול און קאלעדזש. און זיין אן ערליכער איד א מאמין בה' ובתורתו.

נאר ביז צו די גרויסע רעוואלוציע וואס זאלל למשל זיין אויף א פארנעם ווי די באלשעוויסטישע רעוואלוציע. קענען מיר (א יעדער איינציגער יחיד) טון קליינע, אבער וויכטיגע שריט מיט'ן ציהל צו פיהרן צו א גוטע עדיוקעישן פאר אונזערע קינדער און אייניקלעך. אנגעהויבן פון א גוטע עלעמענטארע חינוך סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש. ביז שיקן אונזערע קינדער לערנען אין ערליכע קאלעדזשעס אזוי ווי ..."טורא"... און אנדערע. וואו די פראפעסארס זענען אלע ערליכע אידן יראי ה' און תלמידי חכמים.

למשל דער אויבנדערמאנטער טורא קאלעדזש האט צווישן אנדערע א פראפעסאר וועלכער איז א תלמיד חכם און ירא שמים. און ער קען זיך פארמעסטן מיט סיי וועלכן פראפעסאר פון די פראמינענטסטע קאלעדזשעס. ער הייסט דר. הענרי (הילל) עברעמסאן. זיין ספעציאליטעט איז אידישע און וועלטליכע היסטאריע.

מיינונגזאגער » פרייטאג אקטאבער 9, 2020 5:17 pm

· #460021
Re: איז שוין געקומען די צייט פאר די רעוואלוציע?
במדבר
די רעוועלאציע באריכטעט אין די אלגעמיינע פרעסע.

אה ריוואלט? קיין פענסטער נישט געשאסען, קיין קארס נישט פארברענט, קיין איין ברעכן אין סטארס נישט פאסירט, אביסעלע קולות און פארברענען מאסקעס איז א רעוואלט? דאס איז א פשוטער וויי געשריי מיט די קול קול יעקב. די ידים ידי עשיו ליגט נישט באנונז.

Sent from my iPhone using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 9, 2020 5:33 pm

· #460022
מיינונגזאגער: אלעס איז רעלאטיוו. מ'דערווארט נישט פון א שחור א לאו-לייף און אנדערע ציגיינערס עפעס אנדערש ווי זייער געוואוינהייט און נאטור. ווען זיי הרג'נען נישט קיין מענטשן הייסט עס א..."פיעספול פראטעסט" ... ווי וואס מ'דערווארט פון א חסיד'ישן איד מיט שטריימל און בעקישע.

ווען א חסיד'יש געקליידעטער איד הייבט אויף זיין קול הייסט עס שוין א ..."שטורעמישע"... דעמאנסטראציע...!

מיט דעם אופן וואס די בייעס'ט מידיא טוען רעפארטן די געשעענישן אין די אידישע געגנטן זענען זיי אליינס מודה וואס זיי האלטן פון די שחורים און אנדערע ציגיינערס...!

דוראק » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 7:44 am

· #460059
ר' מבקש, איר ווילט אַז אי די ציג זאָל זײן גאַנץ אי דער וואָלף זאָל זײן זאַט. מ'קאָן ניט טאַנצן אויף אַלע חתונות. איר ווילט זײן מאָדערן אָרטאָדאָקס – געזונטערהייט, קיינער שטערט אײך ניט. אָבער איר ווילט זײן מאָדערן אין דער חרדישער געזעלשאַפט. דאָס איז אַ סתירה מיניה וביה.

די רעוואָלוציע פון וועלכער איר רעדט האָט שוין פון לאַנג פּאַסירט, אָבער איר ווילט נאָר די רעוואָלוציע און ניט אירע אומפאַרמײדליכע תוצאות.

moneyminded » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 7:36 pm

· #460227
Re: איז שוין געקומען די צייט פאר די רעוואלוציע?
מבקש אמת
איך בין גאר מחשיב וואס קאווע שטיבל און דער וועקער טוען פאר אונז חסידים וואס ווילן מער אפנקייט און השכלה. אבער די מציאות איז אז עס איז די פאנאטישע רבנים וואס האלטן די לייצעס פון אונזערע קהילות און מוסדות. בשעת אונז האבן הנאה פון גיין אויפן "טריפה'נעם" אינטערנעט און פון ליינען און הערן וואס די חכמי אומות העולם האבן אונז צו זאגן, שיקן אונז אונזערע קינדער און מוסדות וואס וואלטן זיי ארויסגעווארפן אויב וואלטן זיי געוואוסט וואס אונז טוען און ווי מ'ברענגט זיי אויף צו זיין פאנאטיש, פארמאכט און אומוויסנד. בשעת אונז באוויינען דאס וואס מ'האט אונז נישט געגעבן א באלאנצירטן חינוך אדער די געלעגנהייט צו שטודירן און צו אנעמען א בכבוד'יגע פראפעסיע, טוען אונז די זעלבע עוולה פאר אונזערע קינדער.

אבער אונז האבן נישט קיין ברירה. למעשה ווילן אונז אז אונזערע קינדער זאלן קענען טון שידוכים און זיין א געזונטע טייל פון געזעלשאפט. בנוסף צו דעם האבן אונז מורא צו ארויסקומען אפן קעגן דעם סיסטעם, וויבאלד מ'טוט אונז אנשרעקן מיט חרמות און מיט ארויסווארפן קינדער פון די מוסדות. איז וואספארא אפציעס האבן מיר? אדער קענען מיר לעבן א דאפלטן לעבן, זייענדיג א חסיד אין גאס און א משכיל אינדערהיים, אדער קענען אונז אינגאצן איבערלאזן דאס חסידישן לעבנס שטייגער און זיך אוועקציען פון אונזערע קהילה.

אבער פארוואס זאלן מיר צוזען ווי אונזער קהילה און קולטור וואס אונז האבן ליב גייט צוגרינד און זינקט אונטער וואס הארבערער חומרות און וואס אויסערוועלטליכערע אבערגלויבונגען? פארוואס זאלן מיר איבערלאזן די זינקענדע שיף איידער מיר האבן פרובירט צו פארשטאפן די לעכער? אונז זענען נישט קיין איינצלענע קולות; טויזענטער חסידים שפירן דערשטיקט און ווילן מער אפנקייט. נאר יעדער איינער האט מורא צו רעדן און ארויסקומען אפן אויס פחד פון די קנאים. דערפאר דארפן מיר א רעוואלוציע. מיר דארפן א פאר קוראזשפולע גיבורים צו ארויסקומען אפן און אראפווארפן דאס יאך פון די רבנים און דאס עסטעבלישמענט. אויב אונז קומען ארויס אפן צוזאמען, בפה אחד קענען זייער חרמות אונז נישט שרעקן. מ'וועט ארויסווארפן אונזערע קינדער פון די מוסדות? נו, וועלן אונז אוועקשטעלן אייגענע מוסדות! מ'וועט זיך נישט משדך זיין מיט אונז? וועלן אונז האבן גענוג ציווישן זיך מיט וועמען זיך משדך צו זיין.

און אזא רעוואלוציע איז נישט פרעצעדענטלאז. דאס איז געשען אין שפעט אכצנטן יאר הונדערט מיט די השכלה באוועגונג און דאס קען געשען אין פרי איין-און-צוואנציגסטן יאר הונדערט מיטן "צווייטן השכלה באוועגונג". און דאסמאל וועט דאס זיין פיל גרינגער וויבאלד מיר וועלן האבן די הילף און שטיצע פון אונזערע מאדערן-ארטאדאקסישע געשוויסטער! אונזער באוועגונג וועט באשאפן א נייעם "מאדערנע חסיד", וואס איז באקוועם אין די וועלט, מחונך און אפן. מיר וועלן זיין אינגאנצן אומאפהעניג פון די חרדיש-חסידיש ממסד, מיט אונזערע אייגענע מוסדות, שולן, צייטונגען, ביכער, קאנפערענצן און פירער. אונז וועלן זיין שטאלצע מאדערנע חסידים - נישט ווי היינט וואס אונז דארפן זיך באהאלטן אין בית הכסא אויף צו קענען לייענען עפעס געשריבן ביי א נישט-איד.

איז וואס האלט איר, זענען מיר נאנט צום רעוואלוציע? אפשר זאלן מיר - אלץ ערשטע שריט - צוזאמרופן א קאנפערענץ און גרינדען אן אפיציעלע באוועגונג? אז מיר וועלן האבן אן אפיציעלע באוועגונג וועלן מיר האבן כח און געלט און מאנסשאפט אויף צו קענען אויספירן די רעוואלוציע און ברענגען א ראדיקאלע ענדערונג צו די חשכות פון חרדיש-חסידיזם.

(אויב וואלט איך נאך היינט געווען אין די קהילה וואלט איך אליין געטון די ערשטע שריט צו באשאפן די באוועגונג. אבער איך האב פארלאזט די קהילה פינף יאר צוריק, נישט ווייל איך האב געוואלט נאר וויבאלד מען האט מיך ארויסגעשטויסן. די רעוואלוציע מוז קומען פון אינערווייניג, מענטשן ווי מיך קענען נאר צוקוקן און צוהעלפן, אבער נישט פירן.)
איך קען א שיינע פאר אינגעלייט וואס האבן געמופט פון בארא פארק/וויליאמסבורג/קרית יואל קיין מאנסי א שיינע פאר יאר צוריק, זיי האבן זייערע קינדער געשיקט אין חב"ד אדער ערגעץ אנדערש ווער עס האט אנגענומען זייערע קינדער , זיי טיען שוין שידוכים מיט זייערע קינדער וואס זענען געגאנגען אין קאליזש וכו' , די רעוואליציע איז שוין לאנג געקומען פאר ווער עס וויל עכט, ווילסט אז סאטמאר/פאפא/וויזניץ מוסדות זאלן ווערן ווי א קאליזש? וואס פאר א חלום פונקטליך ערווארטסטו זאל געשען ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:08 am

· #460377
רביה"ק זאגט "איך גלייב נישט אז מ'קען איבערמאכן די סיסטעם"
מאנימיינדעד זאגט "ווילסט אז סאטמאר/פאפא/וויזניץ מוסדות זאלן ווערן ווי א קאליזש?"

איך פארשטיי יא וואס דער מבקש אמת זאגט. עס איז טאקע דא אסאך אידן וואס זענען אויפגעקלערט, יעדער איינער אויף זיין לעוועל, אבער עס איז נישט פארהאן קיין שום כח המאחד. מען רעדט נישט פון טוישן די יעצטיגע מוסדות, דאס קענען אונז נישט טון. מען רעדט נישט פון גיין צו מאדערן ארטאדאקס מוסדות, דאס קענען אונז אויך נישט טון. מען רעדט פון פראבירן צו ארויסהעלפן די אידן וואס זענען אין די מצב.

פארוואס זענען דא ארגענעזאציעס פאר יעדע סארט פראבלעם וואס עס זאל זיך נישט מאכן, און פונקט אונז קענען זיך נישט צוזאמקראצן עפעס א כח?

וואס די ארגענעזאציע/אינסטיטוציע זאל טון ווייס איך נישט, אויב וואלט איך געוואוסט וואלט איך געטון. איך גלייב אויב וואלטן ערוואקסענע מענטשן געזיצן און מטכס עצה געווען, און געווען גרייט אריינצולייגן צייט און כח, וואלט עפעס ארויסגעקומען.

moneyminded » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:12 am

· #460378
טון וואס ?
עס איז דא טערעפיסטן פאר יעדע זאך, איך קען גענוג וואס גייען און העלפן זיי ארויס, אין מאנסי איז אויך דא עטליכע חסידישע מוסדות וואס זענען פאר אפען מיינדעד מענטשן און סאיז זייער פיין, אבער טאמער דאס אלעס איז נישט גענוג, איז טערעפי די שליסל ,רוב פון די זאכן גרעניצט זיך מיט מענטעל אישוס.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:26 am

· #460380
איך ווייס נישט פון וועלכע זאכן דו רעדסט, איך רעד פון טאג טעגליכע פראבלעמען וואס מענטשן מוטשענען זיך דערמיט. לאמיר זאגן איינער גייט מיט א הוט און רעקל אינמיטן זומער אויף די גאס ווייל אויב נישט וועט ער האבן א פראבלעם מיט זיין משפחה, ער גלייבט נישט אז דער באשעפער האט א פראבלעם מיט א טי-שירט און דזשינס. יעדע מאל וואס ער דערמאנט זיך דערפון טוט עס אים וויי, פארוואס שטרענג איך זיך אן על לא דבר.

א צווייטער שפילט נישט קיין ספארטס אפילו ער וויל עכט יא. א דריטער גלייבט בכלל נישט אז עס איז דא א באשעפער, און די הארץ שטעכט אים יעדע וואך ווען ער שטייט ביי קידוש ארומגענומען מיט די משפחה.

דאס איז מענטעל אישוס? קען זיין טעראפי קען אביסל פארגרינגערן פאר געוויסע, אבער נישט דאס איז די נקודה.

----------

אגב, איך האב פארענדיגט מיינט ווערטער "וואס די ארגענעזאציע/אינסטיטוציע זאל טון ווייס איך נישט...", און דערויף פרעגסטו טון וואס?

moneyminded » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:55 am

· #460384
דאס וואס דו רעכנסט אויס זענען אקוראט וואס א טערעפיסט/לייף קאוטש/משפיע/רב/דיין וואס קען העלפן.

יא עס איז נישט גרינג צו טרעפן די ריכטיגע שליח, אבער עס איז דא רעפערעל ארגענעזעישאן'ס וואס העלפן טרעפן די ריכטיגע.

פאר משפיעים איז דא א שטייגער ווי הרב שמואל ניימאן וכדומה,
עס איז דא היינט גענוג, מען ברויך נאר האלטען דערביי, טאמער האלטסטו נישט ביי גארנישט דעמאלס איז עס דיין אייגענע פראבלעם נישט די סאסייעטי.

סתם שרייען טוישן רעוואלוציע מיינט אז די ווילסט גארנישט, ווילסט זיין א ליבערל/געי/גיין נאקעט אויפן גאס/ זיין אויף דראגס, און די זאלסט ווערן גערופן הרבני החסיד, אנטשולדיגט עס ארבעט נישט אזוי.

דוראק » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 5:57 am

· #460388
יעקב מעקסוועל
רביה"ק זאגט "איך גלייב נישט אז מ'קען איבערמאכן די סיסטעם"
מאנימיינדעד זאגט "ווילסט אז סאטמאר/פאפא/וויזניץ מוסדות זאלן ווערן ווי א קאליזש?"

איך פארשטיי יא וואס דער מבקש אמת זאגט. עס איז טאקע דא אסאך אידן וואס זענען אויפגעקלערט, יעדער איינער אויף זיין לעוועל, אבער עס איז נישט פארהאן קיין שום כח המאחד. מען רעדט נישט פון טוישן די יעצטיגע מוסדות, דאס קענען אונז נישט טון. מען רעדט נישט פון גיין צו מאדערן ארטאדאקס מוסדות, דאס קענען אונז אויך נישט טון. מען רעדט פון פראבירן צו ארויסהעלפן די אידן וואס זענען אין די מצב.

פארוואס זענען דא ארגענעזאציעס פאר יעדע סארט פראבלעם וואס עס זאל זיך נישט מאכן, און פונקט אונז קענען זיך נישט צוזאמקראצן עפעס א כח?

וואס די ארגענעזאציע/אינסטיטוציע זאל טון ווייס איך נישט, אויב וואלט איך געוואוסט וואלט איך געטון. איך גלייב אויב וואלטן ערוואקסענע מענטשן געזיצן און מטכס עצה געווען, און געווען גרייט אריינצולייגן צייט און כח, וואלט עפעס ארויסגעקומען.

אַרויסצוהעלפן אידן אין וועלכן מצב?

ווידעראַמאָל, איר קאָנט זײן מאָדערן־אָרטאָדאָקס אָדער חרדיש, אָבער די ביידע גייען ניט אינאיינעם, זיי זײנען אַ תרתי דסתרי.

קלערער גערעדט: ס'איז ניט שייכות במציאות אַז מ'זאָל אָפּמאַכן אָט־אָ די רעוואָלוציע, און נאָך אַ דור צוויי זאָל ניט אַרויסוואַקסן דערפון אַ באַוועגונג ווי די הײנטיקע מאָדערן־אָרטאָדאָקסע – ס'איז ניט שייכות במציאות.

הדא אשר אמרתי – אָדער די ציג איז גאַנץ, אָדער דער וואָלף איז זאַט – ס'קאָן ניט זײן ביידע.

אונטער חכם » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:27 pm

· #460427
Re: איז שוין געקומען די צייט פאר די רעוואלוציע?
ער וויל מסתמא א מאדערן ארטאדאקסיע אין ווי מען רעדט אידיש, מען גייט שטריימל בעקישע, און מען מאכט חסידישע קומזיצן וכו' וכו'.

דער אמת איז, אז יעדער קען עס שוין יעצט האבן, אויב מען האט די משפחה מיט זיך, נאר אין וומסב''ג קר''י איז עס נאך אביסל שווער, אבער מען קען אייביג מופן.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:09 pm

· #460433
דוראק

הדא אשר אמרתי – אָדער די ציג איז גאַנץ, אָדער דער וואָלף איז זאַט – ס'קאָן ניט זײן ביידע.

אנשטאט צו רעדן פון דעם ציג, לאמיר רעדן פונעם נמשל.

מען קען נישט אויסלערנען די קינדער אז זיי מעגן באמת בוחר זיין וואס זיי ווילן, און דערנאך האפן זיי זאלן בוחר זיין דאס וואס דו ווילסט. איז וועלכע נעמט מען?

פאר די אידן וואס וועלן מוותר זיין אויף זייער קינדער'ס בחירה, אבי זיי זאלן זיין ווי זיי ווילן, האבן אונז קהילות וואס זענען מצליח אויף די מהלך (ע"פ רוב).

אונז רעדן פון אידן וואס ווילן נישט אוועקנעמען די בחירה פון די קינדער, ווייל דאס איז נישט וואס אונז דארפן און מעגן טון. איי די קינדער וועלן אפשר בוחר זיין ברע, דאס איז נישט אונזער אחריות, אברהם אבינו האט בלויז מצליח געווען מיט איין קינד, אפילו ער האט געטון אלעס ווי עס דארף צו זיין.

הקטן » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:21 pm

· #460435
יעקב מעקסוועל

מען קען נישט אויסלערנען די קינדער אז זיי מעגן באמת בוחר זיין וואס זיי ווילן, און דערנאך האפן זיי זאלן בוחר זיין דאס וואס דו ווילסט. איז וועלכע נעמט מען?

די תורה נעמט א שטעלאנג און וואס דו זאלסט זאגן און אויסלערנען דיינע קינדער...
און ס'איז דיין אייגן בחירה דאס אנצינעמען אדער נישט.

דו קענסט בוחר זיין בטוב אדער ברע
וואו קימט דאס אריין "רעוואלוציע"?

אָדער די ציג איז גאַנץ, אָדער דער וואָלף איז זאַט – ס'קאָן ניט זײן ביידע.

קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 2:03 pm

· #460439
ביי די השכלה רעוואלוציע האט די עולם באמת געלעבט פרימיטיוו אין גרויס ארעמקייט אין צייטן ווען ס'האבן געבוזשעוועט האס און שנאה אויף אלע פראנטן און ס'איז געווען מסירות נפש צו זיין א איד און ס'איז געווען א ריזיגע אינסענטיוו אפצולאזן אלעס פאר א גרינגע און בעסער לעבן.

היינט איז להיפך געלט איז דא רואיגקייט איז דא קאלטור איז דא, לייף איז גרעיט. ציוואס פארפאטשקען אלעס מיט מסירות נפש פאר אביסלע נארישע אידעאלאגיע?

moneyminded » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:52 pm

· #460482
אונטער חכם
ער וויל מסתמא א מאדערן ארטאדאקסיע אין ווי מען רעדט אידיש, מען גייט שטריימל בעקישע, און מען מאכט חסידישע קומזיצן וכו' וכו'.

דער אמת איז, אז יעדער קען עס שוין יעצט האבן, אויב מען האט די משפחה מיט זיך, נאר אין וומסב''ג קר''י איז עס נאך אביסל שווער, אבער מען קען אייביג מופן.

הוא אשר דברתי,
אפילו אין קרית יואל אין די גלילות זיכער איז שוין דא א שיינע פאר משפחות וואס שיקן די קינדער קיין מאנסי מוסדות, סא זיי קענען טון וואס זיי ווילן,

און אין וויליאמסבורג קענסטו שוין יארן טון וואס דו ווילסט, אבער די אויר ארום איז נישט באקוועם.

קנדה » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:35 pm

· #460487
וואס קען מען טוהן מער ווען מען שיקט אין מאנסי מוסדות ווי ווען מען שיקט אין מאנרא?

ליב צו וויסן » פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:43 am

· #460511
מענער, אומגעפילטערטע סמארטפאונס און קאמפיוטערס אינדערהיים, און פרויען, דרייוון וכדומה.

גרעפיקסער » פרייטאג אקטאבער 16, 2020 12:29 pm

· #460535
וואלט געדארפט זיין אן אשכול ווי יעדער זאל שרייבן וועלכע טשעינדזשעס ער וואלט געוואלט זעין אין אונזער געזעלשאפט. שוין דא אזאנס?

הקטן » פרייטאג אקטאבער 16, 2020 1:22 pm

· #460544
גרעפיקסער
וואלט געדארפט זיין אן אשכול ווי יעדער זאל שרייבן וועלכע טשעינדזשעס ער וואלט געוואלט זעין אין אונזער געזעלשאפט. שוין דא אזאנס?

קַרְיָינָא דְּאִיגַּרְתָּא אִיהוּ לֶיהֱוֵי פַּרְוַונְקָא

דורש אמת » זונטאג מאי 9, 2021 9:33 pm

· #472801
איז שוין געקומען די צייט פאר די רעוואלוציע?
ווי אזוי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די יונגע קרבנות אין מירון
(גענומען פון פארווערטס)

[גאר א חשובער חסידישער רב האט מיר געהאט אריינגעשיקט דעם ארטיקל מיט א צושריפט וזה לשונו אות באות:

! משוגע גוט. אזוי שטארק אמת ליידער. און אזוי גוט אראפ געלייגט

אזויפיל איז אריין געלייגט אין אזא קורצע ארטיקל. און אזוי צו די זאך. ס’איז מלא תוכן און טעם! כ’האב עס כאטש 5 מאל איבער געליינט. איך האב נישט אויפגעהערט וויינען. מען דארף דאס אויף הענגען אין בתי מדרשים אין די גאסן. פאסטן ביי יעדע יודישע שטוב. און אז עס וועט העלפן אפילו פאר געציילטע איז א געוואלד אופגעטוען!

איך בין פשוט נתפעל און ווינדער זיך אויב נאך זעען ווי סאך נישט ארויס געשריבענע שורות איז קאנצעטרעט און ליגט אין יעדע פערל ווארט].

דאס הארץ רייסט צו זעהן אומגליקליכע משפחות באוויינען זייערע קינדער. מיר זענען אויפגעשוידערט פונ'ם זינלאזער סטעמפיד וואס האט ליידער באגראבן אזויפיל קרבנות. צופיל זענען אומגעקומען דעם ל"ג בעומר, און אסך מער זענען ביטער געשעדיגט געווארן, פיל פון זיי יונגע מענטשן אין זייער בליענדיגסטע יארן.

שרגי געשטעטנער, איינער פון די אומגעקומענע, האט מיטגעטיילט אין אן אינטערוויו ניין יאר צוריק, וועגן זיין גליק איבער'ן נייעם מוזיק אלבום וואס ער האט מצליח געווען ארויסצוגעבן. עס פייניגט דאס געוויסן ווען מ׳'עהט אזא איידעלע נפש, וואס איז צוקוועטשט געווארן ה"י.

דער זוהר הק' ברענגט אויף מגילת איכה, אז דער חורבן בית המקדש האט נאר געקענט פארקומען אין פיזישן זין, נאכדעם וואס זי איז אין גייסטישן זין שוין לאנג געווען צובראכן. וויבאלד דאס אינערליכע גלאנץ פון כלל ישראל איז ליידער פארברענט געווארן מיט שנאת חנם, פירוד לבבות און הלבנת פנים, איז שוין זייער גרינג געווען פאר'ן שונא אדורכצודרינגען און פארברענען אויך דאס אויסערליכע גלאנץ…

אזוי קען געזאגט ווערן איבער די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון. דאס גייסט פון די יונגע קינדער איז שוין צוקוועטשט געווארן אסך פריער בעפאר זייער לעבן איז פארשניטן געווארן.

וויאזוי קענען מיר פאראייביגן דעם אנדענק פון די יונגע קרבנות? לאמיר לעילוי נשמתם מחשיב זיין מער די יונגע קינדער וועלכע לעבן נאך.

קינדער זיצן טעגליך אין חדר און עס ווערט פארלאנגט פון זיי זיך אהערצושטעלן ווי זיי וואלטן געווען ראבאטן. זיי ברעכן זיך דעם קאפ צו לערנען ענינים וואס זענען נישט רעלעוואנט אין זייער לעבן און דאס רוב קינדער זענען נישט געאייגנט אויף דעם.

יונגלעך מיט אזויפיל כשרונות דארפן שעות נאכאנאנד זיצן אויף איין פלאץ אן קיין סטימולאציע פאר'ן מח, און זיי ווערן אפט געסטראשעט מיט קלעפ, אויב זיי שטעלן זיך נישט צו גענוי ווי דער מלמד וויל.

ספארט איז ליידער פארבאטן. זיי האבן נישט וואו ארויסצולאזן ענערגיע וועלכע איז וויכטיג פאר'ן גייסטיקן און פיזישן וואוילזיין פונ'ם קינד.

א יינגל קומט אהיים פון חדר אויסגעמוטשעט, נאך א לאנגן טאג, און ניטאמאל דאן האט ער מנוחה. ער מעג נישט מסיח דעת זיין מיט א מאווי אדער א ווידיאו געים ווייל דאס איז אויך פארבאטן.

אין "בעסטן" פאל איז דאס קינד שטיל מיט א יאוש געפיל און געבט זיך אונטער צום דרוק, פרובירנדיג מיט אלע כוחות כאטש צו באקומען קרעדיט פאר'ן זיין א וואויל יונגל. אבער אויב האט דאס קינד נאך עטוואס א פונק פון לעבן אין זיך, איז קיין וואונדער נישט וואס ער קומט אהיים מיט א ביטערניש און קריגט זיך ארום מיט די געשוויסטער. און אוודאי ווער באצאלט די פרייז? אויף וועמענ'ס קאפ גייט עס ארויף? אויף די אנגעהארעוועטע עלטערן.

עטליכע וואכן צוריק האב איך צום ערשטן מאל זיך אנגעטראפן אינ'ם ליד פון מאטי שטיינמעץ ווי ער דערציילט די מעשה פון יענקעלע הכונס. איך האב זיך ביטער צו-וויינט ווייל עס האט זיך אזוי קלאר ארויסגעוויזן דער תהום וואס איז צווישן די אמאליגע דורות אידן און דעם היינטיגן אונטערדריקטן סיסטעם פון פרומקייט.

די ליבשאפט צווישן א קינד מיט די עלטערן איז אזוי וויכטיק אז איך האב אנגעשריבן א ליד וועגן דעם וואס איר קענט הערן דא.

אמאליגע עלטערן האבן געהאט א געלעגנהייט צו בויען אן אמת׳ן קשר מיט זייערע קינדער, און כאטש זיי האבן גארנישט געוואוסט וועגן פסיכאלאגיע, איז אבער זייער טיפע ליבשאפט געווען דאס גרעסטע געווער פאר זייער קינד, און אים געהאלפן איבערלעבן די ביטערסטע צייטן, און בפרט א חורבן וואס די מענטשהייט האט נאך אזוינס נישט בייגעוואוינט.

היינטיגע עלטערן, לאזט מען נישט לעבן. די משפחות זענען היינט צו טאג פיל גרעסער און די תקנות פון די רבנים ווערן וואס א טאג אלס שטרענגער. ווי עס איז דער שטייגער פון מענטשן אונטער דרוק, לעבט מען אין survival mode און עס איז שווער צו בויען די קשר וואס נאטירליך עלטערן האבן מיט קינדער.

א מענטש קען נישט געבן וואס ער האט נישט, און ווען טאטע מאמע האבן נישט קיין רוהיגקייט און צייט פאר זייער אייגענע הנאה, איז נישט יושר צו ערווארטן אז זיי זאלן מאכן מער צייט זיך אפצוגעבן מיט מער ליבשאפט מיט זייערע קינדער. דער סיסטעם איז צובראכן און מיר צאלן דערויף א ביטערע פרייז.

די מידיא רעדט אפט וועגן די עוולה וואס די חסידי'שע חדרים לאזן נישט זייערע תלמידים באקומען א „בעיסיק עדיוקעישאן“ , אבער מ'פארפעהלט צו דערמאנען וואס די קינדער באקומען אנשטאט דעם!

די פאקט אז מ'פלאנצט איין א פחד אין די קינדער איז א פארברעכן.

ווען א קינד ווערט באשולדיגט פאר'ן האבן מענטשליכע געפילן, לאזט דאס איבער א טיפע רושם, און ס'איז גורם שעדליכע תוצאות פאר'ן לעבן.

ס'איז אן עוולה אז א מלמד זאל אריינלייגן א בושה אין א קינד כאילו ער איז א פראבלעם ווייל ער קען נישט זיך צופאסן צו אוממענטשליכע באדינגונגען.

מיר דארפן זאגן „גענוג!“ צו די אומדערטרעגליכע באגרעניצונגען וואס יונגע פרומע קינדער דארפן אויסשטיין, און נישט מער צולאזן אז דאס חסידישע חינוך סיסטעם זאל צוקוועטשן דעם נפש פון אונזערע יונגע קינדער.

קול דמי אחיך צועקים, דאס בלוט פון אונזערע פארלוירענע ברידער רופט צו אונז:

לאמיר זיך אויפוועקן. מיר ווייסן גוט אז די רבנים האבן נישט קיין פלאן צו ראטעווען אונזערע קינדער. עס ליגט א פליכט אויף יעדן פון אונז צו טאן דאס בעסטע וואס מ'קען צו העלפן פארעכטן דעם שרעקליכן מצב.

אונזערע קינדער זענען די צוקונפט פון כלל ישראל. וואס פארא צוקונפט ווילן מיר האבן?

פינטעלע איד » מאנטאג מאי 10, 2021 1:04 am

· #472814
דורש אמת

קינדער זיצן טעגליך אין חדר און עס ווערט פארלאנגט פון זיי זיך אהערצושטעלן ווי זיי וואלטן געווען ראבאטן. זיי ברעכן זיך דעם קאפ צו לערנען ענינים וואס זענען נישט רעלעוואנט אין זייער לעבן און דאס רוב קינדער זענען נישט געאייגנט אויף דעם.

וועלכע לימודים צום ביישפיל זענען יא רעלעוואנט אין לעבן? סייענס, היסטאריע, ארט, דראמא?
פאר איינער וואס האט אין פלאן צו היטן די תורה, איז זייער רעלעוואנט איר צו לערנען.

דורש אמת

אמאליגע עלטערן האבן געהאט א געלעגנהייט צו בויען אן אמת׳ן קשר מיט זייערע קינדער, און כאטש זיי האבן גארנישט געוואוסט וועגן פסיכאלאגיע, איז אבער זייער טיפע ליבשאפט געווען דאס גרעסטע געווער פאר זייער קינד, און אים געהאלפן איבערלעבן די ביטערסטע צייטן, און בפרט א חורבן וואס די מענטשהייט האט נאך אזוינס נישט בייגעוואוינט.

היינטיגע עלטערן, לאזט מען נישט לעבן. די משפחות זענען היינט צו טאג פיל גרעסער און די תקנות פון די רבנים ווערן וואס א טאג אלס שטרענגער. ווי עס איז דער שטייגער פון מענטשן אונטער דרוק, לעבט מען אין survival mode און עס איז שווער צו בויען די קשר וואס נאטירליך עלטערן האבן מיט קינדער.

א מענטש קען נישט געבן וואס ער האט נישט, און ווען טאטע מאמע האבן נישט קיין רוהיגקייט און צייט פאר זייער אייגענע הנאה, איז נישט יושר צו ערווארטן אז זיי זאלן מאכן מער צייט זיך אפצוגעבן מיט מער ליבשאפט מיט זייערע קינדער. דער סיסטעם איז צובראכן און מיר צאלן דערויף א ביטערע פרייז.

נישטא ווער ס'זאל לאכן. איך מיין אז אין ליבשאפט צו די קינדער קענען אונז זיך עניטיים פארמעסטן מיט סיי וועלכע סאסייעטי.

יעקב מעקסוועל » מאנטאג מאי 10, 2021 2:46 pm

· #472832
כאטש די טענות אויף די וועג וויאזוי מען דערדרוקט קריעיטיוויטי אין אונזער חינוך איז ריכטיג, וויל איך מוחה זיין אויף די ארטיקל.

מען קען נישט נעמען א יחיד'ס נאמען און ארויפשמירן וואס מען וויל דערויף. שרגי איז געווען איינער וואס האט יא אויסגעדרוקט זיין קריעטיוויטי, אויב האט ער מחליט געווען ער וויל מער נישט איז ער אינגאנצען בארעכטיגט. איך קוק נאך סאך מער ארויף אויף אים וויסנדיג ער איז אויף געוואקסן צווישן אונז, רוב חסידים וואס איך קען זענען נישט אזוי אפן מיט זיך אליין ווי ער איז געווען.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 10, 2021 4:38 pm

· #472840
פינטעלע איד און די אנדערע מגיבים: ס'איז נישט וואס מ'לערנט מיט די קינדער (און ערוואקסענע) נאר וויאזוי מ'לערנט עס. וויאזוי דער מלמד אדער מגיד שיעור איז עס מסביר...!

נעם למשל די סוגיא פון תשע חנויות (נישט חניות. ווייל חניות מיינט פארקינג פלעצער.). איך געדענק וויאזוי מיין רבי אין כיתה האט עס מסביר געווען. (ר'האט עס בכלל נישט מסביר געווען.) ר'איז סתם אראפגעפאללן פון הימל מיט די תשע חנויות. (אין מס' פסחים. ביי די משנה פון תשע ציבורין)...!

משא"כ ווען די רבי אדער מגיד שיעור איז עס מסביר מיט אן הקדמה און ער איז ממחיש די סוגיא מיט די מציאות. די רעאליטי. קענען די תלמידים א סאך בעסער און גרינגער פארשטיין.

ווען ער איז מסביר די כללים פון רוב . ווען איך זאג יא רוב. און ווען נישט. (כל קבוע כמחצה על מחצה דמי). דאס געט א הסבר פארוואס ביי תשע חנויות זאג איך נישט רוב. (נאר מחצה על מחצה. 50%). און ביי תשע ציבורין זאג איך יא רוב. (כל דפריש מ'רובא פריש.).

אויב די רבי קען עס נישט מסביר זיין. מיינט אז ער אליינס פארשטייט עס נישט גרונטליך...!

די ליטוואקעס האבן א גוט ווערטל..."אז ס'פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה"...!

תרמב » דינסטאג מאי 11, 2021 12:37 am

· #472885
ממש א שאד אז איר זענט א פערדן טרייבער, איר וואלט געקענט זיין פון די גרויסע מגידי שיעור פונעם היינטיגן דור......

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 11, 2021 7:04 am

· #472898
תרמב: ייש"כ פאר די קאמפלימענט. אבער ס'איז לאוו דווקא. איך בין ב"ה זייער שטארק צופרידן מיט די פאך אין וואס איך ארבעט. פיהרן אידישע קינדער אין חדר און צוריק אהיים איז אן עבודת הקודש. ווער שמועסט נאך אז מ'צאלט ב"ה זייער פיין. אויך אלע ימים טובים ווערן באצאלט...!

דער הייליגער תנא ר' יוחנן הסנדלר זכותו יגן עלינו האט געמאכט און פארראכטן שיך פאר די מענטשן. לויט'ן סדר הדורות איז ער גאר געווען א דיימאנד שלייפער...!