☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בראוואו! אונז זעמיר אפיציעל נאריש!

בראוואו! אונז זעמיר אפיציעל נאריש!

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14234

גבור חיל » מיטוואך אקטאבער 7, 2020 10:29 am

· #459847
בראוואו! אונז זעמיר אפיציעל נאריש!
פסח צייט ביי קאוראונע האב איך מיטגעהאלטן וויאזוי אונז זעמיר געגאנגען פון עם חכם ונבון, צו דור עקש ופתלתול, נעכטן נאכמיטאג האב איך געזעהן פאוסטערס וואס רופן צו פראטעסטן, האביך מיך געוואונדערט, זענען מיר געגאנגען צו עם הדומה לחמור? נאכן זעהן די ווידיאוס יעצט, זעה איך אז אונז זעמיר געגאנגען צו חמורים אליינס! יאפ! מ'זעמיר גרויסע אייזלען! ס'איז אפיציעל!


קודם פארן אריין גיין אין די עצם נושא, זאג מיר ביטע, ביסט צודרייט? דו כאפסט וואו דו שטייסט? גייסט מאכן א פראטעסט, א דעמאנעסטראציע? איבערדרייען די גאס? דאס איז וואס דו ווילסט? אז די גאנצע מידיא זאל יעצט זינגען און זאגן אז די אידן, דעי אידן מיט די שווארצע קליידער האבן געמאכט ראיאטן און פראטעסטירט אנע מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג איבער קאראונע? די בהמות קוקן זיך אן ווי ווייסע אמעריקאנע, אויב זיי מעגן זיין קעגן לאקדאונס, מעג איך דאך אויך... איך בין דאך א טראמפ שטיצער!... איך האב א טוויטער אקאונט פון קרוב צו דריי הונדערט פאלויערס פון וואס איך שיק כסדר ארויס טוויטס אין אידיש און טייל מאל אין ענגליש מיט אזאנע זאפטיגע גרעמער חידושים אז ס'איז טראגי קאמיש... איך האב א וואויס! איך האב א מיינונג!

דער הייבט נישט אן צו כאפן אז אונז זעמיר צווייטע קלאס בירגער! אונז זעמיר מינאריטעטן! אונז זעמיר אין גלות! יעדער גוי נישט קיין חילוק פון וועלכע זייט, האט דיך און מיך פיינט! זיי האסן אונז אלע! אונז זעמיר אידן און דאס איז עס! דער שווארצער האט סימפאטיע, אונז נישט! וואס אונז טו מיר גייט מען אונז אנקוקן קרום! קיינער גייט אונז נישט פרובירן צו פארשטיין! די מידיא גייט זיך פרייען צו מאכן א בראטל פון יעדע זאך וואס אונז טו מיר יא אדער נישט! און וואס טו מיר אונז? אונז שיסן זיך אין די פיס! אונז פאטש מיר זיך אין פנים! איך קען קוים ווארטן צו זעהן ווי די גאנצע מידיא זינגט און זאגט וואס פאר א מאסן מערדער און חיות אונז זענען וועגן די פראטעסט! מיינסט אז די בלעק לייווס מעטער כללים גייט אויך אנגיין דא? מהאט געמאכט פייערס! מהאט צושלאגן רעפארטערס! זאג נאר, ביסט אין ווענוזוועלע? וואו פראסקעט מען רעפארטערס??? זענט עטץ נארמאל? פרעסע? האלא??? איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר?

דאס איז איין זאך, מען כאפט נישט אז מען איז אין גלות.

והשנית, קענסט מיר מסביר זיין וואס פונקטליך דו ווילסט? וואכן לאנג וואס מען וויינט צו אונז אז די נומערן גייען ארויף, מ'בעט זיך צו אונז מ'וויינט צו אונז, פאלגט די גיידליינס, זייט נארמאלע מענטשן, טוטס צו די זאך, און פאלגטס!

און אונז? אהה, ווילאנג נאך טויזענט אידן גייען נישט שטארבן גייט גארנישט זיין! אלעס גייט ווייטער אנגיין! קאוויד איז א האוקס!... בהמה וואס דו ביסט! וויפיל קרבנות האבן אונז געדארפט מקריב זיין אויפן מזבח פון לייכטזיניגקייט און איגנאראנץ ביז מען האט איינגעזעהן אז די לחש פון אויף אלע גוים געזאגט, און נעההה ס'גייט גארנישט זיין, ס'אלעס נאר פאליטישע משוגעת'ן און א פאניק פון די מידיא... ביז אונז האמיר זיך אלע באהאלטן אונטער גראטעס? ס'איז נישט אזוי שעדליך יעצט... מ'ווייסט שוין מער... שפיטעלער הארגענען "מער נישט"... קודם גיי זאג דאס פאר די אלע אידן וואס זענען יעצט אין שפיטאל! יא יעצט! איך וואלט געקענט באשטיין עס נישט צו אויספרובירן... איך בין זאט פון הונדערט הערכות יעדע וואך אין די צייטונגען איבער פרישע קאראנע נפטרים, איך האב געהאט גענוג!

און נאכדעם, זאג מיר וואס פונקטליך דו האסט דא געוואלט? האלטסט אז ווי נאר קאומאו האט געהערט אז אפאר אידן האבן ראיאטירט אין בארא פארק האט ער געזאגט אקעי, אראפ מיט אלע גיידליינס! גענדיגט מיט די קאוויד ריסטריקשנס! גייטס פארשפרייטס עס ווידער פאר גאנץ ניו יארק, וואס?

קענסט גארנישט טון דערוועגן! קענסט גיין שמעקן א ניקל און גראדן באנאנעס! יא קענט פייט סיטי האל! ער איז בעל בית ענד דער איז נאטינג יא קען דא עבאוט איט!

חוץ מאכן א חילול השם, אנרייצן יעדע גוי וואס זעהט עס, מאכן אז קאומאו זאל באקומען מער פרעשער פון יעדעם אז דעי חיות טורפות דארף מען מסדר זיין, וואס? סיריעסלי! אפשר קען מיר עס איינער מסביר זיין?

אין קאנקלזשאן, ס'גייט אונז אזוי צוריק קומען, אז ס'אפחד.

גבור חיל » מיטוואך אקטאבער 7, 2020 10:37 am

· #459848
א גאר באקאנטע רעפארטער איבער אלע דעמאנעסטראציעס ענדי ניאו באריכטעט עס שוין ברוך השם...
📎 IMG_20201007_103457_147.jpg

יעצט גייט מען ווארטן מיט שפאנונג וויאזוי עס גייט ווייטער.

גבור חיל » מיטוואך אקטאבער 7, 2020 10:44 am

· #459852
זעה איך אז ס'איז שוין דא אן אשכול איבער די ראיאטן, סדרנים עסקנים מנהלים אויב וויכטיג קען מען עס אהין פירן, מיט אנטשולדיגונג.

real fake news » מיטוואך אקטאבער 7, 2020 7:47 pm

· #459891
גבור חיל
א גאר באקאנטע רעפארטער איבער אלע דעמאנעסטראציעס ענדי ניאו באריכטעט עס שוין ברוך השם...
📎 IMG_20201007_103457_147.jpg

יעצט גייט מען ווארטן מיט שפאנונג וויאזוי עס גייט ווייטער.

כהאב געליינט אביסל די קאמענטס דארט און רוב דרוקן אויס פאזיטיוויטי אויף די פראטעסטן,
ווי אויך איבעראל ווי כהאב נאר געזען איז געווען היבש פאזיטיוויטי פידבעק.
וואס דאס ווייזט לדעתי אז סאיז יא געווען א גוטע שריט צו טוהן, ווען נישט וואס מהאט שיעור געהרגט אפאר מענטשן.

גבור חיל » מיטוואך אקטאבער 7, 2020 11:24 pm

· #459899
real fake news
גבור חיל

כהאב געליינט אביסל די קאמענטס דארט און רוב דרוקן אויס פאזיטיוויטי אויף די פראטעסטן,
ווי אויך איבעראל ווי כהאב נאר געזען איז געווען היבש פאזיטיוויטי פידבעק.
וואס דאס ווייזט לדעתי אז סאיז יא געווען א גוטע שריט צו טוהן, ווען נישט וואס מהאט שיעור געהרגט אפאר מענטשן.


ער איז א מוראדיגער קאנסערוואטיווער און זיינע פאלויערס אויך...

כהאב גראדע געזעהן נאך אפאר ווייערעל פאזעטיווע טוויטס, אבער די פראבלעם איז וויאזוי די מידיא באריכטעט עס, און וואס די תוצאות גייען זיין.

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 7, 2020 11:48 pm

· #459905
Re: בראוואו! אונז זעמיר אפיציעל נאריש!
אונז קענמיר נאר פארלירן ווייל פון די פאזיטיווע גייען אונז נישט פארדינען, אבער פון די נעגאטיווע (אפי' אויב ווייניג) 'קענען' אונז פארלירן.

גבור חיל » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2020 12:42 am

· #459907
דעקל פון די דעלי נאז
📎 Ejx0vJJXgAA4aIM.jpeg

נחום הסופר » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2020 10:32 am

· #459914
בושה תכסה פנינו, אויב ס'איז נאך בכלל דא א פנים.

מפיל קינד » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2020 2:14 pm

· #459922
עס איז דא אסאך פרידליכע קאמענטארן פון נארישע גויים אויך.
📎 20201008_131030.png

גבור חיל » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2020 3:24 pm

· #459926
ניו יארק טיימס.

📎 IMG_20201008_152059_531.jpg

גבור חיל » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2020 3:37 pm

· #459928
סי ען ען

📎 Screenshot_20201008-153156_Chrome.jpg

וואשינגטאן פאוסט

📎 Screenshot_20201008-153125_Chrome.jpg

ניו יארק פאוסט

📎 Screenshot_20201008-152842_Chrome.jpg

פאקס

📎 Screenshot_20201008-153040_Chrome.jpg

ליפא » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2020 3:38 pm

· #459929
NYT editorial
But it matters how the state and city approach public health. For such measures to succeed, officials must take into account the distinct needs and culture of any community — and to work in partnership with religious and community leaders whenever possible.

One thing the state and city can do is make it easier for Hasidic Jews and other religious communities to worship outside, including by providing tents and closing streets for as long as necessary. Such a display of respect and cooperation could go a long way toward showing the Hasidic community that government is there to help — not to, with little warning, prevent a community with a painful history from practicing its religion.

גבור חיל » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2020 3:40 pm

· #459930
ס'איז נעבעך ביטער און איראניש אז די מידיא רופט אזא פראטעסט "וויילענט" און די אנארכיע און ראיאטן רויבערייען און פלינדערייען פון די שווארצע לעבנס מעטטער אנטיפא טעראריסן, "פרידליך"... אבער דאס איז עס ליידער!

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2020 3:53 pm

· #459931
Re: בראוואו! אונז זעמיר אפיציעל נאריש!
מפיל קינד
עס איז דא אסאך פרידליכע קאמענטארן פון נארישע גויים אויך.


יא יא, ווייל יעצט אויפן מינוט שטימט עס מיט זייער רעכטע אגענדע, מיין נישט אז זיי זענען מיט אונז.....