קורקלענדאין קורצן.
ניין איך האלט נישט אז ס'איז ריכטיק צו שלאגן. ס'איז קיינמאל נישט בארעכטיגט. אבער דאס אז שלאגן איז נישט בארעכטיגט מאכט נישט דעם אינגערמאן אדער קארנבלי אומשולדיג. ביידע צדדים זענען נישט גערעכט.
......
אזויווי איך וואלט נישט אריינגעוואקט אין ניואַרק ניט דזשערסי אין מיטן נאכט אין א פרייע ווינקל אויף א געסל וואו גענגסטערס פארברענגען אזוי האט דער אינגערמאן נישט געזאלט טוהן וואס ער האט געטאן.
..........
מען קען אייביג באשולדיגען ביידע זייטען, כמעט נישטא א סכסוך ווי איין זייט איז פולקאם גערעכט. אבער דאס קומט נישט אהער.
א. קארנבלי איז א יחיד, א אנגעריסענע אטענשען שמעקער און מן הסתם אביסל צודרייט, און ווער ווייסט וואס נאך, אבער ער איז א יחיד, זיינע מעשים האט נישט מיט דער הנהגה, איך בין נישט שולדיג אין זיין צודרייטע הנהגה. משא"כ די וואס האבען אים געשלאגען זענען געקומען מיט א כח הרבים, זיי פארטרעטען די חרדים, און עס געטוהן א אלץ א מאסיווע לינטשינג בשם כל קהל הקודש, און זיך פארופען אויף הלכות וואס מאכען בארעכטיגען אזא הנהגה.
איך בין זיכער אז די האלסט נישט פין דער סארט הנהגה, ווייל מארגען קענען די ווילדע חברה זיך פארנעמען אויף דיר, ווייל די האסט געשריבען אויף זייער רבי. סקווירא מיט רוטנברג יוכיח, גור מיט ברלינער, און יעדעס פלאץ האט אזעלכע מעשיות ווי מען דער רבים שלאגט אהן א יחיד, און דאס איז א עוולה.
און דאס איז נישט סתם א עוולה וואס געשעהט, דאס איז א מהלך החיים פין חרדים וואס זענען אקעי מיט שלעגעריי, יא יא, הערסט גוט, חרדים און שלעגעריי זענען איינס. אייביג געוועהן (מיום הווסדה של חרדים). און דאס דארף אויסגעריסען ווערען. די רעביס האבען נישט קיין פראבלעם דערמיט ווייל זיי האבען געוועהנליך שמירה. גיי שנייד נאר אפ די בארד פין דיין רעביס קאמפאטישען, און יענער רבי וועט פלוצלינג נישט האלטען פין שלעגעריי.
ב. אויף דיין צווייטע נקודה פין גיין אין א ווינקעל מיט גענגסטערס, פארשטיי איך דיר אינגאנצען נישט, דאס זענען מיר געווארען, גענגסטערס? דארף איך מיר זוכען א צווייטע אידישקייט? איך וויל באמת נישט זיין א חלק מיט א אידישקייט וואס גענגסטערס זענען די וואס פירען די זאך.
איז לאמיר זיין קלאר, אונז זענען נישט גענגסטערס, און מיר וועלען קלאר מאכען פאר יעדער וואס מיר קענען אז נאר גענגסטערס גייען צו די פראטעסטען פין דעם שיכור טישלער, און מיר וועלען אויסרייסען דער צודרייטער הנהגה מתוכינו.