☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כ'גיי נאמאר מאכן נאס

כ'גיי נאמאר מאכן נאס

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14224

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 2:22 pm

· #459646
כ'גיי נאמאר מאכן נאס
רחל'ע פארוואס האסטו געמאכט נאס אויף די פלאר?!!?! פארוואס?!?
וויפיל מאל דארף מען דיך זאגן אז מען מאכט נאס נאר אין א טוילעט, און נישט אויף די פלאר?!?

מיינע יעלות גייען אן אזוי ערב יום כיפור נאנט צום זמן, נאכן דורך שפרייזן מיין לאקאלע בית כסא, ווי איך האב אנדעקט אן אומבא'טעמ'טע סצענע, ווי מיין 3 יעריגע טאכטער'ל, אקארשט טרענירט, זיצט אין אן אגם מים…
נאר דאס פעלט מיר אויס יעצט א האלבע שעה צום זמן.

מיין האנט הייבט זיך מיט א ווייטקייט, גרייט צו מאכן א קראך לאנדונג אויף א דערנעבנדיגע באק, ווען צוויי ליכטיגע בלויע אויגעלעך, ברייט צועפענט גרויס ווי א טענדזשערין קוקן אויף מיר מיט אומשולדיגקייט.

איר פארלוירנקייט און ריינקייט האט צעלאזט מיין אויפברויז, מיין האנט האט אינה חוזרת רקם'דיג געלאנדעט אויף איר בעקעלע מיט א גלעט פון ליבשאפט.

-קום לאמיך דיר טשעינדזשן

נישטא קיין צייט פאר געשלעפעכץ, איך יאג מיר צו בעת זי קוקט אויף מיר מיט א חרטה בליק.

- "כ'גיי נאמאר מאכן נאס"

דער סטעיטמענט האט מיר באנומען…
כ'גלעט איר:
- רחל'ע די ווייסט ווי מאכט מען נאס? נאר אין א….
-טוילעט….
-זייער גוט

אפגעטוישט, גיימער אויפווישן דאס געמויזעכטס..
אזוי מיט די יום טוב בגדים זיץ איך איבערגעבויגן און מ'איז מקנח צואת בתה, אה וואס פארא גרעסערע זכות איז פארהאן פארן יום הדין, זייענדיג אינמיטן זיך מטפל בנבילות זיין קלינגט מיר אפ דאס ריינע תמימות'דיגע סטעיטמענט,

" כ'גיי נאמאר מאכן נאס"

אוי... ווי נעמט מען א בארדיטשובער צו מאכן מטעמים מיט אט דער מימרא…..

זענען מיר דען בעסער??

אידעלע פארוואס האסטו געמאכט נאס?!!?! פארוואס?!?
וויפיל מאל האט מען אונז געזאגט נישט צו מאכן נאס?!? וויפיל מאל?!?

וואס זאלן מיר ענטפערן…. עיננו נשואות עליך למרום, אונזערע ריינע אויגעלעך קוקן ארויף צו דיר, יא מיר ווייסען אז מיר האבן נישט גוט געטוהן, און מיר האבן ביטער חרטה.

"כ'גיי נאמאר מאכן נאס"

און יא, ער ווערט אויך איבערגענומען פון אט די ריינע תמימות'דיגע סטעיטמענט אונזערע,
און מיט ליבשאפט גלעט ער אונז, און ער בעט אונז, "שובו שובו מדרכיכם הרעים".

וְזָרַקְתִּי עֲלֵיכֶם מַיִם טְהוֹרִים וּטְהַרְתֶּם מִכֹּל טֻמְאוֹתֵיכֶם וּמִכָּל "גִּלּוּלֵיכֶם" אֲטַהֵר אֶתְכֶם
(מעשה שהיה)

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 2:33 pm

· #459647
קען זיין אז דיין טאכטערל מאכט מער נישט נאס, ביי מיר איז אבער עפעס אנדערש געווארן נאס... הערליך!

הרב שיף » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 4:18 pm

· #459652
זייער שיין.

זי מיינט עס אבער ערענסט. און מיר דארפען עס אויכעט מיינען באמת, דאן האט דאס די קינדערישע חן, כי נער ישראל ואוהבהו.

גרעפיקסער » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 4:35 pm

· #459655
הרב שיף
זייער שיין.

זי מיינט עס אבער ערענסט. און מיר דארפען עס אויכעט מיינען באמת, דאן האט דאס די קינדערישע חן, כי נער ישראל ואוהבהו.


ביזט זיכער זי מיינטעס ערענסט? אדער מחמת אימת האב?
כ׳האניש קיין מקור אויף די מינוט, אבער שמעתי אז א רצון צו האבן א רצון איז גילטיג ביז 7 מאל, אונז אלע ׳ווילען׳ עכ״פ עס מיינען ערנסט.

כוכב » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 4:53 pm

· #459657
הערליך.
שיק עס צו די מעלות.

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 5:59 pm

· #459659
כוכב
הערליך.
שיק עס צו די מעלות.

😂 😂 😂 😂
אין די מעלות מעג מען נאר שרייבן וועגן בעט נעצן, חלילה נישט עפעס אזוי גראפיק ווי מאכן נאס

יודישע שרייבער » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 12:58 am

· #459708
רביה''ק זי''ע
קען זיין אז דיין טאכטערל מאכט מער נישט נאס, ביי מיר איז אבער עפעס אנדערש געווארן נאס... הערליך!


WOW! WOW! WOW!
אין מילים...

הרב שיף » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 1:47 am

· #459716
גרעפיקסער
הרב שיף
זייער שיין.

זי מיינט עס אבער ערענסט. און מיר דארפען עס אויכעט מיינען באמת, דאן האט דאס די קינדערישע חן, כי נער ישראל ואוהבהו.


ביזט זיכער זי מיינטעס ערענסט? אדער מחמת אימת האב?
כ׳האניש קיין מקור אויף די מינוט, אבער שמעתי אז א רצון צו האבן א רצון איז גילטיג ביז 7 מאל, אונז אלע ׳ווילען׳ עכ״פ עס מיינען ערנסט.

איך קלער אז די מקור איז פון שבע יפול צדיק וקם.

א רצון צו צופרידען שטעלען יענע איז אויך א רצון. די סיבות הרצון בייטען זיך. אבער א רצון איז א רצון. (און חפץ קען מען דאן זיין) אזוי דאכט זיך.

ישן מלא חדש » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 2:22 am

· #459718
מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל.

ביי א מקוה כאפט נישט קיין נפק"מ צו מען מיינט עס אמת'דיג און וויפיל מאל מען איז טמא געווארן כך הקב"ה ווען מען בייגט זיך די קאפ און מען איז זיך מבטל (כידוע עניני המקוה) איז ער אלס מטהר.

שמעתי בדרשה

פאליטיקאנט » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 5:16 am

· #459720
און מ'קען צולייגן אז אין די מקוה ווערט מען נאס.... פון וואסער..... עםםם און אויך פון, - שוין וואטעווער ס'האט מיר געכאפט א מיט אני טרענס)

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 11:53 am

· #481407
ס’האט מיר פאריאר בארירט מיין הערצעלע ולחיבת הארטיקל הצגנו כאן אויפן אויבערפלאך