☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #14209

אשכול אן א טיטל #14209

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14209

— » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:25 pm

· #459336

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

דער דארפסמאן » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:36 pm

· #459338
גייט עס זיין א דריטע צייטונג וואס זיי גייען ארויס געבן אדער דאס איז די נייע צייטונג וואס פיקטשער פריעדמאן גייט ארויס געבן א קאמפעטישן מיט די בלאט?

דער דארפסמאן » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:43 pm

· #459340
און וואס וועט געשען מיט די בלאט גייט עס ווערן א וועלטליכע צייטונג אדער גייט עס בלייבן ארויניש געשטומט?

החוקר » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:59 pm

· #459347
ווענד זיך. אויב גייט עס קאסטן גייט ער ווערן מער צענטריסטיש. אויב אבער גייט עס אים נישט שאדן טון קען ער בלייבן ארויניש.

דער דארפסמאן » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:54 pm

· #459352
עס קוקט שוין אויס ווי מיילעך דייטש פארט שוין אפ פונעם ארונישען וועג אז ער ליירט אריין מ'זאל מתפלל זיין פאר א זאלישע דיין
📎 IMG-20200923-WA0066.jpg

דער דארפסמאן » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:54 pm

· #459353
עס קוקט שוין אויס ווי מיילעך דייטש פארט שוין אפ פונעם ארונישען וועג אז ער ליירט אריין מ'זאל מתפלל זיין פאר א זאלישע דיין
📎 IMG-20200923-WA0066.jpg

דער דארפסמאן » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 12:49 pm

· #459510
די דעקל פון די נייע בחצרות
📎 Screenshot_20200929-124843_Gallery.jpg

פאליטיקאנט » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 11:11 pm

· #459604
איך בארעכטיג נישט, אבער איך קוק נישט אן פאר א חיסרון צו אוועקנייגן פון די "מסורה / השקפה / מהלך / שיטה" פונעם פריערדיגן מנהיג /רבי.

אדרבה יעדער מנהיג האט זיך זיין דור און זיינע נייע טשאלענדשעס וואס די יעצטיגע מנהיג דארף זיך נעמען דערצו, מ'קען נישט בלייבן צוגעבונדען צו פריערדיגע אויף אייביג (אפי' די כתב סופר האט משנה געווען פון א קלארע צוואה פונעם טאטן לגבי דרש'ענען בלשון העמים).


די קשיא איז נאר אויף אנדערע זאכן וואס ער איז נישט משנה "ווייל די פעטער / רבי האט נישט געהאלטן דערפון", אפי' עס איז קלאר אז די ציבור דארף עס.


לסיכום: עס קען ווייטער זיין זיי זענען היפאקריטן (און די באווייזן זענען דא), אבער נישט פארן "יא" משנה זיין.

מפיל קינד » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 12:25 am

· #459609
פון די אנדערע זייט למשל, איז דא סקווירא. דער אלטער סקווירער רבי איז געווען להשמיד קעגן בילדער, נאך ערגער ווי סאטמאר רב לכאורה. זיינע צוויי איידימער מרחמסטריווקא און וויזניץ מאנסי האבן גענומען די קפידה פון סקווירא. (אמאל האט מען געשאכטן ווער ס'האט געכאפט א בילד אין רחמסטריווקא, היינט איז שוין דער רבי עלטער און די חסידות איז שוין גרעסער, מעג מען שוין....)

דער היינטיגער סקווירא רבי לאזט עמטליך כאפן בילדער. זיי האבן אייגענע פאטאגראפירער און שיקן די בילדער דירעקט צו אלע אויסגאבעס. עס גייט נישט דורך קיין 2 וואכן אן קיין פרישע בילדער.

לעצטנס האט די חסידות ארויסגעגעבן אן אייגענעם בילדער אויסגאבע "אנ"ש" מיט בילדער פון אלע מאורעות בחצה"ק, אבער פון רבי'ן גייט נישט אריין דארט קיין איין בילד. ס'געווען א גאנצע ביכל מיט ארום 50 בילדער פון א' סליחות אין סקווירא, אבער קיין איין בילד פון רבי'ן. קוקט אויס אז זיי פארשטייען נאך די נקודה וואס דרוקט פון @אנאנים.

מפיל קינד » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 10:16 am

· #459627
די איראניע איז נאך גרעסער, ווען א סקווירער איז מיר אמאל מסביר אז די סיבה פארוואס דער רבי איז נישט קעגן בילדער, ווייל ס'איז נישט מעגליך דאס צו אינפארסירן אן קיין פעטש, און דאס וויל ער שוין נישט...

וועל, ס'דא זאכן אויף וואס מ'מעג אפי' פארברענען לעבעדיגע מענטשן...

קאך_לעפל » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 10:43 am

· #459628
וואס איך האב געזען מיט די אויגן:

אמאל ביי א געוויסע געשענעניש האט כ''ק רבינו שליט''א באמערקט ווי א פאטאגרפירער דרייט זיך ארום צווישן די מאסן און בליצט מיט זיינע אפאראטן. דער רבי האט אים צוגעריפן און אים צוגערופן און געפרעגט: דו טוהסט דאס פאר פרנסה? האט יענער גענטפערט אז יא. מער האט אים דער רבי נישט געזאגט קיין ווארט.
ס'האט זיך אויסגעזען אז אויב א איד מאכט פרנסה פון כאפן בילדער, גייען אלע קפידות אוועק...

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 10:50 am

· #459629
אנאנים ביסט גערעכט מיט דיין נקודה, נאכמער, מהר"א בחייו פון טאטן פלעגט פארפירן קעגן בילדער ברבים און אויך אינדערהיים האט ער זייער געצוימט בילדער, נאר ער האט געזען אז אנדערש קען ער נישט בויען זיין רביסטעווע און פייטן זיין קאמפאטישן (די ערשטע היימישע אויסגאבע מיט בילדער פון רבי'ס איז געווען דער דעמאלסדיגער אויסגאבע "דער בליק" וואס האט באלאנגט פאר משה גבאי, פארשטייט זיך אז מהר"א איז נישט געווען צום זען דארט, משא"כ רז"ל מיט זיין טאטע האבן געהאט פול קאווערידזש).

אבער צו זאגן אז ער שטייט אונטער דעם און ענקארעדזשעט (אידיש?) איז ווייט פון אמת, מהר"א איז א פארנומענער מענטש און אויב האט ער צייט איז ער מתמיד און האט ליב צו לערנען (לאמיר עס אנרופן א תאוה)און איך ווייס קלאר אז ער לייענט נישט און קוקט נישט די בלאט וכדומה, אפילו די בילדער איז נישט זיין פריאריטי, והא ראי' דער גבאי בביהמ"ד אין קר"י איז א פרומער און ער האט געמאכט א תקנה אז אין ביהמ"ד טאר מען נישט כאפן קיין בילדער, א היפשע תקופה איז אין די עמטליכע פלעצער, בלאט, בחצרות אימעיל, נישט געווען קיין בילדער פון מאורע'ס אין ביהמ"ד, מהר"א וואלט עם געקענט סטאפן אבער עס איז געווען מפורסם דעמאלס אז ער האט בדיעבד הנאה געהאט פון איסור.

הוא אשר דברתי, בילדער איז פאר אים בבחינת ויחד יתרו ביידע פשטים.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 11:09 am

· #459632
קאך_לעפל
וואס איך האב געזען מיט די אויגן:

אמאל ביי א געוויסע געשענעניש האט כ''ק רבינו שליט''א באמערקט ווי א פאטאגרפירער דרייט זיך ארום צווישן די מאסן און בליצט מיט זיינע אפאראטן. דער רבי האט אים צוגעריפן און אים צוגערופן און געפרעגט: דו טוהסט דאס פאר פרנסה? האט יענער גענטפערט אז יא. מער האט אים דער רבי נישט געזאגט קיין ווארט.
ס'האט זיך אויסגעזען אז אויב א איד מאכט פרנסה פון כאפן בילדער, גייען אלע קפידות אוועק...

זייט נישט ברוגז, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ כללי אויף די בילדער כוואליע וואס איז דא.
שרגא פייוול גאלד פון שירה מאכט פרנסה פון קאנצערטס, פארוואס האט מען אים געסטאפט?
איך מאך פרנסה פון וואטסעפפ, פארוואס בין איך א שייגעץ אין די אויגן פון די פירערס?
טרעינער ע"ה פון טרעינער סטודיאס וואס איז לעצטענס אוועק האט אויך געהאט אזא מעשה מיט רביה"ק ז"ל וואס האט פארלאנגט ער זאל נישט כאפן בילדער פון אים, האט ער געזאגט אז דאס איז זיין פרנסה, האט אים די רבי געבעטן אז ביים חופה און פון אים זאל ער נישט כאפן.
מ׳ קען מאכן א גבול, נישט אזא פארפלייצונג ווי עס איז דא היינט.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 11:12 am

· #459633
אייזענע קושיות... כ'האב נישט קיין תירוצים... כ'קען דיר בלויז זאגן וואס כ'האב געזען מיט די אויגן...

שמערל » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 12:53 pm

· #459641
א חסיד פון ווילנא

(די ערשטע היימישע אויסגאבע מיט בילדער פון רבי׳ס איז געווען דער דעמאלסדיגער אויסגאבע "דער בליק" וואס האט באלאנגט פאר משה גבאי, פארשטייט זיך אז מהר"א איז נישט געווען צום זען דארט משא"כ רז"ל מיט זיין טאטע האבן געהאט פול קאווערידזש)


די אידישע געדאנק האט פיגורירט בילדער פון ר' אהרן בעפאר משה גבאי האט אפגעקויפט דער בליק צו קאמפיטן מיט זיי.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 2:17 pm

· #459644
נישט געווען קיין בילדער אין די יודישע געדאנק. אפשר אמאל אמאל, אבער נישט בקביעות.
איך בין גרייט צו וועטן דערויף.

קאווע קריטיק » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 5:01 pm

· #459658