☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע

ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14202

ספרא דמרא » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:32 am

· #459125
ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע
די געפילן רוישן
מען קען זיי נישט פארשטילן
אזוי זיך צו אנטוישן
אנגעהויבן דאס יאר מיט שווארצע ברילן

נארוואס געטון מיינען
אז תכלה שנה
אבער אצינד מיר וויינען
וילך חרנה

נארוואס געבעטן ביים גאט
ער זאל זיך צו אונז נויגן
אבער דער מלך המשפט
האלט אונזערע העלזער אראפגעבויגן

נאך אזא שווערע יאר
מיר האבן שוין געוואלט פארגעסן
אוועקגעריסן נשמות אפאר
אין דעם יום הדין׳ס פראצעסן

מיר באוויינען דעם בראך
דער וואונד איז פיל מיט אייטער
ה׳ נתן וה׳ לקח
ווי שטעלט מען א טריט ווייטער

מיר וועלן ווייטער וויינען ביים תהלים
און פרובירן צורייסן דעם מחיצה אין הימל
אבער עליה השלם כל הקרבנות כולם
און בארואיג שוין דעם טומל

דו ביסט גערעכט און דיין משפט איז גערעכט
אבער טוה אונז אנווארעמען
כאטש אונז האבן זיך געפירט שלעכט
טוה זיך אויף אונז דערבארעמען

זבולון » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:35 am

· #459126
די הארץ רייסט!
איך האב זיי ביידע געקענט.

עד מתי? גאט

מיינונגזאגער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:50 am

· #459128
אפשר בין איך נישט אויף די וועלט, און איך פרעג דא א נארישע קשיא.
אבער איך פרעג פארט, עס איז נישטא קיין ערגערע קשיא ווי די נישט געפרעגטע:
פון וועם איז די רעדע?

שמעי' » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:02 am

· #459129
Re: ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע
מוישי הערצאג ע"ה און דוד צבי (המכונה דוטשי) שנעבאלג ע"ה.

מיינונגזאגער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:15 am

· #459130
ישר כח פאר די אינפארמאציע.
וואס האט ל"ע פאסירט?

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:15 am

· #459132
עפעס א עקסידענט לעבן מאנסי. זייער קאר האט אריינגעקראכט אין א טראק און די קאר האט געכאפט פייער און געמאכט א פירוש חי אויף 'ומי באש' רח"ל.

מיינונגזאגער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:16 am

· #459133
אוי טאטע.

כגפן פוריה » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 10:36 am

· #459141
Re: ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע
נישט פשוט עפעס וויל מען פין אונז! מוצאי ראש השנה!

Sent from my moto e6 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 10:49 am

· #459142
ווער איז די "מען"? און וואס ווילן זיי?

(שמעקט פון פאליטעאיזם...)

dan » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:41 am

· #459150
ווייסט איינער צו סשוין סקעדשועלד די לויה?

פארווע חסיד » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:43 am

· #459151
.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 12:41 pm

· #459157
דאס האט עפעס א שייכות מיט די פאלם שטרימפ פעסטיבל?

קוויטעל » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 5:53 am

· #459222
זיי זענען ביידע געווען גרושים, אבער האבן זיי איבערגעלאזט קינדער?

לך לך » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 2:04 pm

· #459236
קוויטעל
זיי זענען ביידע געווען גרושים, אבער האבן זיי איבערגעלאזט קינדער?

איינער האט איבערגעלאזט 1 קינד

דער דארפסמאן » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 3:19 pm

· #459239
יואלי לעבעוויטש ביים מספיד זיין דעם נפטר

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1knTrNUn3OlO8RFgfOluq6uInai_9JsEP/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/1knTrNU ... p=drivesdk</a>

קוויטעל » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:56 pm

· #459343
ס'איז א ווייטאג, פארוואס אזוי ווייניג האבן זיך משתתף געווען ביים לויה, דאס צייגט זייער נישט גוט אין הימעל!
די צוויי וואס האבן נישט געהאט קיין גרינגע לעבן, און האבן זיך נאך אוועקגעגעבן פאר אנדערע צו העלפן, און ווייל זיי הייסן נישט הרבני הנגיד וכו' - דארף מען זיי נישט מכבד זיין במותם הטראגי??

פאליטיקאנט » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:59 pm

· #459360
הלווית המת איז פון אוכלי פירותיהם העולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא.

אבער עס איז נישט קיין שום פראבלעם אז איינער האט א באשיידענע קליינע לוויה "רעלאטיוו" צו אנדערע. איך זע די קטרוג פארקערט, פארוואס האבן אנדערע פשוט'ע מענטשן גרויסע לוויות ווייל זיי הייסן הרבנית הנגיד, פארוואס זיצן נישט די מענטשן און זיי לערנען תלמוד תורה [וואס איז] כנגד כולם?

קוויטעל » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:11 am

· #459385
כ'האב יעצט געשמועסט מיט חברים מעמבערס. זיי דארפן ערנסט מענטל העלפ. איינס ביי איינס זענען זיי צעשאסן און צערודערט.
א נאנטער מיינער פון חברים זאגט מיר ער קען נישט שלאפן, זייט ער איז געווען פון די ערשטע וואס זענען אנגעקומען צום סצענע, און האט נאך געהערט מוישי שרייען פון די קאר, נעם מיך ארויס איך ווער פארברענט... און ס'נישט געווען מעגליך צוצוגיין און לעשן אין מינוטען, ביז ער איז שטיל געווארן נעבעך...