☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14199

אשכול אן א טיטל #14199

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14199

— » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:29 am

· #459001

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

דער דאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:55 am

· #459003
.
📎 IMG-20200917-WA0002.jpg

דער דאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:55 am

· #459004
.
📎 IMG-20200917-WA0003.jpg

החוקר » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:04 pm

· #459011
האמת אגיד, מיין מחשבה ראשונה ווען איך האב געהערט אז ער קומט צוריק, איז געווען פונקט ווי דער פותח האשכול.

למעשה האט זיך מיר אריינגעכאפט אזא יש דרשו אותו לגנאי מחשבה. אבער אזוי עס קומט די הייליגע טעג, ווי מיר ווילן אלע ארויסגיין זכאי און מיר האט זאל אונז נאר זען לזכות, גיימיר זיך גובר זיין און אננעמען די שבח.

פארוואס זאג איך אייך דאס? איינס איר זאלט וויסן. צוויי, אויב איר קענט איינעם דן זיין נעגעטיוו אבער אויך פאזיטיוו - אפילו ס'איז א גרויסע אבער, לאמיר כאטש די טעג יעדן דן זיין לזכות.

מנחם ציון » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:17 pm

· #459013
נאך מער מסירת נפש ווי אין די צייטן פון די קאמוניסטישע רעזשים

צפור בודד » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:54 pm

· #459020
החוקר
האמת אגיד, מיין מחשבה ראשונה ווען איך האב געהערט אז ער קומט צוריק, איז געווען פונקט ווי דער פותח האשכול.

למעשה האט זיך מיר אריינגעכאפט אזא יש דרשו אותו לגנאי מחשבה. אבער אזוי עס קומט די הייליגע טעג, ווי מיר ווילן אלע ארויסגיין זכאי און מיר האט זאל אונז נאר זען לזכות, גיימיר זיך גובר זיין און אננעמען די שבח.

פארוואס זאג איך אייך דאס? איינס איר זאלט וויסן. צוויי, אויב איר קענט איינעם דן זיין נעגעטיוו אבער אויך פאזיטיוו - אפילו ס'איז א גרויסע אבער, לאמיר כאטש די טעג יעדן דן זיין לזכות.

ובזה אפשר לפרש, אז נאך א מזל אז פרשת נח פאלט באלד נאך די הייליגע טעג, ווייל נאר אזוי האט רש"י געקענט צולייגן "יש דורשין אותו לגנאי".

צפור בודד » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:05 pm

· #459021
[ציטאט אראפגענומען]

איך רעכן ער איז צוריקגעקומען כדי לערבב השטן.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:14 pm

· #459022
מנחם ציון
נאך מער מסירת נפש ווי אין די צייטן פון די קאמוניסטישע רעזשים

איך בין זייער נאנט מיט איינער פון די זקני חשובי ברסלב וועלכע איז נאך געפארן תשמ"ח !, אונטער די קאמוניסטישע נעגל, זיך באהאלטנדיג אין א הייל גאנץ ראש השנה (ער האט מיר געזאגט ס'איז געווען ווייניגער ווי צוויי מנינים בסך הכל), שמועסנדיג נעכטן מיט עם האט ער מיר אויך געזאגט אז דאס יאר איז עם עס אנגעקומען שווערער ווי דאן (כאטש אן די פחד)!

מנחם ציון » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:47 pm

· #459023
מסירת נפש האט א בושטעבליכער טייטש, איבערגעבן דאס זעהל
איז דאס די רעדע יעצט?

אחוץ אויב מען וויל זיך ווארפן מיט דער מושג פון מסירת נפש ווי מען טוט לעצטנס.
א שטייגער ווי, עמיצער ווערט אויפגעהאלטן אין א רעגיסטראציע צענטער פארן ארום ווילדעווען, וועלן אידן ארגאנעזירן א מנין קבלת שבת פארנט פונעם צענטער, צו פראטעסטירן דאס אויפהאלטונג פון א "בעל מסירת נפש".

אישתישבי » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:01 pm

· #459032
איז פשט אז ווען ער איז געפארן האט ער געמיינט אז דער גאנצע עולם וועט זיך קענען אריין גנב'נען ווי גוים? אלע מאי? האט ער געוויסט אז קען זיין ער גייט צוריקומען צו זיין עולם צו ווייזען ווי א געטרייע פאטער ער איז.

מען דארף נאר ווארטן נאך אביסעל, און דער משוגעת וועט טאטאל נתגלה ווערען.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:06 pm

· #459033
יא, לדעתי הייסט דאס מסירת נפש. ביי עם איז ראש השנה א שטיק פון זיין לעבן ברוחניות (און אפי' אויך בגשמיות), און ער געסט דאס יעצט אוועק פאר אנדערע אידן - פעלאו חסידים!

פאליטיקאנט » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:09 pm

· #459035
אישתישבי
איז פשט אז ווען ער איז געפארן האט ער געמיינט אז דער גאנצע עולם וועט זיך קענען אריין גנב'נען ווי גוים? אלע מאי? האט ער געוויסט אז קען זיין ער גייט צוריקומען צו זיין עולם צו ווייזען ווי א געטרייע פאטער ער איז.

מען דארף נאר ווארטן נאך אביסעל, און דער משוגעת וועט טאטאל נתגלה ווערען.
דאס איז אמת אז ער באקומט גרויס כבוד און הערצה פאר'ן צוריקקומען, אבער דאך איז עס מסירות נפש.

(איך האלט אויך אז דאס אז מיט'ן צוריקפארן ווייזט ער אז אן '/"אמת'ע" / "געטרייע" פירער, האט זיכער צוגעגעבן צום באשלוס)

קא משמע לן » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 5:02 pm

· #459039
ער קען דאך נישט דאווענען מיט בלויז צעהן מענטשען. לכתחילה האט ער געמיינט אז ער גייט האבן א שיינע עולם, און ווען ער האט געזעהן אז עס ווערט צרות האט ער ווייטער געהייסן זיינע חברה קומען טראץ די גרויסע ריזיקעס און די גאר שוואכע אויסזיכטען אנצוקומען קיין אומאן. און די נאכפאלגער זיינע זענען נאכאלץ שטעקן געבליבען צווישען פולע לופטפעלדער צווישען איירופע צוליעב זיינע אומפאראנטווארטליכע און ווילדע שריט צו שמוגלען גרענעצין.
ווען ער האט געזעהן כי כלתה אילו הרעה און ער וועט נישט האבן קיין שיינע קיבוץ און אומאן איז ער שנעל צירוק געלאפן ווי א קאזע צו זיין שטעטל איבערלאזענדיג זיינע אנהענגערס פארווארפען על ארץ לא תהו. און ער וואקט נאך ארויס ווי א העלד פון די דאמפסטער.

נישט מיין היטל אראפ, זיין היטל אראפ.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 6:41 pm

· #459041
עפעס א בלינדע שנאה הערשט ביים המון עם צום ראש ישיבה איינער ווייסט פארוואס...?

אפשר קנאה? ווער ווייסט

פאליטיקאנט » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 6:55 pm

· #459043
איך וואלט נישט געזאגט די המון עם. געוויסע זענען קעגן עם פונקט ווי יעדער האט קעגנער.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 6:58 pm

· #459044
ס'איז גארנישט, אלע האבן געשריבן דא פאזעטיוו, אויסער עפעס א נייער ניק, אפשר א גלגול פון עטליכע אלטע וואס זענען אויסגעשפארט געווארן, וד"ל.

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:24 pm

· #459049
קא משמע לן
ער קען דאך נישט דאווענען מיט בלויז צעהן מענטשען. לכתחילה האט ער געמיינט אז ער גייט האבן א שיינע עולם, און ווען ער האט געזעהן אז עס ווערט צרות האט ער ווייטער געהייסן זיינע חברה קומען טראץ די גרויסע ריזיקעס און די גאר שוואכע אויסזיכטען אנצוקומען קיין אומאן. און די נאכפאלגער זיינע זענען נאכאלץ שטעקן געבליבען צווישען פולע לופטפעלדער צווישען איירופע צוליעב זיינע אומפאראנטווארטליכע און ווילדע שריט צו שמוגלען גרענעצין.
ווען ער האט געזעהן כי כלתה אילו הרעה און ער וועט נישט האבן קיין שיינע קיבוץ און אומאן איז ער שנעל צירוק געלאפן ווי א קאזע צו זיין שטעטל איבערלאזענדיג זיינע אנהענגערס פארווארפען על ארץ לא תהו. און ער וואקט נאך ארויס ווי א העלד פון די דאמפסטער.

נישט מיין היטל אראפ, זיין היטל אראפ.

הייליג גערעכט. איך קוק עס אן ווי איין שטיק פארשטינקענע גאווה פונקט ווי זיין רבי הרב שיק.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:44 pm

· #459052
[ציטאט אראפגענומען]


ער וואלט געדארפט טון קלוגער, אזוי ווי הרב ארוש האט געטון, געלאזט דעם עולם לופטערן און געזאגט אז דער רבי האט זיך צו אים מתגלה געווען ביים ציון, אז ער האט יעדן ליב, מען זאל עס נישט נעמען פערזענליך, און ער האט נאך געגעבן א באנוס - דאס איז שוין מער פון ערווארטעט - אז "ענק זענען די ערשטע וואס זענען זוכה צו הערן דער מעסעדזש פונעם רבי'ן פערזענליך".

נע, דאס קען יואלי ראטה נאכנישט באווייזן!

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:47 pm

· #459053
אינטרעסאנט אז איין זאך האט ער יא מיטגעברענגט פון זיין סאטמאררע חינוך, אז דער כלל פון 'היאך יכחיש החי את החי' גייט ביי זיי נישט אן און האבען נישט קיין פראבלעם מיט קיין אפענע שקרים לאור השמש.

יעדער וואס ווייסט דעם אמת (נישט די ברעסלעווע פראפאגאנדע) ווייסט אז די גרעניצן זענען שוין טאטאל פארקלאפט איבער 3 וואכן און אפילו ווי עס איז אנפאנג געווען א משהו גרינגער איז שוין איבער 2 וואכן פארמאכט. אנפאנג האט געקאסט בערך $1250-1500 פער קאפ פאר די שמוגלער און יעצט האלט עס ביי $3000-3500 און זיי נעמען נאר א מאקסימום פון 7 מענטשען אויפאמאל.

אבער דער האט נישט קיין שום פראבלעם צו שרייבן כאילו דער אפהאלט איז נולד געווארן די לעצטע פאר טעג.

אלס והייתם נקיים דארף איך מדגיש זיין אז איך בין פערזענליך געווען אין די לעצטע פאר וואכן ביי די גרעניצן פון אוקריינע, ראמעניע און אונגארן. וואס איך שרייב איז ממה שראו עיני וכלי ראשון נישט פון פראפאגאנדע מכל סוג שהיא.

וראיה לדברי, יעצט כרגע הכל בכול מכול איז דא אין אומאן אונטער 3 אלפים אידן. דאס איז כולל די שיינע פאר הונדערט וואס וואוינען היינט אגאנץ יאר דארט, די אלע וואס זענען שוין דארט איבער דריי וואכן און די אלע וואס מען שמאגעלט טעגליך אריין פאר גרויס געלט. מען דארף געדענקן אז אוקריינע האט היינט 63 בארדער קראסינגס ממילא פער בארדער איז עס טאקע נאר א עוורידש פון עטליכע מענטשן א טאג.

ישן מלא חדש » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:25 pm

· #459074
אלס איינער וואס האט אזוי געהאפט צו זיין אין אומן און נישט זוכה געוועין קען איך עים נישט פארשטיין.

אנשטאט צו זיין די שליח ציבור פון דיין קהילה און איין רייסן ביים ציון לכבודם האט ער ארויס געמאכט פליטה.
איך בין אבער מלמד זכות אויף עים אז אפשר האט ער זיך געפיהלט שולדיג אז ער האט געהייסן זיינע תלמידים קומען והיה מה שהיה.

אדער וויבאלד די פאליציי פרובירט צו כאפן די אריינגעשווערצטע האט ער ארויס געטשיקענט.

אבער וואס איך קען נישט דערגיין איז פארוואס האט ער כאטש נישט געווארט נאך א טאג כאטש צו זיין דארט ביי זכור ברית?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

ישן מלא חדש » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:16 pm

· #459079
[ציטאט אראפגענומען]
מען קען עס אויסארבעטן די שעות זענען געריקט פאראויס ווי דא.
זכור ברית איז ביי אונז געוועין א גרויסע חלק פונעם קיבוץ.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

מפיל קינד » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:06 am

· #459080
די סיבה איז זיכער ווייל ער שפירט זיך אויסגעשפילט ביי זיינע תלמידים. אסאך פון זיי זענען גוט אנגעווייטאגט פארן זיי הייסן אריינשפרינגען, זיי האבן פארלוירן געלט און גארנישט באקומען. ער מוז זיין צוריק ווי פריער זיך איבערצובעטן מיט זיי.

היטל ארויף, היטל אראפ, ער האט נישט געהאט קיין צוויי ברירות.

מפיל קינד » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:14 am

· #459084
עטליכע שרייבן שוין די זעלבע השערות, אבער נאר איך בין נעגאטיוו.
ישן מלא חדש

איך בין אבער מלמד זכות אויף עים אז אפשר האט ער זיך געפיהלט שולדיג אז ער האט געהייסן זיינע תלמידים קומען והיה מה שהיה.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

בן ישי » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:44 am

· #459088
C/P
פרישע בריוו פון די ראש ישיבה


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע תלמידים נרם יאיר.


איך בעט אייך איבער פאר די צער און עגמת נפש וואס איז אריבער אויף יעדן איינעם באזונדער.


גלייבט מיר, איך האב ענק נישט פארפירט ביז יעצט און איך וועל ענק ווייטער נישט פארפירן; איך האב ענק געזאגט צו קומען ווייל איך וואלט דאס אליינס געטון, וואלט איך ווען געווען אין אמעריקע און געהערט אז עס איז דא א וועג אריינצוקומען קיין אוקריינע זיין ביים רבינ'ס ציון – אפילו נאר אויף איין פראצענט – וואלט איך אויך געקומען. והא ראי', איך האב דאך געשיקט מיינע קינדער מיט ענק - אפילו די יונגע קינדער, אפילו עס איז געווען זייער איינגעשטעלט. ווייל אז דער רבי האט אזויפיל גערעדט און געזאגט מען זאל קומען קיין אומאן אויף ראש השנה – קען מען אויף גארנישט קוקן.


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק, מיין אומאן די יאר וועט זיין מיט אייך אלע אין שטעטל "קרית ברסלב"; זייט מיר מוחל אויף אלע שוועריקייטן.


פון ענקער ראש ישיבה וואס האט ענק נישט פארפירט ביז יעצט און איך וועל ענק ווייטער נישט פארפירן.

בן ישי » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:50 am

· #459089
פון דעם בריוו זעהט אויס ווי ער פילט אז ער דארף זיך פארענטפערן פאר זיינע מענטשן וואס ווי עס זעהט אויס זענען זיי אנגעווייטאגט אויף עם.
וואס אויב איז עס טאקע אזוי פארשטייט מען פארוואס ער איז צוריקגעקומען.
איך מיין אבער אז עס קומט עם נאכאלץ קרעדיט אפילו אויב ער האט עס נאר געטוהן צו איבערבעטן זיינע מענטשן. וועלכע רבי וואלט געטוהן אזא זאך כדאי צו צופרידן צושטעלן זיין ציבור?

פאליטיקאנט » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:50 am

· #459091
איך זע באמת נישט ער זאל האבן איינעם פארפירט, דריי וואכן צוריק האט ער געשריגן מ'זאל נישט גיין, און דאס איז פשוט ווייל מ'לאזט נישט איבער די משפחה אויף אזוי לאנג - טאמבס אפ פאר דעם.

אנהייב וואך האט ער געזאגט מ'זאל שנעל קומען אפי' פאר גרויס געלט - ווייל דאן האט מען נאך געקענט, און ביי ברעסלב'ער חסידים לוינט זיך צו צאלן גרויס געלט אויב עס איז נישטא קיין אנדערע אפציע.


צום סוף האט מען נישט געקענט אריין, און רוב פון זיינע חסידים זענען געבליבן געשטראנדעט 'פונקט ווי רוב ברסלב'ער חסידים אלוועלטליך', קומט ער צוריק פירן מיט זיי ראש השנה - און דאס איז זייער שיין פון עם, ווייל ער וואלט עס נישט געדארפט טון (מיינענדיג צו זאגן, אז זיינע מעריצים וואלטן נישט געהאט טענות)


[די בריוו ווי ער פארענטפערט זיך ווייזט נישט גארנישט, נאר רוב ברסלב'ער חסידים זענען אנגעווייטאגט אויפ'ן מצב, און ווען ס'טוט וויי רעגט מען זיך אויף אלץ, האט ער עס געשריבן]

ישן מלא חדש » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 10:04 am

· #459104
ישן מלא חדש
אלס איינער וואס האט אזוי געהאפט צו זיין אין אומן און נישט זוכה געווען קען איך אים נישט פארשטיין.

אנשטאט צו זיין די שליח ציבור פון דיין קהילה און איינרייסן ביים ציון לכבודם האט ער געמאכט פליטה.

איך בין אבער מלמד זכות אויף אים אז אפשר האט ער זיך געפיהלט שולדיג אז ער האט געהייסן זיינע תלמידים קומען והיה מה שהיה.

""אדער וויבאלד די פאליציי פרובירט צו כאפן די אריינגעשווערצטע האט ער ארויס געטשיקענט.""

אבער וואס איך קען נישט דערגיין איז פארוואס האט ער כאטש נישט געווארט נאך א טאג כאטש צו זיין דארט ביי זכור ברית?


יא, קוקט אויס ער האט ארויס געטשיקענט.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 11:46 am

· #459107
צפור בודד
[ציטאט אראפגענומען]

איך רעכן ער איז צוריקגעקומען כדי לערבב השטן.

ציפור בודד: דו מיינסט אז דער שטן ווייסט נישט וועגן קאראנא?! ער/זי ליינט די נייעס פונקט ווי א יעדער...! לאל

צפור בודד » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:15 am

· #459123
berlbalaguleh
צפור בודד
[ציטאט אראפגענומען]

איך רעכן ער איז צוריקגעקומען כדי לערבב השטן.

ציפור בודד: דו מיינסט אז דער שטן ווייסט נישט וועגן קאראנא?! ער/זי ליינט די נייעס פונקט ווי א יעדער...! לאל

פארשטייסט נישט. איך האב געמיינט, אז דער שטן זעט אז ער פארט צוריק וועט ער מיינען אז ר"ה איז שוין פאריבער.
און פארוואס פאלט דיר איין אז דער שטן איז "זי"?

צפור בודד » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:18 am

· #459124
מונקאטש איז נישט אזוי נאנט צו דער גרעניץ אז מען זאל זיי דארט כאפן "ביי די מעשה". אפשר האט מען זיי אהין געפירט אדער מען האט זיי געכאפט נאכן שווערצן.

קלוגע יודל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:10 am

· #459146
צפור בודד
מונקאטש איז נישט אזוי נאנט צו דער גרעניץ אז מען זאל זיי דארט כאפן "ביי די מעשה". אפשר האט מען זיי אהין געפירט אדער מען האט זיי געכאפט נאכן שווערצן.

מונקאטש איז נישט ווייט פון א גרעניץ (אדער אפשר אפילו ביים גרעניץ)

צפור בודד » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:35 am

· #459148
קלוגע יודל
צפור בודד
מונקאטש איז נישט אזוי נאנט צו דער גרעניץ אז מען זאל זיי דארט כאפן "ביי די מעשה". אפשר האט מען זיי אהין געפירט אדער מען האט זיי געכאפט נאכן שווערצן.

מונקאטש איז נישט ווייט פון א גרעניץ (אדער אפשר אפילו ביים גרעניץ)
סאיז טאקע רעלאטיוו נישט ווייט אפשר 25-35 מייל לויט וועלכער גרעניץ, אבער ביים גרעניץ איז עס נישט און מען קען דארט נישט כאפן "ביי די מעשה".

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:39 pm

· #459200
צפור בודד
berlbalaguleh
צפור בודד
[ציטאט אראפגענומען]

איך רעכן ער איז צוריקגעקומען כדי לערבב השטן.

ציפור בודד: דו מיינסט אז דער שטן ווייסט נישט וועגן קאראנא?! ער/זי ליינט די נייעס פונקט ווי א יעדער...! לאל

פארשטייסט נישט. איך האב געמיינט, אז דער שטן זעט אז ער פארט צוריק וועט ער מיינען אז ר"ה איז שוין פאריבער.
און פארוואס פאלט דיר איין אז דער שטן איז "זי"?

ציפור בודד: אין די היינטיגע וועלט קען דער שטן זיין א ..."זי"...!

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 9:09 pm

· #459202
צענדליגע אידן זענען סוקסעספול אנגעקומען קיין אומאן דורך שמוגלען אדורך דעהם וואלד. די זעקס איתרע מזלייהו אז מען האט זיי געכאפט.

פאר משה יענקל איז עס א שטארקע זאך פאר זיין פראפייל, ממש אזויווי רבי נתן און רבי לוי יצחק בשעתם.

מפיל קינד » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 9:24 pm

· #459203
berlbalaguleh
צפור בודד
berlbalaguleh

ציפור בודד: דו מיינסט אז דער שטן ווייסט נישט וועגן קאראנא?! ער/זי ליינט די נייעס פונקט ווי א יעדער...! לאל

פארשטייסט נישט. איך האב געמיינט, אז דער שטן זעט אז ער פארט צוריק וועט ער מיינען אז ר"ה איז שוין פאריבער.
און פארוואס פאלט דיר איין אז דער שטן איז "זי"?

ציפור בודד: אין די היינטיגע וועלט קען דער שטן זיין א ..."זי"...!

ס'איז דא אן אלט ווארט אויף דעם, פון וואו ווייסט מען אז תשובה איז א לשון זכר?

ווייל אויב ס'וואלט געווען א לשון נקיבה וואלט שוין יעדער אמאל געהאט אן הרהור תשובה...

גרעפיקסער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 11:32 pm

· #459296
ענדערש א רבי וואס וויל געפעלן זיינע חסידים (נישט אז כ׳זאג אז ס׳איז אזוי דא) און שלאגט כפרות מיט די וועלט, ווי איידער א רבי וואס וויל געפעלן די וועלט און שלאגט כפרות מיט די חסידים...

cictim » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:23 am

· #459307
משה יענקל מיט יואלי ביידע ליידן אויף די היינטיגע קרענק גערופען "רייטינג"

קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:43 am

· #459308
cictim
משה יענקל מיט יואלי ביידע ליידן אויף די היינטיגע קרענק גערופען "רייטינג"

משה ענקל טענה'ט אז ער ווייסט "קלאר" אז די רבי האט עים געשיקט אין תפיסה ראש השנה

מפיל קינד » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 9:53 am

· #459314
ס'מאכט סענס. ווען ער איז מיינס א חסיד, וואלט איך אים אויך אהינגעשיקט...