☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי נכריים אנצוקומען קיין אומאן

אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי נכריים אנצוקומען קיין אומאן

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14194

לבי ובשרי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:41 am

· #458811
אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי נכריים אנצוקומען קיין אומאן
אין ליכט פון די שוועריגקייטן היי יאר אנצוקומען קיין אומאן, איז קאמיש און אינטערעסאנט צו זען די מסירות נפש'דיגע פעולות פון אידן איבער דער וועלט צו קענען אנקומען מיט פרידן קיין אומאן.
📎 photo_2020-09-14_11-40-32.jpg

לבי ובשרי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:42 am

· #458812
יעצט קומט רבי אייזיק זילבערשטיין פון קרית יואל, א געוואלדיגער ת"ח וועלכער זיצט יעדן אינדערפרי שוין צוויי אזייגער אין בית המדרש און שוין יארן לאנג וואס ער פארט קיין אומאן.
די רביצין פון רבי אייזיק איז געווען יארן לאנג מנהל אין בית רחל אין מאנרא, און אזא בילד איז ריין היסטאריע
📎 photo_2020-09-14_11-40-40.jpg

לבי ובשרי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:44 am

· #458814
ס'איז אביסל אינטערעסאנט צו פארשטיין ווי אזוי דאס ארבעט און צו די איינגעשטעלטע אין לופטפעלד כאפן וואס דאס גייט פאר אדער נישט.

אבער דאס איז זיכער אז נישט יעדער מענטש מוז אויסקוקן גענוי ווי ער קוקט אויס אויפ'ן פאספארט. און פונקט ווי דער OTD אדער משומד געט זיך אן עצה, קענען פרומע פארשטעלטע אידן זיך אויך אן עצה געבן לכאורה

לבי ובשרי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:56 am

· #458815
מאנכע זאגן אז דאס איז דער ראש ישיבה, נכד רבי יחזקאל ראטה
📎 ראטה.jpg

עוקר הרים » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:11 pm

· #458816
Re: אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי בני ברית אנצוקומען קיין אומאן
כ'פארשטיי נישט, די געזעץ איז אז נאר יודען טארען נישט אריין גיין און גוים יא?

דער דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:43 pm

· #458819
דער איז גוט פארשטעלט מיין שאלה איז נאר וואס זאגן זיי וועגן די פאספארט בילד?
📎 Screenshot_20200914-124040_WhatsApp.jpg

דער דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:45 pm

· #458820
דער פון לינקס איז אייזיק אפעל
📎 Screenshot_20200914-124432_WhatsApp.jpg

דער דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:06 pm

· #458823
האמיר דעם ראש הישיבה אליין!
📎 IMG-20200914-WA0042.jpg

גראף » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:14 pm

· #458824
Re: אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי נכריים אנצוקומען קיין אומאן
ערגעץ וואו האבן זיך די נעבעך פארשטעלטער אידן געטראפן א קרעטשמע וואו זיי האבן פראבירט זיך צו כאפן דעם אטעם נאכ'ן אנטלויפן פונעם פריץ און ווערן פארפאלגט דורך די קאזאקן. אבער פלוצלינג האבן זיי געהערט א גראבע שטימע ביי די טיר און פאר וואס און ווען האט די טיר אויף געפראלט און די רויבער האבן זיך צולאכט. אבער א גאנצע נאכט שלאגט מען נישט!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:15 pm

· #458825
Re: אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי נכריים אנצוקומען קיין אומאן
[ציטאט אראפגענומען]
Photo shop

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:15 pm

· #458827
Re: אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי נכריים אנצוקומען קיין אומאן
לבי ובשרי
מאנכע זאגן אז דאס איז דער ראש ישיבה, נכד רבי יחזקאל ראטה
דעס איז פריעדמאן פין טאהש.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:17 pm

· #458828
Re: אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי נכריים אנצוקומען קיין אומאן
דער דארפסמאן
דער איז גוט פארשטעלט מיין שאלה איז נאר וואס זאגן זיי וועגן די פאספארט בילד?
א יעדער וואס פארט פארשטעלט איז נאר פאר די עמון עם מידיא. די באמאטע זענען געשמירט און ווייסען וואס דא קומט פאר.

ווי סזעהט אויס גיין זיי דאס אלעמאל טועהן זיי מאכן גרויס געלד יעצט.

מרעדט פין צווישען $2500-4000 א קאפ.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:23 pm

· #458831
Re: אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי נכריים אנצוקומען קיין אומאן
[ציטאט אראפגענומען]


יא יא!!
אבער דאס בילד שרייט פאטאשאפ

איך קען זיין wrong.

לבי ובשרי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:24 pm

· #458832
אקעי
📎 photo_2020-09-14_13-24-21.jpg

דער דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:25 pm

· #458834
גרויסע מענטשעלע
דער דארפסמאן
דער איז גוט פארשטעלט מיין שאלה איז נאר וואס זאגן זיי וועגן די פאספארט בילד?
א יעדער וואס פארט פארשטעלט איז נאר פאר די עמון עם מידיא. די באמאטע זענען געשמירט און ווייסען וואס דא קומט פאר.

ווי סזעהט אויס גיין זיי דאס אלעמאל טועהן זיי מאכן גרויס געלד יעצט.

מרעדט פין צווישען $2500-4000 א קאפ.


זאגט מיר איינער דעי גאנצע שפיל קאסט באמת נאר $150 און דעי מענטשען רייסען געלט ביים ציבור

דער דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:26 pm

· #458835
לבי ובשרי
אקעי
📎 IMG-20200914-WA0041.jpg

לבי ובשרי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:28 pm

· #458836
א בער קאסטיום סייז XL צו פארדינגען פאר ביז נאך די הייליגע טעג 😂

לבי ובשרי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:29 pm

· #458838
C/P
יעצט געטראפן א איד אין ספרים סטאר קויפן א פיר סלייס קאפל. ער איז אויפ'ן וועג קיין אומאן

לבי ובשרי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:30 pm

· #458839
גרויסע מענטשעלע
[ציטאט אראפגענומען]


יא יא!!
אבער דאס בילד שרייט פאטאשאפ

איך קען זיין wrong.

<a class="postlink" href="https://www.shutterstock.com/image-photo/portrait-smart-smiling-man-giving-you-276352550">https://www.shutterstock.com/image-phot ... -276352550</a>
📎 האסטע.JPG

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:33 pm

· #458840
Re: אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי נכריים אנצוקומען קיין אומאן
דער דארפסמאן
גרויסע מענטשעלע
דער דארפסמאן
דער איז גוט פארשטעלט מיין שאלה איז נאר וואס זאגן זיי וועגן די פאספארט בילד?
א יעדער וואס פארט פארשטעלט איז נאר פאר די עמון עם מידיא. די באמאטע זענען געשמירט און ווייסען וואס דא קומט פאר.

ווי סזעהט אויס גיין זיי דאס אלעמאל טועהן זיי מאכן גרויס געלד יעצט.

מרעדט פין צווישען $2500-4000 א קאפ.


זאגט מיר איינער דעי גאנצע שפיל קאסט באמת נאר $150 און דעי מענטשען רייסען געלט ביים ציבור
איך ווייס נישט ממש וויפיל.

אבער דאס איז זיכער אז א שיינע פאר אידן מאכן געלד דא.

דער דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:43 pm

· #458841
אבער וואס איז די חוצפה אז יואלי ראטה האט נישט געלאזט קיינעם פון זיינע חסידים פארן פאר מ'האט פארשפארט אוקריינע און ער האט זיך געגעבן א כאפ ארויס און יעצט שרייט ער יעדער זאת באצאלן כל הון דעלמא צי זיין דארט אויף ראש השנה?

לבי ובשרי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:47 pm

· #458842
דער דארפסמאן
אבער וואס איז די חוצפה אז יואלי ראטה האט נישט געלאזט קיינעם פון זיינע חסידים פארן פאר מ'האט פארשפארט אוקריינע און ער האט זיך געגעבן א כאפ ארויס און יעצט שרייט ער יעדער זאת באצאלן כל הון דעלמא צי זיין דארט אויף ראש השנה?
📎 ראטה.JPG

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 2:25 pm

· #458847
ווי פלעגט נאר רעב מעכעלע זאל זיך מיען זאגן ''פון ווי האבען זיי געוויסט איך בין א איד?''

מפיל קינד » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 2:33 pm

· #458848
עטליכע האט מען שוין צוריקגעשיקט.

איין שוטה האט שוין אפגעפליקט די בארד, אנגעטון דזשינס, קורצע ערמל, עיר פאונס אין די אויערן, אלעס האט געשטימט, אבער זיין גל-פז בעג האט ער פארגעסן איבערצולאזן... מ'האט אים צוריקגעשיקט.

א צווייטן האט מען געכאפט מיט א פליפ פאון, נאך איינער האט מען אנגעהויבן חושד זיין ווייל ער איז געגאנגען אין ביה"כ אויפן פליגער 3 מאל א שעה און האט נאך פארלאנגט א כשר'ע פארציע...

דער דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:58 pm

· #458858
ער וויל ווען פארן אויף אומאן
📎 IMG_20200914_155620_351.jpg

ישן מלא חדש » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 5:26 pm

· #458865
Re: אנשי מעשה פארשטעלן זיך ווי נכריים אנצוקומען קיין אומאן
.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

שפילער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 5:50 pm

· #458867
דו ביסט א עקלדיגע ראסיסט!!

מנחם ציון » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 5:58 pm

· #458869
נישט ער!!
דער וואס האט דאס אים געשיקט!!

שפילער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:01 pm

· #458870
מנחם ציון
נישט ער!!
דער וואס האט דאס אים געשיקט!!

אמת , אבער ער שיקט עס ווייטער . און ווען ער איז ווען נישט מסכים דערמיט וואלט ער עס נישט ארויפגעלייגט.

א חרפה און א בושה

ישן מלא חדש » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:08 pm

· #458873
שעפעלע טייערע, דו ווייסט ווער עס איז אויפגעקומען מיט די ווערטל? א פאפא-נער.
איז ער אויך א ראסיסט?

דער דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:09 pm

· #458874
און ער מאכט שוין אפאר טאלער אויך
📎 IMG_20200914_180846_727.jpg

שפילער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:18 pm

· #458875
ישן מלא חדש
שעפעלע טייערע, דו ווייסט ווער עס איז אויפגעקומען מיט די ווערטל? א פאפא-נער.
איז ער אויך א ראסיסט?

נעבעך א סעלף העיטינג ....

ישן מלא חדש » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:27 pm

· #458879
די פריערדיגע ווערטל האט א סעלף העיטינג פאפא'נער געמאכט און די יעצטיגע האט א סעלף העיטינג יוד געמאכט.
הצד השווה שבהם אז עס איז א ווערטל... געב א שמייכל און גיי ווייטער....

דער דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:30 pm

· #458881
לבי ובשרי
דער דארפסמאן
אבער וואס איז די חוצפה אז יואלי ראטה האט נישט געלאזט קיינעם פון זיינע חסידים פארן פאר מ'האט פארשפארט אוקריינע און ער האט זיך געגעבן א כאפ ארויס און יעצט שרייט ער יעדער זאת באצאלן כל הון דעלמא צי זיין דארט אויף ראש השנה?

דאס וואס ער שרייבט ער גייט באצאלן איז נאר פאר יענעם וואס נעמט מיט זיינע קינדער ודו"ק

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 7:35 pm

· #458889
ככל הנראה ביסטו שוין לאאאאנג נישט געזעצן אויף א פליגער פוהל מיט אידן, אדער פארסטו אייביג פירסט צו ביזנעס.

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 7:57 pm

· #458891
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז מער אז חסידים דרייען זיך אהין און אהער לאו דוקא בית כיסא

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:11 pm

· #458893
האט רבי מנחם מאנדערער געזאגט אזוי, אויב דו זיצסט אמאל אין ביה"כ און איינער קלאפט אויפ'ן טיר און דו ווייסט נישט צו יענער דארף טאקע וויכטיג צו נישט, אויב ס'דא א לאך פון וואו דו קענסט ארויסקוקן גיב א בליק ארויס, אויב איז עס א חסידישער איד קען ער נאך ווארטן, אויב אבער איז עס א ליטוואק זאלסטו שוין אפענדיגן און איהם אריינלאזן, ווייל אויב ער האט אפגעמאכט אז ס'איז שוין צייט צו גיין איז עס שוין טאקע די צייט, ס'קען שוין נישט ווארטן קיין מינוט מער...

דער דאס » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:27 pm

· #458905
.
📎 IMG-20200914-WA0133.jpg

דער דארפסמאן » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:07 pm

· #458934
באריכטן אז א איד איז ל"ע געשאסן געווארן ביים גרעניץ פון אוקריינע זייענדיג פארשטעלט ווי א בער. ער לעבט אין קריטישן צושטאנד. נחום אוריאל בן זהבה אדומה

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 7:12 pm

· #458951
פליז פליז....

כ'האף אז דו ווייסט אז ס'איז א וויץ.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:36 am

· #458959
קאצקע ציקער
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז מער אז חסידים דרייען זיך אהין און אהער לאו דוקא בית כיסא

קיינער שרייבט נישט אז ער איז א עקלדיגע ראסיסט?.....

שפילער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:52 am

· #458960
.