☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל

ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14190

דוראק » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 5:15 am

· #458675
ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל
דרייענדיק זיך דאָ אין שטיבל, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פולע ווערטער וואָס אין אונזער היימישן אידיש קען מען זיי ניט. רוב ווערטער פאַרשטיי איך זייער פשט פון דעם קאָנטעקסט, אַ טייל פון זיי ווייס איך ניט עד היום וואָס זיי מיינען. אי״ה אין דעם אשכול וועל איך צוצייכענען די אַלינקע ווערטער וואָס איך האָב זיך דאָ אויסגעלערנט (מיט זייער איבערטײטש אויף אונזער אידיש), אויב איר טרעפט באַ מיר עפּעס אַ וואָרט וואָס איר נוצט ניט, ביטע צייכנט צו!

וזה החלי בעזהי״ת:

ניטאמאל = בכלל ניט, איבערהויפּט ניט
מאנכע = אַ פולע
אפיר = פאָר(?)
פערצופאל = ???
עקסטער = ???

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 5:50 am

· #458676
מאנכע מיינט נישט א פולע, עס מיינט א טייל\אנדערע. 'מאנכע פוסקים' מיינט 'א טייל פוסקים' (פון די קאנטעקסט געדענק איך דער ווארט מימי בחרותי)

פערצופאל מיינט במקרה, צונעם די ווארט פאר צו פאל, אזוי ווי 'צופעליג'. עקסטער איז ענליך צו די ענגליש extra אין טייל קאנטעקסטן. איך בין נישט עקסטער אנציקט, מיינט I am not too excited וכדו'.

הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:00 am

· #458680
אפיר = ארויס. אבער נאר אין די קאנטעקסט פון ארויסברענגן אן אביעקט. אין אלטע הגדות של פסח שטייט "צפון, מען ברענגט אפיר דעם באהאלטענע אפיקומן".

פאליטיקאנט » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:21 am

· #458682
Re: ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל
אפיר קען אויך אויסגעטייטשט ווערן אלס accountable, "איך וועל עם אפיר האלטן"....

יעקב מעקסוועל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:10 pm

· #458702
ניטאמאל איז "אפילו נישט". קענסט מיר געבן אפאר דאלער? ניטאמאל א גראשן.
מאנכע פארשטיי איך ווי די לשון רבים פון יעניגער.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:20 pm

· #458704

חתן בחור » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:32 pm

· #458705
Re: ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל
מאנכע מיינט געוויסע.

די ווערטער וואס איך האב מיך אויסגלערענט דא איז, שעפעריש און סומעטאכע?

קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:14 pm

· #458706
חתן בחור
מאנכע מיינט געוויסע.

די ווערטער וואס איך האב מיך אויסגלערענט דא איז, שעפעריש און סומעטאכע?

שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:17 pm

· #458707
קאצקע ציקער

שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 11:36 pm

· #458724
ליטוואק פון בודאפעסט
מאנכע מיינט נישט א פולע, עס מיינט א טייל\אנדערע. 'מאנכע פוסקים' מיינט 'א טייל פוסקים' (פון די קאנטעקסט געדענק איך דער ווארט מימי בחרותי)

פערצופאל מיינט במקרה, צונעם די ווארט פאר צו פאל, אזוי ווי 'צופעליג'. עקסטער איז ענליך צו די ענגליש extra אין טייל קאנטעקסטן. איך בין נישט עקסטער אנציקט, מיינט I am not too excited וכדו'.

ליטוואק: אויב מ'ווילל דוקא פילאזאפירן קענמען זאגן אז דאס ווארט ...,אנט-ציקט"... באשטייט פון 2 סילאבלען. ממילא קומט עס מיט א טי"ת פאר די צד"י (ק)...!
נאר איך האב בילכערע (א ווארט וואס דוראק וועט זיכער וויסן דעם באדייט) דאגות ווי מ'ווערט אנטציקט מיט א טי"ת פאר'ן צדי"ק אדער ניט...!

Billy » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:02 am

· #458726
מאנכע האט די זעלבע באדייט ווי many אין ענגליש.

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:08 am

· #458737
Billy
מאנכע האט די זעלבע באדייט ווי many אין ענגליש.

נאך א פשט

קא משמע לן » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:45 pm

· #458779
ניטאמאל איז אזוי ווי nor און ענגליש.

מנחם ציון » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:35 pm

· #458854
רביה''ק זי''ע
קאצקע ציקער

שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

שעפעריש קומט פון שאפעריש
איינער וואס באשאפט זאכן\געדאנקען איז שעפעריש
דער "באשעפער" אין ענגליש איז "creator"

מנחם ציון » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:38 pm

· #458855
דוראק
דרייענדיק זיך דאָ אין שטיבל, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פולע ווערטער וואָס אין אונזער היימישן אידיש קען מען זיי ניט. רוב ווערטער פאַרשטיי איך זייער פשט פון דעם קאָנטעקסט, אַ טייל פון זיי ווייס איך ניט עד היום וואָס זיי מיינען. אי״ה אין דעם אשכול וועל איך צוצייכענען די אַלינקע ווערטער?!? וואָס איך האָב זיך דאָ אויסגעלערנט

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:41 pm

· #458856
מנחם ציון
רביה''ק זי''ע
קאצקע ציקער

שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

שעפעריש קומט פון שאפעריש
איינער וואס באשאפט זאכן\געדאנקען איז שעפעריש
דער "באשעפער" אין ענגליש איז "creator"

גיט געזאגט און דערפאר הייסט עס אין ענגליש creative

מנחם ציון » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:44 pm

· #458861
קאצקע ציקער
מנחם ציון
רביה''ק זי''ע
קאצקע ציקער

שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

שעפעריש קומט פון שאפעריש
איינער וואס באשאפט זאכן\געדאנקען איז שעפעריש
דער "באשעפער" אין ענגליש איז "creator"

גיט געזאגט און דערפאר הייסט עס אין ענגליש creative

דערפאר האב איך געקוואוט דער פשט פון @רביה"ק זי"ע

יואליש » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:56 pm

· #458863
קא משמע לן
ניטאמאל איז אזוי ווי nor און ענגליש.


ניטאמאל = not even, זו ואין צריך לומר זו

Neither nor = לא זו אף זו

נײגעריגער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:45 pm

· #458883
חתן בחור


די ווערטער וואס איך האב מיך אויסגלערענט דא איז, שעפעריש און סומעטאכע?

סוּמאַטוּכע כּצ"ל (פון רוסיש: суматоха, זעה דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/13786">viewtopic.php?f=7&t=13786</a><!-- l -->)

עס מיינט שערוריה\סקאַנדאַל\טומל\בהלה\מהומה

נײגעריגער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:31 pm

· #458930
לאַנגװייליג - משעמם - boring

חתן בחור » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:27 pm

· #458939
Re: ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל
ווער האט געהערט פונעם ווארט ״נעמליך״? וואס מיינט דאס?

קאצקע ציקער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:32 pm

· #458940
חתן בחור
ווער האט געהערט פונעם ווארט ״נעמליך״? וואס מיינט דאס?

פאר א סיבה עפעס אזוי

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:41 pm

· #458942
חתן בחור
ווער האט געהערט פונעם ווארט ״נעמליך״? וואס מיינט דאס?

נעמליך

namely

קאצקע ציקער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:54 pm

· #458943
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
ווער האט געהערט פונעם ווארט ״נעמליך״? וואס מיינט דאס?

נעמליך

namely

וואס איז די כלל טאקע? יעדע דויטשע ווארט ווערט אטאמאטיש יודיש?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:58 pm

· #458944
אידיש איז א דייטשע דיאלעקט, ס'איז אזויווי דו זאלסטו פרעגן צו יעדע ווארט אין אמעריקאנע ענגליש ווערט אויטאמאטיש בריטישע ענגליש (עה, נישט ממש, אבער דו כאפסט די פוינט).

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 9:05 pm

· #459367
ואפשר יש לפרש אז דאס ווארט ..."'ס'קוטשנע...מיינט אז ..."ס'איז קוטשנע, דערקוטשענד. נעגגינג...! ס'מאכט קאלעמוטנע אויפ'ן הארצן...!

דוראק » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 10:11 pm

· #459683
ענדערש - בילכער/גלײכער/בעסער/גיכער

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 10:19 pm

· #459685
פאליטיקאנט
אפיר קען אויך אויסגעטייטשט ווערן אלס accountable, "איך וועל עם אפיר האלטן"....

פאליטיקאנט: בעצם ביסטו גערעכט. אבער דאס ווארט ..."אפיהר"... אליין מיינט נאכנישט ..."עקאונטעבל"...!

נאר מ'קען לערנען פשט אזוי..."To hold it before him"...!

אויך. דאס איז דער חילוק פון...Transliterate. Or Translate...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 10:26 pm

· #459686
דוראק
דרייענדיק זיך דאָ אין שטיבל, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פולע ווערטער וואָס אין אונזער היימישן אידיש קען מען זיי ניט. רוב ווערטער פאַרשטיי איך זייער פשט פון דעם קאָנטעקסט, אַ טייל פון זיי ווייס איך ניט עד היום וואָס זיי מיינען. אי״ה אין דעם אשכול וועל איך צוצייכענען די אַלינקע ווערטער וואָס איך האָב זיך דאָ אויסגעלערנט (מיט זייער איבערטײטש אויף אונזער אידיש), אויב איר טרעפט באַ מיר עפּעס אַ וואָרט וואָס איר נוצט ניט, ביטע צייכנט צו!

וזה החלי בעזהי״ת:

ניטאמאל = בכלל ניט, איבערהויפּט ניט
מאנכע = אַ פולע
אפיר = פאָר(?)
פערצופאל = ???
עקסטער = ???

דוראק: דיין אויסשפראך איז (כפי הנראה) פון א רוסישן אפשטאם. משא"כ רוב מנין ורוב בנין פון די באנוצערס אויף קאווע שטיבל זענען פון א...פויליש/גאליציאנער/רומעניש/אונגארישן אפשטאם...!

איך האב געליינט גענוג חב"ד'סקער שריפטן צו וויסן אז דאס איז געווען די אויסשפראך פון די חב"ד'סקער מנהיגים און אנדערע תלמידי חכמים...!

דוראק » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 11:32 pm

· #462147
ערווענט - דערמאָנט?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 11:33 pm

· #462148
דוראק
ערווענט - דערמאָנט?


ערווענט = mentioned
<a class="postlink" href="https://translate.google.com/#view=home&op=translate&sl=auto&tl=en&text=erw%C3%A4hnt">https://translate.google.com/#view=home ... w%C3%A4hnt</a>

דערמאנט וואלט געווען remembered

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 11:45 pm

· #462151
עקסטער קען אויך זיין extra.

קאצקע ציקער » פרייטאג נאוועמבער 6, 2020 1:11 am

· #462154
רביה''ק זי''ע
דוראק
ערווענט - דערמאָנט?


ערווענט = mentioned
<a class="postlink" href="https://translate.google.com/#view=home&op=translate&sl=auto&tl=en&text=erw%C3%A4hnt">https://translate.google.com/#view=home ... w%C3%A4hnt</a>

דערמאנט וואלט געווען remembered

מען ניצט דערמאנט פאר דעם אויך

דוראק » פרייטאג נאוועמבער 6, 2020 6:35 am

· #462161
קאצקע ציקער
רביה''ק זי''ע
דוראק
ערווענט - דערמאָנט?


ערווענט = mentioned
<a class="postlink" href="https://translate.google.com/#view=home&op=translate&sl=auto&tl=en&text=erw%C3%A4hnt">https://translate.google.com/#view=home ... w%C3%A4hnt</a>

דערמאנט וואלט געווען remembered

מען ניצט דערמאנט פאר דעם אויך

היינו – דערמאָנט מיינט אויכעט „מענשענד” (איך ווייס ניט ווי מ'נוצט „ערווענט”...) – באַ אונז איז טאַקע ניטאָ קיין אַנדער וואָרט אויך דערויף.

ע״ד ווי בלה״ק קאָן „להזכיר” מיינען „מענשענען”.

קל וחומר » פרייטאג נאוועמבער 6, 2020 11:36 am

· #462174
Re: ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל
בת קול
עקסטער קען אויך זיין extra.
איך מיין אז עקסטער איז א ניי צוגעקומענע ווארט פון ענגליש אזוי ווי וואקן, די אריגינעלע ווארט וואלט געווען באזונדער.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 6, 2020 4:15 pm

· #462177
דוראק
ערווענט - דערמאָנט?

דוראק: נאר אין דעם אליין איז פארהאן 2 אדער 3 פארשידענארטיגע טייטשן מיט אנדערע מיינען. ניט מיינונגען. ווייל אט דאס האט שוין גאר אן אנדער'ן אפטייטש.

איין מיין (פירוש) ווי ס'שטייט אין פסוק ביי יוסף. ווען ער האט גערעדט צום שר המשקים..."וזכרתני לפני פרעה"...!

אן אנדערע מיין איז ווי ס'שטייט אין פסוק ביי עמלק..."זכור את אשר עשה לך עמלק"...!