☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב חיים צבי (הערש) מייזליש

הרב חיים צבי (הערש) מייזליש

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14174

צפור בודד » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2020 4:25 pm

· #458409
הרב חיים צבי (הערש) מייזליש
אפשר קען עמעצער באשרייבן ר' חיים הערש מייזליש. נישט דער פאליטיק מיט רא"ט נאר פשוט, מה טיבו. איז ער אן ערנסטער תלמוד חכם אדער סתם א מפלפל נוסח הונגריא? איז ער א צוגעלאזענער מענטש, וואס זענען זיינע כשרונות, שוואכקייטן, וואו האט ער געלערנט, האט ער עפעס געשריבן, איז ער באליבט ביי זיינע תלמידים, קהילה און מיט וואס, וכדומה? אלס אן אמעריקאנער, וויאזוי האט ער זיך צוגעפאסט צו ארץ ישראל, מיט וועם איז ער דארט נאנט? איז ער אן איש המעש, א רעדנער, אן אויפטוער? בקיצור, וואס פאר א סארט מענטש איז ער?

שמעון וואלף » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 1:37 am

· #458528
אין בית המדרש האט איינער געזאגט אז ער איז א "מייזליש".
וואס מיינט דאס?

מנחם ציון » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 1:56 pm

· #458546
📎 Capture.PNG
מיין סוירטש זאגט מיר אז די מייזלישעס זענען פון לואיזיאנא.....

אויליגער » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 2:10 pm

· #458549
ער איז א זוהן פון ר בעריש מייזליש רב פון סאטמאר בארא פארק (53) איידעם פונעם רבין בעל ברך משה.
איידעם פון וויזניצע רבי פון בני ברק (ר ישראל)
2 מאל א פלומעניק פון סאטמאר רבי (ר אהרן)
א שוואגער מיט ר מענדעלע (וויליאמסבורגע רב זון פון ר אהרן) וואס איז א איידעם ביים פעטער ר בעריש.
זיין ברודער די מוהל ר מרדכי אהרן איז רב אין ביהמ״ד איחוד וואלאבאויט
אין די גלילות פון קרית יואל (בלומינגראו) איז זיין שוואגער ר יואל האלבערשטאם רב מטעם סאטמאר (ר אהרן)
זיין איידעם ר שלום טייטעלבוים האט איבערגענומען זיין טאטע ר לייבוש ז״ל אלס רב אין איחוד קאנטרי און אין ביהמ״ד ויואל משה אויף ראסס סט.

בקיצור סאיז געקניפט און געבינדען

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 2:38 pm

· #458550
Re: הרב חיים צבי (הערש) מייזליש
אויליגער
ער איז א זוהן פון ר בעריש מייזליש רב פון סאטמאר בארא פארק (53) איידעם פונעם רבין בעל ברך משה.
איידעם פון וויזניצע רבי פון בני ברק (ר ישראל)
2 מאל א פלומעניק פון סאטמאר רבי (ר אהרן)
א שוואגער מיט ר מענדעלע (וויליאמסבורגע רב זון פון ר אהרן) וואס איז א איידעם ביים פעטער ר בעריש.
זיין ברודער די מוהל ר מרדכי אהרן איז רב אין ביהמ״ד איחוד וואלאבאויט
אין די גלילות פון קרית יואל (בלומינגראו) איז זיין שוואגער ר יואל האלבערשטאם רב מטעם סאטמאר (ר אהרן)
זיין איידעם ר שלום טייטעלבוים האט איבערגענומען זיין טאטע ר לייבוש ז״ל אלס רב אין איחוד קאנטרי און אין ביהמ״ד ויואל משה אויף ראסס סט.

בקיצור סאיז געקניפט און געבינדען
זיין שוואגער הרב ר' חיים צבי אשכנזי שליט"א איז
רב דביהמ"ד רב טוב בקרית יואל
בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - חדב"ן מהר"א
וחתן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א
בד"וו, געבוירן א מיידעלע היינט, וועל מיר זען ווי די קידוש וועט זיין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מנחם ציון » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 3:51 pm

· #458556
זיין ברודער ר' זלמן לייב איז אן איידעם ביים ספינקער רבי (ווייס version) דער שווער פון דער הייליגער חיים מאיר'ל, וואס ער איז דער טאטע פון דער הייליגער שמחה'לע, און זוהן פון דער נאך הייליגערן מרכז ווישניצער רעבע, וועלכע איז א פעטער פאר ר' חיים הערש

פארווע חסיד » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 3:56 pm

· #458557
איך בין מיין איייייגענע זיידע

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 9:41 pm

· #458581
פארווע חסיד
איך בין מיין איייייגענע זיידע


אכטונג להרהורים
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=rXU-ZdmzNmo">https://www.youtube.com/watch?v=rXU-ZdmzNmo</a>

פאר די וואס זענען נזהר עינים און ארויסהאבן קלארע דורך דייגרעם קען עס דא קוקן
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=eYlJH81dSiw">https://www.youtube.com/watch?v=eYlJH81dSiw</a>

כרם זית » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 11:43 pm

· #458587
@דולה ומשקה יישר כח יישר כח! האסט מיר ממש מחיה געווען.

יעצט האב איך מורא אז די ניגון ''איך פאר אראפ די טראו וועי מיט מיין מיני ווען'', קומט עכט מיט א ווייסע פיק אפ טראק אויף א טעקסאס'ע היי ווועי, ורק דפעסטע רב שינה מפני השלום.

יב הלוי סאלאווייטשיק » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 1:30 pm

· #458617
דולה ומשקה
פארווע חסיד
איך בין מיין איייייגענע זיידע


אכטונג להרהורים
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=rXU-ZdmzNmo">https://www.youtube.com/watch?v=rXU-ZdmzNmo</a>

פאר די וואס זענען נזהר עינים און ארויסהאבן קלארע דורך דייגרעם קען עס דא קוקן
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=eYlJH81dSiw">https://www.youtube.com/watch?v=eYlJH81dSiw</a>



א פשוטע יבומות סוגיא...

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 1:34 pm

· #458618
נו אויף יעדע פאר פאני ווערטער פן די גמ' טרעפט זיך היינט א שוטה וואס פאסט דערויף צו א גארביטש 'ניגון'.

אישתישבי » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:07 pm

· #458664
ר' חיים הערש איז א אדם נפלא בין אדם למקום ובין אדם לחבירו אויסער ווי געווענליך, זייער א חשובער און א בעל מדות נישט קיין שטאלצער (רב וואזנער זצ"ל).