☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » נבואות אויפן ינוקא - סאדיגורא

נבואות אויפן ינוקא - סאדיגורא

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14141
בלאט: 1 2

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:38 pm

· #457552
נבואות אויפן ינוקא - סאדיגורא
אזוי ווי עס קומט אויף א נייער רבי אויפן מארקעט, א ינוקא, וואס וועט האבן די זכיה צו זיין א לאנגע צייט אויפן בענקל און פירן א ווירטשאפט, איז די אויגן פון יעדן איינעם געוואנדן אצינד צו אים, צו זען וואס גייט דארט זיין, וויפיל גייט ער מצליח זיין און ווי אזוי עס וועט זיך אויסשטעלן דאס פלאץ און די רבי'סטעווע.

דעריבער איז די צייט דא, פאר יעדן איינעם צו זאגן נביאות, און פאראויס שאצן וואס גייט דארט פאסירן. די מטרה דערפון איז, אז אין צען יאר ארום, זאל מען צוריק אויפברענגען דעם אשכול (אויב קאווע שטיבל וועט נאך דעמאלס לעבן...), און זען ווער עס האט באוויזן ריכטיג פאראויס צו שאצן דער מצב אין סאדיגורא.

...
איך וועל אנהויבן:

לדעתי, דער ינוקא וועט אויפוואקסן א בולי ווי ס'דארף צו זיין... ער גייט האבן גאטס צו שטויסן און שלאגן וועמען עס שטייט אים אין וועג, גייט האלטן זיין דעה מיט א פעסטקייט און זאגן קלאר וואס ער האלט. ער וועט זיך נישט אפהאלטן פון קריטיקירן די גרעסטע און שטערקסטע מנהיגי ישראל, נישט מורא האבנדיג פאר קאנצעקווענצן. די חסידים וועלן גיין פאר אים אין פייער, האלטנדיג זיך שטאלץ צו האבן א יונגן שנוק וואס שרעקט זיך נישט פון די גרעסטע לייבן. ער וועט זיין א געזונטער מחוצף, פון די אנדערע זייט וועט ער פעסט בויען זיין פלאץ און בויען די שטאלץ פון סאדיגורא, אבער עס וועט מוזן קומען מיט א פרייז, פון וויי טון עטליכע אידן אין הויף אליין, שטויסן און בריקעווען גבאים ומשרתים, צווישן זיי די וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט פאר אים און אים באדינט, ער וועט טוישן פאזיציעס אין הויף און פטור ווערן פון די וועמען ער האט א קלער אז זיי קענען אים שטיין אין וועג.

מיט זיין עלטערע ברודער וועט ער זיך גראדע יא גוט לעבן, אפשר נישט פון אנהויב (און אפשר יא), אבער מיט די צייט וועט זיין קאלט-ווארעמע באציאונגען צווישן זיי, ס'וועט האבן אפס און דאונס, אבער מער-ווייניגער וועט זיין בסדר, היטנדיג איינער אויפן אנדערנ'ס כבוד.

בנוגע דער עלטערער: ער וועט זיך רואיג און שטיל בויען א הויף. ער וועט יא מצליח זיין, סלאולי באט שארלי, און וועט זוכה זיין צו אנערקענונג בבתי גדולי ישראל און ער וועט פאררעכנט ווערן אלס איינע פון די פירנדע מנהיגים ביי כלל-ישראל. ער וועט טאקע נישט זיין דער צענטראלער סאדיגורער רבי, און זיין הויף וועט זיכער זיין קלענער ווי דער צענטראלער הויף, אבער צום סוף וועט ער אוועקשטעלן אן איידעלע געשמאקע הויף מיט חסידים ואנשי מעשה, נאר בשעת דער יונגערער וועט האבן שווענץ וואס וועלן זיך שטיפן און האקן שטיקער וואו ער גייט נאר, וועט דער עלטערער האבן מער באזעסענע רואיגע חסידים. דער יונגערער וועט ציען מער צו רעכטס און מער חניוקי'ש, אבער גלייכצייטיג אנהאלטן דעם מלכות'דיגן רוז'ענער פראכט, דער עלטערער וועט ציען מער ליבעראל, אבער אויך האלטן דעם חסידי'שן דמות. איך וואלט זיך אויך ערלויבט צו קלערן, אז דער עלטערער וועט זיך ארויסשטעלן אלס מער בקי במנהגי וסיפורי רוז'ין, בשעת דער יונגערער וועט זיין באקאנט מער פאר זיינע שטיק און וועלן פירן די וועלט.

עפעס אזוי...

יעדער קען צולייגן און שרייבן וואס ער קלערט ווי אזוי עס וועט זיך ארויסשטעלן.

פאליטיקאנט » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:46 pm

· #457553
Re: נביאות אויפן ינוקא - סאדיגורא
איך האב נישט עכט קיין דעה אויפן יונגערן וואס ער גייט יא טון, אבער איך האלט אז ער גייט נישט זיך ארויסשטעלן און קריטיקירן אנדערע, נאר ער גייט מער פאקוסירן אויף זיין אייגענע קהילה.

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 5:30 pm

· #457559
איך ווייס נישט וואס זיין גייען טוהן, אבער פין דער עלטערע ווען מען האלטען מער!! פארוואס? ווייל ער האט ווייניגער צו פארקויפן, וועט מען מוזן באקען אותות ומופתים און הויכע ענינים, און עס וועט גיין א רויך, משא"כ דער אינגערע ווען זיין אויטאמטיש, וואס ער איז באמת א איידעלע פיינע, און דאס וועט ער בלייבן.

און אזוי האט היסטאריע געוויזן, די רעביס וואס האבן געהאט ווייניגער צו פארקויפן זענען געוועהן מער פארהייליגט ווי געלונגענע געווענליכע. פארשטייט זיך אז די גאר אויסגערופענע זענען נישט בכלל.

שושן פורים » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 5:47 pm

· #457563
אישתישבי
איך ווייס נישט וואס זיין גייען טוהן, אבער פין דער עלטערע ווען מען האלטען מער!! פארוואס? ווייל ער האט ווייניגער צו פארקויפן, וועט מען מוזן באקען אותות ומופתים און הויכע ענינים, און עס וועט גיין א רויך, משא"כ דער אינגערע ווען זיין אויטאמטיש, וואס ער איז באמת א איידעלע פיינע, און דאס וועט ער בלייבן.

און אזוי האט היסטאריע געוויזן, די רעביס וואס האבן געהאט ווייניגער צו פארקויפן זענען געוועהן מער פארהייליגט ווי געלונגענע געווענליכע. פארשטייט זיך אז די גאר אויסגערופענע זענען נישט בכלל.


די גאס האט געווענליך מער געפיל מיטן נרדף, דער עלטערער שפילט דערווייל די נרדף געים גאר גוט, צו ער איז באמת א נרדף, דאס איז שוין אפן פאר דעבאטע.

מנחם ציון » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 6:39 pm

· #457568
@לכבוד שבת'ל אויף וואס פונקטליך בויעסטו דיין דיאגנאזע?
למשל איך האלט אז ער גייט גאר שטארק פאקוסירן אויף מצות אתרוג

אלע חסידים וועלן לאזן וואקסן אתרוגים ביימער אין זייערע הויפן, (עטליכע שווענץ וועלן איינפלאנצן הדסים אויך אבער עווענטשעלי וועט די סאדיגורא דיין ארויסגעבן אן איסור און נאך צווי זריקות פון די מוסדות וועלן די שווענץ אויפגעבן און אויסרייסן די גע'אסר'טע געוואוקס)
דער רבי וועט האבן א פשוטער אתרוג, כנהוג בחצרות רוזין צו זיין ווי מער פשוט, אבער די חסידים וועלן זיך יא פירן ברייטער. די עשירים וועלן זיך אויפרייסן מיט א הערליכע אתרוג פאר זיך, און פארן חתן, ביז ס'וועט ווערן א טרענד אויף פאלאו (א סוקסידער פון סטעטוס) אז קיינער קוקט דיר נישט ארויף מיט א שיינער אתרוג, און דאן וועט זיך פארמירן א מאוומענט גערופן כח הפיטום,
און נאך א מעכטיגע אסיפה, וועט געגרינדעט א קערפערשאפט ירוק ככרתי, ויחד כולם יודו וימליכו צו נעמען א פשוט'ער אתרוג

כרם זית » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 8:52 pm

· #457574
מיום שנפטר האדמו''ר מסדיגורא (מיתת צדיק כשריפת בית אלוקינו) ניתנה נביאה לשוטים.

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:58 pm

· #457717
[ציטאט אראפגענומען]

And he is frickin right, if you listen to what he said

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 1:42 pm

· #457722
[ציטאט אראפגענומען]

Its only funny if you look at it like he's instructing them. I look at it like feedback from a recent Bucher..

אברך משי » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 2:23 pm

· #457728
א שטארקע טעות פון אסאך יונגע אדמו"רים בעבר ובהווה. מ'מוז נישט אללללעס קענען אין די ערשטע מינוט. זיין טאטע איז אוועק ביי די פינעף און זעכציג און האט (אפשר) געקענט געבן הדרכה, עס וואלט גארניש שלעכט געווען אויב ער וואלט זיי לעת עתה געלאזט גיין נעמען הדרכה ביי גדולים וטובים ממנו, און ער וועט אנהייבן צו טיילן דיעות ווען די מצב וועט זיין רייף. א רעכט-דענקנדער אדמו"ר וואלט געמעגט אנהייבן מיט נאר למחצה לשליש ולרביע'דיגע פונקציעס, און פראווענען ענווה אז ער איז נאך נישט גרייט אויף אלעס, און מיט די יארן פארברייטערן זיין עבודת הקודש.

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 2:40 pm

· #457729
אברך משי
א שטארקע טעות פון אסאך יונגע אדמו"רים בעבר ובהווה. מ'מוז נישט אללללעס קענען אין די ערשטע מינוט. זיין טאטע איז אוועק ביי די פינעף און זעכציג און האט (אפשר) געקענט געבן הדרכה, עס וואלט גארניש שלעכט געווען אויב ער וואלט זיי לעת עתה געלאזט גיין נעמען הדרכה ביי גדולים וטובים ממנו, און ער וועט אנהייבן צו טיילן דיעות ווען די מצב וועט זיין רייף. א רעכט-דענקנדער אדמו"ר וואלט געמעגט אנהייבן מיט נאר למחצה לשליש ולרביע'דיגע פונקציעס, און פראווענען ענווה אז ער איז נאך נישט גרייט אויף אלעס, און מיט די יארן פארברייטערן זיין עבודת הקודש.

דו ביסט דאך א נוגע בדבר #אברך מש"י...

אמת45 » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 4:38 pm

· #457752
Re: נביאות אויפן ינוקא - סאדיגורא
[ציטאט אראפגענומען]

און גאוה פילייכט.
כ'ווייס נישט פארוואס איך האב זיך איינגערעדט אז דער איז נאיוו.
ער עסט עס מיט אפעטיט.

מנחם ציון » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 4:45 pm

· #457754
כל באיה לא ישובון

מנחם ציון » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 4:59 pm

· #457757
📎 2020-08-27_LI.jpg
ווי די מנהג אין רוזין/סאדיגורא באניצט מען זיך בלויז מיט די אויסגעהאלטענע sleek baby wipes

כרם זית » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:41 pm

· #457792
אוי וויי, זי גייט מיט די אייגענע האר רח''ל.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 11:03 am

· #457867
סתם שטותים...!

צדיק-הדור » זונטאג אוגוסט 30, 2020 11:11 am

· #457936
דער חילוק פון איהם און אנדערע
ער איז א אינגע רבי מיט אלטע שקצים פאר גבאים
און אנדערע זענען אלטע רביס מיט אינגע שקצים פאר גבאים.

אבער ער האט נאך פאטענציאל צו ווערען אן אמת'ר רבי מיט'ן זיך נעמען אפאר עהרליכע גבאים (אויב עס איז מעגליך) און פטור ווערן פון די שקצים

Bloomingburg » זונטאג מאי 9, 2021 2:07 am

· #472763
.

חמר גמל » דאנערשטאג יוני 3, 2021 9:38 am

· #474562
איך האב אסאך געהערט פון חברים זיינע אז ער איז בעצם אלעמאל געוועזן אן ערענסטער, זיך גוט אויסגעקומען מיט יעדן אין מיט גרויס דרך ארץ, לפי ווי איך האלט מיט קוקט עס אויס ווי ער איז געבוירן געווארן מיט די פאך אין די האנט און ער שטייגט נאר ווייטער מער און מער..., לאמיר האפן אז עס וועט אנהאלטן אזוי ווייטער

חמר גמל » דאנערשטאג יוני 3, 2021 9:40 am

· #474563
כרם זית
אוי וויי, זי גייט מיט די אייגענע האר רח''ל.

נאך א פירצה אז זי גייט מיט הויזן..., 😞

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 3, 2021 11:03 am

· #474571
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: אבער ווער איז דער חתן (המלך)...?!

תרמב » דאנערשטאג יוני 3, 2021 1:45 pm

· #474594
דאס צו וויסן דארף מען שוין האבן זייער א ווייטן בליק.......

מחצה''ק » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 9:05 pm

· #486915
הערטס א מעשה וואס א קליינער נערישער שחצן גאוותן ספּויעלט ראַטן דער קליינער שיעלע סאדיגערער איז...

איך האב עס דא געשריגן זייט עריז דא
אבער עטס האט נאר געוואלט זיין טויבּ. און זיך מיטאנצן מיט דעם קינדישן טאנץ..

עריז געווען ביי חיים טאגער אינדערהיים אין מאנרא
און דער גרויסער סאטמארער רבי ר׳ אהרן זאל זיין געזונט האט געוואלט קומען פאר א ביקור גומלין.

מעהאט אפגעשמיעסט אויף 11:00 ביינאכט

סיז פינעף נאך עלעף און חיים טאגער זעט ווי דער קליינער טוט זיך אן זיין רעשוואלקע

ער פרעגט אים
ווי גייט דער רבי?!?!?

מעהאט אפגעשמיסט 11:00 ווילאנג דארף איך ווארטן פרעגט ער....?!?

סיז געווארן שווארץ פאר חיים וואס טוט ער מיט דעם אומדערצויגענעם יונגל..

ער בעט אים ווארט נאך אפאר מינוט כקען נישט אויסשפילן דעם סאטמאר רבין

11:20 זעהט ער ווי דער קליינער סאדיגורער שפאנצירט ארויס אנגעטון און זעצט זיך אריין אינעם קאר אוועק צו פארן....

חיים רופט אן חיים שלמה דעם גבאין, ער זאגט אים סיז צרות דער יונגל שפילט ארום דא. זעה דער רבי זאל נישט אנקומען דא. סנישטא פארוואס...

זאגט אים חיים שלמה סיז דערנאך דער רבי איז שוין אין קאר איך בין כמעט דארט

חיים גייט צו דעם שיעלע רבי און זאגט אים אז דער סאטמאר רב איז שוין כמעט דא...

פרעגט אים דער סאדיגערער. איז וואס זאל איך טון. איך דארף אויפגעבן און ארויס גיין פון מיין קאר צוריק צו דיר אינדערהיים אדער זאל דער סאטמאר רבי אויפגעבן און ארויס פון זיין קאר און צוריק ארויפגיין צו זיך אהיים... דער קליינער שחצן טראכט אזוי אפאר סעקונדן... ווייסט וואס רופט ער זיך אן מיט טיפשות איך וועל מוותר זיין דאס מאל.. איך קום צוריק...

עריז צוריק אריין פון א אונטערשטע זייטיגע טיר..!!

דאס זאגט אלעס וואס איך שריי דא שוין די גאנצע צייט. זייטס נישט איקסייטעד מיט אזא פארדארבענעם עסק.! סיז א באלאן! א טיפשותדיגער בחורישע פראפעגאנדע חסידות׳ל. א חסידות בלויז פאר די גבאים זיי זאלן האבן ווי צו זיין גבאי!

פאליטיקאנט » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 9:33 pm

· #486918
Re: נביאות אויפן ינוקא - סאדיגורא
איך בין בכלל נישט זיין חסיד, אבער דא בין איך מיט עם!

גערעכט איז ער, אז א רבי וויל זיך טרעפן מיט עם, זאל ער קומען באצייטענס, ספעציעל ווען מ'רעדט פון א גרויסע רבי וואס האט פשטות דווקא געקומען שפעט.....

לדעתי האט ער נישט געדארפט מוותר זיין.

Lesser » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:18 pm

· #486922
למשל די באיאנער רבי איז אויך נכתר געווארן בילדותו, אין טאקע ער האט זיך איינגעהאלטן פאר יארן, נישט געוואלט כאפען די מלוכה אויף איין מינוט.

די קלוגע וועג, איז ווי מהאט דערמאנט, שטייטלעך, דבר ביי דבר..

יעקב מעקסוועל » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:29 pm

· #486924
די התנגדות צום ינוקא גייט מיר נישט אריין אין קאפ. ווילסט נישט זיין זיין חסיד? איך אויך נישט... וועגן דעם זענען מיר נישט דארטן. ער האט דאך א גאנצע עולם וואס וויל יא זיין זיינע חסידים, וואס איז די פראבלעם? איך האב א פראבלעם ווען חסידים ווערן געצוואונגען צו זיין ערגעץ וואו זיי ווילן נישט.

מיינ פרומע חברים זאגן ער איז די אמת'ע רבי, מיינע אויפגעקלערטע חברים זאגן ער איז א גוטע נייעס, ווער פונקטלעך זענען די מתנגדים? א דאונט געט איט.

מחצה''ק » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 12:02 am

· #486927
בס''ה האב איך געקאפיט א מעסעדזש
מיין מיינונג אויף עם איז מען זאל ווארטן 20 יאר אין מהעט דעמאלטס זען ווער ער איז

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 7:45 am

· #486945
Lesser
למשל די באיאנער רבי איז אויך נכתר געווארן בילדותו, אין טאקע ער האט זיך איינגעהאלטן פאר יארן, נישט געוואלט כאפען די מלוכה אויף איין מינוט.

די קלוגע וועג, איז ווי מהאט דערמאנט, שטייטלעך, דבר ביי דבר..


באיאנער רבי איז געווען א רבי וואס מ'האט געדארפט אריין טרעינען צו די גאנצע זאך, אודאי איז עס גוט שטייטער.

דא רעדט מען פֿון א פולשטענדיגע ממלא מקום פון איין טאג אויפן צווייטען, נאך דערצו וואס ער האט רדיפות פון זיין משפחה, איז דוקא וויכטיג צו גיין מיט א פעסטקייט.

אז אן אנדער רבי מאכט פורים פון די ערנסקייט פון זיין פאזישאן, דארף ער נישט ווארטן, און אזוי איז נהוג איבעראל, ס'האט גארנישט מיט זיין יונג.

ברוך שאמר » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 9:42 am

· #486956
טעות

ברוך שאמר » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 11:41 am

· #486958
📎 IMG_20211129_113916_239.jpg

ברוך שאמר » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 11:43 am

· #486959
הערט א מעשה. לאל פין וועלכע פינגער ???

ברוך שאמר » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 3:42 pm

· #486973
הערט א מעשה
📎 IMG_20211129_151850_381.jpg

מחצה''ק » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 4:03 pm

· #486976
ברוך שאמר
הערט א מעשה. לאל פין וועלכע פינגער ???

ס'איז אמת אבער איין שינוי ער האט געווארט אויף עם בערך א שעה אין חיים שלמה האט געשטיפט אין געשטיפט אין ער איז געווען גע'הרג'ט מיד אין געהאט נאך א וועיג ביז לעיקוואד

ברוך שאמר » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 5:23 pm

· #486981
הערט א מעשה
שוין א גרויסע שינוי

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 5:36 pm

· #486982
בא לקלל ונמצא מברך, כבלעם בשעתו. 😃

Hadasim » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 5:48 pm

· #486983
מחצה''ק
הערטס א מעשה וואס א קליינער נערישער שחצן גאוותן ספּויעלט ראַטן דער קליינער שיעלע סאדיגערער איז...

איך האב עס דא געשריגן זייט עריז דא
אבער עטס האט נאר געוואלט זיין טויבּ. און זיך מיטאנצן מיט דעם קינדישן טאנץ..

עריז געווען ביי חיים טאגער אינדערהיים אין מאנרא
און דער גרויסער סאטמארער רבי ר׳ אהרן זאל זיין געזונט האט געוואלט קומען פאר א ביקור גומלין.

מעהאט אפגעשמיעסט אויף 11:00 ביינאכט

סיז פינעף נאך עלעף און חיים טאגער זעט ווי דער קליינער טוט זיך אן זיין רעשוואלקע

ער פרעגט אים
ווי גייט דער רבי?!?!?

מעהאט אפגעשמיסט 11:00 ווילאנג דארף איך ווארטן פרעגט ער....?!?

סיז געווארן שווארץ פאר חיים וואס טוט ער מיט דעם אומדערצויגענעם יונגל..

ער בעט אים ווארט נאך אפאר מינוט כקען נישט אויסשפילן דעם סאטמאר רבין

11:20 זעהט ער ווי דער קליינער סאדיגורער שפאנצירט ארויס אנגעטון און זעצט זיך אריין אינעם קאר אוועק צו פארן....

חיים רופט אן חיים שלמה דעם גבאין, ער זאגט אים סיז צרות דער יונגל שפילט ארום דא. זעה דער רבי זאל נישט אנקומען דא. סנישטא פארוואס...

זאגט אים חיים שלמה סיז דערנאך דער רבי איז שוין אין קאר איך בין כמעט דארט

חיים גייט צו דעם שיעלע רבי און זאגט אים אז דער סאטמאר רב איז שוין כמעט דא...

פרעגט אים דער סאדיגערער. איז וואס זאל איך טון. איך דארף אויפגעבן און ארויס גיין פון מיין קאר צוריק צו דיר אינדערהיים אדער זאל דער סאטמאר רבי אויפגעבן און ארויס פון זיין קאר און צוריק ארויפגיין צו זיך אהיים... דער קליינער שחצן טראכט אזוי אפאר סעקונדן... ווייסט וואס רופט ער זיך אן מיט טיפשות איך וועל מוותר זיין דאס מאל.. איך קום צוריק...

עריז צוריק אריין פון א אונטערשטע זייטיגע טיר..!!

דאס זאגט אלעס וואס איך שריי דא שוין די גאנצע צייט. זייטס נישט איקסייטעד מיט אזא פארדארבענעם עסק.! סיז א באלאן! א טיפשותדיגער בחורישע פראפעגאנדע חסידות׳ל. א חסידות בלויז פאר די גבאים זיי זאלן האבן ווי צו זיין גבאי!


אויפן גאס האט מען געשמועסט אז מהר"א טט"ב האט געהייסן חיים טאגער cancel'en א מסיבה לטובת סאדיגורה, אם כנים הדברים איז נישט דא קיין שום טענה אויפן יונגע רבי.

ברוך שאמר » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 5:58 pm

· #486984
הערט א מעשה
כנים הדברים

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 5:12 pm

· #487081
הדסים: יא. אבער די שאלה איז וואס איז געקומען ערשט די טשיקן. אדער די איי...! אפשר האט מהר"א געהייסן קענסלען די מסיבה נאכדעם וואס ער האט געהערט ווי דער קליינער מחוצפ'ל האט זיך אויפגעפיהרט...!

מצפצף » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 5:55 pm

· #487083
צוויי אראגאנטע מענטשן האבן געקלעשט.

nespresso » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 6:04 pm

· #487084
berlbalaguleh
הדסים: יא. אבער די שאלה איז וואס איז געקומען ערשט די טשיקן. אדער די איי...! אפשר האט מהר"א געהייסן קענסלען די מסיבה נאכדעם וואס ער האט געהערט ווי דער קליינער מחוצפ'ל האט זיך אויפגעפיהרט...!

ער איז דאך געבליבן ווארטן צום סוף, וואס איז די חוצפה?

ברוך שאמר » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 6:48 pm

· #487089
דו רעדסט סתם הוידל בוידל, מהר"א האט געהייסן קענסלען צוויי אדער דריי טעג פאר די פגישה.

ברוך שאמר » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 6:52 pm

· #487090
📎 IMG-20211130-WA0002.jpg

ברוך שאמר » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 9:20 am

· #487133
ירא הקהל וישפוט
📎 IMG-20211130-WA0003.jpg

מחצה''ק » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 4:21 pm

· #487142
ברוך שאמר
ירא הקהל וישפוט

ווי איז די גאנצע?

ברוך שאמר » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 6:40 pm

· #487147
דאס האב איך באקומען

ברוך שאמר » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 6:52 pm

· #487148
ירא הקהל וישפוט
📎 IMG-20211201-WA0179.jpg

Hadasim » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 5:14 pm

· #487200
berlbalaguleh
הדסים: יא. אבער די שאלה איז וואס איז געקומען ערשט די טשיקן. אדער די איי...! אפשר האט מהר"א געהייסן קענסלען די מסיבה נאכדעם וואס ער האט געהערט ווי דער קליינער מחוצפ'ל האט זיך אויפגעפיהרט...!


מ'האט שוין געשמועסט אויפן גאס וועגן די קענסלעישאן פאר די סאדיגערער איז געגאנגען קיין קרית יואל.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 12:21 am

· #487604
ברוך שאמר
ירא הקהל וישפוט

וואס גענוי דארף מען ירא'ן און וואס דארף מען משפט'ן?

ברוך שאמר » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 9:41 am

· #487626
שמעקעדיג
ברוך שאמר
ירא הקהל וישפוט

וואס גענוי דארף מען ירא'ן און וואס דארף מען משפט'ן?

ווי זוי האט יענער געזאגט? "ווער עס פארשטייט דער פארשטייט!

ברוך שאמר » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 9:48 am

· #487627
Hadasim
berlbalaguleh
הדסים: יא. אבער די שאלה איז וואס איז געקומען ערשט די טשיקן. אדער די איי...! אפשר האט מהר"א געהייסן קענסלען די מסיבה נאכדעם וואס ער האט געהערט ווי דער קליינער מחוצפ'ל האט זיך אויפגעפיהרט...!


מ'האט שוין געשמועסט אויפן גאס וועגן די קענסלעישאן פאר די סאדיגערער איז געגאנגען קיין קרית יואל.

מענין לענין געהערט אז איינער האט זיך אנגעריפן צי מהר"א. מיטן לשון דער קליינער (אויפן ינוקה) האט זיך מהר"א אנגעריפן "ער איז שוין גארנישט אזוי קליין "

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 9:58 am

· #487628
ברוך שאמר
שמעקעדיג
ברוך שאמר
ירא הקהל וישפוט

וואס גענוי דארף מען ירא'ן און וואס דארף מען משפט'ן?

ווי זוי האט יענער געזאגט? "ווער עס פארשטייט דער פארשטייט!

דער פראבלעם איז ווען נאר דער שרייבער פארשטייט, און חוץ פון אים קיינער.
בלאט: 1 2