☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » איך האב אמאל געמיינט.....

איך האב אמאל געמיינט.....

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14133

ישן מלא חדש » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:48 pm

· #457276
איך האב אמאל געמיינט.....
איך האב אמאל געמיינט....

הזינגער הידוע מוטי אילאוויטש אין זיין נייע סידי רעיונות האט א ניגון וואס רופט זיך געמיינט ווי ער לייגט זייער שיין אראפ זאכן וואס אין די עלטערע יארן אנערקענט מען אנדערש ווי אין די יונגע יארן.

א יעדער פארשטייט אז א ניגון וואס מען געבט ארויס פאר כלל ישראל טראכט מען שטארק וועלכע משלים אריין צו לייגן כדי נישט צו זיין אויף די קומענדיגע קול קורא צעטלעך אדער אויפן צונג פון די שווארץ קוקער'ס.

דא האט איר א ליסט פון זאכן וואס איך האב אמאל געמיינט וואס איך גלייב אז אפילו עס גייט אריין אין די זעלבע קאטעגאריע וואלט זיך מוטי נישט דערוואגט עס צו זינגען.

אז א רבי איז א מורה דרך.
אז מיינע מלמדים זענען אייביג גערעכט.
אז אין מקוה ווערט מען נאר ריין.
אז מנהלי המוסדות זענען עוסק לשם שמים.
אז א רבי איז א ערלטערע אויס-געהארוועטע יוד.


וכל המוסיף מוסיפין לו:

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

ישן מלא חדש » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:30 pm

· #457370
Re: איך האב אמאל געמיינט.....
אז זונטאג דארף מען נישט ארבייטן.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:47 pm

· #457374
אז ווייטאג איז א פיזיקל זאך

פאליטיקאנט » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:42 am

· #457439
Re: איך האב אמאל געמיינט.....
אז חברים (לייען: מענטשן פאר וועם איך האב זיך פערזענליך איינגעשטעלט כמה פעמים) וועלן זיך אננעמען פאר מיך ברגע האמת.

במדבר » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 8:53 am

· #457445
איך האב אמאל געמיינט..... אז דארוך לעבן פארמיידט מען די טויט.

חתן בחור » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 4:42 pm

· #457472
אז מ׳בעט עכט פון באשעפער העלפט ער.

עמון » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 6:28 pm

· #457477
אז קאווע שטיבל האט עכטע תקנות מיט יושר

קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 7:01 pm

· #457481
אז איי וועלט מעקט נאר לשון הרע און רכילות

ארי נוהם » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 9:32 pm

· #457487
עמון
אז קאווע שטיבל האט עכטע תקנות מיט יושר

און איך האב אמאל געמיינט, אז מחמת תקנות ויושר וועט מען אויסשפארן מנשה לוסטיגע משוגענער מיט אלע זיינע שלל ניקס, און צום סוף האט מען יעדעס מאל רחמנות אויף אים שלא כיושר, און טראץ די תקנות פון אויסשפארן א טראלל לעד ולעולמי עולמים, לאזט מען שטענדיג איבער עטליכע פון זיינע אנדערע ניקס צו קענען ווייטער ארומטראלן.


און ווער ס'פארשטייט, פארשטייט.

עמון » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 9:36 pm

· #457489
ארי נוהם
עמון
אז קאווע שטיבל האט עכטע תקנות מיט יושר

און איך האב אמאל געמיינט, אז מחמת תקנות ויושר וועט מען אויסשפארן מנשה לוסטיגע משוגענער מיט אלע זיינע שלל ניקס, און צום סוף האט מען יעדעס מאל רחמנות אויף אים שלא כיושר, און טראץ די תקנות פון אויסשפארן א טראלל לעד ולעולמי עולמים, לאזט מען שטענדיג איבער עטליכע פון זיינע אנדערע ניקס צו קענען ווייטער ארומטראלן.


און ווער ס'פארשטייט, פארשטייט.

לאמיר זען שפאר אויס אלע זיינע ניקס! און וועל מער זען אויב דו ביסט באלעבוס אויף עהם. דו פלאצט ווי א סוטה, און זאגן זאגסטו אז דו ווייסט וועלכע ניקס זענען זיינע.

קענסט איין זאך טון, רעדן שיין צו עהם, ווייל ווילד קען ער בעסער, פאר ווער ס'קען עהם פערזענליך.
און טאמער נישט, האסטו נאך איין ברירה, נישט אנצונעמען מער 'לעולמי עד' קיין נייע ניקס.

קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 9:43 pm

· #457492
אז קאלט און ווארעם איז א פיזיקל זאך

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 7:42 am

· #457515
אז ווען איך וועל עלטער ווערען וועל איך פארשטיין,

דערווייל,

זענען די קשיות געווארן תירוצים.

עוקר הרים » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 4:50 pm

· #457622
Re: איך האב אמאל געמיינט.....
אז ס'איז דא זאכען אין לעבען וואס גייען מיך געבען סיפוק.........

צדיק-הדור » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:13 pm

· #457779
אז דער בע"ש הק' האט געהאט א בית מדרש מיט טויזענטער חסידים

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:55 pm

· #457799
אז גרויס מיינט האבן אסאך חסידים,

אופס, איך מיין ער זאגט דאס.

חתן בחור » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 8:52 am

· #457851
Re: איך האב אמאל געמיינט.....
קאצקע ציקער
אז קאלט און ווארעם איז א פיזיקל זאך
זיי מסביר ביטע.

כרם זית » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 9:18 am

· #457854
אז מוסר הערט מען פון רבנים,
און ווערטלעך פון בדחנים.
דערווייל איז עס נתחלפו השיטות,
אוי וויי ס'גרויסע בישעס!

מי אני » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 10:32 am

· #457864
חתן בחור
קאצקע ציקער
אז קאלט און ווארעם איז א פיזיקל זאך
זיי מסביר ביטע.

לכאורה מיינט מען צו זאגן די קאלאריק טעאריע פון היץ. דהיינו אז מ'האט געמיינט אז "היץ" איז אזא סארט גאז ממש, וואס מ'האט גערופן "קאלאריק", וואס דאס טוהט גורם זיין היץ (לעומת סתם ענערגיע). מ'האט געזאגט אז עס וועגט גארנישט און גייט פון ווארעם צו קאלט.

(ועיין כאן.)

כרם זית » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:18 pm

· #457883
אז הלכה איז גוט, און חומרות בעסער,
דערווייל אבער ארבעטן נישט די איבריגע שלעסער.

אישתישבי » זונטאג אוגוסט 30, 2020 8:56 am

· #457929
מי אני
חתן בחור
קאצקע ציקער
אז קאלט און ווארעם איז א פיזיקל זאך
זיי מסביר ביטע.

לכאורה מיינט מען צו זאגן די קאלאריק טעאריע פון היץ. דהיינו אז מ'האט געמיינט אז "היץ" איז אזא סארט גאז ממש, וואס מ'האט גערופן "קאלאריק", וואס דאס טוהט גורם זיין היץ (לעומת סתם ענערגיע). מ'האט געזאגט אז עס וועגט גארנישט און גייט פון ווארעם צו קאלט.

(ועיין כאן.)


נישט אין דיין וויסטען חלום.

א איד גיבט שלום עליכם מיט א שיינע ווארימע שמייכעל, אדער מיט קאלטע ווייטע אויגען.

צדיק-הדור » זונטאג אוגוסט 30, 2020 11:05 am

· #457935
אז די אלע וועליכע שרייען שאאאאבעעעססס מייענען עס ערענסט

צדיק-הדור » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:08 pm

· #457945
איעדער אינגעל וואס זינגט ספעציעל אויב ער זינגט א סאלא, איז א ילד הפלא

צדיק-הדור » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:09 pm

· #457947
אז איעדער רבי איז אוטומאטיש א רשכבהג

מנחם ציון » זונטאג אוגוסט 30, 2020 2:23 pm

· #457964
אז חיים פריינד'ס באסעס וועט אונז פירן קעגן משיח'ן

פאליטיקאנט » זונטאג אוגוסט 30, 2020 5:30 pm

· #457978
Re: איך האב אמאל געמיינט.....
אז אלע אנדער רבי'ס האבן שמיץ אויף זיך, אבער "מיין רבי" איז כולי עלמא מודי ער איז די רבי פון אלע רביס...

פאלאצ'ינטא » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 3:25 pm

· #533558
איך האב אמאל געמיינט.....

אז נאר סאטמר טהוט חסד

לפורקנך סברית » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:11 pm

· #533560
אז סאטמאר טוט נאר חסד.