הינוקא הוכתר
די גאנצע חסידישע וועלט איז אויף מיט די מינו פון דער פרישער אדמו"ר מסאדיגורה, וועלכער איז נאך אין א גאר אינגער עלטער, איך קען נישט די נושא בכלל גיי איך נישט אריין רעדן, איך האב נאר געטראכט אז סאיז מעגליך אינטערסאנט אהער צו ברענגען פון די ארכיוון עטליכע אויסצוגן פון די צייטונגען בשעת וואס מען האט געקרוינט דעם דעמאלטס'דיגן ינוקא, כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א.
(איך האף אז סאיז נאך נישט דא געוועזן, אויב יא זאל מיר די עולם מוחל זיין...)
📎 IMG_20200817_160421_460.jpg
📎 IMG_20200817_160419_569.jpg
📎 IMG_20200817_160417_208.jpg
📎 IMG_20200817_160413_797.jpg
📎 IMG_20200817_160410_262.jpg
📎 IMG_20200817_160408_248.jpg
📎 IMG_20200817_160402_860.jpg
אינטערעסאנט ווי דער שרייבער באטיטלט די טיש אלס ''איש''. זעט אויס אז א טשאלמי האט מסביר געווען פאר דער פרייער שרייבער אז אין אידיש הייסט עס אן ''איש''.
בדרך אגב די אויסדריק ינוקא קומט פון זוהר וואו עס ווערט פארציילט איבער א ינוקא וואס תנאים האבן געלערנט פון אים סודות התורה.
<a class="postlink" href="https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A0%D7%95%D7%A7%D7%90">https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%A7%D7%90</a>
דער ערשטער ינוקא איז געוועהן א עלטערע ברודער פין דער ריזשינער, וואס איז געווארען א רבי ביי די זעכצן.
ס'בכלל נישט דומה, פאר דעם אליינס, אז א ינוקא איז געווארן, ווען ס'נישט געווען א צווייטער, אדער א צווייטער ראוי.
אבער דא האסטו א שורה וואוילע פאסיגע קאנדידאטן. והמקרא אומר דרשני
נאר אין מעריב קען מען זעען וויאזוי ער האט געכאפט דער קרוין און נישט געווארט אז מען זאל עס אים אנטון.
ווי אפיציעל איז דאס? אין דו נייעס שטייט אז מען האט נאכנישט אפיציעל מכריע געוועזן
איך האב מיך באצויגן צו די היסטארישע צייטונג בארכיטן פון הינוקא מבעלז.
📎 loading=
רחוב אפריגס....
צפור בודדנאר אין מעריב קען מען זעען וויאזוי ער האט געכאפט דער קרוין און נישט געווארט אז מען זאל עס אים אנטון.
ושוברו בצדו...
שטייט דארטן אז דאס איז געטוהן געווארן "ע"פ עצתו של האדמו"ר מגור, הישיש"...
גיבט א קוק אין דבר:
"... ואגב ההילולא לא חסכו חירופים וגידופים ממדינת ישראל"
סו קיוט...
Re: הינוקא הוכתר
אויך שרייבן זיי אז עס איז געווען געציילטע וואכן נאך די חתונה פון סיגעט וויזניץ (מהר"א) זעט אויס אז עס איז געווען "אין אני והוא יכולין לדור במקום אחד"
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk