☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואָס איז דאָס אַזוינס – תשובה?

וואָס איז דאָס אַזוינס – תשובה?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14110

דוראק » זונטאג אוגוסט 16, 2020 3:00 am

· #456510
וואָס איז דאָס אַזוינס – תשובה?
תשובה. אַ וואָרט. דגים שבים רועדים... קומט אין ליובאַוויטש וועט מען אײך זאָגן אַז ס'איז ראשי־תיבות „טרינקט ספּירט און בײסט הערינג”...

נאָר אויף אַן אמת, וואָס הייסט תשובה?

אין ישיבה קטנה האָבן מיר געהאַט זייער אַ צינישער משפיע, פלעגט ער אונז זאָגן „קינדערלאַך, ווען איר וויינט איבער אײערע עבירות, איז דאָס פּונקט ווי אַ blackboard, מ'האָט שוין געשריבן אַזוי פיל, מעקט מען אויסעט מיט טרערן און אָט... האָט מען אָרט אויף ווײטער צו זינדיקן”.

כ'האָב אַמאָל געקענט אַ פאַרצײטישן איד, געהייסן האָט ער ר' לייזער. דערציילט מיר ר' לייזער, אַז דעם ערשטן מאָל וואָס ער איז געקומען (נאָך דער מלחמה) אין אַ שול יום כיפור, האָט ער ניט פאַרשטאַנען. ער איז דאָך געוועזן אײנגעוואוינט אין דער אַלטער היים, אַז יום כיפור וויינען אַלע. מיטאַמאָל קומט ער אָנעט אין עפּעס אַ שול, און... קיינער וויינט ניט! גייט ער צו צו עפּעס אַן אַלטן איד מיט אַ הדרת פנים (שפּעטער האָט ער אויסגעפונען אַז דאָס איז געוועזן דער באַוואוסטער משפיע ר' מענדל פוטערפאַס), און ער פרעגט עם – פאַרוואָס וויינט קיינער ניט?

ר' מענדל (וואָס ווער עס האָט עם געקענט קאָן עדות זאָגן אַז ער האָט זיך מסתמא גוט אויסגעוויינט באַ זיך אין צימער...) גיט עם אַ שאַרפן בליק און זאָגט עם: „יונגערמאַן! מ'זינדיקט ניט און מ'וויינט ניט!”...

וואָס וויל איך דאָ זאָגן? ווייס איך ניט, מיר איז אַליין שווער אויסצוקומען קלאָר.

נאָר אַזוי. די ערשטע זאַך אין תשובה איז פּראָסט און פשוט „עזיבת החטא”... „והנה מצוַת התשובה מן התורה היא עזיבת החטא בלבד . . דהיינו שיגמור בליבו בלב שלם לבל ישוב עוד לכסלה למרוד במלכותו יתברך ולא יעבור עוד מצוַת המלך חס ושלום, הן במצוות עשה הן במצוות לא תעשה”.

דאָס איז דאָס! וואָס געווען איז געווען, אַזוינס וועט שוין מער ניט פּאַסירן!

כ'האָב זיך אַמאָל געטראַכט, אַז ווען מ'זאָגט „כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה”, איז „חתימה” מלשון „חתימת הברכה”. היינו – וואָס געווען איז געווען, און שוין, ווײטער!

דאַרף מען דען ניט תשובה טאָן אויפן עבר? אוודאי דאַרף מען! ווי זאָגט דער רבי אין סאַמע אָנפאַנג פון תניא: „ואם לא ירע לבבו כלל מזה יכול לבוא לידי קלות חס ושלום”!

אוודאי מוזן מיר נעמען אחריות אויף אונזערע מעשים, נאָר דער ערשטער טריט איז אינגאַנצן זיך אָפּרײסן פון דעם וואָס איז געוועזן ביזל אַהער.

איך האָף אַז וואָס איך שרײב איז קלאָר, זאָל איך ניט מוזן אָפּמעקן...

אישתישבי » זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:24 am

· #456514
בקיצור, אמאהל האט מען געזינדיגט האט מען געוויינט, היינט איז אכשר דרא, מען זינדיגט נישט וויינט מען נישט. ר' מענדל פוטערפאס.

אדער, אמאהל האט מען געוויסט אז מען זינדיגט, אמאהל איז עס געוועהן סימפעל, זינדיגען, תשובה און אודך, היינט איז עס זייער קאמפלאצירט, זינדיגען איז קאמפלאצירט, תשובה טוהן איז קאמפלאצירט, ממילא קומט מען אין שוהל און מען שטופט עס דורך.

חסיד פון ליטא » זונטאג אוגוסט 16, 2020 12:43 pm

· #456519
Re: וואָס איז דאָס אַזוינס – תשובה?
אדער איז ייתכן אז עס שטייט דאך אז תשובה ברויך זיין באותו מקום.
אמאליקער צייטן פלעגט מען זינד טאן אינעם פומבי ווי עס איז ערווענט אין די תשובות ספרים.
היינט זינדיגט מען בצנעה ובמקום שאין מכירים אותו, איז דאך מן המדה צו תשובה טאן אויף אזא אופן.

Sent from my SM-G973U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 16, 2020 8:50 pm

· #456541
אישתישבי
בקיצור, אמאהל האט מען געזינדיגט האט מען געוויינט, היינט איז אכשר דרא, מען זינדיגט נישט וויינט מען נישט.

אמאל האט מען נישט געלערנט האט מען נישט געוואוסט וואס מ'מעג, היינט ווייסט מען וואס מ'מעג און וואס מ'טאר נישט קען מען זיך אויסהיטן פון זינדיגן.

מיינונגזאגער » זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:18 pm

· #456544
Re: וואָס איז דאָס אַזוינס – תשובה?
רביה''ק זי''ע
אישתישבי
בקיצור, אמאהל האט מען געזינדיגט האט מען געוויינט, היינט איז אכשר דרא, מען זינדיגט נישט וויינט מען נישט.

אמאל האט מען נישט געלערנט האט מען נישט געוואוסט וואס מ'מעג, היינט ווייסט מען וואס מ'מעג און וואס מ'טאר נישט קען מען זיך אויסהיטן פון זינדיגן.
איך האף אז דאס איז א סארקאסטישע באמערקונג און אן איפכא מסתבראדיגע קוואוט!!!


Sent from my iPhone using Tapatalk

כרם זית » זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:25 pm

· #456546
רביה''ק זי''ע
אישתישבי
בקיצור, אמאהל האט מען געזינדיגט האט מען געוויינט, היינט איז אכשר דרא, מען זינדיגט נישט וויינט מען נישט.

אמאל האט מען נישט געלערנט האט מען נישט געוואוסט וואס מ'מעג, היינט ווייסט מען וואס מ'מעג און וואס מ'טאר נישט קען מען זיך אויסהיטן פון זינדיגן.


וזה הביאור במה דאמרו חז'ל לא עם הארץ חסיד, דחסידתו בא ממה דהוא אינו יודע דהוא מותר, ודו''ק.

מי אני » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:19 pm

· #456706
📎 51B0B528-E743-4C0E-92C8-FB025926E206.jpeg
א געדאנק אין דעם אז (ברכות לד:) במקום שבע״ת עומדין וכו׳ (און אפשר אויך זדונות נעשות לו כזכיות ביומא פו:) במשנתו של, להבדיל, דר. יאשיה רויס.

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:21 pm

· #456707
@מי אני דרייט זיך ארום מיט דער גוטער בוך און זייעט אן בלעטלעך איבעראל
ווי טרעפט מען זאנע ביכער?

מי אני » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:27 pm

· #456709
Re: וואָס איז דאָס אַזוינס – תשובה?
אפאר פון די זענען פון די סטענפארד ענציקלאפעדיע פון פילאזאפיע. דאס ספעציפיש איז פון די בלאט אויף יאשיה רויס.

דוראק » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 7:35 am

· #457845
ערשט געהערט – אין קאָצק פלעגט מען זאָגן: אל תפנו אל ה„אלולים”, וואָס מ'טאָר ניט טאָן אלול טאָר מען ניט טאָן אדר.

קאָצקע ווערטער, ווי מ'פלעגט דאָרט זאָגן, איז „פתחו לי כחודו של מחט”... זאָל זײן גאָר קליין, אָבער זאָל שטעכן...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 8:39 am

· #457850
איך האב ביי מיר די כתבים פון הרב מתתיהו וויינברג אויף הל' תשובה, און ער לערנט אפ יעדער פרק אלס א דבר בפני עצמו, הערליך זיס. איך האב נאר אביסל דארט געקוקט, און ער טענה'ט אז אין די ערשטע פרק דערמאנט נישט דער רמב"ם קיין חילוק צווישן שוגג און מזיד, און ער דערמאנט כמעט נישט די סליחה ומחילה, נאר די כפרה.

טענה'ט ער אז דער מענטש וואס האט געזינדיגט האט זיך פארשווארצט. אבער די ערשטע פרק רעדט נישט פון דעם, נאר די זינד זעלבסט. מ'דארף אפווישן די זינד פון די וועלט, און דאס הייסט כפרה. דער מענטש הייבט אן מיט ווידוי, א ווידוי וואס האט נישט מיט זיין תשובה און זיין פערזענליכע צוריק קער צום אויבערשטן, עס איז ווערטער וואס דערמיט ווערט די זינד אפגעווישט פון די וועלט. דערנאך רעדט דער רמב"ם פון די מצוה פון תשובה און איר איינצעלהייטן.