☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אליינס צווישן מענטשן.

אליינס צווישן מענטשן.

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14078

dan » מיטוואך יולי 29, 2020 3:27 pm

· #455474
אליינס צווישן מענטשן.
א גיטן טייערע יודן,
איך קים דא ארויף שרייבּן פין ווייטאג, דאס ליגט שוין אויף מיין הארץ יארן, אפשר וועט ארויסקומען א טובה, (פאר מיך אדער פאר אנדערע). איז אזוי,
איך בּין זייער א געלונגענע מענטש, איך בּין קליג, איך פארשטיי גוט א עסק, בּרוך השם איך האבּ זייער א גיטע מערידש, א גיטע דשאבּ, וואס ליגט מיך אויפן הארץ איז, איך פיל מיך זייער לאנלי.
דאס הייסט, למשל, איך דאווען שוין אין זעלבּע שול א 6-7 יאר אין איך פיל נאכאלץ אזא ליידיגקייט, פארלוירנקייט,
אין די ארבּעט האט מיך גענומען א גוטע יאר צו ווערן בּאקוועם צווישן מיינע קאווארקערס אין זייער אסאך מאל ווער איך ממש דיפּרעסט פין דעם,
אין איך בּין זייער אנגעוויזן צי סאשילייזן מיט מענטשן, אבּער איך בּין זייער שעמעדיג...
סא וויל איך וויסן צו סדא נאך מענטשן וואס פילן אזוי, אין אויבּ איינער האט עני עצה מיך צי העלפן אין מיין איינזאמקייט צווישן מענשן.
א דאנק.

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 3:38 pm

· #455475
איין טיפ. דאווען אין די קלענסטע שוהל וואסי נאר שייך, ממש נאר א מנין מענטשן, איך זאג דיר סהעלפט זייער. גרויסע שולן איז נישט גוט פאר דיר (חוץ אמאל פאר א מנין).

חתן בחור » מיטוואך יולי 29, 2020 3:42 pm

· #455476
אליינס צווישן מענטשן.
יא, בקצור נמרץ מאוד. די דארפסט פארשטיין אז שעמעדיקייט און סאושעל ענקזייעטי איז דורכאויס פאלש. דהיינו די איינציגסטע זאך פון וואס האסט מורא איז דאס פחד אליינס, ס׳איז גארנישט דא נאכדעם וואס קען פאסירען וואס גייט דיך שלעכטס טוהן, ס׳איז נישט מער ווי א פחד פון פחד. ווייל וואס די האסט נאר מורא פון איז למעשה נישט קיין עכטע שלעכטס, ס׳איז דיר פשוט איינגעבאקן אין קאפ אז ס׳איז עק וועלט טאמער זאגסטו עפעס נישט ריכטיג, אדער מאכסט א טעות אינמיטען רעדן א.ד.ג.

איינמאל די פארשטייסט דאס, און די גלייבסט אין דעם, אין די לעבסט מיט דעם געדאנק, וועט זיך די פחד אפטוהן פון דיר. ס׳וועט צוביסלעך צוגיין. און ס׳איז איינמאל זיכער אז נאכ׳ן פארלירן די פחד וועסטו ניטאמאל ציקומען צו מאכן טעותים אדער קעקעצן וכדומה.

גאלד » מיטוואך יולי 29, 2020 3:46 pm

· #455477
יא, די אלע מיט סאשעל ענקזייעטי, אלעמאל סעקענד געסן זיי זיך צו וואס זיי האבן געזאגט צו מהאט עפעס נישט גוט געזאגט, דארפסטיך פורק עול זיין פון דעם אין שלאגן כפרות פון די דאגות,

פאליטיקאנט » מיטוואך יולי 29, 2020 3:46 pm

· #455478
Re: אליינס צווישן מענטשן.
ברענג מער ארויס דיין פראבלעם, דו ביסט א שעמעדיגער, אדער דו ביסט לאנגווייליג אלס רוטין?

dan » מיטוואך יולי 29, 2020 3:55 pm

· #455479
פאליטיקאנט
ברענג מער ארויס דיין פראבלעם, דו ביסט א שעמעדיגער, אדער דו ביסט לאנגווייליג אלס רוטין?

סאיז נישט סתם לאנגווייליג, איך גלייבּ סדארף נישט צו מאכן דיפּרעסט ווען מאיז אבּיסל בּארד פאר א שעה( נישט רוטין), אין יא איך בּין שעמעדיג.

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 29, 2020 4:20 pm

· #455484
האב יעדעם אין בארד

מי אני » מיטוואך יולי 29, 2020 4:21 pm

· #455485
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9472">viewtopic.php?f=24&t=9472</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 29, 2020 4:25 pm

· #455486
יעדער זאך קען מען נוצן פאר עבודת ה'. טראכט אריין ביים 'איכה ישבה בדד' וויאזוי די שכינה הקדושה לעבט, ווען אלע איר פריינט האבן איר אפגעלאזט, קיינער איז נישט אינטרעסירט אין איר, קיינער וויל איר נישט קענען, יעדער ווייזט איר א רוק. אזוי וועסטון זיין א זוכה ורואה בשמחתה.

dan » מיטוואך יולי 29, 2020 4:28 pm

· #455487
קאצקע ציקער
האב יעדעם אין בארד

נישט בּאד?

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 29, 2020 4:44 pm

· #455490
dan
קאצקע ציקער
האב יעדעם אין בארד

נישט בּאד?

אין בוידעם אין באד ווי אימער . פון א מענטש וואס דו האלטס פאר א וועלטס שוטה שעמסט דיך אויך ? מסתם נישט , אמת? האסטו דיין תירוץ דו קיקסט צופיל ארויף מענשטן און דו האסט מורא פון מענטשן ארבעט אויף דעי צוויי נקידות און דיין לעבן וועט דיר זיס ווערן

און איך וויל אייך פרעגן אן אינטערסאנטע קשיא ביי די הקדמה פון אייער פראבלעם זאגט איר אז איר זענט קליג.... ווי פאר א שווארץ יאר קימט אריין אין אייער פראבלעם אז איר זענט קליג למאי נפקה מינה איר מיינט אז נאר קליגע מענטשן האבן א רעכט צו סאשילייזן ?

דא שטעקט די פראבלעם... שאלות חכם חצי תשובה איר קיקט צופיל אויף וויזוי מענטשן קיקן אויף אייך ווייל איר האט מורא פון מענטשן. שלאגט כפרות מיט דעם און הערט אויף טראכטן וואס מענטשן טראכטן אויף דיר וינעים לך

וויזוי האט דער חכם געזאגט : טראכט נישט וואס יענער טראכט אויף דיר ווייל קיינער טראכט ניט ער איז צו פארנימען וואס דו טראכסט אויף עים!

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 29, 2020 6:35 pm

· #455501
1-זייער מעגליך אז די "פייטן" מהלך קען דיר העלפן.

נעם א פען און פאפיר און שרייב אראפ א 10 משלים פון זאכן וואס מאכן דיר ענקזייעטי, למשל:
גריסן איינעם
זיך אנרופן ביי א קופקע
צוגיין צום עמוד
וכו וכו

דאן מאך דיר א קביעות איינמאל א טאג "דווקא" צו טוהן איינס פון די זאכן (הייב אן מיט גרינגערע, און צוביסלעך גיי צו שווערערע), זיי נישט יוצא מיט א זאך וואס איז געשעהן אן דיין ווילן, נאר טוה עס מיט א לשם יחוד. און בעפאר דו טוהסט עס זאג ארויס מיט דיין מויל I couldnt care less... 😂

אז דו וועסט עס טוהן מערערע טעג "אין א ציה", איז דא שטארקע טשאנסן ס'זאל דיר גרינגער ווערן אויפן לעבן..

2-נאך א זאך וואס קען העלפן אין אזא מצב, איז זיך אריינלייגן שטארק אין עפעס און דורכדעם בויען סעלף קאנפידענס, למשל,
לערן דיך א פאך דורך און אדורך, און די בענעפיטן זענען נישט נאר פאר די פרנסה מעגליכקייט, נאר דאס אז דו קענסט עפעס וואס די רוב קען נישט און דו קענסט העלפן דערמיט מענטשן קען דיר שטארק בויען.

3-זעלבסט פארשטענדליך אז טעראפי קען שטארק העלפן.

לולקע באנוצער » מיטוואך יולי 29, 2020 9:20 pm

· #455518
Re: אליינס צווישן מענטשן.
אט איז א מהלך: פאר דו גייסט אריין אין ביהמ"ד טראכט צו דיר, "איך בין אנגעוויזן אויף וואס מענטשן האלטן פון מיר, און אויב זיי קוקן מיר אראפ בין איך גארנישט ווערד." טראכט דאס איבער עטליכע מאל, ביז דו הייבסט זיך אן צו שעמען פון דיר אליין פארן האבן אזא גלויבונג. דאן גיי אריין אין ביהמ"ד.

וואלווי » דאנערשטאג יולי 30, 2020 11:53 pm

· #455591
אליינס צווישן מענטשן.
ס'נישט דא קיין תירוץ, און דאס אליינס איז די בעסטע תירוץ. כ'קען מיך נישט אויס מיט פרטי מיני אנושיות, אבער אויווען אויף, אויב זענט איר אן introvert, אזוי ווי ס'איז אביסל במשמע, דעמאלטס איז די בעסטע מהלך צו איינדערקענען דיין אייגענארטיגע נאטור, און גיין דערמיט. ס'מוז נישט זיין אז מ'דארף עפעס פארעכטן בכלל, די שטערקסטע זאך איז בלויז זיך צו פארשטיין.

וחילופיהן ביי אן extrovert, וואס פונקט אזוי קען ער זיך טרעפען מיט אן introvert, און אמאל דארף ער זיך אויך בעסער פארשטיין צו גיין ווייטער. בקיצור, ס'מוז נישט זיין אז ס'דא א גאנצע מערכה ווי אזוי זיך צו טוישן. אזוי ווי ביי אסאך שטערונגען, איז דאס זיך אליינס אפלערנען און געבען פלאץ איינע פון די בעסטע מיטלען.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 31, 2020 8:30 am

· #455600
וואלווי: דו ביסט 100% גערעכט אז מ'דארף נישט ארבעטן אויף משנה זיין א נאטור פון א מענטש. נאר געבן פלאטץ פאר זיין מהות.

אני הקטן. בין איך א סאך מאל (רוב) אין אן עקסטראווערטאלע מאאד. איך ווילל אויסדרוקן מיין מיינונג. און הערן א צווייטנ'ס מיינונג. מיט אלע פרטים און פיטשעווקעס.

אן אנדערע טייל מאל, האלט איך ביי גארנישט זאגן. אדער הערן א צווייטנ'ס מיינונג. ווען יענער רעדט, אינטרעסירט מיך אינגאנצן נישט וואס ער זאגט.איך וואונדער מיך וואס ער האקט א טשייניק. ביניך אויך מסכים מיט אלעס וואס יענער זאגט. אפילו ער זאגט אז די קוען זענען געווען גרין אדער בלוי. איז די זעלבע זאך ביי מיר...!

הקטן » זונטאג אוגוסט 2, 2020 9:58 am

· #455711
לולקע באנוצער
אט איז א מהלך: פאר דו גייסט אריין אין ביהמ"ד טראכט צו דיר, "איך בין אנגעוויזן אויף וואס מענטשן האלטן פון מיר, און אויב זיי קוקן מיר אראפ בין איך גארנישט ווערד." טראכט דאס איבער עטליכע מאל, ביז דו הייבסט זיך אן צו שעמען פון דיר אליין פארן האבן אזא גלויבונג. דאן גיי אריין אין ביהמ"ד.

@לולקע באנוצער, פין וואו קימט צי דיר דער מהלך
אייגען עקספעריענס, סברה, סעלף העלפ, ביסט עוסק בתורת הנפש אלס פראפעשען?