די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינגארטן
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14068
די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינגארטן
הערט א מעשה. איך זיץ מיך אינדערהיים און טוה זיך מיין ארבעט איין אווענט די וואך. פלוצלונג הער איך קלעפ אויף די טיר. צוערשט טראכט איך עה, דאס איז מסתמא ביים שכן אבער ווען די קלעפ ווערן העכער גיי איך צום פענצטער, פארריק דעם פירהאנג און איך כאפ א בליק אינדערויסן צו זען מה כל הרעש.
איך זע עטליכע קארס געפארקט פארנט פון מיין הויז, האלב שטראנדענדיג די גאס' פארבייפארענדע קארס. איינע פון די קארס קוקט מיר אויס צו זיין א פאליציי קאר - געצייכנט, געסטיקערט און געסטראובט.
כ'האב מיך דערשראקן. מיט וואקעלדיגע טריט עפן איך די טיהר און פארנט פון מיר שטייען דריי הויכע גראבע פארשוינען. אידישע פארשוינען. פעסט-געבויעט אבער העכסט אימפולסיוו און הייפער. איינער פון זיי, לאמיר אים רופן געצי, ווייזט מיר זיין "בעדזש" און הויבט אן מיט קאנפידענץ אין ענגליש בערך אזוי:
אונז זענען שומרים, אונז האבן באקומען אינפארמעישן פון אייערע שכנים אז א נחשד'יגע פערזאן גייט ארום קלאפן אויף טירן אויף דער גאס. דו ווייסט עפעס פון דעם? האסט געזען עפעס פארדעכטיגט?
ניין, צו מיר איז קיינער נישט געקומען.
גארנישט געזעהן סוספישעס? וואס איז דיין נאמען, ווי אזוי הייסטו?
וואס דארפסטו וויסן ווי אזוי איך הייס?
(זיי קוקן זיך אן איינע די אנדערע מיט וואונדער) האסט שוין געהערט פון שומרים, איא?
יא!
אה, אונז האבן געקריגן פאון קאללס זענען מיר געקומען אויסטשעקן. דו וואוינסט שוין לאנג דא? האסט עפעס בכלל געזעהן פאסירן אויף דער גאס?
אהא, נישט זייער לאנג. בערך פינף חדשים. גראדע, האב איך געזען דא נעכטן א היימלאזער פארשוין שלאפן נעבן די מיסט קאנעס ביי די עק פון די גאס פון צופרי ביז ביינאכט אבער גארנישט מער.
אזוי...? קענסטו דעסקרייבן פונקטליך וויאזוי ער האט אויסגעזען? קענסט אונז אפשר ווייזן וואו גענוי דו האסט אים געזעהן? (ווען בשעת מעשה טרייט ער מיט די אויגן צו סנופן אריין צו מיר אינדערהיים אויסצוקוקן די הויז פון אינווענדיג.)
ער איז געווען א טונקל-הויטיגער און כ'האב אים געזען שלאפן דארט (איך פוינט מיט די פינגער) נעבן די ערשטע קאנע אין די רייע פון א שורה מיסט-קאנעס, אויף די לינקע זייט.
(איך זע ווי דער צווייטער און דער דריטער אינגערמאן שושקען זיך צווישן זיך, קוקענדיג און פארגלייכענדיג זייערע טעלעפאנען איינע מיט די אנדערע, ווי כאילו זיי פרובן צו באשטעטיגן א בילד פון דער סוספעקט.)
איך וועל דיר זאגן נאך עפעס, די אינפארמאציע האט אנגעגיבן אז ער האט אויך געהאט צוויי קינדער מיט זיך..
נאא, איך האב קיינעם, אויף דער דיסקרופציע, נישט געזען. (איך קנייטש די ליפן מיט וואונדער, טראכטענדיג, וועלכער רויבער גייט ארום מיט קינדער באגלייט: העי, מושי, הינדי, עטס ווילטס קומען אויף עי ריעל עדווענטושר...?)
נאך עפעס מיט וואס איך קען אייך העלפן?
אה, גוט גוט. נא, גארנישט מער. אויב דו זעסט עפעס מאדנע געב אונז א רוף. איך קען איבערלאזן אונזער קארד מיט דיך?
ניין, ס'פעלט נישט אויס. איך בין זיכער איך קען אייך נאכזוכן און טרעפן אנליין. א גוטע נאכט!
ווען איך האב פארמאכט די טיהר האט עס מיך א זעץ געטאהן. איך האב מיך דערמאט אז די אווענט בעפאר, ווען איך האב אהיימשפאצירט מיט מיינע קינדער פון געשעפט און געשמאק פארברענגט אין א לעבהאפטע שמועס האב איך מיטאמאל באמערקט צוויי אינגע חרדישע מיידלעך פאראויס נעמען בילדער פון אונז מיט זייערע (סמארט) טעלעפאנען. איך האב דעמאלטס אנגעמערקט מיינע קינדער אז ס'קוקט אויס מאדנע און נישט אז ס'דוכט מיר סתם אז זיי נעמען בילדער. מיר זענען שוין דאן געווען נאענט צו מיין הויז, האבן זיי מיר אויך געזען אריינגיין מיט מיינע קינדער אינדערהיים. האב איך מיר יעצט געכאפט אז ווארשיינליך, היות איך האב לאנגע האר און מיין קאפל איז מיר געליגן ביהיינד מיין קאפ און זיי האבן גענומען די בילדער זייענדיג פארנט פון מיר האבן אפשר זייערע בילדער געגיבן דעם פאלשן אנבליק ווי כאילו איך בין א גוי וואס שפאצירט מיט חרדישע קינדער. אפגעזען וואס די כף זכות איז איז דאס אלץ נאר א האלבע עקסקיוז. אחריות'דיגע אינפארסירער עקטן נישט אויף די אנפארמאציע וואס אפאר אינגע מיידלעך (נישט שכנים תרתי משמע! די מיידלעך וואוינען נישט אויף מיין גאס.) שיקן אריין וואס לכל היותר באשטייט עס פון צוויי פרייליכע קינדער וואס שפאצירן, האלטן אן ביי די הענט און פארברענגען לוסטיג מיט א נארמאל געקליידעטע ציווילער מענטש און גייען ווילענדיג אריין מיט אים אין א הויז. כ'מיין אויך אז איך קוק נישט אויס, אויפ'ן פנים, מיילן אנדערש פון מיינע אייגענע קינדער. קיינער האט נישט אנגערופן צו שומרים זיך באקלאגן אויף צוויי פעלנדע קינדער און קיינער האט נישט אריינגעריפן סטראשען מיט'ן פארכאפן צוויי קינדער. ווי אויכעט איז דער געגנט נישט קיין פארברעכערישער געגנט אין די מענטשן וואס וואוינען אויף די גאס געפינען זיך קיינער פון זיי נישט אויף די לאג היסטערי פון די טעלעפאן סיסטעמס ביי די פאליציי. (כ'רעדט שוין נישט פון די משוגעת פון כאפן בילדער פון א פרעמדע מענטש וואס שפאצירט מיט צוויי קינדער און אריינשיקן צו שומרים, נאר ווייל עפעס קלעבט עס נישט מיט וואס מ'האט דיך אויפגעצויגן - טאטעס און קינדער קענען נישט אויסזען אנדערש אין קליידונג)
עס האט נאך גענומען א גוטע האלבע שעה ביז די "פאליציי געמארקטע קארס" זאלן אפפוצן פון מיין הויז..
כאטש כ'האב מצליח געווען צו האלטן זיך קיהל און העפליך דורכאויס די קאנווערזעישן האט מיך די געשעהעניש אויסגענומען פון די כלים. איך האב מיך נאכאמאל דערמאנט פארוואס איך בין מער נישט א טייל פון דער צעדרייטער סאסייעטי וואס ברויך אין אלע הינזיכטן מאכן שבת פאר זיך ווייל גארנישט וואס דער גוי שטעלט צו איז גוט בשעת ווען די בעסיקס וואס מ'דארף האבן, ווי עדיוקעישן, באשיצונג און ארבעטסקראפט זענען נישטא. איך דארף נישט פאליטישאנס וואס וועלן בוסטן עסקנים וואס וועלן פארשטערקערן אזעלכע [נאוזי] בורים, זאלן קענען אפשאטאטן נאכמער רעגולערע באזוכן ביי מיר אינדערהיים.
ווער דארף זיי האבן די שומרים? כ'וואלט זיי געברויכט זאגן אז ס'איז צייט זיי זאלן זיך אויפלעזן ווייל ס'קוקט אויס ווי זיי טרעפן נישט מער ארבעט וואס צוטוהן. איז דאס א גוטע זאך! נישט אזוי? ס'איז מיר געליגן אויף די צונג אבער כ'האב מיך איינגעהאלטן כדי נישט ארויסצוגעבן אז אפילו דער עם ישראל קאמאנאליטי טייל איך מיט זיי. זיי זענען מסתמא אוועק טראכטענדיג, דער איז זיכער א נחשד, וואס האט ער מורא געהאט צוזאגן זיין נאמען און פארוואס האט ער זיך באצויגן צו אונז מיט אזא קאלטקייט?
דער ענטפער איז, נישט יעדער אומשולדיגע מענטש מוז זיך פארענטפערן פאר דיר און דיך לאזן אריינשטופן די נאז אין זיינע פריוואטע געשעפטן ווען אימער ס'שמעקט דיר. נאר ווייל א מענטש האט נישט וואס צובאהאלטן מיינט נישט אז ער ברויך אלצדינג ארויסלייגן פאר דיר צו זעהן. מענטשן, פרייע מענטשן האבן א מושג פון פריוואטקייט און א רעכט אז ער זאל נישט דארפן כסדר זיך פארענטפערן פאר גראבע בני בליעל - בלויז ווייל זיי זענען העכער/שטערקער/גרעבער/שענער פון אים - אויף וואס ער טוהט אין זיין פריוואטע לעבן נאר צוליב די לשון הרע ורכילות וואס מענטשן שמועסן אויף אים אדער ווייל ער גייט מיט א רויטן היטל און "קוקט אויס מאדנע"...
ומעין כמו זה עיין עוד בנושא חברות ישראליות מוכרים אבטחה למדינות באיירופה.
...
ערעב בויטשיק, איר האט עס גענומען זייער פערזענליך..
נניח אז אלע אייערע חששות זענען אמת.. .אין א סיטי מיט שוואכע פאליציי רעספאנס, איז א מעלה צו האבן Neighborhood וואטש גרופס. יכול להיות אז 'שומרים' ספעציפיש איז נישט די סעלושן.. אבער איך ווייס נישט אויב "די מעשה" איז וואס פסל'ט זיי..
דו האסט פארפאסט די פוינטס. איינס, מענטשן אין די מערב וועלט ווילן נישט וואוינען אין א שטאט וואו די סעקיוריטי איז אלעמאל אנזעהעוודיג און אנוועזנד. ווען די פסוק זאגט איש תחת גפנו ותחת תאנתו מיינט מען נישט דאס. צוויי, איך וויל סעקיורטי לייט וואס זענען געזעצט, מעסיג און טרענירט, און נישט אנגעהערנד צו א געוויסע גרופע, פאליטיש אדער עטניש. בקיצור, מיר איז גוט די סעקיוריטי פון די לאקאלע אלגעמיינע פירערשאפט. אויב זי איז שלעכט, וועל איך מיך אנשליסן אין איר, מעודד זיין אנדערע אויך אזוי און טוהן און זעלבסט טוהן מיין חלק איר צו פארבעסערן. איך דארף נישט ווילדע היצ-קעפ מיט א רייץ פאר פאווער און לעלוס צו מיך צו פראטעקטן און מיך נאכמער איזאלירן פון מיינע ארומיגע שכנים, פינטל. איך באציה מיך טאקע צו שומרים ספעציפיש.
ווען דאס זאלן זיין משה, יענקל און געצל, מיינע אידישע שכנים, נאר אין פאליצייאישע מאנדורן, אהן די גאנצע היימישע שטיק אינדערזייט וואלט איך שטילגעשוויגן און געביסן זיך די ליפן...נאר דא עקא אז ווען זיין קענען ווען און ווילן ווען אנשליסן זיך אין די פאליציי וואלט מען קיין שומרים נישט געהאט און אפשר אויך נישט געברויכט.
#דיפאנד_חברה_שומרים!!!
ביסטו אפשר א גרוש וואס וואוינט אליין און ברענגט אמאהל די קינדער פין זיווג ראשון וואס גייען אנגעטוהן מער חסידיש ווי אייך?
עפעס אזוי קומט פאר.
Nothing wrong with the story I appreciate their following up on a suspicious report, if anything the otds are the ones who have the ability it shouldn't be a suspicious sight
אויב ס'געשעט נאכאמאל, רוף מעך... 😂
There is something more to this story? Something does not add up over here...
אישתישביביסטו אפשר א גרוש וואס וואוינט אליין און ברענגט אמאהל די קינדער פין זיווג ראשון וואס גייען אנגעטוהן מער חסידיש ווי אייך?
עפעס אזוי קומט פאר.
מערקט דער חוזק אין זיינע ווערטער. וואס גענוי פון וואס דו פרעגסט איז נישט קלאר געווען אין מיינע ווערטער אז דו ברויכסט איבערפרעגן?
יא, חוץ ווען מיינע קינדער זענען מיט מיך, דורכאויס די וויקענדס, וואוין איך אליין און ס'איז מיר געלויבט גאט זייער געשמאק אזוי. כ'בין נישט אפרעיד אף די דארק. דו פאסט זיך שוין באלד אריין אין שומרים מיט דיין געוואלדיגע נייגעריגקייט און נאוזינעס..
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
@בויטשיק טייערער,
אויב די קענסט יא שיין שרייבן לאנגע ארטיקלען, און דו וואינסט אליין.......
דאן פארוואס האסטו נאר 24 תגובות ווען דיין ניק איז שוין 8 יאר אלט?
אונז דארף מיר צוקומען אז שומרים זאל אייך אויפרעגן, כדי אונז צו מהנה זיין?
חוץ אויב דו האסט נאך א גילגול אין א צווייטע ניק....
ערנסט גערעדט, נאך די מעשה פון לייבי קלעצקי, איז שוין קיין שום פארדאכט גארנישט קיין קשיא
בויטשיקאישתישביביסטו אפשר א גרוש וואס וואוינט אליין און ברענגט אמאהל די קינדער פין זיווג ראשון וואס גייען אנגעטוהן מער חסידיש ווי אייך?
עפעס אזוי קומט פאר.
מערקט דער חוזק אין זיינע ווערטער. וואס גענוי פון וואס דו פרעגסט איז נישט קלאר געווען אין מיינע ווערטער אז דו ברויכסט איבערפרעגן?
יא, חוץ ווען מיינע קינדער זענען מיט מיך, דורכאויס די וויקענדס, וואוין איך אליין און ס'איז מיר געלויבט גאט זייער געשמאק אזוי. כ'בין נישט אפרעיד אף די דארק. דו פאסט זיך שוין באלד אריין אין שומרים מיט דיין געוואלדיגע נייגעריגקייט און נאוזינעס..
איך האב נישט געזען קיין חוזק און זיינע ווערטער, אמת אסך איז קלאר פין דיין שרייבן, ער האט סך הכול געוואלט היילייטען-די פאקטען און פענטען די פיקטשער
(און געניצט א ריטאריק שאלה דאס ארויסציבערגען)די פאקט אז דו האסט נישט די קינדער געוונדליך איז נישט געשטאנען, און געט אסך צי
ווען איך האב געליינט וואס דו שרייבסט איז מיר אויך אנגעפאלען ווער ווייסט אפשר איז לייבי קאלעצקי מער נישט מיט אינז ווייל איינער האט געוואלט זיין פאליטיקלי קארעקט
וואס איך פארשטיי נאר נישט איז, אויב זאל איך גלייבן די מעשה, פארוואס האט נישט שומרים קודם אנגעפרענגט ביי איינע פין דיינע שכנים איידער זיי האבן געקלאפט אויף דיין טיר?!?
איך זעה בכלל נישט וואו זיין נאזי קימט דא אריין
הקטן
איך האב נישט געזען קיין חוזק און זיינע ווערטער, אמת אסך איז קלאר פין דיין שרייבן, ער האט סך הכול געוואלט היילייטען-די פאקטען און פענטען די פיקטשער (און געניצט א ריטאריק שאלה דאס ארויסציבערגען)
דריוול און קלישעי. היילייטן ציוואס? פעינטן וועלכע פיקטשער און פארוואס?
הקטןדי פאקט אז דו האסט נישט די קינדער געוונדליך איז נישט געשטאנען, און געט אסך צי
געבט צו, וויאזוי? אפשר ביסטו דיך מסביר אביסל, נישט סתם אראפלייגן סטעיטמענטס. דו האסט באקומען ערגעצוואו די איידיע אז זיי אדער די וואס האבן געכאפט די בילדער האבן מיר געקענט געווענליך אהנע קינדער און מיטאמאל בום, פון וואנעט וואקסן ארויס קינדער?
הקטןווען איך האב געליינט וואס דו שרייבסט איז מיר אויך אנגעפאלען ווער ווייסט אפשר איז לייבי קאלעצקי מער נישט מיט אינז ווייל איינער האט געוואלט זיין פאליטיקלי קארעקט
די אמעריקאנע הערן זיך צו אונזערע טעלעפאן געשפרעכן? נו, נאך 9/11 איז שוין גארנישט קאנטרעווערשל. דאס איז דאך פון די דברים הקשים שבמקדש. צו וויסן מחלק צו זיין אין דעי זאכן קען מען נישט סתם אזוי זיך אנטוהן א פארקלעפטע מאנטל, אנסטיקערן זיך די קאר און ארומיאגן מיט א וואלקי טאלקי. האסטע געהערט, קומען זיך אפאר וויג'ילאנטיס און זענען מחליט זיי וועלן פירן זיך מעשה בעלעבוס מיט די מענטשן אין די נעיבערהוד בלי לחלק בין חרדי ללא חרדי. די שטאט איז נישט קיין הפקר פעטרישקע, לא כל אחד יבוא ויטול. דאס זענען פון פאווער הונגעריקע עלעמענטן וואס עולם גולם, צו פאריאגט על הפרנסה ועל הכלכלה, ערלויבן זיי מחמת התרשלות, צו קלעימען שליחות אויף אונזער ביהעלף. איך זע אין זיי א יודנראט, נישט אנדערש.
וואס איך פארשטיי נאר נישט איז, אויב זאל איך גלייבן די מעשה, פארוואס האט נישט שומרים קודם אנגעפרענגט ביי איינע פין דיינע שכנים איידער זיי האבן געקלאפט אויף דיין טיר?!?
א גוטע קשיא. אפשר האבן זיי דאך חושד געווען פונוואס ס'רעדט זיך אבער די נייגער האט איבערגשטיגן... כ'דארף קלארמאכן, ס'איז נישט ווי כאילו איך וואוין צווישן חרדים. נישטא קיין איין חרדי אויף מיין גאס. דאס איז נישט שומרים'ס טעריטאריע בכלל..
הקטןאיך זעה בכלל נישט וואו זיין נאזי קימט דא אריין
אויב נישט דאס, דאן וואס יא?
ס'האט דיר איינער געהייסן עפענען די טיר? און אז דו האסט געעפענט, האסטו נישט געקענט צוקלאטשן די טיר אויף זייער פנים?
אויב עפעס דארפן זיי מורא האבן צו קומען קלאפן אויף דיין טיר, סתם ווייל איינער האט גערופן.
קודם, איך בין אן ארנטליכער מענטש. אז מען קלאפט אין טיר, עפן איך. איך האב דאך נישט געוואוסט וואס זיי ווילן ביז נאך איך האב געענדיגט די שמועס מיט זיי און פארמאכט די טיר. ווי אויך, בין איך בטבע א נייגעריקער, ווי מ'זאגט די קוריאסיטי קילד די קעט. אבער, וואס אן אמת, מיט אזלכע בורים קען מען זיך נישט אויסרעכענען וואס זיי קענען טוהן נעקסט.
איך הייב אן קלערן, אז כ'זאל אויספיגערן די אנדערע האלב מעשה.
אפשר האט דיין עקס דאס אונטערגעשטעלט?
ליב צו וויסןערעב בויטשיק, איר האט עס גענומען זייער פערזענליך..
נניח אז אלע אייערע חששות זענען אמת.. .אין א סיטי מיט שוואכע פאליציי רעספאנס, איז א מעלה צו האבן Neighborhood וואטש גרופס. יכול להיות אז 'שומרים' ספעציפיש איז נישט די סעלושן.. אבער איך ווייס נישט אויב "די מעשה" איז וואס פסל'ט זיי..
ליעב צו וויסן: איך ווילל נאך א ביסל שטערקער מאכן בויטשיק'ס פוינט.
דער גאנצער חשד אויף איהם (בויטשיק) איז געקומען מכח פרע-דזשודיס. לו יצוייר ווען ער וואלט געגאנגען א פלאטשיג'ס מיט א געללן וואלענעם טלית קטן מיט פלעקן פון די אכילה פון די לעצטע 6 חדשים. מיט צולאטשעטע פיאות. און געסרח'ט פון א מייל אוועק. וואלט זיי (די אידישע שיקסעס) נישט בייגעפאללן איהם אפצופאטאגראפיהרן. אט דאס איז דער גרעסטער בראך. און אקעגן דעם דארפן מיר קעמפן. אז די אינשי דלא מעלי זאללן נישט האבן צופיהל פאוער און מאכט. ווייל איך זאג שוין. להוי ידוע. איך גיי בלי"נ נישט אנטון קיין פלאטשיגס. און זיך אפשערן מיט א טריפל זירא. און אנטון א געלן וואלענעם טלית קטן, ווען ס'איז 100 דעגריס אינדרויסן. עטץ (כ'ווייס גאנץ גוט ווער עטץ זענטץ) קענטס מיך רופן שייגעץ ...!
בוטןאויב ס'געשעט נאכאמאל, רוף מעך... 😂
וואס 'עסטע טון? אנשייגעצ'ן די שומרים...!
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
בויטשיקקודם, איך בין אן ארנטליכער מענטש. אז מען קלאפט אין טיר, עפן איך. איך האב דאך נישט געוואוסט וואס זיי ווילן ביז נאך איך האב געענדיגט די שמועס מיט זיי און פארמאכט די טיר. ווי אויך, בין איך בטבע א נייגעריקער, ווי מ'זאגט די קוריאסיטי קילד די קעט. אבער, וואס אן אמת, מיט אזלכע בורים קען מען זיך נישט אויסרעכענען וואס זיי קענען טוהן נעקסט.
אז דו ביסט אויך א נייגעריגקער, וואס האסטע טענות אויף זיי?
יעצט שטעל זיך פאר אז א פרעמדער אינגערמאן שפאצירט מיט דיינע קינדער און נעמט זיי אריין אין זיין הויז, וואלסטו נישט גערופן פאליציי מברר צו זיין?
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
הרב @בויטשיק שכויעך פאר דיינע ווערטער. ריכטיג צו נישט, יעדעמ׳ס דעה איז אינטערעסאנט.
טאמער ביזט אינטערעסירט אין מיין דעה האלט איך אז איר זענט אביסל צי סענסיטיוו. נישט יעדער וואס האלט אנדערש ווי אייך, אדער האט אפילו א חשד אויף אייך מיינט אז יענער זאגט איר האט עפעס נישט גוט געטוהן. ס׳איז א בענעפיט פאר די סביבה ווען איינוואוינער מאכן אויפמערקזאם פאר שומרים א.ד.ג. ווען עפעס אויפפאלענד פאסירט. צו ס׳איז איינער מיט לאנגע האר און חסידישע קינדער, אדער א פרוי מיט א בורקא ווי לב טהור וואס שלעפט מאדערנע קינדער. קיינער איז נישט אויסן צו אפפרעגן דיין לאנגע האר, ס׳איז פשוט א נישט געווענדליכע ערשיינונג, און אין היינטיגע צייטן זענען מענטשן אויפמערקזאם איבער אזעלכע אינצידענטן. ליידער פאסירט היינט אז קינדער ווערן גע׳גנב׳עט.
אזוי אויך האב איך גארנישט געזעהן שלעכט אין @אישתישבי׳ס ווערטער. ער האט סך הכל געוואלט פארשטיין דיין מצב, קיינער מאכט נישט חוזק.
בוטןערנסט גערעדט, נאך די מעשה פון לייבי קלעצקי, איז שוין קיין שום פארדאכט גארנישט קיין קשיא
יא: אבער ביי לייבי קלעצקי ('ס קידנעפער) איז געווען א בארואיגונגס עלעמענט. וועלכער וואלט נישט געטארט זיין. נעמליך. אז ער איז געווען א איד מיט א בארד...!
נאכאמאל. דער שליסל דא איז נישט נאוזינעסס. נאר פרע-דזשודיס. די מיידלעך ביי וועם דער סעט אפ פון א ..."טאטע"... מיט לאנגע האר און חסידיש געקליידטע קינדער, איז געקומען פון פאראורטייל. (די קמ"ץ רפה, מלעיל.)...! און דאס איז א זאך וואס אונז מוזן עוקר מן השורש זיין...!
בויטשיק: דער עפיזאד אין דיין לעבן דערמאנט מיך א מעשה מיט א גוי'אישן באס דרייווער..."לואי"... ער איז באקאנט אין די חסיד'ישע קרייזן אין בארא פארק. ער האט אמאל געארבעט אין קראסנא. ומעשה שהיה. אז 2 קינדער אויף זיין באס האט קיינער נישט אפגעווארט ביי זייער הויז.. און ער, אלס געטרייער דרייווער האט זיי גענומען צו די אפיס פון די ישיבה. ער האט געפארקט זיין באס אויף די נעקסטע בלאק. האט ער אנגעככאפט די 2 קליינע קינדער ביי די הענט און זיי געפיהרט צו די חדר. אויפ'ן וועג האט עפעס א אונגערישע באבע פארדעכטיגט אז ער איז א קידנעפער. זי האט גערופן שומרים. וועלכע האבן איהם געסטאפט און אויסגעפרעגט נאך פאר ער איז אנגעקומען צו די חדר...!
לאמיר זיך פארשטעללן וויאזוי דער גוי האט געפיהלט...! ניין. כ'האב נישט רחמנות אויף עשו'ן. אבער לאמיר זיך פארשטעללן א חסידישער יונגערמאן דרייווט אין אן איטאליענער געגנט. און ס'געשעהט אזא זאך...!
בוטןאיך הייב אן קלערן, אז כ'זאל אויספיגערן די אנדערע האלב מעשה.
אפשר האט דיין עקס דאס אונטערגעשטעלט?
בוטן: דו ביסט גערעכט. ווען ס'קומט צו ..."שלום בית"... קעיסעס קענמען נישט אויסרעכענען וואס די נקבה די ביטש וועט אלץ אנשטעללן. מיין נעפיו (פון מיין ווייב'ס זייט) האט געהאט אזא פראבלעם. ער האט געדינגען א קאר פון א קאמפעני. נאר ווען ער האטציך סעפערעיטעד פון זיין מכשפה און ר'איז געגאנגען וואוינען ביי זיינע עלטערן, האט ער נישט געטוישט זיין אדרעס. (חכם איינער). און ווען די קא. האט געשיקט די חודש'ליכע רעסיטס האט עס זיין מכשפה צוריסן. ווען די רענטל קא. האט געקאללט צו רעדן צו די רענטער, האט זי געזאגט אז ער האט פארלאזט דאס לאנד...! האבן זיי דאס איינגעמאלדן צו די פאליס. און ווען ער איז געפארן אזוי בתמימות האבן איהם די פאליציי געסטאפט און ארעסטירט אויף א חשד אז ער האט געדרייווט א געגנב'עטע קאר. זיין מזל איז געווען אז ווען ער איז אנגעקומען צו אן אסיסטענט די.עי. האט ער פארשטאנען אז א חסיד'ישער יונגערמאן דרייווט נישט קיין געגנב'עטע קאר. און ער האט איהם תיכף ומיד באפרייט. אבער ביני לביני האט ער פארברענגט א מוצ"ש אין פאליס פריסינקט און קרימינאל קאורט ביז זונטיג אינדערפריה, אין א חברותא פון דראג דילערס און עכטע קרימינאלן...!
berlbalagulehבוטןאויב ס'געשעט נאכאמאל, רוף מעך... 😂
וואס 'עסטע טון? אנשייגעצ'ן די שומרים...!
ניין, פונקט ווי יעדער טוט... אפגעכאפט א קליפ און דא ארויפגעלייגט...
איך געס אז בערל און בויטשיק זענען אקעגען סטאפ-ענד-פריסק
אנדערע, צווישען זיי אויך שווארצע, האלטן ס'איז גראדע יא א גיטע זאך
דאס איז א בעלענס צווישען פרייוועסי און סעפטי און א ידער סטרייקט די בעלענס ערגעץ אנדערש
ווען א ווייסער דרייט זיך און א שווארצע געגענט ביינאכט ריפט דאס נאטירלעך ארויס א חשד - נישט ווייל ווייס=שלעכט און שווארץ=גוט
דער חשד איז קאמען-סענס (חאטש ס'קען זיין די ווייסער איז א דאקטער וואס מאכט א האז-קאל אימזיסט)
שרייען פרע-דזשודיס איז קרימענעלייזען קאמען-סענס ווייל איינער איז נישט באקעוועם דערמיט
קאמען סענס בלייבט אבער קאמען-סענס
פרע-דזשודיס איז אזא יאריסטיק וואס אינזער מוח מאכט נאטירלעך טויזענט מאל א טאג - כדי אינז צי העלפן!!!
דאס האט געהאלפן אינזער עוועלאשען! דאס דערשטיקען וועט אינז ציריק פירן צי די דארק-עדשעס
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
הקטן
שרייען פרע-דזשודיס איז קרימענעלייזען קאמען-סענס ווייל איינער איז נישט באקעוועם דערמיט
קאמען סענס בלייבט אבער קאמען-סענס
װעל זה בכה טשורטשיל ואמר:
Common sense if not so common at all!
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
בוטןאיך הייב אן קלערן, אז כ'זאל אויספיגערן די אנדערע האלב מעשה.
אפשר האט דיין עקס דאס אונטערגעשטעלט?
כ'גלייב אז נישט. זי איז דער לעצטער וואס זוכט מיר זאלן זיין אין מענטשנ'ס מיילער. ס'איז שוין גענוג א פלעק אז מענטשן זעהען מיר ברענגען און נעמען די קינדער פונדערהיים אדער סקולס..
Sent from my SM-G950F using Tapatalk
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
קל וחומרבויטשיקקודם, איך בין אן ארנטליכער מענטש. אז מען קלאפט אין טיר, עפן איך. איך האב דאך נישט געוואוסט וואס זיי ווילן ביז נאך איך האב געענדיגט די שמועס מיט זיי און פארמאכט די טיר. ווי אויך, בין איך בטבע א נייגעריקער, ווי מ'זאגט די קוריאסיטי קילד די קעט. אבער, וואס אן אמת, מיט אזלכע בורים קען מען זיך נישט אויסרעכענען וואס זיי קענען טוהן נעקסט.
אז דו ביסט אויך א נייגעריגקער, וואס האסטע טענות אויף זיי?
יעצט שטעל זיך פאר אז א פרעמדער אינגערמאן שפאצירט מיט דיינע קינדער און נעמט זיי אריין אין זיין הויז, וואלסטו נישט גערופן פאליציי מברר צו זיין?
וואספארא אפווארף איז דאס? און אז די מעשה גייט ווען אז כ'האב נישט געעפנט די טיר פאר זיי וואלט איך דען נישט נאכאלס גערעגט געווען אויף זיי?
און וועגן דיי צווייטע נקודה, איז עס אינו דומה כאן, ווי כ'האב אויבן געזאגט. קיינער האט נישט אריינגערופן זיך באקלאגן אז אפאר פון זיינע קינדער פעלן אים אדער אז ער האט געזען פלוני וואקן מיט זיי..
Sent from my SM-G950F using Tapatalk
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
חתן בחורהרב @בויטשיק שכויעך פאר דיינע ווערטער. ריכטיג צו נישט, יעדעמ׳ס דעה איז אינטערעסאנט.
טאמער ביזט אינטערעסירט אין מיין דעה האלט איך אז איר זענט אביסל צי סענסיטיוו. נישט יעדער וואס האלט אנדערש ווי אייך, אדער האט אפילו א חשד אויף אייך מיינט אז יענער זאגט איר האט עפעס נישט גוט געטוהן. ס׳איז א בענעפיט פאר די סביבה ווען איינוואוינער מאכן אויפמערקזאם פאר שומרים א.ד.ג. ווען עפעס אויפפאלענד פאסירט. צו ס׳איז איינער מיט לאנגע האר און חסידישע קינדער, אדער א פרוי מיט א בורקא ווי לב טהור וואס שלעפט מאדערנע קינדער. קיינער איז נישט אויסן צו אפפרעגן דיין לאנגע האר, ס׳איז פשוט א נישט געווענדליכע ערשיינונג, און אין היינטיגע צייטן זענען מענטשן אויפמערקזאם איבער אזעלכע אינצידענטן. ליידער פאסירט היינט אז קינדער ווערן גע׳גנב׳עט.
אזוי אויך האב איך גארנישט געזעהן שלעכט אין @אישתישבי׳ס ווערטער. ער האט סך הכל געוואלט פארשטיין דיין מצב, קיינער מאכט נישט חוזק.
דערפאר האב איך געזאגט אויבן אז כ'קען נאך אראפשלינגען דאס וואס די מיידלעך האבן געטוהן אריינצורופן אבער דער טאהט פון שומרים צו עקטן דערויף איז שוין ביזארר אין בעסטן פאל. אזא מציאות איז אפשר אויפפאללענד און פארלאנגט אויספארשונג אין קרית יואל אדער נארט קאריער אבער נישט אין א פרייע מדינה ווי מענטשן גייען אנגעטאהן וויאזוי עס שמעקט זיי. און כאמור לעיל וואוין איך אין א פרייע שטאט אויף א גאס וואו ס'וואוינען אפילו נישט מענטשן וואס זענען אייביג אבוויעס אידן, דהיינו זיי גייען מיט קאפלעך אמאל יא און אמאל נישט. דאס איז שוין א פראגע פון אריינדרונגן אין פרעמדע טעריטאריע.
ס'איז אינטערעסאנט אז יעדער דיסקוסירט די נושא צו געווען אויסגעהאלטן מיך חושד צו זיין צו נישט. קיינער באציהט זיך נישט צו דער עיקר פראבלעם וואס איז די העזה און די אומפראפעסיאנאליטעט פון א באנדע זעלבסט געקרוינטע ווידזשילאנטיס. עס איז ווי אלע האבן שוין שלום געמאכט אז זיי זענען אונזערע באשיצער. לאמיר צוענדיגן מיט די באוואוסטע קלישעי - מיט אזעלכע פראטעקטערס ווער דארף נאך פארברעכער..
וועגן איש תשבי, פאר מיך, און פארווער עס לייענט צווישן די שורות האט אויסגעזעהן ווי נישט נאר ער באציהט זיך נישט צו די עצם הענין נאר ער פרובירט נאך צו זינגען די טרייב'ס מדבר הימנע און מיך מאכן שפירן ווי א נעבעך. אלנפאלס, כ'האב מיך ווייניג וואס צעקראצט פון אים און לעבן גייט אן ווי נארמאל. נעקסט קעיס.
Sent from my SM-G950F using Tapatalk
בויטשיקהקטןאיך זעה בכלל נישט וואו זיין נאזי קימט דא אריין
אויב נישט דאס, דאן וואס יא?
צי מען רעדט דא פין א קרימענעל,איינער וואס באפריינדעד פרמעדע קינדער, מיט בייזע כונות, ותו לא מידי!
נאזי?!?
וואס האבן זיי געוואלט דערשמעקען? צי דו האסט א קעטצי?
די האסט נישט ליעב זייער סערוויס, אנדערע יא
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
ניין, זיי זענען געווען נאוזי, ווער איז עס דער אטד וואס האט אזעלכע גוטע באציהאונגען מיט זיינע קינדער פאר עקסטענדעד פיריעדס אף טיים און אונז גרויסע געהרטע וויכטיג מאכערס ווייסן נישט פון אים. אויב וואלטן זיי פארמאגט אביסעלע איינהאלטונגס קרעפטן און געפרעגט זייערע קאלעגעס פון די געגענט ווי מיינע קינדער'ס מאמע וואוינט וואלטן זיי געקענט פארשפארן די וויזיט.
זאלן זיי גיין סערוויסן די אלע וואס האבן זיי ליב און מיך צוריה לאזן. א פאליציי קראפט איז נישט קיין סערוויס וואס אפפערן זייערע דינסטן נאר פאר דיע וואס בעטן.
Sent from my SM-G950F using Tapatalk
בויטשיקניין, זיי זענען געווען נאוזי, ווער איז עס דער אטד וואס האט אזעלכע גוטע באציהאונגען מיט זיינע קינדער פאר עקסטענדעד פיריעדס אף טיים און אונז גרויסע געהרטע וויכטיג מאכערס ווייסן נישט פון אים. אויב וואלטן זיי פארמאגט אביסעלע איינהאלטונגס קרעפטן און געפרעגט זייערע קאלעגעס פון די געגענט ווי מיינע קינדער'ס מאמע וואוינט וואלטן זיי געקענט פארשפארן די וויזיט.
אפשר
אדער אזוי וואו איך האב געזאגט
די פאן פין די מיידלעך האט אויפגעכאפט אז דו האסט גוטע באציהאונגען מיט זיינע קינדער פאר עקסטענדעד פיריעדס אף טיים?!?
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
און אפשר האבן זיי יא געפרעגט זייערע קאלעגעס אדער אנדערע מענטשן און דערפאר טאקע יא געהאט אן אהנונג און דארום געוואלט האבן א שמועס מיט מיר בלויז מחמת נאוזינעס און גענוצט דאס א תירוץ..
עס איז דען פאר מיר צו מיישב זיין זייערע נאוזינעס. א מענטש איז נאוזי ווייל ער איז נאוזי און האט צו א לאנגע נאז.
Sent from my SM-G950F using Tapatalk
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
הקטןאיך געס אז בערל און בויטשיק זענען אקעגען סטאפ-ענד-פריסק
אנדערע, צווישען זיי אויך שווארצע, האלטן ס'איז גראדע יא א גיטע זאך
דאס איז א בעלענס צווישען פרייוועסי און סעפטי און א ידער סטרייקט די בעלענס ערגעץ אנדערש
ווען א ווייסער דרייט זיך און א שווארצע געגענט ביינאכט ריפט דאס נאטירלעך ארויס א חשד - נישט ווייל ווייס=שלעכט און שווארץ=גוט
דער חשד איז קאמען-סענס (חאטש ס'קען זיין די ווייסער איז א דאקטער וואס מאכט א האז-קאל אימזיסט)
שרייען פרע-דזשודיס איז קרימענעלייזען קאמען-סענס ווייל איינער איז נישט באקעוועם דערמיט
קאמען סענס בלייבט אבער קאמען-סענס
פרע-דזשודיס איז אזא יאריסטיק וואס אינזער מוח מאכט נאטירלעך טויזענט מאל א טאג - כדי אינז צי העלפן!!!
דאס האט געהאלפן אינזער עוועלאשען! דאס דערשטיקען וועט אינז ציריק פירן צי די דארק-עדשעס
כ'זאג נישט, ס'איז שטענדיג דא וועגן וויאזוי צו ראציאנאליזירן אזא מעשה אפילו שוין נאכדעם וואס מ'מאכט זיך ווי כאילו מ'גלייבט אז שומרים איז א פארפעסיאנאל ארגענאזאציע. אבער דא איז שוין א כמו גזירה לגזירה. א פרעדשודיס בתוך פרעדזשודיס. אויב שווארצע זענען מער פארמישט ווי ווייסע אין פארברעכנס, ווי אפט הערט מען אז "גוים" כאפן אוועק חסידישע קינדער? (פארקערט, אז חסידים כאפן אוועק, הערט מען אסאך 😃 )
סיריעסלי, דו מיינסט עס ערנסט? דו האסט געהערט פון א ווייסן וועם פאליס האט געסטאפט און געפריסקעט (אזוי רופט מען עס?) פאר'ן זיך דרייען אין א שווארצע געגענט ביינאכט??
Sent from my SM-G950F using Tapatalk
איך האב באמת רחמנות אויך
@בויטשיק פאר די געשיכטע. נישט נאר אז ער ווערט גערודפ'ט דורך די מיידלעך אין גאס, נאר דער אויפגעקלערטע קאוועשטיבעל עולם פארשטייט אויך גוט אז מ'דארף אים רודפ'ן פאר'ן עגזיסטירן.
יא, דער לייבי קלעצקי מעשה זאגט אונז איין זאך. אז משוגע'נער זאכן פאסירן. מיינסט טאקע אז פון היינט דארף מען יעדער מענטש חושד זיין און אזוי וועט מען פארמיידן משוגענ'ער פאסירונגן? מ'דארף צאלן יעדער פרייז אין די וועלט, רודפ'ן און וויי טון מענטשן, אבי אזא (אומפארמיידבארע) זאך זאל ווערן אפגעשטעלט?!
איך קען נישט בויטשיק, און אויב איז ער טאקע אן אט"ד, ווינטש איך אים אן אז ער זאל טון תשובה שלימה במהרה, און טרעפן זיין וועג צו גאט. אבער סתם רודפ'ן מאכט אונז פאר א באנדע רודפים, העלפט קיינער נישט, און טוט וויי זיינער אומשולדיגע קינדער. צו ער איז א גרוש צו נישט, צו ער וואוינט אליינס צו נישט, צו זיין האר איז לאנג צו קורץ. אז דו ווילסט מאכן א שטאט'ס אפיעל אוועק צו נעמן פון אים די קינדער ווייל אזוי האלטסטו איז ריכטיג, טו דאס. אבער סתם רודפ'ן איז נישט אין פלאטץ.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב באמת רחמנות אויך

ווער האט גערודפ'ט?
מאך עס נאכנישט אזוי געפערליך; היינט רודפט מיך שוין קיינער נישט, געלויבט איז גאט, עכ"פ נישט בגלוי - וואס איך ווייס. אבער איך פארגעס נישט אז אסאך אנדערע מבפנים ובחוץ ווערן נאך יא גערודפט און נאכגעקוקט אומזיסט און כדי צו איבערצייגן מיין חכמה, פארגעס איך נישט אזוי שנעל וואס מ'האט געטוהן צו מיר אמאל, ווי א שלאנג וואס איז נוקם ונוטר..
berlbalagulehליב צו וויסןערעב בויטשיק, איר האט עס גענומען זייער פערזענליך..
נניח אז אלע אייערע חששות זענען אמת.. .אין א סיטי מיט שוואכע פאליציי רעספאנס, איז א מעלה צו האבן Neighborhood וואטש גרופס. יכול להיות אז 'שומרים' ספעציפיש איז נישט די סעלושן.. אבער איך ווייס נישט אויב "די מעשה" איז וואס פסל'ט זיי..
ליעב צו וויסן: איך ווילל נאך א ביסל שטערקער מאכן בויטשיק'ס פוינט.
דער גאנצער חשד אויף איהם (בויטשיק) איז געקומען מכח פרע-דזשודיס. לו יצוייר ווען ער וואלט געגאנגען א פלאטשיג'ס מיט א געללן וואלענעם טלית קטן מיט פלעקן פון די אכילה פון די לעצטע 6 חדשים. מיט צולאטשעטע פיאות. און געסרח'ט פון א מייל אוועק. וואלט זיי (די אידישע שיקסעס) נישט בייגעפאללן איהם אפצופאטאגראפיהרן. אט דאס איז דער גרעסטער בראך. און אקעגן דעם דארפן מיר קעמפן. אז די אינשי דלא מעלי זאללן נישט האבן צופיהל פאוער און מאכט. ווייל איך זאג שוין. להוי ידוע. איך גיי בלי"נ נישט אנטון קיין פלאטשיגס. און זיך אפשערן מיט א טריפל זירא. און אנטון א געלן וואלענעם טלית קטן, ווען ס'איז 100 דעגריס אינדרויסן. עטץ (כ'ווייס גאנץ גוט ווער עטץ זענטץ) קענטס מיך רופן שייגעץ ...!
נישט ריכטיג.. שומרים קומט נישט צו יעדן גוי/אטד קוקן וואס טוט זיך ביי זיי.
די חשד איז געקומען וויבאלד די קינדער זענען "יא" געגאנגען מיט געלע ציצית "און ער נישט", און אזא זאך איז עטוואס אויפפאלנד, און די כלל איז Better be safe than sorry.
בקיצור, צו 'שומרים' פירט זיך אויף ווי ס'בעדארף צו זיין איז א גרויסע שאלה.. אבער נישט "די מעשה" איז וואס פסל'ט זיי.
בויטשיקמאך עס נאכנישט אזוי געפערליך; היינט רודפט מיך שוין קיינער נישט, געלויבט איז גאט, עכ"פ נישט בגלוי - וואס איך ווייס. אבער איך פארגעס נישט אז אסאך אנדערע מבפנים ובחוץ ווערן נאך יא גערודפט און נאכגעקוקט אומזיסט און כדי צו איבערצייגן מיין חכמה, פארגעס איך נישט אזוי שנעל וואס מ'האט געטוהן צו מיר אמאל, ווי א שלאנג וואס איז נוקם ונוטר..
קום אריין קלארער.. דו האסט עפעס מעשה'ס ווי שומרים האט נאכגעקוקט איינעם צו ער לייגט רבינו תם? אדער אפילו צו ער האלט שבת?
ניין, איך האב נישט ספעציפיש א מעשה איבער שומרים (חוץ פון ווען זיי האבן מיך אקעיזשענלי נאכגעוויידלט מיין קאר ביינאכט, אזוי ווי זיי טוען צו פיהל קארן אין דער געגנט, מחמת לאנגווייליגקייט, ווען זיי האבן מיך נישט דערקענט ביים רעדל) אבער איך ווייס יא פון דריי פעלער ווי אן א.ג. פאליס ליעזאן, א היימישער (וועלכער איז שפעטער מיאוס באשמוצט געווארן אין די מידיא פאר'ן ביליג פארלעצן די קורונה רעגולאציעס און האט אלס רעזולט רעזיגנירט) האט שלא במקומו זיך אריינגעמישט אין אזעלכע קעיסעס (שלום בית/אטד/סתם דעפעקציעס) און גערודפט/געמסרט אינדיוודועלס בשייכות מיט זייערע פריוואטע קאורט ארדערס און פאמיליע אנגעלעגנהייטן, ענינים וואס זענען אויסדרוקליך די געשעפטן פון די פאמיליע מיטגלידער אדער די פאליציי. נאכדעם ווייס איך פון אנדערע קעיסעס וואו אינגעלייט זענען געדונגען געווארן צו זיצן אין קארן, כאפן בילדער און ווידיאוס, פון פאראויס אויספלאנירטע סצענעס, אוואו מען האט זיך געראכטן אז עפעס וועט פאסירן און מען האט צוגעגרייט א נעץ, כדי צו האבן עווידענס וואס קען אינקרימינעיטן די אינדיווידועלן אינוואלווד.
אלנפאלס, ווען א קהילה (אדער ערמעגליכט דורך די פינאנצירונגען פון אינפלוענטשלס אין דער קהילה) האט ארגאניזירטע מאסנאמען אין פלאץ "קעיר צו נעמען" פון יחידים וואס גייען נישט אין טראט, קען מען נישט קיין טענות האבן צו א שנאה וואס בויעט זיך אויף אין די הערצער מצד די יחידים אנטקעגן אזעלכע אדער ענליכע אנדערע אונטערנעמונגען פון דער קהילה אפילו דארט וואו עס איז נישט דירעקט פארבינדן מיט די סארט מעשים אבער האט די פאטענציעל חלילה לעתיד אויסגענוצט צו ווערן אויף אזעלכע צוועקן אדער פארמאגט א פרעצעדענט אין די עבר צו האבן אדורכגעפירט אקציעס פון אטטער פרעדזשידעס און ראסיזם (וואס דערפון איז דא פלענטי כידוע).
איך זע נישט וואס מ'איז מדמה די פרשה דא צו די ביטערע קלעצקי פרשה, אדער צו די "אויב איינער זעט דיינע קינדער שפאצירן מיט א נישט היימישע אדאלט, וואס וואלסטע דעמאלטס געטוהן" טענה, וכדו'.
ביי פרשת לייבי קלעצקי, אדער אלע אנדערע קינדער פרשיות, האט קודם געפעלט א קינד, און נאכדעם האט מען געזוכט די סאספעקט. דא איז פונקט פארקערט, דא האט מען קודם אויפגעבויט א סאספעקט, און נאכדעם געזוכט צו פעסטשטעלן א קריים. צו מ'וויל מודה זיין צו נישט, ווייסט א יעדער ביי זיך אין הארץ אז די סאספעקט איז מתחילה נאר אויסדערוועלט געווארן ווייל ער גייט אנגעטוהן אנדערש ווי דער מבין האט פארשטאנען. דאס איז אן ערשט קלאסיק'ער רעווערס אנטי סעמאטיזם. מ'דארף נישט געבען משלים אויף פארקערט, צו וויסען וואס פארא ויצעקו'ס ס'וואלטן געווען אויב מ'וואלט חושד געווען א חסידישער יוד פורים נאכמיטאג דרייווען שיכור..
דער מענטש איז אן אויפריכטיגער ציווילער בירגער. ער דערזערווד די זעלבע בענעפיטס ווי א יעדער איינער. אפי' אם תאמר אז ווען מ'זעט עפעס סאספישעס דארף מען דאס רעפארטן, איז דאס נישט די דזשאב פון אומערפארענע זעלבסט דערקלערטע פאבליק סערווערנטס. אין אזא פאל האט די פאליציי פאליסיס און פראסידורס ווי אזוי אומצעגיין מיט קלאפן אויף טירן, אויב זיי, מיט זייער פראפעשינאל מיינונג, האלטן אז ס'איז א סכנה.
אדרבה, אזעלעכע וואנאביס וועלען אפהרגענען די ליגאליטיס פון די קעיס ביי צוזאם נעמען עווידענס שלא כדת. ופרשת לייבי קלעצקי יוכיח, פאר ווער ס'געדענקט, ווען ס'איז היבש פארקרימט געווארן נאר וועגען די בלינדע גלויבעניש פון תמימות'דיגע יודען אין די זעלבסט דערקלערטע פאבליק סערווענטס.
דאס אז מען האט נישט געהערט פארדעם אז א קינד פעלט איז זייער א שוואכע טענה
איף-יא-סי-סאמטינג-יא-סע-סאמטינג
א פארדאכט איז א פיקטשער וואס קיקט אויס מאדען
ס'דא וואס זענען פליטקילי קארעקט און וועלן טרייען זייער שטארק איין צורעדען זוך און אנדערע אז ס'איז איז נישט מאדען
ב"ה נישט א יעדער איז אזוי!
אז דו ווילסט ארום רעדן סטאפ-ענד-פריסק, קען מען דאס אויך.
שטעל זיך פאר א שווארצע אינגעל וואס איז בוחר בטוב. ער גייט אין סקול נארמאל, פראבירט זיך אויפצובויען א לייטישע לעבן, און שטייט העכער די אלע עניינים וואס זענען ארום אים. ער פאלגט זיין מאמא, וואס פארצטופאל אין שטוב מיט אים. טאמער יעדער זאגט אים אז ער גייט ווערן א פארברעכער, אפילו ווען ער פירט זיך אויף שיין, וועט ער זיין פארדעכטיגט אין יעדער גניבה, ט'פארוואס זאל ער ווייטער גיין מיט די הנהגה? אזוי ווי ביי די אייגענע קינדער ווייסט מען אז זיי פירן אויס די האפענונגן וואס מ'האט פון זיי, אזוי איז עס ביי זיי. סטאפ-ענד-פריסק פאראורזאכט פיל מער פראבלעמן ווי עס לייזט. נאך פופציג יאר קענען די שווארצע זיך נישט הייבן פון זייער מצב, ווייל מ'האלט אין איין זיי דערנידערן, די לייכסטע זאך פאר זיי איז קריים. און נאך דעם קען מען זיי שוין באושלדיגן מיט'ן זיין קרימינאלן!
אזוי איז אויך ביים רודפ'ן מוזלעמענער. טאמער אין יעדער מעשעט איז דא פארבארגענע אגענטן, וואס רעדן מיט יעדער יונגער מענטש און פראבירט איינצוזייען שנאה און קנאה ביי זיי, וואס מיינסטו וועט ווערן פון זיי? אלגעיינער אמעריקאנער בירגער? דו האסט זיי געזאגט אז זיי זענען נישט וועלקאם, און ביים סתם שטארבן האלטן זיי נישט. וואס זאלן זיי טון? מ'מאכט טעראריסטן בידים.
און אזוי איז עס ביי אן אט"ד וואס וואוינט לעבן זיין קינדער. טאמער דו ווילסט ער זאל זיך צושטעלן אין די חינוך פון זיין קינדער, און זיי נישט פראבירן אוועק צו שלעפן פון תורה, פיר דיר אויף נארמאל צו אים און רודף אים נישט. פשוט פאר די אייגענע טובה, נישט נאר פאר זיינס.
בויטשיקניין, איך האב נישט ספעציפיש א מעשה איבער שומרים (חוץ פון ווען זיי האבן מיך אקעיזשענלי נאכגעוויידלט מיין קאר ביינאכט, אזוי ווי זיי טוען צו פיהל קארן אין דער געגנט, מחמת לאנגווייליגקייט, ווען זיי האבן מיך נישט דערקענט ביים רעדל) אבער איך ווייס יא פון דריי פעלער ווי אן א.ג. פאליס ליעזאן, א היימישער (וועלכער איז שפעטער מיאוס באשמוצט געווארן אין די מידיא פאר'ן ביליג פארלעצן די קורונה רעגולאציעס און האט אלס רעזולט רעזיגנירט) האט שלא במקומו זיך אריינגעמישט אין אזעלכע קעיסעס (שלום בית/אטד/סתם דעפעקציעס) און גערודפט/געמסרט אינדיוודועלס בשייכות מיט זייערע פריוואטע קאורט ארדערס און פאמיליע אנגעלעגנהייטן, ענינים וואס זענען אויסדרוקליך די געשעפטן פון די פאמיליע מיטגלידער אדער די פאליציי. נאכדעם ווייס איך פון אנדערע קעיסעס וואו אינגעלייט זענען געדונגען געווארן צו זיצן אין קארן, כאפן בילדער און ווידיאוס, פון פאראויס אויספלאנירטע סצענעס, אוואו מען האט זיך געראכטן אז עפעס וועט פאסירן און מען האט צוגעגרייט א נעץ, כדי צו האבן עווידענס וואס קען אינקרימינעיטן די אינדיווידועלן אינוואלווד.
אלנפאלס, ווען א קהילה (אדער ערמעגליכט דורך די פינאנצירונגען פון אינפלוענטשלס אין דער קהילה) האט ארגאניזירטע מאסנאמען אין פלאץ "קעיר צו נעמען" פון יחידים וואס גייען נישט אין טראט, קען מען נישט קיין טענות האבן צו א שנאה וואס בויעט זיך אויף אין די הערצער מצד די יחידים אנטקעגן אזעלכע אדער ענליכע אנדערע אונטערנעמונגען פון דער קהילה אפילו דארט וואו עס איז נישט דירעקט פארבינדן מיט די סארט מעשים אבער האט די פאטענציעל חלילה לעתיד אויסגענוצט צו ווערן אויף אזעלכע צוועקן אדער פארמאגט א פרעצעדענט אין די עבר צו האבן אדורכגעפירט אקציעס פון אטטער פרעדזשידעס און ראסיזם (וואס דערפון איז דא פלענטי כידוע).
איינס האט נישט מיטן צווייטן..
דאס אז ס'איז דא באגאבונדן צווישן אונז וואס אין נאמען פון אידישקייט טוהן זיי אפ גרויליגע מעשים; בין איך מסכים מיט דיר הונדערט פראצענט..
מען דארף אבער זיכער מאכן פאר מען דערציילט אזא מעשה צו "די מעשה" איז טאקע אינעם כלל, טאמער נישט קען מען גורם זיין אזא "א וואלף" צוגאנג פונעם כלל..
מיין פריינד בויטשיק. כ'בין סתם נייגעריג, אויב צום ביישפיל דו ווילסט אמאל קלונגען וועגן א פארדעכטיגטע זאך, און דו שעמסט דיך צו רופן די פאליציי פאר דיינע ספיקות. רופסטו דעמאלטס שומרים? אדער ביסט דיך מתגבר, און רופסט נישט.
קען אפשר זיין, אז דו האסט פון פארדעם א שלעכט אויג אויף זיי?
בוטןמיין פריינד בויטשיק. כ'בין סתם נייגעריג, אויב צום ביישפיל דו ווילסט אמאל קלונגען וועגן א פארדעכטיגטע זאך, און דו שעמסט דיך צו רופן די פאליציי פאר דיינע ספיקות. רופסטו דעמאלטס שומרים? אדער ביסט דיך מתגבר, און רופסט נישט.
קען אפשר זיין, אז דו האסט פון פארדעם א שלעכט אויג אויף זיי?
מתגבר, מיינט דיירעקט רופען די פאליס...
וואלוויבוטןמיין פריינד בויטשיק. כ'בין סתם נייגעריג, אויב צום ביישפיל דו ווילסט אמאל קלונגען וועגן א פארדעכטיגטע זאך, און דו שעמסט דיך צו רופן די פאליציי פאר דיינע ספיקות. רופסטו דעמאלטס שומרים? אדער ביסט דיך מתגבר, און רופסט נישט.
קען אפשר זיין, אז דו האסט פון פארדעם א שלעכט אויג אויף זיי?
מתגבר, מיינט דיירעקט רופען די פאליס...
לאמער זאגן דו ווייסט לויט די פאליס פראטאקאל קענען זיי גארנישט טון, אבער דאך באמערקסטו אז עפעס איז נישט פויגעלדיק
מתגבר?
איך מיין ער איז זיך מתגבר און ריפט נישט קיין שומרים און געט זיך גאר קרעדיט פאר נישט זיין פרעדעשריס.
איך האלט, פון אייגענע ערפארונג, אז למשל איך האב נישט ליב עטליכע אינעם הצלה קאמפאני, אבער ווען מ'שפירט אז מ'וויל זיי רופן - נישט פאר עמערדזשעסי - וועט מען אראפנעמען דעם גנב פון בוים...
פארפאלן, שומרים, הצלה, חברים, זענען נישט אייביג אויף אונזער ווייט ליסט. אבער זיי זענען למעשה נוצבאר, און די חסרונות זענען עפעס וואס מ'דארף שלונגען.
ממילא, אז ס'פאסירט עפעס אומ'אנגענעם - לדעתי - וואס קען זיין אז ס'איז א אייגענע הרגש, און נישט אז ס'טאקע א חסרון, און אפילו יא א עכטע חסרון אמאל, אבער זיי זענען א פאבליק סערוויס, און מ'נעמט ארויס די בעסטע וואס מ'קען און די איבריגע דארף מען שלונגען.
ווי נישט ווי, קען מען פון זיי מער האבן ווי פון די פאליציי. בין איך ראנג?
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
הרב פינאט (קרעדיט: רביה"ק):
איך עגרי אויף די אנדערע ארגאניזאציעס, אבער שומרים?
צו וואס פונקטליך דארף מען זיי?
און איך גיי נישט אריין אין דעם צו שמירה איז בעסער, נאר אויף די עצם ארגאניזאציע, קען איינער צייגן ווי וויכטיג מען האט זיי געדארפט אין די לעצטע צען יאר?