☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » תוכנית תא-שמע

תוכנית תא-שמע

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14053

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 19, 2020 4:49 pm

· #454725
תוכנית תא-שמע
איך האב ערשט היינט זיך דערוואוסט אז די פראגראם איז שוין אין קראפט, מ'קען עס דאונלאודען און נוצן, ביזדערווייל אומזיסט. דאס איז א נייעם תורה פראגראם מיט'ן נאמן 'תא שמע', וואס גייט אריין אין מיקרוסופט וואורד, און מ'קען נעמן דערפון פארשידענע טקסט'ן פון פארשידענע ספרי יסוד.

גייט'ס דא און זאגט'ס אייער מיינונג

פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 20, 2020 10:37 pm

· #454793
Re: תוכנית תא-שמע
עס איז בחינם אדער נישט?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 20, 2020 11:08 pm

· #454795
ביזדערווייל איז עס בחנם. און דאס איז נאר א קליינע פראגראם. אבער פאר איינער וואס האט נישט קיין פראגראםס בכלל, איז עס אן אוצר נחמד. ש"ס און נ"ך וואס מ'קען נוצן אין ווארד, און אן אינטרנט. איך האב עס געגעבן פאר א פאר חברים וואס האבן נישט קיין אינטרנט און שרייבן די אייגענע חידושי תורה אויף א קאמפיוטער, און זיי האבן שטארק הנאה דערפון. זיי זאגן אז מיט די צייט וועלן זיי פארברייטערן די פראגראם

פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 20, 2020 11:14 pm

· #454796
Re: תוכנית תא-שמע
ייש"כ.

שוין געדאונלאוד, יעצט גייט מען עס אינסטאלירן.

לבי ובשרי » דינסטאג יולי 21, 2020 12:16 am

· #454798
ס'איז אזוי ווי DBS?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 21, 2020 8:18 am

· #454809
יא, אבער דאס איז יעצט אומזיסט, און עס איז א חלק פון וואורד, וואס מאכט עס אביסל שנעלער און לייכטער

תפארת » דינסטאג יולי 21, 2020 9:02 am

· #454811
ייש''כ ליטוואק פאר'ן מגלה זיין דער תוכנית
איך האב עס שוין דאנגלאוד אבער ווילאנג דארף מען ווארטן אז דער פיילס זאל זיך עקסטרעקטן גארנישט רוקט זיך נאך איינער האט דער פראבלעם?