☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » עושים מעשי זימרי ומבקשים שכר כפנחס

עושים מעשי זימרי ומבקשים שכר כפנחס

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14043

ישן מלא חדש » זונטאג יולי 12, 2020 8:51 pm

· #454372
עושים מעשי זימרי ומבקשים שכר כפנחס
עושים מעשי זימרי ומבקשים שכר כפנחס.

איך האב באקומען א מודעה פון א מוסד ווי איך שיק די קינדער אז עס איז זיי בסייעתא דשמיא "געלונגען צו ערלעדיגן" אז די געווערמענט וועט טיילן פאר די עלטערן $420 בענעפיטס פאר יעדע קינד וואס איז איינגעשריבן אין די מוסד, פאר די וואס באקומען סנעפ וועט עס ארויף גיין אויפן קארטל, און פאר די וואס באקומען נישט וועלן זיי באקומען אויף פאסט א ספעציעלע קארטל.

למעשה נאך א קורצע חקירה ווער איך געוואהר,

1) אז איך האב שוין באקומען די געלט פאר צוויי חדשים צוריק. און עס שוין לאנג אויסגעניצט.

2) ועוד די געלטער האט די געווארמענט געגעיבן און עס האט נישט קיין שום שייכות מיט די מוסדות.

איז די מוסדות נישט נאר זיי זענען עושים מעשה זימרי זיי שניידן אראפ שיינע פערצענטן פון די עסן פראגראמען (וואס מענטשן דארפן דאס צום לעבן) זענען זיי נאך מבקשים שכר כפנחס אויף זאכן וואס זיי האבן נישט איינגעטינקען קיין פינגער אין קאלט וואסער.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

גבור חיל » זונטאג יולי 12, 2020 9:28 pm

· #454374
די בריוו האב איך געפונען בנוגע דעם ענין...
📎 1_4918137174857089181.pdf

ישן מלא חדש » זונטאג יולי 12, 2020 9:41 pm

· #454376
Re: עושים מעשי זימרי ומבקשים שכר כפנחס
זיי נעמען טאקע נישט קיין קרעדיט דעראויף זיי פארציילן נאר די פאקטן אבער מיין מוסד האט עס אראפ געלייגט כאילו זיי זענען די וואס "האבן עס ערלעדיגט".

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

ישן מלא חדש » זונטאג יולי 12, 2020 10:30 pm

· #454381
Re: עושים מעשי זימרי ומבקשים שכר כפנחס
דא האסטו נאך א מוסד וואס פרובירט צו נעמען קרעדיט אויף די גאווערמענט פראגראם אן אריין לייגן די פינגער אין קאלט וואסער.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 12, 2020 10:34 pm

· #454383
איך מיין דו מישסט זיך אויס. SNAP האט געגעבן מער געלט פאר יעדער א פאר חודשים צוריק.

אחוץ דעם, האבן זיי געזאגט אז פאר יעדער קינד וואס באקומט אומזיסטע לאנטש געבן זיי SNAP קרעדיט פון $416.04, און דאס איז לויט וואס די מוסד וועט אריין שיקן, די רשימה פון נעמן. דער וואס באקומט געווענדליך נישט קיין SNAP וועט באקומן אן עקסטער קארטל אין פאסט מיט די געלטער. יענער וואך האט מען ארויף געלייגט (אין נ.דזש.) די געלט אויף די SNAP קארטן, און די וואך גייט מען שיקן די קארטן פאר די וואס האבן נישט קיין SNAP געווענדליך.

די מוסד האט עפעס געטון, געשיקט די נעמן לויט די רעגירונג פאדערונג. עס קומט זיי גאר א קליינעם ייש"כ דערפאר.

ישן מלא חדש » זונטאג יולי 12, 2020 10:43 pm

· #454384
Re: עושים מעשי זימרי ומבקשים שכר כפנחס
ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין דו מישסט זיך אויס. SNAP האט געגעבן מער געלט פאר יעדער א פאר חודשים צוריק.

אחוץ דעם, האבן זיי געזאגט אז פאר יעדער קינד וואס באקומט אומזיסטע לאנטש געבן זיי SNAP קרעדיט פון $416.04, און דאס איז לויט וואס די מוסד וועט אריין שיקן, די רשימה פון נעמן. דער וואס באקומט געווענדליך נישט קיין SNAP וועט באקומן אן עקסטער קארטל אין פאסט מיט די געלטער. יענער וואך האט מען ארויף געלייגט (אין נ.דזש.) די געלט אויף די SNAP קארטן, און די וואך גייט מען שיקן די קארטן פאר די וואס האבן נישט קיין SNAP געווענדליך.

די מוסד האט עפעס געטון, געשיקט די נעמן לויט די רעגירונג פאדערונג. עס קומט זיי גאר א קליינעם ייש"כ דערפאר.
קוק אויף די אינפארמאציע וואס גיבור חיל האט ארויף געלייגט.

און כאפ א בליק דא וועסטו זעין אז די געלט איז געוועין אוטומטיש די מוסדות האבן גארנישט געדארפט טוהן דערפאר.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 12, 2020 10:45 pm

· #454385
פון וואנעט ווייסן זיי צו דיין קינד באקומט ביליגער לאנטש? איך האב פארשטאנן אז עס קומט פון דימוסדות
קען זיין אז נ.י. איז אנדערש, אבער דא אין נ.דזש. האבן די פ"ס נעמערס ערשט באקומען די געלט יענער וואך, און די איבעריגער (און האפעדיג אני בתוכם) באקומן די וואך.