☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אונזער נייע שפראך

אונזער נייע שפראך

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14040

בוטן » פרייטאג יולי 10, 2020 2:44 pm

· #454257
אונזער נייע שפראך
דאס אשכול וואלט מעגליך געהערט אינעם פארגענוגען אפטיילונג, אבער דאך רעדט מען דאך פון שפראך.

כ'הייב נאר אן מיט תמצית פונעם טעמע;
מיר - בני ה'מ' נ' ס' ע' - נאכ'ן האלאקאוסט האבן זיך געמאכט מצד מה א נייע סארט שפראך. סיי סלענגס, סיי ווערטער וכדו.

היינט זאגט מיר א בחור, ''וואס איז נון?...'' פרעג איך עהם וואס איז דאס א פרוכט? זאגט ער מיר, אז אין ישיבה אז מ'וויל פרעגן וואס איז נייעס, זאגט מען אין קורצן. וואס איז ניען... זייער קיל!

עפעס א נייע שפראך האבן מיר מצד מה געמאכט. נו ווער ס'האט נאך ווערטער אין אונזער אומאפציעלע יונגע נייע צייטן שפראכעלע, ברענגט אהער...

פאליטיקאנט » פרייטאג יולי 10, 2020 4:40 pm

· #454265
Re: אונזער נייע שפראך
קען.......

בוטן » פרייטאג יולי 10, 2020 7:32 pm

· #454281
פאליטיקאנט
קען.......

קען מיינסטו קאנע, קאנטעינער, צו קענען, מעגליך

פאליטיקאנט » פרייטאג יולי 10, 2020 7:39 pm

· #454285
Re: אונזער נייע שפראך
ניין, די "היינטיגע" יונגווארג האט עפעס אזא נטיעה צו צוענדיגן מיט א אויסגעצויגענע העברעאישע 'כן' יעדע וואיסנאוט (קעעעעןןן)....

בוטן » פרייטאג יולי 10, 2020 7:45 pm

· #454286
פיינע פריקן נייעס

berlbalaguleh » מוצ"ש יולי 11, 2020 10:44 pm

· #454293
בוטן: איך, אן עלטער זיידע, א בעיבי בומער, ווען איך רעד צו א 2020 בחור, זאג איך איהם..."איך זעה אז דו רייסט ארום אין אן עסקעלעיד"...! ווען איך זאלל אזוי רעדן צו איינעם פון מיין דזשענערעישן קוקט ער מיך אן ווי איך בין אראפגעקומען פון די לבנה. אדער פון מארס...!

איבערגעזעצט אויף פלעין יודיש..." איך זעה דיך ארומפארן מיט א ..."קעדילעק"...!

קאצקע ציקער » מוצ"ש יולי 11, 2020 10:57 pm

· #454295
פאליטיקאנט
ניין, די "היינטיגע" יונגווארג האט עפעס אזא נטיעה צו צוענדיגן מיט א אויסגעצויגענע העברעאישע 'כן' יעדע וואיסנאוט (קעעעעןןן)....

וואס איז טאקע פשט דערפון ?

קאצקע ציקער » מוצ"ש יולי 11, 2020 10:58 pm

· #454296
איינער פון די נייערע סלענגס גייט

ווער איז דער אורח...?

בוטן » מוצ"ש יולי 11, 2020 11:06 pm

· #454297
berlbalaguleh
בוטן: איך, אן עלטער זיידע, א בעיבי בומער, ווען איך רעד צו א 2020 בחור, זאג איך איהם..."איך זעה אז דו רייסט ארום אין אן עסקעלעיד"...! ווען איך זאלל אזוי רעדן צו איינעם פון מיין דזשענערעישן קוקט ער מיך אן ווי איך בין אראפגעקומען פון די לבנה. אדער פון מארס...!

איבערגעזעצט אויף פלעין יודיש..." איך זעה דיך ארומפארן מיט א ..."קעדילעק"...!

דו דערמאנסט מיך פון א גרינער פון די ספרדישע, וואס האט זיך אויסגעדרוקט; איך האב מיט מיין נייע קאר אראפגעריסן אפאר הויזענעס אין איין צי...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 12, 2020 12:07 am

· #454305
בוטן: ווען איך בין געווען אין ישיבה אין יאר 1965 איז דארט געווען א בחור('ל) וועלכער איז געקומען פון ארץ ישראל. און זיין אידיש האט אונטערגעהינקען. האט ער זיך אמאל בארימט ווי שנעלל זיין טאטע קען פארן. און ער האט געזאגט אזוי..."מיין טאטע קאר פליקט די הייוועי 90 מייל א שעה"...5

berlbalaguleh » זונטאג יולי 12, 2020 12:12 am

· #454306
בוטן: נאך איין נקודה: שפראך, בכלל איז א דינאמישע זאך. דאס האלט זיך אין איין טוישן און אנטוויקלען. די שפראך פון היינט סיי אידיש און סיי ענגליש, אדער אנדערע שפראכן זענען נישט די זעלבע וואס מענטשן האבן גערעדט 50 יאר צוריק. און זיכער נישט די זעלבע וואס מ'האט גערעדט פאר 100 און 200 יאר צוריק.

מ'קען הערן רעקארדינגס פון פרענקלין רוזוועלט און כש"כ פון טעדדי רוזוועלט, ווי זיי רעדן אינגאנצן אנדערש ווי די שפראך וואס מ'נוצט היינטיגע צייטן...!

בוטן » זונטאג יולי 12, 2020 11:19 am

· #454324
זייער אנדערש
אבער דא בין איך אויסן צו ארויפברענגן די ''נייע'' היימישע ווערטער... נייע 'באשאפענע' ווערטער.

אבער ס'דא סתם אזוי אויסדרוקן וואס אפשר איז עס אויך אלטע. כ'ווייס נישט, דאס וועסטו באלע פסק'ן.

'ער האט עס' \ אדער\ ער האט עס נישט...
'ער איז נישט מיט אונז'
דער גייט קיין דותן...
צעפראסקעט,
האסט א פראבלעם דערמיט?
לחיים פאפא רעבעצין...

בוטן » מאנטאג יולי 13, 2020 1:23 pm

· #454429
היינט זע איך א עד, ''הלכה ולא למעשה'' פאר אינטערעסירטע ביטע רופט...

פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 13, 2020 7:54 pm

· #454485
Re: אונזער נייע שפראך
דאס איז א אלטע באנוצטע לשון וועלכע איז שוין נישט עפעקטיוו, און אויב די אינסטאנצן נעמען זיך אויף איינעם פארשטייען זיי זייער גוט וואס דאס מיינט (מען האט עס שוין גענוצט אלס באווייז אין געריכט).

בכלל אידיש און לשון קודש ארבעט שוין נישט אריינגערעכנט רמזים.

בוטן » מאנטאג יולי 13, 2020 7:59 pm

· #454486
ס'איז צו לעכטיג...

ער איז גימל

א שבח יוד

גיי שפאצירן

ישעיה » מאנטאג יולי 13, 2020 9:57 pm

· #454500
בוטן
היינט זע איך א עד, ''הלכה ולא למעשה'' פאר אינטערעסירטע ביטע רופט...

ס'דא וואס שרייבן בלתי לשם לבדו

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 13, 2020 10:59 pm

· #454510
בוטן
זייער אנדערש
אבער דא בין איך אויסן צו ארויפברענגן די ''נייע'' היימישע ווערטער... נייע 'באשאפענע' ווערטער.

אבער ס'דא סתם אזוי אויסדרוקן וואס אפשר איז עס אויך אלטע. כ'ווייס נישט, דאס וועסטו באלע פסק'ן.

'ער האט עס' \ אדער\ ער האט עס נישט...
'ער איז נישט מיט אונז'
דער גייט קיין דותן...
צעפראסקעט,
האסט א פראבלעם דערמיט?
לחיים פאפא רעבעצין...

בוטן: א טייל פון די אויסדרוקן זענען שוין גאנץ אלט (נאך פון מיינע צייטן). אבער ..."לחיים פאפע רעבעצין"... איז נאך גאנץ ריסענט.

אבער מיר דארפן געדענקען אז די אלע מימרות זענען נתחבר געווארן אין א געוויסן מאמענט. אלס פליטת הפה. אן טראכטן. און א סאך זענען לאקי צו ווערן אויפגעכאפט ביי דעם המון עם...!

גבור חיל » מאנטאג יולי 13, 2020 11:08 pm

· #454511
פאליטיקאנט
דאס איז א אלטע באנוצטע לשון וועלכע איז שוין נישט עפעקטיוו, און אויב די אינסטאנצן נעמען זיך אויף איינעם פארשטייען זיי זייער גוט וואס דאס מיינט (מען האט עס שוין גענוצט אלס באווייז אין געריכט).

בכלל אידיש און לשון קודש ארבעט שוין נישט אריינגערעכנט רמזים.

א שטיקל קרוב מיינע וואס האט געהאט א טשעק קעשינג און איז געווארן געפארשט דורך די אינסטאנצן, האט מיר געזאגט אז זיי האבן געוויסט יעדע רמז וואס נאר שייך, א שטייגער ווי זיי האבן געהאט א פאון קאל ווי איינער האט אים געזאגט הושענה שבעים וחמש הושענה... און זיי האבן גאר גוט געוויסט אז מען רעדט דא פון פינעף און זיבעציג טויזענט דאלער... אפגערעדט פון, גרינס, חלות, און די אלע פשוטערע...

(אגב טערמיר געזאגט אז מען האט אים אויפגעשפילט הונדערטער אינטערגעהערטע טעלעפאון געשפרעכן בפני זיין משפחה, און סאיז געוועזן ערגער פון די גאנצע זאך....)

בוטן » מאנטאג יולי 13, 2020 11:27 pm

· #454516
גבור חיל

און דו ווייסט וויאזוי זיי האבן געוואוסט? א דאנק די היימישע גוטע ידידים...

בוטן » מאנטאג יולי 13, 2020 11:30 pm

· #454517
באמת, אסאך אויסדרוקן היינט, זענען פשוט איבערגעזאגט פון ענגליש.
ווי למשל; גיי שפאצירן, קישמעך, כ'געב נישט קיין ניקל פאר דעם צו ערגער....
אבער ס'דאך דא פרישע, ווי למשל; וואסי ניייייעס...

באר מים » דינסטאג יולי 14, 2020 12:41 pm

· #454547
בוטן
גבור חיל
פאליטיקאנט
דאס איז א אלטע באנוצטע לשון וועלכע איז שוין נישט עפעקטיוו, און אויב די אינסטאנצן נעמען זיך אויף איינעם פארשטייען זיי זייער גוט וואס דאס מיינט (מען האט עס שוין גענוצט אלס באווייז אין געריכט).

בכלל אידיש און לשון קודש ארבעט שוין נישט אריינגערעכנט רמזים.

א שטיקל קרוב מיינע וואס האט געהאט א טשעק קעשינג און איז געווארן געפארשט דורך די אינסטאנצן, האט מיר געזאגט אז זיי האבן געוויסט יעדע רמז וואס נאר שייך, א שטייגער ווי זיי האבן געהאט א פאון קאל ווי איינער האט אים געזאגט הושענה שבעים וחמש הושענה... און זיי האבן גאר גוט געוויסט אז מען רעדט דא פון פינעף און זיבעציג טויזענט דאלער... אפגערעדט פון, גרינס, חלות, און די אלע פשוטערע...

(אגב טערמיר געזאגט אז מען האט אים אויפגעשפילט הונדערטער אינטערגעהערטע טעלעפאון געשפרעכן בפני זיין משפחה, און סאיז געוועזן ערגער פון די גאנצע זאך....)

און דו ווייסט וויאזוי זיי האבן געוואוסט? א דאנק די היימישע גוטע ידידים...

אמאל האב איך געזעהן איינעם שרייבן אז ער זיכט א שם טוב פאר עבודת השם,
ברוך השם דער עולם איז creative

דוראק » דינסטאג יולי 14, 2020 3:44 pm

· #454564
בוטן
באמת, אסאך אויסדרוקן היינט, זענען פשוט איבערגעזאגט פון ענגליש.
ווי למשל; גיי שפאצירן, קישמעך, כ'געב נישט קיין ניקל פאר דעם צו ערגער....
אבער ס'דאך דא פרישע, ווי למשל; וואסי ניייייעס...

פון וואַנענט נעמסטו אַז גיי שפּאַצירן און קוש מיך זײנען נײע אויסדרוקן? איך קאָן זאָגן אויף זיכער אַז די ביידע זײנען היפּש אַלט.

שמעי' » דינסטאג יולי 14, 2020 4:56 pm

· #454567
Re: אונזער נייע שפראך
"קומסט צי מיר עסן אויף שבת"

"וילן" אינו משמש כלום"

"האלא! די טריפסט"

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

קאצקע ציקער » דינסטאג יולי 14, 2020 6:33 pm

· #454573
"קים אריין קלאר"

בוטן » דינסטאג יולי 14, 2020 7:45 pm

· #454575
קאצקע ציקער
"קים אריין קלאר"

אן א קעקעץ...

באר מים » דינסטאג יולי 21, 2020 11:40 am

· #454820
אין באבענס באבען אריין

בוטן » דינסטאג יולי 21, 2020 12:51 pm

· #454822
באר מים
אין באבענס באבען אריין

דאס איז שוין געווען פאר'ן קריג א אויסדרוק

בוטן » דינסטאג יולי 21, 2020 12:59 pm

· #454823
ער איז משלנו?
אוי איז ער א שבח יוד...
ער איז נישט מיט אלעמען
כ'האב עפעס געפאשעט מיט דיר אינאיינעם? כ'בין עפעס דיין שפיל חבר?
ער קראצט די אויערן מיט'ן לינקן האנט
כ'האב דיך אין לינקן זאקען
וואס עפעס א יחסן? ער מאכט עפעס שמן זית?...
ער האט קוים ברויט אויף קאשע
ער איז א בעסערע גאטשע
כ'פארקויף נישט מיין נשמה פאר'ן שטן
ער פארקויפט נישט זיין יודישקייט פאר א קוואדער.

נײגעריגער » זונטאג אוגוסט 30, 2020 2:45 pm

· #457966
אלע האב איך שױן געהערט, און מסתמא געניצט, אױסער די צװײ
בוטן

כ'האב דיך אין לינקן זאקען
וואס עפעס א יחסן? ער מאכט עפעס שמן זית?...

האט די לינקע זאקן די זעלבע באדײט װי "כ'הער עם װי די לינקע פּאה"? (אלטע אויסדרוק, דאכט זעך)