☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אבינו מלכנו אויף א תענית

אבינו מלכנו אויף א תענית

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14034

צפור בודד » דאנערשטאג יולי 9, 2020 5:13 pm

· #454172
אבינו מלכנו אויף א תענית
וואס איז די סיבה אז אין חסידישע שטיבלעך זאגט מען געווענליך נישט אבינו מלכנו אויף א תענית ציבור?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 9, 2020 5:23 pm

· #454173
אן אויבערלענדער איד האט מיר פארציילט אז די מנהג ביי זיי איז אז אבינו מלכנו איז נאר פאר עשרת ימי תשובה, עס איז מתוקן פאר דעם. איך האב עס נישט געפארשט

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 9, 2020 5:28 pm

· #454176
אין די גמרא שטייט מפירש אז מ'זאגט עס אויך ביי א ת''צ.

צפור בודד » דאנערשטאג יולי 9, 2020 5:48 pm

· #454178
Re: אבינו מלכנו אויף א תענית
ס'שטייט אין אלע נוסח ספרד סידורים מיט אַ באזונדערער נוסח זכרינו פאר א תענית, אבער למעשה האב איך נאר געהערט זאגן אין נוסח אשכנז שולן.

מנחם ציון » פרייטאג יולי 10, 2020 11:38 am

· #454245
אין די שוהל ווי איך דאווען האט מען געזאגט אבינו מלכינו דורכאויס די גאנצע קאראנע אפאכע מיט די זכרינו ווערסיע

איך וואלט נישט גענומען קיין ראי' פון מיין שוהל זינט דער רב איז קיין ראוו ניט

צפור בודד » פרייטאג יולי 10, 2020 11:46 am

· #454247
וועלכער שול, אדער כאטש סארט שול, ווי די עדה, חסידות, נוסח וכדומה?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 10, 2020 12:09 pm

· #454250
ביי אלגעמיינע אשכנז שולן זאגט מען עס אוודאי יא, אויף יעדער תענית, זאגאר בה"ב אויך. איך האב נאר אזוי געהערט פון אן אויבערלענדער איד, א שטייגער ווי וויען (ב"פ), דעברעצין, נייטרא, 69 אין לאנדאן און פרעשבורג אין ירושלים. אלע אשכנז שולן וואס זענען ליטווישע, פוילישע, רוסישע, יעקישע ועוד, זאגן עס נאך כנ"ל.

אגרות צפון » דינסטאג יולי 14, 2020 6:00 pm

· #454572
אין אשכנז האט מען געזאגט אבינו מלכנו נאר עשרת ימי תשובה. אין ליטא בימי די נושאי כלים אויף שו"ע, האט מען אנגעהויבן זאגן אויך אין א תענית.

פיקח עצום » דינסטאג יולי 14, 2020 9:29 pm

· #454585
אין סאטמאר ווייס איך אז מ'זאגט יא.
אגב איז אינטרעסאנט צו פארשטיין אז סדא פלעצער ווי מ'זאגט תחנון פאר סליחות אזויווי יעדן טאג, אין אנדערע פלעצער זאגט מען קודם סליחות און נאכדעם תחנון אזוי ווי בימי הסליחות.
ווער ווייסט אפשר האבן די 2 זאכן א שייכות.