☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14023

לכבוד שבת קודש » מאנטאג יולי 6, 2020 12:43 am

· #453788
דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
איך האב זיך לעצטנס אנגעשטויסן אין א ידיעה, אז עס עקזיסטירט אזא געדאנק ווי דער טונקעלער געוועב. פונקטליך וואס דאס איז ווייס איך נאכנישט, און ס'קען זיין אז איך וויל נישט וויסן, איך ווייס נאכנישט און איך בין זייער נייגעריג צו הערן מער פרטים.

לויט ווי איך פארשטיי, איז דאס געמאכט געווארן פאר מענטשן וואס ווילן בלייבן אנאנים אויפן געוועב, אז מען זאל נישט קענען נאכגיין זייער איי-פי אדרעס (פאר וועלכער גוטע סיבה?) - עפעס אזוי. איך האב פראבירט נאכצוקוקן צי דאס איז לעגאל ארויפצוגיין אהין, און דער ענטפער איז געווען אז יא, ס'איז לעגאל. פון די אנדערע זייט גלויב איך, אז טאמער וואלט דאס פארקויפט בלויז אומלעגאלע אקטיוויטעטן, וואלט דאס לכאורה געווען גענצליך אומלעגאל.

מיין שאלה איז אצינד: וואס פארקויפט די טונקעלע געוועב, פארוואס הייסט דאס אזוי, און בכלל - פארוואס זאלן מענטשן בכלל וועלן ארויפגיין אהין, אויב זיי ווילן טון בלויז לעגאלע זאכן. וואס פארקויפט דער דאזיגער געוועב? - קען מען דארט געפינען מציאות, וואס אויף דער אפענער געוועב קען מען נישט געפינען?

וואס איז דאס פונקטליך? - לאמיר דאס אויסשמועסן?

יודישע שרייבער » מאנטאג יולי 6, 2020 1:09 am

· #453789
פונקטליך וואס דאס איז ווייס איך נישט, און וויאזוי אנצוקומען דערצו ווייס איך אויך נישט, אזויפיל ווייס איך יא אז דארט קען מען באשטעלן אומלעגאלע סחורה, היט-מען צו הרג'נען און אנדערע אומלעגאלע אקטיוויטעטן, פארשטייט זיך פאר דע רייט פרייס...

קורקלענד » מאנטאג יולי 6, 2020 1:09 am

· #453790
א נייע ווערטשאפט געווארן. אז איינער וויל פריוואטיטעט מיינט עס אז ער טוהט אומלעגאלע זאכן!? יעדער פארשוין דארף האבן א רעכט פאר פריוואטקייט אן דעם וואס ס'זאל זיין איינער וואס זאל אריינשטעקן א נאז. אפגעזען צו יענער האט יא אדער נישט צו באהאלטן!

די זעלבע האט מען געשריגן ביי ביטקוין. כאילו ס'נישט דא קיין סיבות פאר איינעם צו וועלן מאכן קיין טראנזאקציעס אן א דריטער ווי וויזע אדער מעסטערקארד אדער ווייסעך וועלכע באנקיר זאל איהם פונקטליך נאכגיין די קישקעס.

יודישע שרייבער » מאנטאג יולי 6, 2020 1:12 am

· #453792
אוודאי איז דא מענטשן וואס ניצן עס בלויז פאר פריוואטקייט פאר לעגאלע צוועקן, אבער א גרויסע פראצענט דארף די פריוואטקייט פאר פארשטענדליכע סיבות...

קאצקע ציקער » מאנטאג יולי 6, 2020 1:20 am

· #453793
אזוי ווי טינדעט ווינדויס פארוואס דארף א מענטש טינטעט פענסטערס?
איז עס בכלל לעגאל?

נאשער » מאנטאג יולי 6, 2020 1:24 am

· #453796
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
די וואס ווייסען זאגין אז די regular אינטרנט איז נאר 4% פין וואס די dark web עס איז נישט א פלאטץ ווי א מענטש זאל זיך דרייען מען קען אריינפאלין מיט שוידעליכע מענטשין

קורקלענד » מאנטאג יולי 6, 2020 1:28 am

· #453797
קאצקע ציקער

אזוי ווי טינדעט ווינדויס פארוואס דארף א מענטש טינטעט פענסטערס?
איז עס בכלל לעגאל?

פארוואס זאל א מענטש נישט מעגן האבן טינטעד פענסטערס? ס'איז גראדע קעגן די געזעץ צו האבן טינטעד פענסטערס, אבער לדעתי איז די געזעץ אויך א אומרעכט.

יודישע שרייבער » מאנטאג יולי 6, 2020 1:41 am

· #453798
נאשער
די וואס ווייסען זאגין אז די regular אינטרנט איז נאר 4% פין וואס די dark web עס איז נישט א פלאטץ ווי א מענטש זאל זיך דרייען מען קען אריינפאלין מיט שוידעליכע מענטשין

ס'נישט ממש אזוי... דאס אז אפענע אינטערנעט איז נאר בערך 4 פראצענט רעכנט אריין בלויז אלע פלעצער (ליין: סייטס) ווי יעדער אן אויסנאם קען אנקומען אן א קאוד/פעסווארד, איינמאל נישט יעדער קען אנקומען דערצו אדער מען דארף האבן א פעסווארד (למשל: אנליין בענקינג אדער אפילו דיין קאווע שטיבל קאנטע 😉 ) הייסט עס שוין די פארמאכטע אינטערנעט וואס דאס איז די גרעסטע חלק פונעם אינטערנעט (96%!!!) און דאס רעכנט אויך אריין דער טינקעלע געוועב און דאס איז ווייל ביי די טונקעלע געוועב דארף מען האבן פעסווארדס וכדומה און נישט יעדער קען אנקומען דערצו...
למעשה איז אבער רוב פון די פארמאכטע אינטערנעט אינגאנצן לעגאל פאר טאג טעגליכע נארמאלע צוועקן און נאר א קליינע חלק דערפון איז די טינקעלע געוועב אבער די פונקטליכע פראצענט ווייס איך נישט.

יודישע שרייבער » מאנטאג יולי 6, 2020 1:44 am

· #453799
קורקלענד
קאצקע ציקער
אזוי ווי טינדעט ווינדויס פארוואס דארף א מענטש טינטעט פענסטערס?
איז עס בכלל לעגאל?

פארוואס זאל א מענטש נישט מעגן האבן טינטעד פענסטערס? ס'איז גראדע קעגן די געזעץ צו האבן טינטעד פענסטערס, אבער לדעתי איז די געזעץ אויך א אומרעכט.

ווי קומט דא אריין טינטעד ווינדאוס פון א קאר?
דא רעדט מען פון די דארק וועב...
עם איי מיסינג סאמטינג?

פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 6, 2020 3:38 am

· #453801
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
די טונקעלע / טיפע געוועב איז די אינטערנעט וועלכע ווערט נישט אינדעקסד אין די קאמערן פון סוירטש ענדשינס.

כדי אנצוקומען צו די סייט'ס וואס אונז רעד מיר פון (נישט פשוט'ע סייט'ס וועלכע דארפן פעסווארדס) מוז מען זיין אנגעשלאסן אין די טאר / צוויבל נעטווארק - וועלכע איז אין קורצן א נעטווארק פון וואלונטיר סערווערס וועלכע פארשלייערט אייער אידענטיטעט דורך אריבערבאונסן אלע אייערע טרעפיק דורך עטליכע סערווערס....
א סייט וועלכע מען קען נאר צוקומען דורך די טאר נעטווארק ענדיגט זיך בדרך כלל מיט .onion

היות עס איז אנאנים איז עס א שטח הפקר און מען קען אפיציעל האבן צוטריט צו אלס אפי' וואס איז נישט לעגאל ווי למשל גע'גנב'טעקרעדיט קארטלעך, פאלשע אידענטיטעט קארטלעך / פאספארטן און דראגס, רוב רובם (איבער 90%) סייט'ס זענען סקעמס און עס איז כמעט אוממעגליך צו פעסטשטעלן.

העקערס איז גאנץ גרינג צו טרעפן (אבער אומפארלעסליך), היט-מען איז ממש נישט בנמצא (כ'רעד פון עכטע), און קינדער תועבה איז גאר שווער צוצוקומען (און די רעגירונג איז גאר פארגעשריטן מיט'ן כאפן די וועלכע פרובירן צוצוקומען דערצו)
שמועות דרייען זיך איבער מארד / רויטע קאמערן ווי מ'הארגעט מענטשן 'לייוו' פאר די הנאה פונעם צוקוקער, אבער עס איז אומבאשטעטיגט און נישט מסתבר פאר פארשידענע סיבות.

עס איז הונדערט פראצענט לעגאל צו באזוכן די טונקעלע געוועב ווילאנג איר קויפט נישט אדער טוט נישט קעגן געזעץ (חוץ באזוכן קינדער תועבה).


אנצוקומען צו געוויסע סייט'ס זענען דא אסאך "וויקי'ס", די מערסטע איז "די באהאלטענע וויקי" אבער ווי דערמאנט זענען רוב סייטס סקעמס.

די טיפע אינטערנעט מיט אירע אנאנימיטעט איז א ברכה פאר אסאך אקטיוויסטן, אנארכיסטן, רעוואלטירער, פרייהייט / פריוואטקייט קעמפער וועלכע קומען זיך צוזאם און טוישן אויס אינפארמאציע - א שטייגער ווי וויקי ליעקס......


די גאנצע טאר נעטווארק מאכט אז די אינטערנעט זאל זיין אבנארמאל שטייט, און עס איז בפשטות נישט פאר אייער נערווען.......
כדי אנצוקומען איז דא פארשידענע פראטאקאלן וועלכע איר דארפט אונטערנעמען געוואנדן אין וואס איר פלאנט צו טוען דארט, אבער אויב פלאנט איר בלויז צו באזוכן און נישטערן אלס נייגעריקייט (בקיצור: נישט ברעכן די געזעץ) דאן קענט איר נוצן די ברעיוו בראוזער (אויפ'ן דעסקטאפ) און דערמיט אנקומען צו .onion סייטס, פאר א לינק צום בראוזער עיין בחתימתי.



דאס איז אלס אויבערפלעכליך אז די עולם וועט בעטן וועל איך מער אריינגיין אין פרטים (יא, איך פלעג זיך אסאך דרייען דארט סיי אלס טעכנאָלאָגיע אויס, און סיי אלס אינטערעסאנטקייט - אבער למעשה איז עס וועט נישט וואס מען מיינט עס איז)....

קאצקע ציקער » מאנטאג יולי 6, 2020 10:31 am

· #453813
יודישע שרייבער
קורקלענד
קאצקע ציקער
אזוי ווי טינדעט ווינדויס פארוואס דארף א מענטש טינטעט פענסטערס?
איז עס בכלל לעגאל?

פארוואס זאל א מענטש נישט מעגן האבן טינטעד פענסטערס? ס'איז גראדע קעגן די געזעץ צו האבן טינטעד פענסטערס, אבער לדעתי איז די געזעץ אויך א אומרעכט.

ווי קומט דא אריין טינטעד ווינדאוס פון א קאר?
דא רעדט מען פון די דארק וועב...
עם איי מיסינג סאמטינג?

איך האב מיך באצויגן צו דיינע ווערטער אז מען דארף די פריוואטקייט פאר פארשטענדליכע סיבות....

קל וחומר » מאנטאג יולי 6, 2020 10:56 am

· #453814
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
טינטעד פענסטער איז נישט ערלויבט פאר עטליכע סיבות.
די ערשטע סיבה איז פאר די זיכערהייט פון די פאליציי אז זיי זאלן קענען פעסטשטעלן אויב דער דרייווער איז באוואפנט און וויפול מענטשן געפונען זיך אינעם אוטו.
נאך א סיבה איז כדי מען זאל קענען באמערקן אויב איינער רעדט אויפן טעלעפאון אדער טעקסט בשעת'ן דרייוון (רוצח) אז מ'זאל קענען אפשטעלן דעם מערדער ווי אמשנעלסטן.

קל וחומר » מאנטאג יולי 6, 2020 11:11 am

· #453815
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
ווי איך האב פארשטאנען איז דער טונקעלע געוועב א קליין טייל פונעם טיעפן וועב וואו אלע אומלעגאלע אקטיוויטעטן ווערן דורכגעפירט אנאנים. דאס מערסטע ווערט עס באנוצט פאר דראג האנדל, איברים האנדל, אדער סיי וועלכע זאך מ'קען נישט באקומען לעגאל.
די סיבה פארוואס די טיעפע וועב איז אזוי גרויס, איז, כפי מה ששמעתי וויבאלד אלע אינפארמאציע וואס איז נאר אמאל געווארן ארויפגעלייגט אויפן געוועב ווערט דארט געסעיווד שוין לאנג נאך וואס עס איז נישט בנמצא אויפן געווענליכן וועב. (ס'ווערט בעיקר באנוצט דורך העקער).

לכבוד שבת קודש » מאנטאג יולי 6, 2020 11:45 am

· #453817
הער איך יעצט א נייע זאך; אז ס'איז דא גאר א טיפע געוועב און א טונקעלן געוועב. וואס איז דער חילוק צווישן די צוויי, וואס זעט מען דא און וואס זעט מען דארט, און צי איז דאס טאקע דראסטיש פיל גרעסער פון דער געהעריגער געוועב? - אויב יא, מיינט דאס אז מיר פארמאגן בלויז א קליינער חלק וואס דער געוועב שטעלט מיט זיך פאר?

בכלל, אפשר פאליטיקאנט וועט וויסן, אדער איינער אנדערש... איז פארהאן אידישע ווערטפולע זאכן, אדער זאכן פון אידישע אינטערעסע, אויפן טונקעלן אדער טיפע געוועב? - אין קבלה, היסטאריע, אפשר השבעת מלאכים אדער שמות הק' - איז פארהאן פעסטע סודות וואס א איד קען דארט געפינען, וואס מען זעט נישט אויפן ברייטן געוועב?

איך בין אינטערעסירט צו הערן מער איבער דעם - א נייע וועלט געוואויער געווארן.

פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 6, 2020 12:50 pm

· #453822
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
קל וחומר


ווי איך האב פארשטאנען איז דער טונקעלע געוועב א קליין טייל פונעם טיעפן וועב וואו אלע אומלעגאלע אקטיוויטעטן ווערן דורכגעפירט אנאנים. דאס מערסטע ווערט עס באנוצט פאר דראג האנדל, איברים האנדל, אדער סיי וועלכע זאך מ'קען נישט באקומען לעגאל.


יא אבער ווי שוין ערווענט כמעט אלע סייט'ס זענען סקעמס.
קל וחומר

די סיבה פארוואס די טיעפע וועב איז אזוי גרויס, איז, כפי מה ששמעתי וויבאלד אלע אינפארמאציע וואס איז נאר אמאל געווארן ארויפגעלייגט אויפן געוועב ווערט דארט געסעיווד שוין לאנג נאך וואס עס איז נישט בנמצא אויפן געווענליכן וועב. (ס'ווערט בעיקר באנוצט דורך העקער)


דאס איז נישט אמת, פארקערט רוב זאכן 'דארט' זענען נישט אינדעקסד און ווערן פארשווינדן ווען די סערווער פארמאכט זיך.


לכבוד שבת קודש
הער איך יעצט א נייע זאך; אז ס'איז דא גאר א טיפע געוועב און א טונקעלן געוועב. וואס איז דער חילוק צווישן די צוויי, וואס זעט מען דא און וואס זעט מען דארט, און צי איז דאס טאקע דראסטיש פיל גרעסער פון דער געהעריגער געוועב? - אויב יא, מיינט דאס אז מיר פארמאגן בלויז א קליינער חלק וואס דער געוועב שטעלט מיט זיך פאר?
.


די טערמינען זענען נישט קלאר און ווערן אפט אויסגעטוישט, אפיציעל איז די טיפע געוועב בלויז זאכן וואס ווערן נישט אינדעקסד (ווי למשל סייט'ס מיט א פעסווארד) און די טונקעלע געוועב איז אומלעגאלע אדער גאר שטארק באהאלטענע סייט'ס (למעשה איז אלע סייט'ס מיט א .onion דאמעין אינעם זעלבן קאטעגאריע)

יא מיר פארמאגן צוטריט צו בלויז א חלק פונעם געוועב אויף גוגל....
אבער די טונקעלע געוועב איז נישט אזוי גרויס ווי מאנכע מאכן עס.


לכבוד שבת קודש

בכלל, אפשר פאליטיקאנט וועט וויסן, אדער איינער אנדערש... איז פארהאן אידישע ווערטפולע זאכן, אדער זאכן פון אידישע אינטערעסע, אויפן טונקעלן אדער טיפע געוועב? - אין קבלה, היסטאריע, אפשר השבעת מלאכים אדער שמות הק' - איז פארהאן פעסטע סודות וואס א איד קען דארט געפינען, וואס מען זעט נישט אויפן ברייטן געוועב?

איך בין אינטערעסירט צו הערן מער איבער דעם - א נייע וועלט געוואויער געווארן.


ווי ווייט איך ווייס איז גארנישט דא דארט פון אידישקייט (און פארוואס זאל זיין?)

לכבוד שבת קודש » מאנטאג יולי 6, 2020 1:02 pm

· #453826
פאליטיקאנט

די טערמינען זענען נישט קלאר און ווערן אפט אויסגעטוישט, אפיציעל איז די טיפע געוועב בלויז זאכן וואס ווערן נישט אינדעקסד (ווי למשל סייט'ס מיט א פעסווארד) און די טונקעלע געוועב איז אומלעגאלע אדער גאר שטארק באהאלטענע סייט'ס (למעשה איז אלע סייט'ס מיט א .onion דאמעין אינעם זעלבן קאטעגאריע)



איז דא לעגאלע סייטס וואס זענען גאר שטארק באהאלטן? - אויב יא, פארוואס?

אידישקייט, מיין איך קבלה מעשית, וואס מען וויל נישט אז ס'זאל אנקומען צו רוב בני אדם, אבער מ'קען דארט טרעפן.

כ'וועל דיר זאגן א מאדנע דוגמא. איך האב אלעמאל געזוכט א פורום, וואו מען קען זיך דורכשמועסן קבלה מעשית, שימוש בשמות קדושים, להיות רואה ואינו נראה, שינוי צורה וכדו'. אויפן אפענעם געוועב שמועסט מען ניטאמאל דערפון. אפשר איז אבער פארהאן א מקום באהאלטן, וואו די וואס דארפן וויסן ווייסן דערפון... (סתם א נארישע פאנטאזיע) - אפשר פארמאגן די ל"ו צדיקים נסתרים א סייט... די וואס ווייסן ווייסן... (סתם פאנטאזיעס...).

בכלל, איז דא דארט פורומים אזוי ווי קאווע שטיבל וכדו'? (אויף סיי וועלכע שפראך).

איך פרעג אפשר אביסל נאריש, וויבאלד דער גאנצער נושא איז ניי פאר מיר און איך וויל עס פארשטיין: אבער ממ"נ - א סייט וואס איז לעגאל, פארוואס זאל עס נישט זיין אפן? - ווייטער א סייט וואס איז נישט לעגאל, האבן דען די פאליציי א פראבלעם דערמיט? - מען קען עס נישט כאפן אויב ס'איז אין דער טיפער אדער טונקעלער געוועב? - כ'בין זיכער אז יא...

ווייטער, ווי אזוי קען א מענטש זיין זיכער, לאמיר זאגן אז ער וויל איינעם אראפרוימען פון וועג, ער טרעפט א היט-מען, ווי איינער האט געשריבן, אדער איינער וואס וויל קויפן אברים וכדו' היל"ת, פון וואו קענסטו זיין זיכער אז ס'איז נישט קיין באהאלטענער פאליס אויף די אנדערע זייט?

בקיצור, איך כאפ נאכנישט דער אויפטוה פון דעם... איך בין זייער נייגעריג צו וויסן.

שלשלת » מאנטאג יולי 6, 2020 1:39 pm

· #453831
לכבוד שבת קודש
כ'וועל דיר זאגן א מאדנע דוגמא. איך האב אלעמאל געזוכט א פורום, וואו מען קען זיך דורכשמועסן קבלה מעשית, שימוש בשמות קדושים, להיות רואה ואינו נראה, שינוי צורה וכדו'. אויפן אפענעם געוועב שמועסט מען ניטאמאל דערפון. אפשר איז אבער פארהאן א מקום באהאלטן, וואו די וואס דארפן וויסן ווייסן דערפון... (סתם א נארישע פאנטאזיע) - אפשר פארמאגן די ל"ו צדיקים נסתרים א סייט... די וואס ווייסן ווייסן... (סתם פאנטאזיעס...).


וואט עי בייפאל!

ל"ו צדייקם אויפ'ן טונקעלע געוועב.... 🙄

רואה ואינו נראה 😳

וואס טראכסטו בייטאג, אז די האסט אזעלכע חלומות?

פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 6, 2020 1:52 pm

· #453832
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
לכבוד שבת קודש


איז דא לעגאלע סייטס וואס זענען גאר שטארק באהאלטן? - אויב יא, פארוואס?


יא, למשל סייט'ס פאר מענטשן רעכט אקטיוויסטן, אדער וויסל בלאוערס וועלכע ווילן בלייבן אנאנים.

לכבוד שבת קודש

אידישקייט, מיין איך קבלה מעשית, וואס מען וויל נישט אז ס'זאל אנקומען צו רוב בני אדם, אבער מ'קען דארט טרעפן.

כ'וועל דיר זאגן א מאדנע דוגמא. איך האב אלעמאל געזוכט א פורום, וואו מען קען זיך דורכשמועסן קבלה מעשית, שימוש בשמות קדושים, להיות רואה ואינו נראה, שינוי צורה וכדו'. אויפן אפענעם געוועב שמועסט מען ניטאמאל דערפון. אפשר איז אבער פארהאן א מקום באהאלטן, וואו די וואס דארפן וויסן ווייסן דערפון... (סתם א נארישע פאנטאזיע) - אפשר פארמאגן די ל"ו צדיקים נסתרים א סייט... די וואס ווייסן ווייסן... (סתם פאנטאזיעס...).


ל"ו צדיקים קענען נישט קיין טעכנאָלאָגיע.....

לכבוד שבת קודש

בכלל, איז דא דארט פורומים אזוי ווי קאווע שטיבל וכדו'? (אויף סיי וועלכע שפראך).


יא, אסאך פורום'ס ווי העקינג קאמיוניטיס.....

לכבוד שבת קודש

איך פרעג אפשר אביסל נאריש, וויבאלד דער גאנצער נושא איז ניי פאר מיר און איך וויל עס פארשטיין: אבער ממ"נ - א סייט וואס איז לעגאל, פארוואס זאל עס נישט זיין אפן? - ווייטער א סייט וואס איז נישט לעגאל, האבן דען די פאליציי א פראבלעם דערמיט? - מען קען עס נישט כאפן אויב ס'איז אין דער טיפער אדער טונקעלער געוועב? - כ'בין זיכער אז יא...


עס איז זייער שווער צו כאפן ווייל עס ארבעט מיט ענקריפשען (עס איז א קאמפליצירטע טעכנאָלאָגיע), אבער טאקע איינער וואס טוט ערנסטע פארברעכנס, גייט מען געווענליך כאפן.


לכבוד שבת קודש

ווייטער, ווי אזוי קען א מענטש זיין זיכער, לאמיר זאגן אז ער וויל איינעם אראפרוימען פון וועג, ער טרעפט א היט-מען, ווי איינער האט געשריבן, אדער איינער וואס וויל קויפן אברים וכדו' היל"ת, פון וואו קענסטו זיין זיכער אז ס'איז נישט קיין באהאלטענער פאליס אויף די אנדערע זייט?


עס איז טאקע זייער שווער צו וויסן אויב א סייט איז פארלעסלעך, און די פאליציי איז טאקע אפט אויפן אנדערע זייט (רוב גרינג צוקומענדע קינדער תועבה סייטס איז די פאליציי אונטער דעם).

לכבוד שבת קודש

בקיצור, איך כאפ נאכנישט דער אויפטוה פון דעם... איך בין זייער נייגעריג צו וויסן.



פאר פשוט'ע מענטשן איז דאס טאקע נישט קיין אויפטו, אבער פאר פריוואטקייט קעמפער, און קרימינאלן איז עס שוין איינמאל אן אויפטו.

פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 6, 2020 1:54 pm

· #453833
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
אגב די טעכנאָלאָגיע וואס האלט אונטער די גאנצע טונקעלע געוועב (די טאר נעטווארק) איז ערפינדען געווארן דורך די אמעריקאנע נעווי פאר שפיאנאזש צוועקן.

קל וחומר » מאנטאג יולי 6, 2020 3:19 pm

· #453845
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
פאליטיקאנט
אגב די טעכנאָלאָגיע וואס האלט אונטער די גאנצע טונקעלע געוועב (די טאר נעטווארק) איז ערפינדען געווארן דורך די אמעריקאנע נעווי פאר שפיאנאזש צוועקן.
און עס ווערט אויך באצאלט דורך די אמעריקאנער גאווערנמענט, אלס א מיטל צו ערמעגליכן פאר בירגער פון לענדער וואס צענזורירן דעם געוועב, צו קענען אנקומען איבעראל אומגעשטערט.

אריה » מאנטאג יולי 6, 2020 4:30 pm

· #453847
מיט א שיינע פאר יאר צוריק האב איך באזוכט דעם געוועב, כ'האב געזוכט פאר עני אומלעגאלע זאך ווי דראגס, קרעדיט קארדס, היט-מען וכו'. איך האב מיך אנגעשטויסן אין א טראפיק-צירקל, איין דירעקטארי פירט צו א צווייטן וואס פירט צו א דריטן וואס ברענגט צוריק צום ערשטן וחוזר חלילה.

אזא סייט ווי סילק ראוד איז געווארן אראפגענומען (לכאורה) ווי נאר עס איז געווארן באקאנט אויפ'ן דירעקטארי, אסאך לינקס ברענגען צו א "בלאקירט דורך די עף בי איי" בלאט.
איך האב גארנישט געטראפן דארט, וואס האט מיר געברענגט צו די השערה אז די אדרעסן פון די ריכטיגע זייטלעך דארף מען הערן מפה לאוזן. איך בין זייער נייגעריג אויב איינער האט יא געטראפן עפעס.

אין יענע צייט ווען איך האב אסאך געזוכט פאר אינפארמאציע איבער דעם טונקעלע געוועב, האב איך מיר אנגעשטויסן אין א יוטוב ווידעא מיט די ווארט קריפיפאסטא creepypasta אין דעם טיטל, אינעם ווידעא האט דער נערעיטאר פארגעליינט א שוידערליכע גראפישע מעשה, ווי אזוי זיין חברטע פון קאלעדזש האט זיך אנגעשטאלפערט אינעם טונקעלע געוועב און זי איז געווארן בלעקמעילד, קידנעפד, און דערנאך דערהרגעט אויף א שרעקליכע מיאוסע אופן. פארשטייט זיך איך בין נישט געשלאפן ביינאכט, שפעטער האב איך געכאפט אז קריפיפאסטא איז נישט געווען סתם די נאמען פון דעם ווידעא, נאר ס'איז א ז'אנר פון הארריפישע לעגענדעס פאר מענטשן וואס ווילן נישט שלאפן ביינאכט. איך בין נוטה צו גלייבן אז די אלע שמועות פון לייוו בראודקעסטעט הריגות זענען א חלק פון די לעגענדעס.

פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 6, 2020 4:49 pm

· #453851
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
אז איינער ווייסט וויאזוי צו פראגראמירן זיין סייט איז זייער שווער פאר די עף.בי.איי. עס צו אראפנעמען!

סילק ראוד האט אפערירט פאר מער פון פינף יאר!

כרם זית » מאנטאג יולי 6, 2020 5:25 pm

· #453857
שלשלת
לכבוד שבת קודש
כ'וועל דיר זאגן א מאדנע דוגמא. איך האב אלעמאל געזוכט א פורום, וואו מען קען זיך דורכשמועסן קבלה מעשית, שימוש בשמות קדושים, להיות רואה ואינו נראה, שינוי צורה וכדו'. אויפן אפענעם געוועב שמועסט מען ניטאמאל דערפון. אפשר איז אבער פארהאן א מקום באהאלטן, וואו די וואס דארפן וויסן ווייסן דערפון... (סתם א נארישע פאנטאזיע) - אפשר פארמאגן די ל"ו צדיקים נסתרים א סייט... די וואס ווייסן ווייסן... (סתם פאנטאזיעס...).


וואט עי בייפאל!

ל"ו צדייקם אויפ'ן טונקעלע געוועב.... 🙄

רואה ואינו נראה 😳

וואס טראכסטו בייטאג, אז די האסט אזעלכע חלומות?

🙂 דערמאנט מיך פון גורעוויצ'עס דמיון מאווי, וואו די נעא נאצי האט געזוכט צו פארכאפן א קבהליסט כדי צו באשאפן א גולם...

יודישע שרייבער » מאנטאג יולי 6, 2020 7:44 pm

· #453870
כרם זית
🙂 דערמאנט מיך פון גורעוויצ'עס דמיון מאווי, וואו די נעא נאצי האט געזוכט צו פארכאפן א קבהליסט כדי צו באשאפן א גולם...

אדער פון חיים אהליאב'ס בוק (איך געדענק נישט די נאמען, אפשר "א צוואה אויף הונדערט יאר"?)

פאליטיקאנט » מאנטאג יולי 6, 2020 8:26 pm

· #453873
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
א צוואה אויף הונדערט יאר האט יאיר וויינשטאק (אגב עס איז זיין עכטע נאמען) געשריבן, און ניין עס האט נישט אזא זינלאזע פלאט.

לכבוד שבת קודש » דינסטאג יולי 7, 2020 12:28 am

· #453896
וואס איז דאס 'סילק ראוד'?

פאליטיקאנט » דינסטאג יולי 7, 2020 12:40 am

· #453900
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
עס איז געווען די עמעזאן פון די אומלעגאלע מארק אויפן טונקעלע געוועב.

עס איז געווען איינער פון די איינציגסטע סייטס וואס מען האט געקענט טראסטן, און עס האט געהאט ריוויוס, מיט א געהעריגע סיסטעם.....

שבת אחים » דינסטאג יולי 7, 2020 3:14 am

· #453914
איך האב פרובירט שוין אפאר מאל צו באזוכן די ״טונקעלע געוועב״ אבער די TOR Browser ארבעט זייער זייער שטייט. וואס איז פשט אז סאיז אזוי פאמעליך?

פאליטיקאנט » דינסטאג יולי 7, 2020 3:27 am

· #453915
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
פשוט ווייל דיין גאנצע טרעפיק דארף באונסן מינימום דורך דריי סערווערס (אויפגעהאלטן דורך וואלונטירן וואס מיינט אז עס איז אויך נישט אזוי שנעל סתם אזוי), סיי ארויסגייענדע טרעפיק סיי אריינקומענדע.

לכבוד שבת קודש » דינסטאג יולי 7, 2020 2:38 pm

· #453940
לאמיר פארשטיין, פארוואס זאלסטו 'וועלן' באזוכן דעם טונקעלן געוועב? - וואס זוכסטו דארט?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 8, 2020 9:55 pm

· #454086
פאליטיקאנט
למעשה איז עס וועט נישט וואס מען מיינט עס איז...

דאס האב איך מיך אליינס פארגעשטעלט.. וואס איז עס אבער יא?

פאליטיקאנט » מיטוואך יולי 8, 2020 9:58 pm

· #454087
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
פאר די וואס ווייסן ווי צו גיין (נישט דורך ארומסוירטשן און פרובירן אויסגעפינען), זיי האבן א נוצן - ספעציעל פאר אומלעגאלע זאכן....

פאליטיקאנט » מיטוואך יולי 8, 2020 10:02 pm

· #454088
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
צו אביסל ממחיש זיין וואס עס איז אלץ דא אויפ'ן טונקעלען געוועב אונטערן שלייער פון אנאנימיטעט:

את חטאי אני מזכיר איך האב מיך אסאך געדרייט אויף א סייט ווי מענטשן טיילן מיט "אינעווייניגסטע אינפארמאציע" (אינסייד אינפארמעישן) פון קאמפעניס אויפ'ן סטאק מארקעט - וואס כידוע איז דאס שטארק אומלעגאל און הארב באשטראפט, איך גיי נישט אריינגיין פונקטליך וויאזוי עס ארבעט און פארוואס / ווען מ'קען טראסטן, און אויך נישט וויאזוי איך בין צוגעקומען דערצו....
כ'וויל בלויז ארויסברענגן די נקודה.

במדבר » מיטוואך יולי 8, 2020 10:07 pm

· #454089
לכבוד שבת קודש
לאמיר פארשטיין, פארוואס זאלסטו 'וועלן' באזוכן דעם טונקעלן געוועב? - וואס זוכסטו דארט?


נוקאלערע געווער (צימערמאן האט מיר פארדעם צוגעזאגט שבעים ושתים בתולות און א ריזיגע פלאכע שטח ביי די מעדיטרעינישע ברעגעס)


VICE - How to Buy Nukes on the Black Market

פאליטיקאנט » מיטוואך יולי 8, 2020 11:24 pm

· #454096
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
וועלכע בראוזער נוצט איר?
צו זענט איר זיכער אז די סייט איר פרובירט צוצוקומען איז טאקע פונקציאנעל?

פאליטיקאנט » מוצ"ש יולי 11, 2020 10:08 pm

· #454290
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
די טונקעלע געוועב און מער ספעציפיש די צוויבל טעכנאָלאָגיע דערונטער, מאכט אז די שנעלקייט פונעם קאנעקשען איז גאר שטייט (דאס איז חוץ פון דעם אז רוב סייט'ס נוצן גאר שוואכע סערווערס), אויכעט קומען און גייען סייט'ס אויף א רעגלמעסיגע פארנעם.

איז אויב באקומט איר א connection times out ווען איר האט בעצם א גוטע קאנעקשען איז עכט גארנישט דא צו טון נאר צו זוכן א צווייטע סייט (אדער פרובירן נאכאמאל).

נעקסט לעוועל » פרייטאג יולי 30, 2021 3:49 am

· #478625
פאליטיקאנט
עס איז געווען די עמעזאן פון די אומלעגאלע מארק אויפן טונקעלע געוועב.

עס איז געווען איינער פון די איינציגסטע סייטס וואס מען האט געקענט טראסטן, און עס האט געהאט ריוויוס, מיט א געהעריגע סיסטעם.....

איז דא אן אלטערנאטיוו ?

פאליטיקאנט » פרייטאג יולי 30, 2021 4:40 am

· #478630
Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?
נעקסט לעוועל
פאליטיקאנט
עס איז געווען די עמעזאן פון די אומלעגאלע מארק אויפן טונקעלע געוועב.

עס איז געווען איינער פון די איינציגסטע סייטס וואס מען האט געקענט טראסטן, און עס האט געהאט ריוויוס, מיט א געהעריגע סיסטעם.....

איז דא אן אלטערנאטיוו ?
נישט געהעריג גרויס און טראסטבאר.

אדוני המלך » דינסטאג אפריל 25, 2023 12:45 am

· #522573
סדאכט זיך מיך אז מקען קויפן קים יונג אנס מח אויף די דארק וועב. אויב איינער איז בכלל אינטערעסירט דאס צי האבן

מרדכי מרדכי » מיטוואך אפריל 26, 2023 6:50 pm

· #522846
אדוני המלך
סדאכט זיך מיך אז מקען קויפן קים יונג אנס מח אויף די דארק וועב. אויב איינער איז בכלל אינטערעסירט דאס צי האבן
איז עס בכלל מעגליך צי וועריפייען?