☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » חזן צבי גראנאטאוו

חזן צבי גראנאטאוו

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1400

קווארטין » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 8:13 am

· #32819
חזן צבי גראנאטאוו
איז פארהאן דא אין קאווע שטיבל חזנות לאווערס?, אויב יע, דאן רופט אייך אן הארציג (לייען, ווארעם)

צוהערענדיג צו אן אינטערוויו צווישן חזן חיים אדלער מיט טשארלי בערענהאוט, בינעך געוואויר געווארן אז סיז געווען אמאל א חזן מיטן נאמען צבי גראנאטאוו, און ר' חיים זאגט דארטן אז חזן צבי גראנאטאוו איז געווען דער איינציגסטער וואס האט זעך געקאנט פארמעסטן מיטן חזן משה קוסעוויצקי, בינעך געווארן זייער נייגעריג, כאבעם געוואלט הערן, אבער כאב דאן נישט געקענט געפונען קיינע רעקארדירינגען פון אים. שמועסענדיג מיט מיין חזן רבי האטער מיר געזאגט, יא, חזן גראנאטאוו האט געקאנט גוט שרייען, אבער נאר ווען ער איז געווען אין די כלים, און דאן פלעגט זיך משהל'ה נישט קאנען פארמעסטן מיטעם. לעצטענס איז געקומען א גוטער יוד, ממש א צדיק, און ער האט ארויפגעלייגט א באנטש סחורה אויף יו טוב, כ'רוף אים צדיק ווייל ער איז א "עין טוב", סאו דארט בדענגט ער אויך רעקארדינגס פון גראנאטאוו, מ'הערט אביסל וואס די מבינים זאגן, כעט געוואלט אביסל וויסן אויב עימעצער קאן באשרייבן אביסל זיין היסטערי, פון ווי שטאמט ער, וואו האט ער געדאווענט, א.א.וו.

גלות יוד » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:27 am

· #32891
דא האסטי אביסל סחורה פון אים <a class="postlink" href="http://www.iba.org.il/zemerivri/Zemer.aspx?type=Search&performer=">http://www.iba.org.il/zemerivri/Zemer.a ... performer=</a>%u05E6%u05D1%u05D9%20%u05D2%u05E8%u05E0%u05D8%u05D5%u05D1


און אויכט א קליפ פון אים <a class="postlink" href="http://chazzanut.org/videoN.aspx?id=194">http://chazzanut.org/videoN.aspx?id=194</a>

קווארטין » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 8:39 pm

· #33151
יש"כ ג"י, פאר די צוויי לינקים, כעל מערצעשעם זיצן ביים געריגן קאמפיוטער וועליך באזוכן דארט.

Starbucks » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 9:25 pm

· #33173
ווי טרעפט מען דעם חזן אויף יו טוב?

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 9:36 pm

· #33183
מען לייגט אריין zvi granatov אינעם זיך באקסל אויבען אויפן בלאט און עס קומט ארויף 7 רעזאלטאטן.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:29 pm

· #33232
גלות, דיין ערשטע לינק איז נישט גוט אויסגעקומען, אט איז די ריכטיגע לינק' אבער די סיסטעם מאכט פראבלעמען מיטן עס מאכן פאר א הייפערלינק, סא קאפי און פעיסט די טעקסט

http://www.iba.org.il/zemerivri/Zemer.aspx?type=Search&performer=%u05E6%u05D1%u05D9%20%u05D2%u05E8%u05E0%u05D8%u05D5%u05D1

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 12:03 am

· #33240
א גרויסן דאנק אייך ר' קווארטין פארן עפענען אן אשכול איבער חזנות.

קווארטין » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 10:29 am

· #33339
ישר, ר' חצקאל, האפענטליך וועט נתרבה ווערן דא אין קאווע די גבולי החזנות.

גלות יוד » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:21 pm

· #33422
איך קען מיך נישט א עצה געבן צי פיקסן די לינק
גלות יוד
דא האסטי אביסל סחורה פון אים <a class="postlink" href="http://www.iba.org.il/zemerivri/Zemer.aspx?type=Search&performer=">http://www.iba.org.il/zemerivri/Zemer.a ... performer=</a>%u05E6%u05D1%u05D9%20%u05D2%u05E8%u05E0%u05D8%u05D5%u05D1


און אויכט א קליפ פון אים <a class="postlink" href="http://chazzanut.org/videoN.aspx?id=194">http://chazzanut.org/videoN.aspx?id=194</a>

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:25 pm

· #33428
גלות יוד
איך קען מיך נישט א עצה געבן צי פיקסן די לינק

יא, די סיסטעם וויל נישט כאפן אז ס'איז א לינק.
דורק "וועל אויס אלע" און דערנאך קאפי און פעיסט דאס אריין אין דיין בראוזער'ס URL קעסטל:
http://www.iba.org.il/zemerivri/Zemer.aspx?type=Search&performer=%u05E6%u05D1%u05D9%20%u05D2%u05E8%u05E0%u05D8%u05D5%u05D1

קווארטין » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:51 pm

· #33583
פאר סאם ריזן עפענט זיך מיר נישט די ווידעא קליפ, אבער כאב זיך אנגעהויבן אביסל צוציהערן צו די אודיא קליפס, היינט האבעך געהערט "אתה יצרת", ער זינגט זייער דרייסט, אבער אויך זייער הארציג, ער זינגט היבש לאנג אויף א רואיגן טאון, מ'באקומט דעם פיללינג אז אט אט גייט ער זיך צושרייען, און דער אט איז טאקע אנגעקומען, מ"זעעט אז ער האט שטארק אינזין די אפטייטש פון וואס ער זינגט, ער מישט אויך היבש אריין קווארטין... און הערשמאן. איין זאך, פון זיין זונגען קוקט נישט אויס אז ער האט זיך צו סאך געבילדעט זיין שטימע, ער סאונדט מער נעטראל.
לאזט מיר הערן אייער מבינות.
כעל מערצעשעם שרייבן בקרוב נאך וועגן חזנים און חזנות. ברענגט אריין חזנות לאווערס אין קאוועניו

יידל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:31 am

· #33599
קווארטין, שיינע אנאליז. כ'בין כלל נישט קיין מבין אבער נאכן הערן און לייענען וואס דו שרייבסט האב איך הנאה געהאט פון דיין אנאליז.

משכיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:45 am

· #33615
in you tube search "zvi granatov" its great stuff.

בן-עולם-הבא » דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:15 pm

· #546003
Re: חזן צבי גראנאטאוו