☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ר' פישל בייגל'ס שטימע נישט געטוישט! מעמאריעס...

ר' פישל בייגל'ס שטימע נישט געטוישט! מעמאריעס...

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1399

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 4:03 am

· #32810
ר' פישל בייגל'ס שטימע נישט געטוישט! מעמאריעס...
די איידיע איז איינס אין דער וועלט.
פארגעקומען ביים קר"י RCCS דינער
מיט די אריגינעלע חברה
די קווייער אויך גאנץ גוטץ
--------------------
אוי, וואו נעמט מען צוריק יענע צייטן? ווען א ניגון האט געהאט א באדייט, ווען א ניגון האט געהאט א תוכן, ווען א ניגון האט מיט א גויא'שן תנועה
קיין שייכות געהאט, וואו?
איך בין אויפגעוואקסן מיט ר' משה גאלדמאנס טעיפ'ס, איך האב מיר געטונקען דערין, איך קען א יעדע
אינטרא פון כמעט א יעדן ניגון.

ווען מ'קוקט ווי די היינטיגע נארעלעך הערן אויס סי די'ס פון אידישע סעלעבערטיס, קומט עס צו וויינען, פארוואס פארשטייען זיי נישט?
זייערע סי די'ס זענען מלא גויאישקייט און האט קיין אידיש'ן טעם, יא דו ביזט קיל, רעדסט זיך איין אז דו פארשטייסט צו עפעס.

ס'גייט דורך 3 חדשים און קיין זכר פון יענע ניגונים זענען נישטא, און פאר דו קענסט דאס אינאכט נעמען איז שוין יענער סעלעבריטי דא מיט א פרישן
קאלאריע-ליידיג סי די.
---------------------------------
ניגונים פון ר' משה גאלדמאן וואס מ'זינגט נאך היינט 25-30 יאר שפעטער:
כי נחם השם ציון

הבן יקיר לי(פאר ווער עס קען עס, זייער אסאך זינגען עס פאלש)

אוי כי לקח טוב נתתי לכם, תורתי תורתי אל תעזובי...

כה אמר

אני מאמין

כאיל תערוג (הארץ צוגייט)

חזק ימלא

אלוקי נשמה (ווער קען דאס נישט?)

הגלה נא (ביי אלע טישן)

רבונו רבונו של עולם, רבונו של עולם, אוי ותמהר

זכור זכור ה' (כ'בעט דיך! ווער קען היינט מאכן אזאנס?)

פנה לעלבון (פון די לעצטערע יארן) -- און נאך אסאך אנדערע שיינע הארציגע ווארמע ניגונים. ווי למשל: ועל ידי עבדך, לדור ודור, רחם
רחם בחסדיך אא"וו.
----------------------------
דעם קעפל פון די תגובה לאז איך שוין אזוי, געפלאנט האב איך נאר ארויפצולייגן דעם קליפ מיט א קליינער הסברה דערויף, למעשה ביניך פארפארן אין נאסטאלגיע
פון יענע גוטע אינאסענט צייטן.
ריינע טעג
הייליג'ערע טעג
הייליגע ניגונים
איך בענק זיך
😞
--------------------------------------------

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 4:15 am

· #32813
אוי, וויאזוי האב איך געקענט פארגעסן פון דעם ניגון בהיי האיעדיע?
דער ניגון וואס יעדער איינער קען?
אזאנס האט מען נישט געזען אין די לעצטערע יארן אז א שבת ניגון זאל אזוי אויפגעכאפט ווערן ביי קינד און קייט! -- סאטמאר צי בעלזא, לובאוויטש צי לעיקוואד, סלאנים צי לאשאנץ, סערעט וויזניץ צי זאלבוטאב, חסידיש צי ליטוויש...
יעדער!
{מ'זעהט זעלטן אזא זאך. ממש יעדער האט אזוי עמברעיסט דעם ניגון}
--------------------
איך בין געווען באזוכן אן עלטערן איד ווען ער האט זיך אפגערוהט אין די 'חיים סאלאמאן' אפרוה היים, אויף איינע פון די שטאקן האט מיר איינער אנגעוויזן אויף ר' משה גאלדמאן ז"ל.
ער האט זיך דארט ערהוילט פון א סטראוק און ס'האט געהייסן אז ער ווערט בעסער.
איך בין צוגעגאנגען צו אים וואונטשן א רפ"ש, כ'דענק נישט פונקטליך וויאזוי דער שמועס האט זיך געפירט אז אונז זעמער אנגעקומען צו זיין ניגון פון ברוך קל עליון. -- דערציילט ער מיר אזוי שוואכערהייט מיט א פרייד, אז ער איז געווען א פאר יאר בעפאר אין אר"י א שבת אין א נישט זייער רעליגיעזן פלאץ, און ער הערט ווי מ'זונגט ארויס: "השומער שאבאט הבען עם האבאט"...
(אזוי מיט'ן אקצענט האט ער עס ארפגעלייגט מיט אזא שמחה) אשאד איך האב נישט מער גערעדט מיט אים דארט.
זי"ע.
===============
גאנץ אויבן האב איך געשריבן אז "דער קווייער איז אויך גאנץ גוט", געמיינט האב איך דערמיט די וואס שטייען אין דער הייך פון אונטן.
די עלטערע אין די פראנט רייע זענען דאך אלע מחנה שלוה סיניאריטעטן בראש פון ר' פישל בייגל. (זיין שטימע טראגט מיר אריין אין אן אנדערע וועלט.)

אגב, דער אינגערמאן וואס שטייט אין דער זייט גאנצן לינקס מיט'ן מייק, ער פירט אביסל אן דארט. ער איז ר' מרדכי לאנדא. ער איז דער וואס האט אלץ קינד
געזינגען "אלוקי נשמה" אויף די שלוה טעיפ. (יעצט גיי הער עס איבער און 'שטעל א פּנים צו א קול'...)

יאסל » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:54 pm

· #32929
הוי! דו ביסט א מענטש מיט טיפע געפילן.

איך באוואונדער דיין נשמה'דיגע כאראקטער וואס לאזט זיך גארנישט פארפאלן גיין אונטער וועלכע אומשטענדן.

איך גלייב אז דיין פינטעלע איד וועט זיך דיר נישט אזוי שנעל פארלעשן, אפגעזען וואס דו גייסט אלץ אדורך מיט די טעג און די יארן.

יעצט פרעג מיך נישט פון וואו איך האב אזוי ארויסגעדרינגען....

lowlow » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 6:59 pm

· #33084
זר זהב
די איידיע איז איינס אין דער וועלט.
פארגעקומען ביים קר"י RCCS דינער
מיט די אריגינעלע חברה
די קווייער אויך גאנץ גוטץ
--------------------
אוי, וואו נעמט מען צוריק יענע צייטן? ווען א ניגון האט געהאט א באדייט, ווען א ניגון האט געהאט א תוכן, ווען א ניגון האט מיט א גויא'שן תנועה
קיין שייכות געהאט, וואו?
איך בין אויפגעוואקסן מיט ר' משה גאלדמאנס טעיפ'ס, איך האב מיר געטונקען דערין, איך קען א יעדע
אינטרא פון כמעט א יעדן ניגון.

ווען מ'קוקט ווי די היינטיגע נארעלעך הערן אויס סי די'ס פון אידישע סעלעבערטיס, קומט עס צו וויינען, פארוואס פארשטייען זיי נישט?
זייערע סי די'ס זענען מלא גויאישקייט און האט קיין אידיש'ן טעם, יא דו ביזט קיל, רעדסט זיך איין אז דו פארשטייסט צו עפעס.

ס'גייט דורך 3 חדשים און קיין זכר פון יענע ניגונים זענען נישטא, און פאר דו קענסט דאס אינאכט נעמען איז שוין יענער סעלעבריטי דא מיט א פרישן
קאלאריע-ליידיג סי די.
---------------------------------
ניגונים פון ר' משה גאלדמאן וואס מ'זינגט נאך היינט 25-30 יאר שפעטער:
כי נחם השם ציון

הבן יקיר לי(פאר ווער עס קען עס, זייער אסאך זינגען עס פאלש)

אוי כי לקח טוב נתתי לכם, תורתי תורתי אל תעזובי...

כה אמר

אני מאמין

כאיל תערוג (הארץ צוגייט)

חזק ימלא

אלוקי נשמה (ווער קען דאס נישט?)

הגלה נא (ביי אלע טישן)

רבונו רבונו של עולם, רבונו של עולם, אוי ותמהר

זכור זכור ה' (כ'בעט דיך! ווער קען היינט מאכן אזאנס?)

פנה לעלבון (פון די לעצטערע יארן) -- און נאך אסאך אנדערע שיינע הארציגע ווארמע ניגונים. ווי למשל: ועל ידי עבדך, לדור ודור, רחם
רחם בחסדיך אא"וו.
----------------------------
דעם קעפל פון די תגובה לאז איך שוין אזוי, געפלאנט האב איך נאר ארויפצולייגן דעם קליפ מיט א קליינער הסברה דערויף, למעשה ביניך פארפארן אין נאסטאלגיע
פון יענע גוטע אינאסענט צייטן.
ריינע טעג
הייליג'ערע טעג
הייליגע ניגונים
איך בענק זיך
😞
--------------------------------------------

yes yes it was amusing

יואליש » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:09 pm

· #33090
זר, יישר פארן דאס פאסטן.

מיין לייב ווערט געפינטעלט ככברת ארץ פון הערן פישל בייגל. וואס איז די סוד?

יואליש » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:12 pm

· #33094
דרך אגב האב איך הנאה פון די פארמאט. א פיאנא מיט א קאפעליע.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:14 pm

· #33095
יענער מוזיקאנט ליינט נאטען, ער שפילט די אינטרא'ס מער ווייניגער ארגינעל ווי ס'איז געווען אויפ'ן טעיפ.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:16 pm

· #33098
אגב; אין א אנדערע אשכול האט מען גערעדט פארוואס באבוב'ע חסידים וואס גייען מיט א שניט אין רעקל, און ביי דעם קליפ קען מען טאקע באמערקן ווי ר' חיים יצחק גאלדמאן האט אזא שניט.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:20 pm

· #33103
יואליש
זר, יישר פארן דאס פאסטן.

מיין לייב ווערט געפינטעלט ככברת ארץ פון הערן פישל בייגל. וואס איז די סוד?

צוליב מערערע סיבות מיין איך. זיין שטימע איז זייער זייער יוניק, ממילא ברענגט עס סאך מער צוריק זכרונות וואס איז איינגאבאקן געווארן פון אלץ קליין קינד.
ער פלעגט זינגען אויך אויף די אידישע קלאסיקס טעיפס. די ניגונים הבט משמים וראה, קוק אראפ פון הימל און זעה... א סוכה'לע א קליינע מיט ברעטעלעך געמיינע... און ס'האט אריינגעלייגט א ווארעמקייט. ס'געווען ניגונים היוצאים פון א וואוילען איד.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:21 pm

· #33104
שמואל הלוי
אגב; אין א אנדערע אשכול האט מען גערעדט פארוואס באבוב'ע חסידים וואס גייען מיט א שניט אין רעקל, און ביי דעם קליפ קען מען טאקע באמערקן ווי ר' חיים יצחק גאלדמאן האט אזא שניט.

דאס האט מיר טאקע געמאכט פרעגן די פראגע.

טעלעפאן » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:38 pm

· #33117
זר זהב
יענער מוזיקאנט ליינט נאטען, ער שפילט די אינטרא'ס מער ווייניגער ארגינעל ווי ס'איז געווען אויפ'ן טעיפ.



חיים יצחק גאלדמאן שפילט

טעפל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:16 am

· #43467
איינער האט עס צו דאונלאדען?
בדרך אגב, ווער קען העלפען, ר' אברהם יצחק גאלדמאן שפילט, ווער פירט אהן? ר' פישל בייגל, נאך איהם, גראדזינסקי וואס איז באוואוסט מיט זיין נידריגען טאן, נאכדעם, ר' אלעזר מיילעך באקאן מיט זיין ווארימע שטימע, נאך איהם???

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:36 am

· #43531
כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט TO NAME דעם קול. ס'איז פישל בייגל. WOW
כ'בין פון אלץ געווען א FAN פון משה גאלדמאן (נישט די שנעלע ניגונים).

ס'מוז געזאגט ווערן לשבחם פון באבוב, אז נגינה איז ביי זיי זייער (זעיער) חשוב. ס'איז קיין בושה צו צוגיין צום עמוד, אראפלייגן א שטיקל, אדרבה, מ' encourage דיך צו טוהן אזוי.
THUS זעהט מען דא עלטערע אידן perform אין פאבליק, א זאך וואס מ'זעהט נישט אין אנדערע חדרים (אויסער באבוב השני)

בנוגע זייער רעקל שניט, דער סיבה איז פשוט, וויבאלד דער עולם האט געקויפט ביי ריינהאלד clothing איז געווארן ניכר חותמו בתוככי באבוב.

ייש"כ משה גאלדמאן
ס'וואלט געווען כדאי צו מאכן א "ליל שירה" אויף זיין יארצייט טאג.

שמייכל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:17 pm

· #58155
קען איינער קלארער אנצייגן ווער ר' פישל איז?
מ'קען ממש נישט זעהן אויפן קליפ ווער דער סולו איז

זר זהב » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:20 pm

· #58157
אויפ'ן אונטרשטען סטעידזש זענען דא 4 עלטערערע זינגערס, ר' פישל איז אינגאנצן לינקס. (דער אויף רעכטס זעהט נאך אויס היבש אינגער)

שמייכל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:23 pm

· #58158
זר זהב
אויפ'ן אונטרשטען סטעידזש זענען דא 4 עלטערערע זינגערס, ר' פישל איז אינגאנצן לינקס. (דער אויף רעכטס זעהט נאך אויס היבש אינגער)

איך זעה בלויז 3 ווייסע בערד אין די אונטערשטע רייע

זר זהב » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:26 pm

· #58161
ער איז לינקס

שמייכל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:27 pm

· #58162
ייש"כ

זר זהב » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:28 pm

· #58163
און וויאזוי הייסט דער וואס הייבט אן דעם ניגון כה אמר? ער איז דער ארגינעלער זינגער פונעם טעיפ!

דבילה » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:41 am

· #58214
זר זהב
און וויאזוי הייסט דער וואס הייבט אן דעם ניגון כה אמר? ער איז דער ארגינעלער זינגער פונעם טעיפ!


דאס איז מיילעך גראדשינסקי. ער האט דער זעלבער באאס שטימע ווי דעמאלט. אינטרעסאנט אז הערענדיק זיין שטימע דא הערט זיך עס עטוואס שוואכער ווי וואס ס'פלעגט זיין. 'עלעך דארפן איבערהערן די אמאליגע צו קענען אמת'דיק פארגלייכן. לעזר מיילעך'ס שטימע, עם הערט מען כסדר באגלייטן פון אויבן, זיין שטימע הערט זיך אויך פונקט ווי דעמאלט. WOW!
ס'ברענגט ממש צו טרערן. דער נאסטאלגיע כאפט. ס'הייבט מיר אן קלונגן אין קאפ ווי לעזר מיילעך לייגט אראפ דעם "המצא לנו בבקשתנו"...

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:45 am

· #58221
לעזר מיילעך ווער איז?

דבילה » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 7:47 am

· #58256
זר זהב
לעזר מיילעך ווער איז?


באקאן

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 10:33 am

· #58277
א דאנק. כ'געדענק גוט דעם המצא לנו

טעפל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 11:13 am

· #58287
און ווער איז וואס זינגט די צווייטע פאל זכרתי לך חסד נעורייך...

sunbar » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:21 pm

· #58369
דבילה
זר זהב
לעזר מיילעך ווער איז?


באקאן


אגב, אלעזר אלימלך"ס מאמע איז א טאכטער פון די בארימטע בעל מנגן רבי חיים דוד בלום הי"ד. (ער האט געמאכט די באקאנטע קול רינה וואס מען זינגט אין אלע רבישע הויפן)

petergrifin » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 10:52 pm

· #154183
סעבאלאנגט נישט דא אבער מרעדט דאך פון מעמאריס און איך האב מיך דערמאנט פון דער סייט װאס סטרימט כסדר באבאװער
ניגונים ארײנגרעכנט ר׳ משה גאלדמאן׳ס ע׳ה ניגונים און סבענקט זיך דערמאנעדיג די גוטע צײטן פאר די פארקאקטע מחלוקה
<a class="postlink" href="http://www.kolbobov.com/Kol_Bobov/Home.html">http://www.kolbobov.com/Kol_Bobov/Home.html</a>

guest » דינסטאג אפריל 1, 2014 4:46 pm

· #194131
Donations to help the ongoing productions of new unreleased songs of R' Moshe Goldman A"Hs Camp Shalva Series

<a class="postlink" href="https://t.co/6SUkDlCoBr">https://t.co/6SUkDlCoBr</a>

ארבעס » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:24 am

· #194223
petergrifin
סעבאלאנגט נישט דא אבער מרעדט דאך פון מעמאריס און איך האב מיך דערמאנט פון דער סייט װאס סטרימט כסדר באבאװער
ניגונים ארײנגרעכנט ר׳ משה גאלדמאן׳ס ע׳ה ניגונים און סבענקט זיך דערמאנעדיג די גוטע צײטן פאר די פארקאקטע מחלוקה
<a class="postlink" href="http://www.kolbobov.com/Kol_Bobov/Home.html">http://www.kolbobov.com/Kol_Bobov/Home.html</a>

יישר כח. איך געב דיך א לייק

ארבעס » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:30 am

· #194226
טעפל
איינער האט עס צו דאונלאדען?
בדרך אגב, ווער קען העלפען, ר' אברהם יצחק גאלדמאן שפילט, ווער פירט אהן? ר' פישל בייגל, נאך איהם, גראדזינסקי וואס איז באוואוסט מיט זיין נידריגען טאן, נאכדעם, ר' אלעזר מיילעך באקאן מיט זיין ווארימע שטימע, נאך איהם???

יוסף דוד העניג. ער איז יונגער ווי בייגעל באקאן אין גראדזינסקי.

טעפל » מיטוואך אפריל 2, 2014 9:52 am

· #194274
ארבעס
טעפל
איינער האט עס צו דאונלאדען?
בדרך אגב, ווער קען העלפען, ר' אברהם יצחק גאלדמאן שפילט, ווער פירט אהן? ר' פישל בייגל, נאך איהם, גראדזינסקי וואס איז באוואוסט מיט זיין נידריגען טאן, נאכדעם, ר' אלעזר מיילעך באקאן מיט זיין ווארימע שטימע, נאך איהם???

יוסף דוד העניג. ער איז יונגער ווי בייגעל באקאן אין גראדזינסקי.

ישר כח, אז ער איז אינגער דאס זעה איך..דוקא האב איך זייער ליעב וואו ער זינגט.