☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פאני דילעמעס #2

פאני דילעמעס #2

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13987

פיק ניק » דאנערשטאג יוני 25, 2020 12:23 pm

· #453042
פאני דילעמעס #2
סמאכט זיך כסדר אז איך דארף רעדן מיט א איש חשוב און דערמאנען די שטאט וויליאמסבורג. וויאזוי דארף איך עס ארויסזאגן? זיכער נישט אזויווי מזאגט עס אויף ענגליש, ספאסט נישט, וויזוי יא? 'וויל-יאמ-סבורג' הערט זיך ווי אן אלטע זיידע, 'ווילי-מס-בורג' גיי איך סאונדן ווי א עכטע ווילימסבורגער און איך בין דאך פון בארא פארק. נא, וואס טוט מען? וואס האב איך געטון לעצטע מאל כהאבעס געדארפט זאגן? כגעדענק שוין נישט.

פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 26, 2020 7:38 am

· #453092
Re: פאני דילעמעס #2
אלס א נייטראלע בארא פארקער זאלסטו זאגן וויליעמסבורג מיט אן ע'.
(שטייצעך אלס איד דארפסטו עס זאגן מיט א פשוט'ע ו' און נישט מיט קיין W)

פיק ניק » פרייטאג יוני 26, 2020 10:13 am

· #453098
על זו הדרך האט מיר איינער אמאל געזאגט עפעס וועגן איטעליע, סהאט מיר געדויערט א רגע צו כאפן אז ער רעדט פון איטאליע (אדער איטעלי).
מסתם קומט זיין טעות פון איטעלין אייסעס.