☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אונזער פחד פון פאליציי

אונזער פחד פון פאליציי

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1398

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:24 am

· #32797
אונזער פחד פון פאליציי
מאמענטאל האב איך טאקע אויפגעהערט צו באשרייבן מיין זומער צוליב די דרוק פון עטליכע ידידים וואס שעמען זיך אין וועלכן לאגער זיי זענען אום זומער און וואס מען צאלט נאך צו פאר א מאניאק וואס זאל פייניגן די פרויען און קינדער, אבער איך וויל זיך אפשטעלן ביי איין פאל, וואס איך האב געדארפט רופן פאליציי צום דעם רשע.

געווען איז עס ווען איך בין נישט געווען אין די קאנטרי, און איך קען נאכנישט אויסגעפונען וועלכע פויגל עס האט אים דער סוד אויסגעזאגט, ווייל עס איז זעלטן איך זאל אוועקפארן פון די בערג, אבער דער דעספאט האט אנגעהויבן פייניגן מיין ווייב, און איך האב באקומען א טעלעפאן רוף פון איר ווען זי שטיקט זיך פון טרערן און איך קען נישט פארשטיין קיין ווארט וואס זי זאגט, ביז ענדליך איז זי צו זיך געקומען און געזאגט די דריי שוידערליכע ווערטער: 'איך רוף הצלה'.

איך בין געווארן בלאס און מיינע איברים האבן זיך געווארפן, נישט וויסנדיג וואס אזאנס האט פאסירט, און איך האב געווארט א מינוט ביז איך האב זיך געשטארקט און איר צוריקגערופן פרעגן וואס גייט פאר, האט זי פארציילט איבער די פרישע שיקאנירונגען וואס דער רשע טוט ווייטער אויספייניגן, און זי פאלט צוזאם.

אלנפאלס, בין איך צוריק געפארן אין דעם אשכול וואס איך האב אפגעמאכט נישט צו באשרייבן מער?

לאמיר גיין צום פוינט.

איך פרעג מיין ווייב, אויב זי ווייסט פון אזא זאך וואס הייסט פאליציי? עס איז זייער גרינג זיי צו רופן. מיט בלויז דריי קנעפלעך אויפן טעלפאן קען מען צו זיי רעדן, און זיי קומען גאנץ שנעל.

אבער זי האט נישט געקענט רעדן בכלל. האב איך אנגערופן א גוטער פריינט פון קאנטרי און אים געבעטן זיין ווייבס נומער, און איר אנגערופן פרעגן אויב זי קען געבן א בליק איבער וואס עס גייט דארט פאר, און זי האט מיר דערציילט אז ס'הויך יום טוב מיט דעם צעווילדעוועטן הונט, און האט מיר בארואיגט אז אלע מאמעלעך דא האבן זיך אנגענומען און פרובירט אפצוהאלטן דעם געמיינעם פון זיינע ווילדע שטיק, אבער איך האב דאך געוואוסט מיט וועם מען האט דא צו טאן, האב איך איר געבעטן אז למען השם זאל מען רופן פאליציי, און איך האב זיך אפילו געבייזערט פארוואס פון די אלע פרויען איז נישטא קיינער וואס פארשטייט אז דאס איז די איינציגסטע עצה וואס דארף יעצט געטון ווערן?

איך מוז זיך דא אפשטעלן, ווייל מיינע הענט ווארפן זיך אויפן קיבאורד, און איך גיי יעצט דורך די טראומא פון יענעם שווארצן טאג, און איך האלט אין איין אויסמעקן די איבעריגע אותיות וואס קלעבן זיך דא ארויף אומווילדיג פון מיינע טאנצענדיגע הענט, אבער איך וויל פארשטיין וואס איז פשט פון דעם פחד וואס מען האט צו רופן די פאליציי?

מעגליך אז עס איז ווייל מען האט מורא פון נקמה. ווען דער באנדיט קען נעמען אן אמת אומשולדיגן מענטש און מיט אים טון דאס ערגסטע על לא דבר, איז דאך א דבר פשוט אז ער וועט פרובירן צו באגראבן דעם וואס וועט עפעס טון קעגן אים.

איך קלער אבער אז עפעס ליגט מער ווי דאס, און מיר האבן מורא פון די פאליציי, אזוי ווי דער מעקסיקאנער וואס ווען ער מאכט אן עקסידענט וועט פרובירן וואס שנעלער צו אנטלויפן, ווייל ער פארכט זיך אז מען וועט אים צוריקשיקן צו מעהיקא...

אדער איז דא דער ציטער אז עס האט עפעס מיט מסירה צו טון, ווי איינע פון די פרויען האט דערציילט פאר מיין ווייב אז איר מוטער האט איר אנגעשריגן ווען זי האט אויפגעברענגט דעם נושא פון רופן פאליציי, אז ווי קען מען דען רופן פאליס פאר א איד??

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:28 am

· #32798
ביטע נישט פארפארן און פרעגן וואס איז געבליבן צום סוף, אויב מען האט גערופן פאליציי, ווייל ווי געשריבן וויל איך יעצט נישט ממשיך זיין איבער דער נושא, און דאס מיינט לגמרי נישט אז איך האב זיך שוין אפגעשטעלט, און איך שרייב נאך דערוועגן, אבער וועל עס לייגן ווען די צייט וועט קומען.

דא איז די רעדע פון די פחד פון רופן פאליציי, וואס ווען מען רופט זיי מיינט נישט אז מען וועט יענעם גראד איינזעצן, און עס קען אפשטילן די געמיטער דאס בלויזע ערשיינען פון די שלאנקע מענער מיט זייער שטאלצע באנעמונג וואס קען דערשרעקן אפילו אזעלכע גרוילקייטן ווי אונזער לאגער הויפט.

Starbucks » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:42 am

· #32800
ס׳מאכט זיך אסאך ביי אימיגראנטן, למשל כינעזער וועלן זעלטן רופן פאליציי. געווענליך דער צווייטער דור פארלירט שוין דער טאבו. ביי אונז יידן אבער נעמט די אסימילאציע לענגער, אפשר אונזערע אייניקלעך וועלן קענען רופן פאליציי ווען ס׳פעלט אויס ווי יעדער בירגער.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:58 am

· #32802
ווידעראום זענען דא אנדערע וואס האלטן זיך קיינמאל נישט צוריק פון קאלן פאליס

מהם ילמדו!

טעלעפאן » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 4:06 am

· #32811
אין ניו יארק סיטי וואלט איך קיינמאל נישט גערופן די פוילע אוממענטשליכע און אומארנטליכע פאליציי. אין אפסטעיט וכדו׳ וואלט איך לכאורה יא גערופן.

אך שמח, וואס דו שרייבסט איז ממש אומגלויבליך! פארוואס ביסטו נאך דארט ? איך וואלט מיך אויפגעהויבן יענע נאכט און געיאגט מיט די נשמה אין די הענט..

עניוועי צוריק צום ענין

שרייבער » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:16 am

· #32885
למעשה וואס ער האט געטון שרייבסטו נישט, וואס שייך פייניגן?

בן תמליון » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:28 am

· #32892
עפעס געפעלט מיר נישט דאס גאנצע געשיכטע.
היינטיגע ווייבלעך זענען גארנישט אזוינע לעמעכ'ס, זיי קענען גאנץ פיין צוריק פיסקעווען ווען עס פעלט אויס. איך רעד שוין נישט יונגעלייט קענען גאנץ פיין מסדר זיין איינעם ווען עס פעלט אויס.
און ווער האט היינט א פראבלעם מיט פאליס? ווען איך טראכט נאר פון הייבן א האנט פליט פאליציי. איז ביטע פארציילט א גאנצע מעשה. פון האלבע מעשיות קענען מיר זיך גארנישט ארויסלערנען.

chasid » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 2:03 pm

· #32933
שרייבער
למעשה וואס ער האט געטון שרייבסטו נישט, וואס שייך פייניגן?

נס קאווע » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 3:41 pm

· #32981
אונזער עולם ווייסט נישט בכלל אז עס איז דא פאליציי חוץ געבן א טיקעט א נארמרלע גוי אז ס' פאלט עפעס אראפ אין קאך וועט ער רופן די פאליס זעהן וואס עס קען זיין ווען איך האס עס געהערט האב איך עס אויך נישט אנגעקוקט צו נארמאל אדער ווען מיין חבר האט גערופן די פאליס ווען ער האט געהאט א סקווערל צו עפעס א אנדערע חי' אוי האבן זיי געהאט פאן דריי פאליס חברה זענען נאכגעלאפן די קליינע חי' ווי אין זאא אז איך האב איהם מקנא געווען מיין ווייב נישט (ביידע וועגן נישט איך האב מקנא געווען מיין ווייב אויב עס געשעט און נישט מיין ווייב האט זיי מקנא געווען)

איך האב אריינגעטראכט און געזען אז אונז ווייס מיר נישט פארוואס די פאליס איז דא די וויליאמסבורגע פראדזשעקט הייסט די בעסטע ווייל קיינער קאלט נישט אריין אמת בלומבערג טוישט די פאזישען פון די פאליס מיט לייגן מער טרעפיק קאפס און אראפנעמען די געהעריגע אבער די עיקר ווענדט זיך עס אין אונז מען דארף זיך טוישן די מענטעליטי אז די פאליס זענען נישטא נאר צו געבן טיקעטס אפיציעל זענען זיי דא פאר אונזער וואילזיין און זיי זענען נישט קיין נעשענאל גארד וואס מ' רופט אין קעיס אוו ריל עמערדזשענסי נאר זיי זענען (אמאל זיכער געווען) געמאכט פאר יעדן ענין וואס מ' דארף האבן באלדיגע הילף פון די שטאט

ידען » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 9:01 pm

· #33168
אך שמח

שרייבסט גוט אבער מאכסט מיך געפערלעך נייגעריג. פארוואס שרייבסטו נישט איינמאל פא אלעמאל און מע זאל וויסן וואס סע גייט פאר דארט ביי דיר?

וועגן רופן פאליס מיינעך אז מע האט נישט מורא צו רופן און אפשר ביי דיין קאנטרי יא אבער אין ווילאמסבורג האט מען שוין געהערט אז מענטשן רופן פאליס און טראכטן נישט קיין סאך פאר דעם.

zurich » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 9:52 pm

· #33185
נא געט דא די פאינט ס'נישט קיין מצווה צו מאכן נייגעריג אזויפיל חברה!!!

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:53 pm

· #33239
אט אט און איך גיי יא ווייטער מיט מיין געשיכטע אינעם אנדערן אשכול.

ביטע לאזן דעם אשכול נאר צום נושא, און איבער מיינע ליידן קען מען דארט מגיב זיין.

אשכנ » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 10:32 am

· #33340
איך זאג אלעמאל פאר מיינע קינדער אז די פאליס איז דא צו העלפען און מ'דארף נישט מורא האבן פון זיי. ווען איך דרייו, אבער, חאטש אז איז פאר נישט צו שנעל וכו' ווער איך אביסעל נערוועז ווען איך זעה זיי...

real jew » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:13 am

· #33357
מ'דארף געדענקען אז די פאליציי זענין נישט אזוי גיט
אין שומרים נישט אזוי שלעכט