☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהין?

אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהין?

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13973

זכור ושמור » מאנטאג יוני 22, 2020 7:58 pm

· #452559
אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהין?
לאו דווקא יעצט ווען דער טעמע איז א הייסע אוןן מענטשן פגר'ן צו אוועקמופן און ישובים עפענען זיך ימין ושמאל. נאר בכלל, אסאך מאכט זיך וואס א מענטש געט א קלער: הלוואי ווען איך קען ווען וואוינען דארט אין דארט. נאר פשוט, עס איז דא טעכנישע עיכובים און מניעות; אמאל איז דאס געלט, משפחה, מוסדות און נאך, איש כפי אכלו.

איז יעצט מיין פראגע, ווען מען געט אייך אלע מעגליכקייטן און מען נעמט אוועק אלע שטערונגען וועלכע טוען אייך צוריקהאלטן, וואו אהין וואלט איר זיך געצויגן?

און אפילו מ'וואוינט אינעם ארט וואו מ'איז משתוקק צו וואוינען, קען מען נאכאלס שרייבן יענעם מקום. אפילו מ'געפינט זיך טאקע דארט.

כ'האלט נישט אז מיין פראגע איז א נארישע, און כ'בין זיכער אז דער אשכול האט א שטארקע פאטענציאל.

זכור ושמור » מאנטאג יוני 22, 2020 7:58 pm

· #452560
איך טו שטימען פאר צפת.

מרדכי מרדכי » מאנטאג יוני 22, 2020 8:07 pm

· #452565
איך וואלט געגאנגען קיין פלארידע

ליפא » מאנטאג יוני 22, 2020 8:16 pm

· #452567
ארגענטינע

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 22, 2020 8:30 pm

· #452570
ליפא: איך קום שוין פון דארט. אויסער א פאר אלטע נאציס און להבדיל א פאר זיסע ספר'דישע אידעלעך וואס רעדן אידיש מיט א ספאנישן אקצענט וועסטו דארט נישט טרעפן.

יא. אויב דו האסט ליעב ווען נאך סוכות. ארום חנוכה איז זימער. און מ'פארט אין קאנטרי. און נאך פסח. ארום שבועות איז אינמיטן ווינטער, (דזשאסט פאר דהע קיק אף איט) דאמאלס איז כדאי דו זאלסט מופן אהין...!

ישן מלא חדש » מאנטאג יוני 22, 2020 8:38 pm

· #452571
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
ירושלים של זהב .......

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 22, 2020 8:41 pm

· #452573
ישן מלא חדש: ירושלים של זהב וכו' עקזיסטירט נאר אין דעם ליעד...אפשר ווען משיח וועט קומען וועט עס מקויים ווערן...!

ישן מלא חדש » מאנטאג יוני 22, 2020 8:52 pm

· #452578
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
בקיצור איך מיין צו זאגן אז ווען איך האב נישט קיין שום שטערונגען וואלט איך אויף אלע פיהר געלאפן קיין ירושלים איך האב דאס פונקט נעכטן ארויף געברענגט אויפן טיש אבער די בני בית האלט נישט דערביי. ....

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

זכור ושמור » מאנטאג יוני 22, 2020 9:33 pm

· #452590
ליפא
ארגענטינע

😂 😂

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יוני 22, 2020 9:54 pm

· #452596
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
טברי' אדער אין די גלילות, אבער ליעבערשט ביים הערליכן ים פון טברי'

פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 22, 2020 10:07 pm

· #452597
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
דער גאלדענער אדלער
טברי' אדער אין די גלילות, אבער ליעבערשט ביים הערליכן ים פון טברי'
טבריה האט נישט קיין ים, מיינסט אוואדי די כינרת...

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יוני 22, 2020 11:04 pm

· #452623
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
פאליטיקאנט
דער גאלדענער אדלער
טברי' אדער אין די גלילות, אבער ליעבערשט ביים הערליכן ים פון טברי'
טבריה האט נישט קיין ים, מיינסט אוואדי די כינרת...
וואס מיינט ימה של טברי' וואס ווערט דערמאנט אין גמ'?? די כינרת ווערט אזוי אנגערופן, פונקט ווי ימה של סדום

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יוני 22, 2020 11:22 pm

· #452631
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
[ציטאט אראפגענומען]
וואס איז עס אנדערש ווי אריזאנע?? די טברי' קלימאט איז אמחי' ווארעם דורכאויס דעם יאר, היפש הייס אין די זומער חדשים אבער איך גלייך די היצן, נישט די פייכטקייט, פונקט גוט, נישט ווייט פון די הערליכע לופטיגע גולן הייך, אה מי יתן והי' בקרוב ממש! במהרה דידן!

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 22, 2020 11:31 pm

· #452632
דער גאלדענער אדלער: איך האף נאר אז ס'וועט נאך זיין וואטסעפפ. און קאווע שטיבל. אזוי אז אונז זאללן זיך קענען פארשטענדיגן. ווייל איך וועלל אי"ה וואוינען אין צפת עיה"ק. (כמעט) אויפ'ן שפיץ בארג.פון וואו מ'קען זעהן מירון...!

יודישע שרייבער » דינסטאג יוני 23, 2020 12:55 am

· #452660
ישן מלא חדש
ירושלים של זהב.......

גם אני בחלומי.... מי יתן לי אבר כיונה וכו'...

berlbalaguleh
ישן מלא חדש: ירושלים של זהב וכו' עקזיסטירט נאר אין דעם ליעד... אפשר ווען משיח וועט קומען וועט עס מקויים ווערן...!

@berlbalaguleh איך דיסעגרי מיט דיר, עס עקזעסטירט אין מציאות אויך, מען דארף נאר עפענען די אויגן עס צו זעהן... אין ארץ ישראל (ירושלים בפרט) איז אן אנדערע וועלט...



ירושלים, מירון, צפת, טבריה אדער להבדיל פלארידא פארשטיי איך, אבער וואס איז דא צו זיכן אין ארגענטינע (@ליפא) אדער אין לאס אנדזשעלעס (@מאך זיכער)? וואס האט איר געזען דארט וואס האט אייך געכאפט?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 23, 2020 1:08 am

· #452667
איך וואלט געמופט צו יענע וועלט, לכתחילה צו גן עדן אבער בדיעבד איז גיהנם אויך גוט, ס'אלץ בעסער ווי דא.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 23, 2020 1:36 am

· #452674
יודישע שרייבער
ישן מלא חדש
ירושלים של זהב.......

גם אני בחלומי.... מי יתן לי אבר כיונה וכו'...

berlbalaguleh
ישן מלא חדש: ירושלים של זהב וכו' עקזיסטירט נאר אין דעם ליעד... אפשר ווען משיח וועט קומען וועט עס מקויים ווערן...!

@berlbalaguleh איך דיסעגרי מיט דיר, עס עקזעסטירט אין מציאות אויך, מען דארף נאר עפענען די אויגן עס צו זעהן... אין ארץ ישראל (ירושלים בפרט) איז אן אנדערע וועלט...

יודישע שרייבער: אזוי ווי איך האב געשריבן. אז אויסער אלטע נאציס. און להבדיל ספרדישע אידן וועלכע רעדן אידיש מיט אן ארגענטינער אקצענט איז נישטא גארנישט צו זעהן דארט. אפשר די וועטער. די סיזענס. וועלכע זענען פארקערט אין יענעם טייל פון די וועלט. אז נאך סוכות ווערט דארט זומער. און נאך פסח ווערט דארט ווינטער. תשעה באב איז אין די פיעק פון ווינטער...! ווייל איך האב געוואוינט אין א שכינות'דיגע מדינה. און איך געדענק ווען מ'האט געגעבן מוצאי תשעה באב אויסצופאסטן. קעיק מיט הייסע קאפי...! און חנוכה האבן מיר געווארט אז די לעכט זאללן זיך פארלעשן אז מ'זאלל קענען אויפמאכן א פענסטער...!

ירושלים, מירון, צפת, טבריה אדער להבדיל פלארידא פארשטיי איך, אבער וואס איז דא צו זיכן אין ארגענטינע (@ליפא) אדער אין לאס אנדזשעלעס (@מאך זיכער)? וואס האט איר געזען דארט וואס האט אייך געכאפט?

זעקעל » דינסטאג יוני 23, 2020 12:58 pm

· #452739
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
צו עלאן מאסקס נייע ישוב אין מארס


Sent from my iPhone using Tapatalk

יין שרף » דינסטאג יוני 23, 2020 1:00 pm

· #452740
[ציטאט אראפגענומען]

ער וויל ארויף אן אראפ גיין..

לייבל שטילער » דינסטאג יוני 23, 2020 1:19 pm

· #452747
רביה''ק זי''ע
איך וואלט געמופט צו יענע וועלט, לכתחילה צו גן עדן אבער בדיעבד איז גיהנם אויך גוט, ס'אלץ בעסער ווי דא.

כעל עס מאכן קורץ: רביה"ק, דו זאגסט ליגנט!

מרדכי מרדכי » דינסטאג יוני 23, 2020 1:24 pm

· #452749
זעקעל
צו עלאן מאסקס נייע ישוב אין מארס


Sent from my iPhone using Tapatalk

די שאלה איז אויב דארטן איז דא עקסעס צי קאווע שטיבל

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 23, 2020 5:59 pm

· #452783
לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע
איך וואלט געמופט צו יענע וועלט, לכתחילה צו גן עדן אבער בדיעבד איז גיהנם אויך גוט, ס'אלץ בעסער ווי דא.

כעל עס מאכן קורץ: רביה"ק, דו זאגסט ליגנט!

או נאו! כ'זאג אמת! להוי ידיע אז איך האלט שוין אינמיטן אהינמופן, גיב עס נאך אפאר יאר און פריער אדער שפעטער וועלן אונז אלע דארט זיין.