☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » נייע קאר

נייע קאר

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1397

קווארטין » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 12:43 am

· #32781
נייע קאר
כ'בין פאראינטערעסיט צו קויפן א נייע קאר, ס'זאל פארן גוט, א גוטע עקסעלערעישן, ווי אויך ס'זאל גוט ברעיקן, ס'זאל זיין א 8 passenger סיט, נאכן זיך אביסל אימקוקען, ז'מיין ספק געבליבן, אידער אויף האנדע אדעססי, וואס דאס ציהט מיך מער, אדער זאלעך נעמען דאס וואס רוב פון שטאט האט, דהיינו, א טעיאטא סיענע. וואס זאגט קאווע שטיבל, וועלעכע פון די צוויי איז ליבערשט.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:00 am

· #32789
רוב שטאט האט א סיענע? דו חלומס'ט מיין פריינט!
גיי מיט די האנדא!

DotCom » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:09 am

· #32793
ליעסן אדער פיינענסן?
ווי האלטן די פרייזן, וועלכער איז יעצט ביליגער?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:10 am

· #32794
די האנדא'ס זענען מיינעך ביליגער און אויך האב זיי די 1500 דעמעדזש וועיווער

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:41 am

· #32799
האנדא זענען געווענליך ביליגער אבער פאר א געוויסע סיבה (אפשר מארקעטינג סיבה?...) הייסט סיענא שטערקער.

אלנפאלס, איך בין מער פאר א האנדא, וואס איך גלייך מער זייער דרייוו און ער ציט בעסער און רואיגער ארויף.

פארגעס נישט פון טאון ענד קאנטרי וואס איז די דריט פאפולערסטער אויטא ביים היימישן ציבור, אבער האט גאר א שלעכטע פיק אפ קעגן די ערשטע דריי.

קווארטין » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:49 am

· #32818
שכוח מיינע פריינד פאר די אינפאו, זויווי דערווייל בינעך דייקא אינטערעסירט צו קויפן, עלעך לכאורה סטיקן צו האנדע וואס, אקקארדינג צו די חברים דא, האט עס א גוטע רעפיוטאציע. טענקס עיגעין.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 10:24 am

· #32848
אךשמח
פארגעס נישט פון טאון ענד קאנטרי וואס איז די דריט פאפולערסטער אויטא ביים היימישן ציבור, אבער האט גאר א שלעכטע פיק אפ קעגן די ערשטע דריי.


ער זוכט דאך מיט 8 זיצן, וואס די קרייסלער פארמאגט נישט.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 10:58 am

· #32865
קען ער זיצן אויף יענעמס נאמען.

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:27 pm

· #33429
אז מ'רעדט פין קארס וואס איז בעסער צו קויפען אדער ליסען?

town1 » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 6:02 pm

· #33500
לעמיל
אז מ'רעדט פין קארס וואס איז בעסער צו קויפען אדער ליסען?


אויב קענסטו האלטן גוט א קאר פאר 5 יאר לוינט זיך צו ליעסן

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 6:21 pm

· #33506
town1
לעמיל
אז מ'רעדט פין קארס וואס איז בעסער צו קויפען אדער ליסען?


אויב קענסטו האלטן גוט א קאר פאר 5 יאר לוינט זיך צו ליעסן

איך מיין פארקערט, אויב קען מען האלטן א קאר לוינט זיך ענדערש צו קויפן, עס קומט אויס ביליגער ווי ליעסן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 6:41 pm

· #33517
לעמיל , רעכטיג.

town1 » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 6:44 pm

· #33519
אנטשולדיג, איך האב געמאכט א טעות מיטן זאגן אז עס איז ביליגער צו ליעסן

green sunday » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:29 pm

· #36276
אזוי רעדענדיג מיט א דילער זאגט ער מיר אז אויב לייגט מען נישט ארויף א מינעמוים פין 10,000 מייל א יאר אויפן קאר דעמאלס לוינט זיך בעסער צי קויפן ווייל אין די לאנג ראן וועסטי זיך שפארן מער מיט א USED ווי א LEASE

קורץ און שארף » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:41 pm

· #36279
green sunday
אזוי רעדענדיג מיט א דילער זאגט ער מיר אז אויב לייגט מען נישט ארויף א מינעמוים פין 10,000 מייל א יאר אויפן קאר דעמאלס לוינט זיך בעסער צי קויפן ווייל אין די לאנג ראן וועסטי זיך שפארן מער מיט א USED ווי א LEASE


וכן אני נוהג.

איך לייג נישט ארויף געווענליך מער ווי 6000 מייל א יאר [איך פאר נישט אין קאנטרי] און איך קויפ א גענוצטע קאר.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:47 pm

· #36309
ווער קען בקיצור נמרץ אויסרעכענען די מעלות/חסרונות צווישן די סיעננא און אודעסי?
איי וויל אפרישיעט.

קווארטין » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:48 pm

· #41740
האלא מיינע פריינט, האט שוין ווער פון אייך געהערט פון א dudge durago?
איז דאס גוט? אפפארדעבל? זויפיל ווייסעך אז ס'יז 8 פעסענדזשער, און ס'קוקט אויס ספעשיס.
ענטפערס אפפרעשיעטעד.

gehlungen » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:40 am

· #41762
שמעקעדיג
ווער קען בקיצור נמרץ אויסרעכענען די מעלות/חסרונות צווישן די סיעננא און אודעסי?
איי וויל אפרישיעט.

The sianna. Is terrific on gas

אייגענארטיג » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:07 am

· #41771
קווארטין
שכוח מיינע פריינד פאר די אינפאו, זויווי דערווייל בינעך דייקא אינטערעסירט צו קויפן, עלעך לכאורה סטיקן צו האנדע וואס, אקקארדינג צו די חברים דא, האט עס א גוטע רעפיוטאציע. טענקס עיגעין.


אויב די רעדע איז קויפן וואלט איך דיר מיעץ געווען טאיאטע. נישט בחנם האבן זיי אזא נאמען.

נס קאווע » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:37 pm

· #41879
dodge durango איז גאנץ ספעשעס אבער איך מיין אז עס נישט צו קאמפערן צו א אדיסי אדער סיעננע אחוץ אויב כ' האב נישט געזען די גאנץ נייע ובפרט פאלט אוועק אסאך פלאץ ווען די דריטע סיעט איז אפען אנדערש ווי די מיני ווענס וואס זענען געבויט פאר דריי זיצן פלאס לאגגעדזש ספעיס

קווארטין » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 3:38 pm

· #41944
אייגענארטיג
קווארטין
שכוח מיינע פריינד פאר די אינפאו, זויווי דערווייל בינעך דייקא אינטערעסירט צו קויפן, עלעך לכאורה סטיקן צו האנדע וואס, אקקארדינג צו די חברים דא, האט עס א גוטע רעפיוטאציע. טענקס עיגעין.


אויב די רעדע איז קויפן וואלט איך דיר מיעץ געווען טאיאטע. נישט בחנם האבן זיי אזא נאמען.

שכוח אייגענארטיג, דערווייל ביניך געווארן אומבאשלאסן צו כ'זאל קויפן אדער ליעסן, איי טעק מיי טיים.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:41 pm

· #52221
קווארטין, וואס האסטו גענומען צום סוף?

דריידל » זונטאג אקטאבער 26, 2014 4:56 pm

· #230591
ס'צייט צוריקצוגעבן די אלטע קאר ווייל מיין ליעס לויפט אפ אין א חודש. איך בין נישט צו באהאווענט מיט די פראצעדור. ווי איך פארשטיי, קומען זיי אראפ מאכן אן אינספעקשאן צו זען די קאנדישאן פון די קאר. איך שטעל מיך פאר אז אויב טרעפן זיי פעלערן, וועלן זיי טשארדזען דריי מאל אזוי סאך ווי א לאקאלער מאקעניק. פון די אנדערע זייט קען אבער זיין זאכן אויף וואס זיי וועלן זיך נישט שטעלן אבער טאמער וועל איך גיין צו א מאקעניק פאר'ן אינספעקשאן וועל איך צאלן אומזיסט עס צו פאררעכטן.

איך בעט, ווער עס האט עקספיריענס זאל מיר דערציילן אויף וואס זיי שטעלן זיך יא אדער נישט. למשל, אויב די סיעטס זענען סטעינד, אדער די קאר איז צעקראצט ביי די באמפער, דארף מען דאס פאררעכטן? נאך א זאך וואס איך וויל וויסן. טאמער נעם איך א נייד קאר פון די זעלבע דיעלער, וועט ער אוועק קוקען אויף געוויסע זאכן?

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 2:58 pm

· #230754
איז עס דאס ערשטע מאל וואס דו ענדיגסט א ליעס?
דאס בעסטע וואלט געווען צו רעדן צו דיין קאמפאני וואו דו ליעסט, ס'רוב היימישע אינגעלייט/ליעסינג קאמפאניס האבן היינט אופנים ווי אזוי צו פאררעכטן אלעס פאר גאר ביליג,
געוויסע זאכן קענען זיי פארקוקן, NORMAL WEAR & TEAR צב"ש קליינע קריצן אדער פלעקן.
געוויסע קאמפאניס (בעיקר האנדא, ביז א קורצע צייט צוריק) האבן דעמעזש וועיווער פאר א געוויסע סומע, געווענליך 1500 דאלער.

דריידל » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 12:02 am

· #230873
יא ס'איז די ערשטע מאל איך האב געליעסט און כ'האב עס גענומען דירעקט פון א האנדא דיעלער