ליטוואק פון בודאפעסטהאסט א ראיה אז רש"י האט אזוי געהאלטן? אדער סתם ווייל עס ווילט זיך אזוי?
דו בעטסט פאר א ראיה ווייל דו האסט א ראיה אז רש"י האט נישט אזוי געהאלטן? אדער סתם ווייל עס ווילט זיך דיר אנדערש?
און אז כ'על דיר ברענגען א ראיה אז רש"י האט נישט קיין פראבלעם מיט א מחלוקת הסוגיות וועסטו עפעס טוישן דיין מיינונג לכבוד דעם? מאך משוגע א צווייטן.
א לאנגע וועג פון זאגן 'ניין'.
רביה"ק, רש"י זאגט אונז אין צענדליגע פלעצער אין ש"ס וואס "גמרא" מיינט און וואס איז איר ציל
סברת טעמי המשנה
תירוצי המשניות הסותרות זו את זו
לברר הלכה כמי
ברויכסט מראי מקומות.
שוין, אז ס'געפעלט ענק נישט מיין תירוץ אויפ'ן מנחת חינוך איז נישט.
אגב האב איך געגעבן א שנעלע גוגל זוך און כ'האב געטראפן עפעס געטראפן, <a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%AA%D7%95%D7%A1%D7%A4%D7%95%D7%AA#%D7%A9%D7%99%D7%98%D7%AA_%D7%9C%D7%99%D7%9E%D7%95%D7%93%D7%9D_%D7%A9%D7%9C_%D7%91%D7%A2%D7%9C%D7%99_%D7%94%D7%AA%D7%95%D7%A1%D7%A4%D7%95%D7%AA">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%AA%D7 ... 7%95%D7%AA</a>
פאר דעם דארפסטו וויקיפדיה. יעדער וואס האט אמאל געלערנט גמרא רש"י ווייסט אז רש"י פרובירט זיך צו האלטן לאקאל צום סוגיא און סימלעפייען ווי ווייט מעגליך די פשט אפילו אויפן חשבון פונעם היקף הענין פון אנדערע פלעצער אין ש"ס.
און אה"נ רש"י מיט זיין פירוש פרובירט צו זיין א מפרש נישט קיין פוסק.
הגם אז עס איז פשוט אז רש"י האלט אז א חלק הלימוד אין גמרא איז לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. רש"י אליין איז געווען א פוסק אזויווי תלמידי רש"י ברענגן כסדר פסקים פון אים למשל דער מחזור ויטרי.
וואס האב איך געזאגט און וואס זאגסטו? איך הייב נישט אן צו כאפן איבער וואס מ'טענה'ט זיך דא.
רש"י זוכט נישט צו פארענטפערן די קשיא פון ידיעה און בחירה אויך נישט, ווייל נישט דאס איז די תכלית פון זיין ספר. אבער טאמער אין איין פלאטץ פרעגט ער א סתירה פון איין סוגיא אויף א צווייטן, איז דיין גאנצע טעזע שוין נישט אין פלאטץ. דער גאנצע שיטה"ק, אז רש"י האלט אז 'גמרא איז בלויז אן אוסף פון מימרות', איז דיין מיינונג, נישט רש"י'ס.
ערשטנס האב איך הנאה אז יעדע זאך וואס איך האב געהערט פון מיין מגיד שיעור אין ישיבה מאכט מען דערפון א גאנצע שיטה הקדושה.
צווייטנס, ייתכן אז רש"י איז סתם מפרש די גראדסטע פשט כאטש וואס ער ווייסט פון אנדערע פלעצער אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ האמת, פאר מיין שכל איז אבער מער מסתבר ווי מיינע מגידי שיעור אין ישיבה אז רש"י האט געהאלטן אז ס'מעג זיין א מחלוקת הסוגיות, ס'דארף נישט אלעס שטימען ווייל די גמרא איז נישט קיין פוסק.
דריטנס, רש"י פרעגט טאקע צומאל פון אנדערע סוגיות, דאס דארף מען אבער סתם אזוי פארשטיין ווייל פון מייסטנס פלעצער זעהט נישט אויס ווי רש"י קימערט זיך צופיל מיט אנדערע סוגיות (ווי נהורא נפישא האט געזאגט אז ס'איז אזא דבר פשוט אז מ'דארף ניטאמאל קיין וויקיפעדיע דערפאר...) איך שטעל מיך פאר אז ווען רש"י פרעגט פון אנדערע סוגיות פרעגט ער פון אן אנדערע מימרא פון דעם זעלבן אמורא וואס דאס דארף שוין יא שטימען אפילו לשיטתו. אז רבינא און רב אשי האבן זיך נישט באמיהט צו פסק'נען צווישן מסקנות פון צוויי אנדערע אמוראים איז איין זאך, אז איין אמורא זאל פליפפלאפן אמאל אזוי און אמאל פארקערט איז שוין גאר עפעס אנדערש. דארף מען נאכקוקן, עכ"פ די קשיא האט גארנישט מיט וואס איך האב געזאגט.
פערטנס, די גאנצע ויכוח האט זיך אנגעפאנגען ווען איך האב פרובירט צו פארענטפערן א מנחת חינוך, אז ס'געפעלט ענק נישט מיין תירוץ דארפטס עטס אויפקומען מיט א בעסערע תירוץ.
רש"י פרעגט זייער זעלטען א וא"ת קשיא, אדער א קושיא פון אן אנדערע מסכתא, אבער איבער ש"ס איז דא צענדליגע דוגמאות.
רש"י ציל פון זיין פירוש איז נישט פסק אבער משום מה איז פארהאן געציילטע פלעצער אין ש"ס וואס רש"י פסקנט דארט הלכה למעשה.
ס'איז אבער פשוט אז שיטת רש"י בפירושו ווערט גענוצט אין די פוסקים להלכה צוליב'ס רש"י טייטש'ן און הבנה אין די סוגיא וואס איז למעשה אנדרעש ווי אנדערע מפורשים.
איבער מנחת חינוך באמערק איך נישט וואו דו רעדסט פון דעם.
Re: וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?
פון די מערסטע אונטערסאנטסטע ספרים פון די לעצטיגע תקופה זענען די בענדער ״אוצר פלאות התורה״ על התורה פון רבי וואלף זיכערמאן, נישט קיין חילוק ווער פונקליך האט דאס צאמגעשטעלט איז דאס א גאר אונטערסאנטע און מחודש׳דיגע ארבעט, רבי וואלף האט שוין ארויסגעגעבן אויף אלע סדרים חוץ פון סדר דברים.
Re: וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?
יעצט זע איך אויפן קעפל אז מען רעדט דא נאר פון ספרים וואס זענען נתחבר געווארן דורך גדולי ישראל, וואס איז לדעתי א טעות, פארוואס נישט אויסרעכענען אלע מחודש׳דיגע ספרים פון סיי ווער ס׳זאל נאר זיין.