☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13967
בלאט: 1 2

סאנטיאגא » מאנטאג יולי 20, 2020 2:53 am

· #454753
לייבל שטילער
די גדר פון צניעות, אדער בעסער געזאגט די מהות פון א "צנועה" איז אז זי פיהרט זיך אויף ווי איינער וואס איז אקופירט, ד.ה. מדרך העולם (ווען וועלט איז נאך געווען וועלט...) איז אז א מיידל וועט פרובירן צו מושך זיין פרעמדע מענער און אזוי דארף זיין. א פארהייראטע פרוי, ווידער, האט דאך שוין איינס ממילא זאל זי נישט טוען קיין פעולות וואס ווייזן 'מענער! קוקט אויף מיר!' אריינגערעכנט אבער נישט אויסשליסליך, קליידונג. ס'האט נישט מיט ווערן אנגערייצט זינט ס'וועלן אייביג זיין מענער וואס וועלן ווערן אנגערייצט, נאר וואס דען? אויב גייט זי אנגעטוען מער פריצות'דיג ווי די שטייגער איז דאס א סטעיטמענט פון 'קוקט אויף מיר'. כנלע"ד נכון.

אלע סטארס מאכן סיינס און רעקלאמעס און מארקעטינג סטראטעגיעס מיטן זעלבן ציל קוק אויף מיר, קויף מיר. דו מאכסט אבער דעם דיסידזשען לויט דיין טאש, לויט דיין באקוועמליכקייט. דו בלעימסט נישט דעם אייגנטומער און די מארקעטער פארן דיר מאכן תאוות ווייל דו האסט גענוג שכל עס צו איגנארירן, איז בלעים נישט יענעם פאר דיינע ראיות, דארפסט דיך לערנען צו לעבן דערמיט און האפענטליך באקומסטו דיינע געברויכן.
ווי ליבי און רעיטשל ברענגען ארויס אינעם ווידיא, דעס אז דו רעדסט דיך איין אז זי טוט זיך 'צייגן' פאר דיר איז סעקסיסם! דאס אז אונז מיין מיר אז זי זוכט מ'זאל קוקן, איז א פאלנער שטות וואס מ'רעדט אונז איין, ס'מיינט נישט דיך בכלל און ס'איז נישט קיין גרינגע זאך צו לעבן דערמיט זייענדיג א מאן קען איך עמפעטייזן די פרויען האבן נישט קיין מושג וואס מיר גייען דורך כ'זאג נישט, פארט ס'מיינט נישט דיר, פונקט ווי א פרעמדע פרוי זאל דיר געבן א קאמפלימענט מיינט נאכנישט אז זי וויל דיר יעצט וויזויהייסטעס...

1111 » זונטאג יולי 26, 2020 2:14 pm

· #455142
איך בין נישט קלאר.

לאמיר זאגן אז די פרויען אין מיין סביבה זענען צוטיילט אויף דריי:
1)די פרומע עולם: גייען אנגעטון יאנטשי, אין פארפרומט
2)די מיטלגאטיגע עולם: גייט אנגעטון שיין און נארמאל
3) די באלבאטישע עולם: גייין אנגעטון גאר שיין.

עס איז אויך דא פון די וואס זענען עקסטרים אויף ביידע זייטן, עס זענען דא די גאר פרומע וואס גייען אנגעטון ממש גרויליג, און אין שווארצן. אויך איז דא די אנדערע עקסטרים פרויען וואס זענען כמעט דראפ-אוטס, זיי גייען אנגעטון טייט און כמעט אויסגעלאסן.. פון די צוויי עקסטרימס רעד איך נישט.

סוי וואס איז די גדר, מעג איך גיין אנגעטון ווי גרופע נומער 3, ווייל עס איז דא א שיינע פראצענט עולם וואס גייט אזוי? אדער ניין, מען מוז זיין עוורעדזש?

פאלקאוויטש123 » פרייטאג אקטאבער 16, 2020 1:24 pm

· #460545
וואס איז מיט שמאלע טייטע הויזן ביי די זכרים??
לעצטנס איז עס געפערליך אריינגעכאפט די שמאלע הויזן ביי די היימישע חסידישע קינדער
וואס האלט די עולם ?

ישעיה » פרייטאג אקטאבער 16, 2020 1:33 pm

· #460546
[ציטאט אראפגענומען]

(הוא הוא, מענער האבן דאך אויך בריסטן)

טראמפ'ס עדווייזער » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 4:05 am

· #460737
Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות
בת קול
די פליכט איז אויפן מאן זיך צו היטן די אויגן. פרויען ארום אנדערע פרויען זענען בכלל נישט מחייב צו גיין צניעות׳דיג.
דאכט זיך, אז דאס איז די איינציגסטע הלכה וואו מען צווינגט ארויף די גדר אויף די מענטשן וואס וואס האבן נישט די איסור.
אויב עס זענען דא מענער וואס קענען זיך נישט איינהאלטן די געדאנקען, אפשר זאלן זיי לייגן גדרים אויף זיך, אנשטאט לייגן אויף אנדערע.
בעניין צניעות איז דא צוויי איסורים איינס אויפן מאן און איינס אויפן פרוי. די איסור אויפן מאן איז "ולא תתירו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים אחריהם" און די איסור אויפן פרוי איז "וליפני עיוור לא תיתן מכשול" אלע הלכות בגדרי צניעות זענען געבויט אויף דעם, איז אויב ווילסטו וויסן וואס איז צניעות'דיג צו נישט קוק אויב די לבוש וכדו' קען צוברענגן צו זנות

Sent from my SM-G965F using Tapatalk

סאנטיאגא » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 9:13 pm

· #463372
[ציטאט אראפגענומען]

לויט דעם קומט אויס אז אויב מארגן דיסיידט א גרויסע מאדל אז זיך שערן די האר און טראגן א שפיצל און אנטוהן פאלם שטרימפ איז די נייע מאדע, און דאס ווערט די נייע גויאישע באוועגונג וועט אויסקומען אז די היימישע פרויען וועלן זיך מוזן לאזן וואקסן האר און אויסטוהן די שטרימפ ווייל די אלטעמאדישע באשיידנקייט איז גאר אויפפאלנד און ציעדיג...

סאנטיאגא » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 9:22 pm

· #463373
פאלקאוויטש123
וואס איז מיט שמאלע טייטע הויזן ביי די זכרים??
לעצטנס איז עס געפערליך אריינגעכאפט די שמאלע הויזן ביי די היימישע חסידישע קינדער
וואס האלט די עולם ?

טאקע א געפערליכע פריצות און די רעביצין טייטלבוים'ס און טווערסקי'ס דארפן זעהן צו האקן דערויף

moneyminded » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 11:57 pm

· #463383
Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות
עס איז דא חדרים ווי מען שיקט אהיים די אינגעלעך וועגן דעם

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
בלאט: 1 2