עס האט מיר איינרע געשיקט א גוגל דרייוו לינק צו א ביכל וואס הייסט 'ואלה תולדות'. דא איז מיין רעצענזיע, אבער איך האלט נאך נישט ביים סוף פון די בוך
עס האט מיר איינער געשיקט א
לינק צו א בוך 'ואלה תולדות' פון איינער וואס האט געהייסן יצחק יעקב (איטשע) ארליך און האט געוואוינט אין תל אביב בסוף ימיו. ער באשרייבט זיין לעבן אין פולין אין גאר א שיינע פשוט'ע לשוה"ק.
ער איז געווען א פלעמעניק פון דער אגודת אזוב, און א תלמיד פון זיין זון דער אבני נזר און זיין זון דער שם משמואל, וועמען ער האט ביידער געקענט, און די בוך איז פול מיט מימרא'לעך און מעשה'לעך פון זיי און זייער משפחה, מיט א מופת פון דער אבני נזר בתוך הדברים.
די ערשטע פופצן בלעטער איז זיין יחוס, וואס מ'קען כיפערן אנצוקומן צו זיין לעבענ'ס געשיכטע. ער שרייבט פון זיין מעשה קונדס אלס אינגעל, און וויאזוי ער איז געגאנגן אין ישיבה און ווייטער אנגעהאלטן די סארט הנהגה. עס זעט אויס אז ער האט געהאט ADHD, ווי ער האט געקענט לערנען אכט שעה אין א צי, ווי אויך שפרינגן און טאנצן און מאכן טראבל. ער שרייבט ווי ליל ששי נאך פינף שעה לערנען, האט מען געקיביצט מיט א סעודה ווי ער האט געגעסן מער ווי א גאנצע גענץ במו פיו.
זיין באשרייבונג פון זיין שידוך איז גאר אינטרעסאנט. זיין שווער האט ער געהאלטן פאר גאר א געלונגענער מענטש, און ווען די שידוך איז געקומן אויפ'ן טיש, האט דער בחור מחליט געווען אז ער וויל עס, און ממילא האט ער געשטערט יעדער אנדערע שידוך פראוו. די בריוו וואס האט באשריבן די שידוך, האט געהאט איין זאץ צום סוף אז די כלה ליידט פון א פראבלעם אויף די אויגן, זי האט א פאזעל (squint), און ער האט אויסגעשניטן די חלק פון בריוו איידער זיין עלטערן האבן עס געליינט, כדי זיי זאלן נישט וויסן דערפון און נישט וועלן די שידוך. אלס חתן האט מען אים געווארענט נישט צו מאכן די שידוך, און די בריוו האט ער אויך פארהוילן פון זיין עלטערן ביז צום שבת האויפרוף, און אלס ווייל דער שווער האט געהאט אזא גוטע נאמען. במשך די דריי יאר וואס ער איז געווען א חתן, האט ער קיין אויג נישט געלייגט אויף די מדוברת.
נאך א פאר יאר קעסט, איז ער געגאנגן זוכן ארבעט, און ער איז געווארן א וואלדס סוחר, ווי ער האט געוואוינט אין וואלד און פארקויפט האלטץ פאר דער שוכר פון דער וואלד. ער באשרייבט די עלענדקייט פון וואוינן אליינס, מיט נאר זיין משפחה און נאך א איד און דער מלמד פאר זיין קינדער. ברמיזה דערמאנט ער זיין זון 'זאב-נחום' וולאדיסלאב נחום, וואס האט אים געמאכט פיל צרות, און יתן ה' ויחזור בתשובה, אבער מער וויל ער נישט שרייבן.
די לעבן פון א וואלד'ס סוחר איז אביסל באשריבן אין די בוך "אין פוילישע וועלדער" אבער עס איז זייער שווער פאר איינער פון אונז דאס פארצושטעלן.
צום סוף איז ער געגאנגן וואוינען אין זבריצ'ה, ווי ער האט געהאט א געשעפט פאר שיך. ער באשרייבט די פטירה פון זיין ווייב אין די באקאנטע מגיפה פון תרנ"ד מיט בכיות און קלעם, ווי מ'האט פארשפרייט זיין פיר קינדער צווישן די משפחה און זיין לעבן איז פינסטער געווארן. כיון שמתה אשתו ראשונה של אדם עולמו חשך בעדו.
דערנאך איז געקומן די זיווג שני. וואס קען מען זאגן? אזא מעשה האב איך מיין לעבן נישט געהערט. מ'האט געכאפט א יונגערמאן פון די זיבען און צוואנציג און מער ווייניגער אים געצווינגן חתונה צו האבן מיט א פרוי וואס ער האט געזען אז זי איז נישט פאר אים, און אונטער'ן חופה האט ער זיך געצווייפעלט צו ער זאל אנטלויפן צו נישט. צום סוף האט ער געזוכט א וועג פטור ווערן פון איר, און ער האט געהאט קונצ'ן וכדו' עיי"ש.
המשך יבא בל"נ