☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סייבער אטאקע אויף אויסטראליע!

סייבער אטאקע אויף אויסטראליע!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13956

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 18, 2020 8:26 pm

· #452149
סייבער אטאקע אויף אויסטראליע!
די אויסטראליער פרעמיער מיניסטער מיסטער מאריסאן האט פריער ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט און ערקלערט אז אין די לעצטע עטליכע חדשים שטײט אויסטראליע אויס א נאכאנאנד שטייגענדע סייבער אטאקע אויף אירע פארשידענע גאווערנמענט טיילן און ביזנעסער!

ער זאגט אז די אופן וויאזוי דאס ווערט אדורכגעפירט צייגט קלאר אז דאס קומט פון א גרויסע פארגעשריטענע מאכט, "און נישט צופיל לענדער האבן די מעגליכקייט דאס אדורכצופירן" ממילא ווייסט ער אז דאס קומט פון א לאנד. "אבער מיר קענען נאכנישט זאכן מיט א זיכערקייט וועלכע לאנד שטייט דערונטער".
ער האט צוגעלייגט אז ווי ווייט זיי ווייסן האט דאס נאכנישט געפירט צו קיין פאקטישע שאדן ביזדערווייל.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 18, 2020 10:46 pm

· #452166
ביז היינט זענען דא 3 לענדער וואו די העקינג אפערעישאנס זענען געשטיצט דורך די .גאווערנמענט. רוסלאנד. טשיינע און נארטה קארעא. א יעדע איינע פאר אנדערע מאטיוון. רוסלאנד וועלכע זענען (ליידער) מער פארגעשריטן אין קאמפיוטער טעכנאלאגיע אפילו פון אמעריקע טוט עס פאר פינאנציעלע מאטיוון. סייבער קריים. צו גנבנ'ען דעיטא פון פרייוועט מענטשן און קאמפעניס. טשיינע טוט עס צו גנב'ן ציווילע און מיליטערישע טעכנאלאגיע. נארטה קארעא טוט עס פשוט פאר טעראריזם...!

גראף » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:13 pm

· #452168
Re: סייבער אטאקע אויף אויסטראליע!
נארט קארעא טוט עס אויך פאר געלט. איראן האט אויך א גאנצע סייבער אפטיילונג וואס מאכט פראבלעימען. מדינת ישראל קאן גוט גוט די מלאכה. אמריקע פירט גאנצע מערכות און שרייט אז יענער מאכט סייבער אטאקעס... גארנישט קיין מפיל קינדער. (סארי @מפיל )

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

יודישע שרייבער » פרייטאג יוני 19, 2020 12:44 am

· #452195
@berlbalaguleh, וואס איז מיט איראן?

אופס, @גראף האקט...

פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 19, 2020 12:46 am

· #452196
Re: סייבער אטאקע אויף אויסטראליע!
berlbalaguleh
ביז היינט זענען דא 3 לענדער וואו די העקינג אפערעישאנס זענען געשטיצט דורך די .גאווערנמענט. רוסלאנד. טשיינע און נארטה קארעא. א יעדע איינע פאר אנדערע מאטיוון. רוסלאנד וועלכע זענען (ליידער) מער פארגעשריטן אין קאמפיוטער טעכנאלאגיע אפילו פון אמעריקע טוט עס פאר פינאנציעלע מאטיוון. סייבער קריים. צו גנבנ'ען דעיטא פון פרייוועט מענטשן און קאמפעניס. טשיינע טוט עס צו גנב'ן ציווילע און מיליטערישע טעכנאלאגיע. נארטה קארעא טוט עס פשוט פאר טעראריזם...!
איך ווייס נישט פארוואס די זאגסט אז רוסלאנד איז שטערקער, פארשטייט זיך אונז ווייס מיר נישט וואס גייט פאר אין מיליטער, אבער ווען סנאודען האט ארויסגעליעקט זיינע פאפירן 8 יאר צוריק האט זיך ארויסגעשטעלט אז אמעריקע איז געווען אויסטערליש פארגעשריטן אין דעם תחום מער פון אלע לענדער, און דאס איז די ען.עס.עי. די סי איי עי און מיליטער איז פשטות ווייטער.


נארט קארעא טוט עס בעיקר פאר געלט (און דערפאר שטייען זיי אונטער די גרעסטע קריפטא העקערייען)

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 19, 2020 3:09 pm

· #452259
פאליטיקאנט: איך ווייס נישט וואס ס'טוט זיך ביים די מיליטערישע אינטעללידזשענס. איך האף צו אייבישטן אז אמעריקע איז דארט מער פארגעשריטן ווי די פארדארבענע רעגירונגען. נאר אין סיוויליען לעבן, האב די רוסן זייער שטארק פארגעשריטענע לעבס וועלכע טוען אלע העקינג אפעראציעס פון דעיטא פון פרייוועט מענטשן און קארפארעישאנס. נאר די מאטיוו איז דא קריים. פאר פראפיט...!

איראן זענען טאקע אויך סייבער קרימינאלס. אבער זייער וויסנשאפט קומט נישט צו רוסלאנד אדער טשיינא. אדע מדינת ישראל...!