דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #13948
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13948
א געוויסע תקופה אין מיין לעבן בין איך זייער נאנט געווען מיט איהם,
יהא זכרו ברוך.
יהא זכרו ברוך.
אויף א ת"ח שלא נספד כהלכה זאגן חז"ל שרעקליכע זאכן.
דער עולם דא קוקט נישט אויס אינטרעסירט, אבער דער איז געווען א זעלטענער צדיק וקדוש, ת"ח ועובד ה'. געווען יארן לאנג א מגי"ש אין ישיבה סאטמאר בק"י, מיט טויזענטער תלמידים הגונים.
די וועלט האט פארלוירן אן אמאליגער צדיק. הצדיק אבד לדורו אבד.
פאר מער, קענט איר קוקן אין אייוועלט.
ובזה יצאתי ידי הספדי, האפענטליך כהלכה.
דער עולם דא קוקט נישט אויס אינטרעסירט, אבער דער איז געווען א זעלטענער צדיק וקדוש, ת"ח ועובד ה'. געווען יארן לאנג א מגי"ש אין ישיבה סאטמאר בק"י, מיט טויזענטער תלמידים הגונים.
די וועלט האט פארלוירן אן אמאליגער צדיק. הצדיק אבד לדורו אבד.
פאר מער, קענט איר קוקן אין אייוועלט.
ובזה יצאתי ידי הספדי, האפענטליך כהלכה.
זייער אסאך תלמידים רעדן מיט א געוואלדיגע רעספעקט והערצה, און אנגעהאלטן א נאנטע קשר פאר לאנגע יארן נאך וואס מען איז ארויס פון ישיבה
שמעקעדיגאויף א ת"ח שלא נספד כהלכה זאגן חז"ל שרעקליכע זאכן.
דער עולם דא קוקט נישט אויס אינטרעסירט, אבער דער איז געווען א זעלטענער צדיק וקדוש, ת"ח ועובד ה'.
א ת"ח שלא נספד כהלכה טויג טאקע נישט.
איך בין שטארק אינטערעסירט, אבער צוערשט וויל איך וויסן אויב "א זעלטענער צדיק וקדוש" מיינט איינער וואס איז אויסגעארבעט סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו, צי ס'איז גענוג צו זיין אויסגעארבעט בין אדם למקום צו בארעכטיגן דעם טיטל, און צו דארפן מספיד זיין כהלכה אזא ת"ח.
ארי נוהם: איך רעד בדרך כלל. איינער וואס איז אויסגעארבעט אין די מידות פון בין אדם למקום,. איז געוונליך אויך אויסגעארבעט אין די מידות פון בין אדם לחבירו. אזוי שטייט אין פרקי אבות..."כל שרוח הבריות נוחה הימנו, רוח המקום נוחה הימנו. וכל שאין רוח הבריות נוחה הימנו, אין רוח המקום נוחה הימנו"...!
ער הייסט פשטות נאכן זיידען דער בעל שומרי אמונים, האט ער זיך אויך געפירט ווי אים באדמו״רית?
ארי נוהםאיך בין שטארק אינטערעסירט, אבער צוערשט וויל איך וויסן אויב "א זעלטענער צדיק וקדוש" מיינט איינער וואס איז אויסגעארבעט סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו, צי ס'איז גענוג צו זיין אויסגעארבעט בין אדם למקום צו בארעכטיגן דעם טיטל, און צו דארפן מספיד זיין כהלכה אזא ת"ח.
ווי געשריבן, איך האב איהם געקענט פון זייער נאנט, ער פלעגט אסאך רעדן און מעורר זיין וועגן עניינים שבין אדם לחבירו.
(בנוגע וואס דו פראבירסט מרמז זיין, חז"ל שרייבן שוין *אין אדם נתפס על צערו*).
איינע פון די עיקר מעלות וואס איך האב געגליכן אין איהם איז זיין פשטות, אנדערש ווי זיינע ברידער פלעגט ער דייקא נישט פליען אין די הימלען. ער האט גערעדט וועגן זייער פשוט'ע זאכן, און זיינע תורות זענען אייביג געווען זייער פשוט און למעשה'דיג.
זייער אסאך אידן האבן געזעהן אין איהם א דמות למופת, ער איז געווען א נחבא אל הכלים און א שטילער מענטש.