☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » לויבאוויטשער רבי - קנאי אדער ציוני אדער ניטראל?

לויבאוויטשער רבי - קנאי אדער ציוני אדער ניטראל?

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13943
בלאט: 1 2

קאמפאט » מאנטאג יוני 15, 2020 6:42 pm

· #451763
לויבאוויטשער רבי - קנאי אדער ציוני אדער ניטראל?
איך וויל אויף-מערקזאם דער ציבור אויף א זאך וואס איז נישט אזוי באוויסט אויף דער לויבאוויטשער אדמו"ר. אזוי ווי עס ווערט ארויס געברענגט מכתביו און אמריו, איז ער נישט געווען א קליינער 'קנאי' בדעותיו. בכל אופן נאך אסאך און אסאך א שענערע קנאי פון אנדערע אדמורי"ם מפורסמים בדורו ובדורותינו. איך בון דא מצרף, צום ערשטן, א בריעף וואס ער שרייבט צו באקאנטער שרייבער שלמה יוסף זעווין אויף דו איסור חמור פון זיין פארבינדען מיט דער רעגירונג און אר"י. דער צווייטער בריעף איז ענטפער פאר דער זעלבער זעווין אויף זיין ווינדער אז עס איז ביי עם א "חידוש" אז דער לויבאוויטשער זאל אזוי שטארק אסר'ן דו ממשלה און קואליציא זייערע. דער עולם זאלל אריין בליקן און זעהן קלאר דער שארפקייט פון עם קעגן דו ממשלה און אר"י.

📎 אגרות קודש 3.pdf📎 אגרות קודש 2.pdf📎 אגרות קודש 1.pdf

נאך ברענג איך יעצט איבער דו שארפקייט זיינער קעגן דו מיליטער און אר"י

📎 צבא_חב''ד.jpg

גענוג ראיות האבן מיר ביז יעצט אז דער דערמאנטער לויבאוויטשער רבי איז נישט געווען פארכאפט און ציונות בכלל נישט און אפילו זעהר נאנט קיין שיטת סאטמאר.

אויב עמיצער איז חולק, אדער האלט אנדערס אדער וויל צו-לייגן, איז ער באשטעלט זאגען זיין מיינונג בכבוד גדול
📎 צבא_חב''ד.jpg

כרם זית » מאנטאג יוני 15, 2020 6:58 pm

· #451766
קאמפאט טייערע ווי עס זעט אויס ביזטו אין סאטמאר אויפגעוואקסן און אז דו טרעפסט עפעס קנאות ביים אדמו''ר השביעי מחב''ד איז עס ביי דיר העדליינס. דער ליובאוויטשער זצ''ל האט געהאט אויף יעדע זאך אין יודישקייט א תורה שלימה און איז קיינמאל געבליבן שטיל.
און בדרך אגב ר' שלמה יוסף זעווין איז אויסער א שרייבער געווען א גרויסע ת''ח און רב אינדערהיים.

חסידישער_ספקן » מאנטאג יוני 15, 2020 7:21 pm

· #451769
קענסט אפשר קודם מגדיר זיין וואס מיינט א קנאי, און דערנאך פראבירן צו חוקר זיין דעת האדמור מהרממ מליובאוויטש זי"ע.
ער איז געווען קעגן יעדן סמל שילטון המדינה, אבער מעודד געווען בחירות צו די פארטיי וואס וועט היטן די דריי שלימות.
געשריבן די שארפסטע קעגן גיין אין מיליטער, אבער לוחם כנגד חזרת שטחים אפילו במשהו.
געהאלטן און מבאר געווען אז ששת הימים איז געווען ניסים שאי אפשר לתאר, אבער עס אויסגענוצט צו מאכן בעלי תשובה.
ודוגמאות רבות יש.
ער איז געווען א תקיף, קנאי ולוחם להפיץ דעותיו, והצליח מער ווי סיי וועלכע מנהיג.
אבער לפי שיטת סאטמר כנראה אין זה קנאות.

קאמפאט » מאנטאג יוני 15, 2020 7:29 pm

· #451770
איך האב נישט געזאגט אז ער איז סאטמאר אין גאנצען, אבער נעבען דו גערע אדמורי"ם אדער וויזשניצער ב"ב אדמורי"ם, איז ער א וודאי מער שארפער און קנאי ווי זיי. איין גרויסער חילוק האט ער געהאט פון סאטמאר איז אויף דו החזרת שטחים, וואס דאס איז א באזונדערע מחלוקת.
פון זיינער בריוועלעך צו דער שלמה יוסף זעווין לערן איך ארויס, אז היינט צו טאג וואלט ער א וודאי מורה געווען נישט גיין וועלען.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 15, 2020 7:35 pm

· #451771
קאמפאט
פון זיינער בריוועלעך צו דער שלמה יוסף זעווין לערן איך ארויס, אז היינט צו טאג וואלט ער א וודאי מורה געווען נישט גיין וועלען.

זאגט ווער? א סאטמארער... און פארשטייט זיך אליינס אז די חבד'סקע זאגן אז היינט צו טאגס וואלט רבינו הקדוש מסאטמאר א וודאי מורה געווען יא גיין וועלען, קלו וקלו שטיות במיץ עגבניות.

חסידישער_ספקן » מאנטאג יוני 15, 2020 7:38 pm

· #451772
קאמפאט
איך האב נישט געזאגט אז ער איז סאטמאר אין גאנצען, אבער נעבען דו גערע אדמורי"ם אדער וויזשניצער ב"ב אדמורי"ם, איז ער א וודאי מער שארפער און קנאי ווי זיי. איין גרויסער חילוק האט ער געהאט פון סאטמאר איז אויף דו החזרת שטחים, וואס דאס איז א באזונדערע מחלוקת.
פון זיינער בריוועלעך צו דער שלמה יוסף זעווין לערן איך ארויס, אז היינט צו טאג וואלט ער א וודאי מורה געווען נישט גיין וועלען.

אזעלכע שטותים צו רעדן....
די אדמורי גור וויזניץ ז"ל האבן די זעלבע נישט מתיר געווען צו זיין אין ממשלה. איך וואלט געוואלט זעהן א דוגמא בפועל וועלכע זאך אדמורי גור וויזניץ זצל האבן געלאזט מיר ווי אים.
בנוגע דיין סברא אז היינט וואלט ער נישט געלאזט גיין צו בחירות. נאר איינער וואס קען נישט תורתו, און געטראפן דריי בריוו קען רעדן אזעלכע שטותים. די ליובאווטשע רבי האט געהאט משנתו סדורה אז מען דארף טוהן וואס מקען. גיין בוחר זיין און זיך שלאגען צו זיין אויסגעהאלטן.
ולקינוח, הרב עובדי יוסף זצ"ל האט געזאגט ביי די לעצטע בחירות בחייו אז ער האט דורכגעלערנט כל ספרי בעל ויואל משה, וברור לו אז אם היה חי וואלט ער געצווינגען זיינע חסידים גיין צו די בחירות (צוליב די אלע אויפטוען להציל יהדות ספרד).

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 15, 2020 7:42 pm

· #451773
חסידישער_ספקן
ולקינוח, הרב עובדי יוסף זצ"ל האט געזאגט ביי די לעצטע בחירות בחייו אז ער האט דורכגעלערנט כל ספרי בעל ויואל משה, וברור לו אז אם היה חי וואלט ער געצווינגען זיינע חסידים גיין צו די בחירות.

כ'ווייס נישט צו ער האט עס טאקע געמיינט ערנסט, ס'איז זייער מסתבר אז ער האט געמיינט דערמיט צו טרייבן לצנות פון קאמפאוט'ס שיטה, בכל אופן איז עס א גוטס. 😂

חסידישער_ספקן » מאנטאג יוני 15, 2020 7:46 pm

· #451775
רביה''ק זי''ע
חסידישער_ספקן
ולקינוח, הרב עובדי יוסף זצ"ל האט געזאגט ביי די לעצטע בחירות בחייו אז ער האט דורכגעלערנט כל ספרי בעל ויואל משה, וברור לו אז אם היה חי וואלט ער געצווינגען זיינע חסידים גיין צו די בחירות.

כ'ווייס נישט צו ער האט עס טאקע געמיינט ערנסט, ס'איז זייער מסתבר אז ער האט געמיינט דערמיט צו טרייבן לצנות פון קאמפאוט'ס שיטה, בכל אופן איז עס א גוטס. 😂

הער צו זיינע דרשות בנושא בחירות. עס איז אים געווען בנפשו. ער האט פרום געמאכט גאנץ יהדות ספרד מיט די געלד וואס ער האט געבויט מוסדות שולן און מקוואות. איך גלייב ער האט דאס געמיינט ערנסט לפי די סברות בספרי בעל ויואל משה. נישט אויב ער האט אים געקענט און געוויסט אז ער וואלט זיין מיינונג נישט געטוישט...

קאמפאט » מאנטאג יוני 15, 2020 7:50 pm

· #451777
איטשע מאיר לעווין פון דו גערע פארטיי איז געווען א מיניסטער און זייערע רעגירונג...
דריי מיך נישט ארום און ארום, שטייט אש שחורה ע"ג לבנה, דו קואליציע איז אסור מדינא דשו"ע כדברי הלויבאוויטשער. היינט צו טאג וואס דו אגודיסטן זיצן און דו קואליציע מיט א ברייטקייט, און אויך גענומען אויף זיך א מיניסטער טוטל, וואלט מן היושר געווען אז דער לויבאוויטשער זאל אסר'ן דו וועלען. אויב עס איז אסור מדינא דשו"ע כדבריו המפורשים - איז אסור! אן קיין חכמות!
אויף ר"ע יוסף'ס ווערטער, מן הסתם האט ער גילערנט אפאר בלעטער און ויו"מ אדער דער ילקוט אמרים קיצור הויו"מ, און האט נישט געקענט דו לעבן געשיכטע פון דער מחבר און פון דעם איז ער געקומען צו דער דזאוק סברא זיינער.

כרם זית » מאנטאג יוני 15, 2020 8:02 pm

· #451780

דער ליובאוויטשער האט געהאלטן אז כאטש עס איז אסור צו זיין אין די קאליציע, איז אבער נישט אסור צו וועלן. אדרבה עס ליגט א חיוב צו וועלן פאר די מערסט אויסגעהאלטנע קאנדידאט (אפילו אויב עס איז בבחינת בוחר הרע במיעטו). ממילא איז נישט קיין חילוק נעכטן צי היינט.

חסידישער_ספקן » מאנטאג יוני 15, 2020 8:14 pm

· #451781
קאמפאט
איטשע מאיר לעווין פון דו גערע פארטיי איז געווען א מיניסטער און זייערע רעגירונג...
דריי מיך נישט ארום און ארום, שטייט אש שחורה ע"ג לבנה, דו קואליציע איז אסור מדינא דשו"ע כדברי הלויבאוויטשער. היינט צו טאג וואס דו אגודיסטן זיצן און דו קואליציע מיט א ברייטקייט, און אויך גענומען אויף זיך א מיניסטער טוטל, וואלט מן היושר געווען אז דער לויבאוויטשער זאל אסר'ן דו וועלען. אויב עס איז אסור מדינא דשו"ע כדבריו המפורשים - איז אסור! אן קיין חכמות!
אויף ר"ע יוסף'ס ווערטער, מן הסתם האט ער גילערנט אפאר בלעטער און ויו"מ אדער דער ילקוט אמרים קיצור הויו"מ, און האט נישט געקענט דו לעבן געשיכטע פון דער מחבר און פון דעם איז ער געקומען צו דער דזאוק סברא זיינער.

איך האב נישט געוואלט אריין אין א לאנגע דרשה אויף דעת האדמור מליבאוויטש אויף די בחירות. אבער אז משרייבט אזעלכע שטותים אין ברירה אלא לצטט:
לשיטתך (עוד מעט וועל איך אריין אין די פרטים) האט אגודת ישראל רביים מתיר געווען איצע מאיר לוין צו זיין א שר. ער איז געווען א שר מקום המדינה ביז תשי"ב. איז לאמיר זעהן בריוון פון יעני יארן.

בכ"ד בסיוון תשי"א (אגרות-קודש כרך ד' עמוד שמה. וראה גם שם עמודים שפ, שצב, שצה):
על של עתה באתי להדגיש .. על החוב והזכות קדוש, אשר כל אחד מהחרדים ויראים לדבר ה' צריך להשתתף בבחירות, הן בעצמו והן בהשפעה על זולתו, להצביע בעד הרשימות החרדיות ביותר, שלא ילך לאיבוד אפילו קול אחד.
והנני מוסר בזה רשות ויפוי-כוח לפרסם את דעתי בכל התוקף ובכל החוזק, אשר על כל אחד ואחת מיראי ה' וחושבי שמו לעשות ככל יכלתו להרבות מספר המצביעים בעד הרשימות החרדיות ביותר.

לאמיר מצטט נאך מדבריו וואס מיינט קנאות בענין הבחירות:
אגרות קודש' כרך יא עמודים קסז-ח:
אנו אין לנו אלא דברי נשיאינו, היינו כ"ק מו"ח אדמו"ר, אשר גם עתה עומד במרום ומשמש וגם כאן, ולהבחירות לכנסת הראשונה ציווה והשתדל שישתתפו בהם, שמזה מובן שלא רק שמותר הדבר אלא שמחוייבים בזה.
דברים אלה מופנים לאנ"ש, וכך צריכים לנהוג גם כל שאר האזרחים המחזיקים ברשותם תעודות זהות, המשלמים מיסים ואגרות המים וכו' (שם) וכן המשתמשים בבולי הדואר (שם עמ' רנג).
ידוע פסק תורתינו הקדושה, לעולם יראה עצמו שקול וכו' וכל העולם שקול, ובעניין הבחירות, הרי לפעמים על-ידי קולות בוחרים מתי-מספר יכולה להשפיע במשך הזמן שלא תתקבל איזה גזירה או גם לבטל מהגזירות הקיימות כבר, ומי הוא זה בימינו אלה היכול לומר אני את נפשי הצלתי.
ושם עמוד קסח: כי האחריות הרובצת על כתפיו של איש שהוא בעל השפעה  ("וממנו רואים וכן עושים עוד אחרים") גדולה במיוחד, ובמקרים של חקיקת חוקים בלתי רצויים "הרי תקלת הרבים, חס ושלום, תלויה גם בו".
מוסיפים עוד כמה נציגים (דעפוטאטען) מה'כופרים', והם מכריזים על זה בחוץ לארץ וגם בארץ הקודש ת"ו שזהו ראיה מוכחת על רוב דיעות באה"ק ת"ו ואין לך חילול השם גדול מזה. ואם [=כדברי ה'קנאים' בטענתם כנגד ההשתתפות בבחירות] זהו מג' עבירות הנ"ל - הרי אין תירוץ שיוכלו לקחת [='מסים'] בעל-כרחם.
במה שנוגע לעשיריות אלפים או גם מאות אלפי של בני-ישראל שיוכלו לקיים בנקל יותר מצוות אלקינו בחיי יום יומים - הרי דווקא בזה משתמשים בקנאות שאינה במקומה כלל.

אזוי איז דא בריווען פון אים כל ימי חייו אויף די חוב פון גיין צו בחירות מחמת כמה טעמים. און אזוי טוען אלי ההולכים בדרכיו.

אזעלכע שטותים צו זאגן אויף הרב עובדיה. האי גאון האט געקענט יעדן ספר פון דעקלצו דעקל, טראכסטו אז ער האט געזאגט ליגענט? ער האט געהאלטן ווי רוב מנין ובנין מגדולי ישראל אז דאס האט מיט הלכה גארנישט.
זעהט אויס אז ווייל די קוקסט א פערטל בריוו טראכסטו אז גדולי ישראל טוען אויך אזוי.
בנוגע איצה מאיר לוין, תשיב איז געווען א החלטה פון אלה רביים פון אגודה נישט צו אריין מער אין קואליציה. ביז הרב שך האט דאס געטוישט, און אפילו נאכדעם האט נאך האדמור מליבאוויטש מעודד געווען בחירות בפרט תשמט.

ליידער היינט איז דא א שר כפי דעת האדמור מגור הנוכחי כנגד רוב חברי במועצת.

אם ברצונך לענות, נא לענות במציאות, לא בסברות כרסיות שבוודאי ויואל משה היה צודק.....

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 15, 2020 8:17 pm

· #451784
קאמפאט
אויף ר"ע יוסף'ס ווערטער, מן הסתם האט ער גילערנט אפאר בלעטער און ויו"מ אדער דער ילקוט אמרים קיצור הויו"מ, און האט נישט געקענט דו לעבן געשיכטע פון דער מחבר און פון דעם איז ער געקומען צו דער דזאוק סברא זיינער.

דיין סברא איז פונקט אזא דזאוק. מן הסתם האסטו נאר געליינט אפאר בריוון פונעם חבד'סקער רבי און דו קענסט נישט זיין לעבנ'ס געשיכטע וכו' וכו'...

שאראש-פאטאק » מאנטאג יוני 15, 2020 8:21 pm

· #451785
<a class="postlink" href="http://chabadpedia.co.il/index.php/">http://chabadpedia.co.il/index.php/</a>יואל_טייטלבוים#cite_note-12

שאראש-פאטאק » מאנטאג יוני 15, 2020 8:22 pm

· #451786
אגרת מענה חכם
<a class="postlink" href="http://chabadpedia.co.il/images/d/dd/">http://chabadpedia.co.il/images/d/dd/</a>ספר_מענה_חכם.pdf

שאראש-פאטאק » מאנטאג יוני 15, 2020 8:22 pm

· #451787
נגד מענה חכם א
<a class="postlink" href="https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=177005&pagenum=148">https://tablet.otzar.org/he/book/book.p ... agenum=148</a>

שאראש-פאטאק » מאנטאג יוני 15, 2020 8:23 pm

· #451788
נגד מענה חכם ב
<a class="postlink" href="https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=177007&pagenum=114">https://tablet.otzar.org/he/book/book.p ... agenum=114</a>

שאראש-פאטאק » מאנטאג יוני 15, 2020 8:23 pm

· #451789
נגד מענה חכם ג
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/17jITA60pQzmbP7oYoxMtVQ_E52jLfE8K/view">https://drive.google.com/file/d/17jITA6 ... LfE8K/view</a>

חסידישער_ספקן » מאנטאג יוני 15, 2020 8:34 pm

· #451792
@שאראש-פאטאק די אשכול איז געווידמעט על דעת האדמור מליובאוויטש, לא בכלל על ענין הציונות.

שאראש-פאטאק » מאנטאג יוני 15, 2020 8:53 pm

· #451793
שאראש-פאטאק
אגרת מענה חכם
<a class="postlink" href="http://chabadpedia.co.il/images/d/dd/">http://chabadpedia.co.il/images/d/dd/</a>ספר_מענה_חכם.pdf

file:///C:/Users/diver/Downloads/ספר_מענה_חכם.pdf

שאראש-פאטאק » מאנטאג יוני 15, 2020 8:56 pm

· #451795
חסידישער_ספקן
@שאראש-פאטאק די אשכול איז געווידמעט על דעת האדמור מליובאוויטש, לא בכלל על ענין הציונות.

ביטע קיקט איבער ווי אזוי די אשכל הייסט

שאראש-פאטאק » מאנטאג יוני 15, 2020 8:57 pm

· #451796
שאראש-פאטאק
חסידישער_ספקן
@שאראש-פאטאק די אשכול איז געווידמעט על דעת האדמור מליובאוויטש, לא בכלל על ענין הציונות.

ביטע קיקט איבער ווי אזוי די אשכל הייסט

אלעס וואס איך האב ארויף געלייגט איז וואס ר' יואל כהן האט געשריבען בדעת לויבאוויטשער רבי צו ער האט יא געהאלטען ווי סאקמער אדער נישט

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 15, 2020 9:02 pm

· #451800
לגבי געוויסע זאכן האט ער געהאלטן ווי סאטמארער רב, צ.ב. ער האט געהאלטן אז מ'דארף דאווענען דריי מאל א טאג און אז מ'טאר נישט עסן חזיר. לגבי אנדערע זאכן האט ער געהאלטן אנדערש, צ.ב. ער האט געהאלטן אז מ'מעג גיין א פראק מיט א קנייטש.

חסידישער_ספקן » מאנטאג יוני 15, 2020 9:05 pm

· #451803
שאראש-פאטאק
שאראש-פאטאק
חסידישער_ספקן
@שאראש-פאטאק די אשכול איז געווידמעט על דעת האדמור מליובאוויטש, לא בכלל על ענין הציונות.

ביטע קיקט איבער ווי אזוי די אשכל הייסט

אלעס וואס איך האב ארויף געלייגט איז וואס ר' יואל כהן האט געשריבען בדעת לויבאוויטשער רבי צו ער האט יא געהאלטען ווי סאקמער אדער נישט

מסכים לגבי מענה חכם.
למען האמת, האב איך נישט געליינט יעצט די תשובות כנגדו. אבער לפי זכרוני איז עס אפצופרעגן דעת האדמור מליבאוויטש, ולא לבאר דעתו. נכון?

חסידישער_ספקן » מאנטאג יוני 15, 2020 9:06 pm

· #451804
רביה''ק זי''ע
לגבי געוויסע זאכן האט ער געהאלטן ווי סאטמארער רב, צ.ב. ער האט געהאלטן אז מ'דארף דאווענען דריי מאל א טאג און אז מ'טאר נישט עסן חזיר. לגבי אנדערע זאכן האט ער געהאלטן אנדערש, צ.ב. ער האט געהאלטן אז מ'מעג גיין א פראק מיט א קנייטש.

און ער האט געהאלטן אז א סאטמרע שהפך לליובאוויטשע אסור ללבוש פראק מיט א קנייטש...

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 15, 2020 9:10 pm

· #451805
טאקע נאך א זאך וואס ער האט געהאלטן אנדערש פון רביה"ק מסאטמאר, רבינו הקדוש האט געהאלטן אז איינער וואס שליסט זיך אן אין זיין פארטיי זאל טוישן זיין לבוש, ווידער ליובאוויטשער רבי האט געהאלטן אז מ'זאל דווקא נישט טוישן.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 15, 2020 9:28 pm

· #451807
כרם זית
קאמפאט טייערע ווי עס זעט אויס ביזטו אין סאטמאר אויפגעוואקסן און אז דו טרעפסט עפעס קנאות ביים אדמו''ר השביעי מחב''ד איז עס ביי דיר העדליינס. דער ליובאוויטשער זצ''ל האט געהאט אויף יעדע זאך אין יודישקייט א תורה שלימה און איז קיינמאל געבליבן שטיל.
און בדרך אגב ר' שלמה יוסף זעווין איז אויסער א שרייבער געווען א גרויסע ת''ח און רב אינדערהיים.

כרם זית: ניין. ס'איז זייער שטארק צום פאינט וואס קאמפאט טוט. אז ער ברענגט ארויס דעם פאקט אז דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל איז געווען א גרויסער קנאי אזוי ווי זיין שווער הגה"צ מהריי"צ זי"ע. ווייל די אלגעמיינע סאטמאר'ע פראפאגאנדע גייט אז ער איז געווען בשיטה א ציוני.

דער פאקט אז ער האט אויפגענומען זייער שיין די רעגירונגס פיהרערס פון מדינת ישראל ווען זיי זענען געקומען באזוכן ביי איהם, מיינט נישט אז ער איז געווען א ציוני. (רח"ל). נארוואס. ער האט מבחין געווען צווישן די אנפיהרערס וואס זענען אידן. און די מדינה אלס פאליטישע ענטיטי...!

חוקר ודורש » מאנטאג יוני 15, 2020 11:34 pm

· #451829
לויבאוויטשער רבי - קנאי אדער ציוני אדער ניטראל?
דער ליובאוויטשער רבי האט אויך געהאלטען אז די ציונים האבן עובר געווען אויף די שלש שבועות, און ער איז געווען גאר שארף קעגן די דעה אז מען האלט שוין היינט ביי אתחלתא דגאולה, אזוי אויך איז ער נישט געווען אזוי פארברענט פאר דעם ״מצוה״ פון ישוב ארץ ישראל בזמן הזה, קומט אויס אז פחות או יותר איז ער בדעה אחת מיט די מסקנה פון מאמר שלש שבועות און מאמר ישוב ארץ ישראל פון ספר ויואל משה.
אבער מיט דעם ספר על הגאולה איז ער גאר שטארק מחולק, און ער האט יא געזען נסים אין די מלחמת ששת הימים, און אויך אין אנדערע מלחמות פון די מדינה, און ער האט געהאלטען אז מען דארף לויבן דעם אייבערשטען אויף אלע ניסים און אויף דעם וואס ער האט אונז געגעבן די מדינה אלץ א מקום מקלט ופליטה פאר ביאת המשיח.
אזוי אויך האט דער ליובאוויטשער רבי מקרב געווען אלע אידן כולל די ראשי הממשלה פון די מדינה, און זיי מחזק געווען צו היטן אויף די גבולות הארץ און אויף די אידן אין א״י וכו׳, אזוי אויך איז ער געווען גאר שטארק קעגן צוריקגעבן שטחים, אזוי אויך האט ער זיך נישט משתתף געווען אין די אלע פראטעסטען קעגן די מדינה מחמת זיינע טעמים, אזוי ארום האט זיך ארויסגעשטעלט א בילד כאילו ער איז א שטיקל ציוני און זיין חסידים קענען זיך מצרף זיין מיט די עקסטרעם רעכטע לאגער אין א״י, אבער למען האמת שטייט ער גאר ווייט פון ציונות, און ווען הרב אוריאל צימר האט ארויסגעגעבן זיין ספר יהדות התורה והמדינה האט אים דער ליובאוויטשער רבי שפעטער געזאגט אז עס איז נישט גענוג שארף!
היי יאר ווען די מדינה האט געוואלט אז א די ליובאוויטשער שליח׳טע פון נפאל חני ליפשיץ זאל אנצינדען דעם ״משואה״ אויף יום העצמאות, האבן זי ליובאוויטשער דיינים צוריקגעהאלטען פון דעם ווי מען קען זען אין דעם בריוו דא אונטען.
ליובאוויטשער רבי מיט סאטמאר רב האבן זיך מכבד געווען און באזיכט איינער די אנדערע, און האבן פארשטאנען אז זיי האבן אנדערע וועגן אבער אז ביידע זענען קעגן ציוניזם.

@קאמפאט: עס וואלט נישט געשאדט אויב די לייגסט צו כאטש דעם טיטול ״רבי״ פאר הרב ש״י זווין מיט ר׳ איטשע מאיר, דער שינאווע רב שרייבט אין אבות אויף די משנה ״אל תהי בז לכל אדם״, אז אפי׳ א מענטש האט חסרונות, זאלסט נישט מבטל זיין דעם ״גאנצען״ מענטש.
📎 991B6F90-84FD-4FA8-82C8-257491E4B887.jpeg

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 15, 2020 11:40 pm

· #451831
"והאיך יעלה על לב אדם שהקב"ה עשה נסים לעבוד ע"ז. אין זה אלא כפירה גמורה וא"א לחשוב אחרת אלא שהוא כח הס"מ וחיילותיו." (ספה"ק על הגאולה עמוד ח')

mevakesh » מאנטאג יוני 15, 2020 11:43 pm

· #451833
חוקר ודורש
דער ליובאוויטשער רבי האט אויך געהאלטען אז די ציונים האבן עובר געווען אויפן שלש שבועות, און ער איז געווען גאר שארף קעגן די דעה אז מען האלט שוין היינט ביי אתחלתא דגאולה, אזוי אויך איז ער נישט געווען אזוי פארברענט פאר דעם ״מצוה״ פון ישוב ארץ ישראל בזמן הזה, קומט אויס אז פחות או יותר איז ער בדעה אחת מיט די מסקנה פון מאמר שלש שבועות און מאמר ישוב ארץ ישראל פון ספר ויואל משה.
אבער מיט דעם ספר על הגאולה איז ער גאר שטארק מחולק, און ער האט יא געזען נסים אין די מלחמת ששת הימים, און אויך אין אנדערע מלחמות פון די מדינה, און ער האט געהאלטען אז מען דארף לויבן דעם אייבערשטען אויף אלע ניסים און אויף דעם וואס ער האט אונז געגעבן די מדינה אלץ א מקום מקלט ופליטה פאר ביאת המשיח.
אזוי אויך האט דער ליובאוויטשער רבי מקרב געווען אלע אידן כולל די ראשי הממשלה פון די מדינה, און זיי מחזק געווען צו היטן אויף די גבולות הארץ און אויף די אידן אין א״י וכו׳, אזוי אויך איז ער געווען גאר שטארק קעגן צוריקגעבן שטחים, אזוי אויך האט ער זיך נישט משתתף געווען אין די אלע פראטעסטען קעגן די מדינה מחמת זיינע טעמים, אזוי ארום האט זיך ארויסגעשטעלט א בילד כאילו ער איז א שטיקל ציוני און זיין חסידים קענען זיך מצרף זיין מיט די עקסטרעם רעכטע לאגער אין א״י, אבער למען האמת שטייט ער גאר ווייט פון ציונות, און ווען הרב אוריאל צימר האט ארויסגעגעבן זיין ספר יהדות התורה והמדינה האט אים דער ליובאוויטשער רבי שפעטער געזאגט אז עס איז נישט גענוג שארף!
היי יאר ווען די מדינה האט געוואלט אז א די לעבאוויטשער שליח׳טע פון נפאל חני ליפשיץ זאל אנצינדען דעם ״משואה״ אויף יום העצמאות, האבן זי ליובאוויטשער דיינים צוריקגעהאלטען פון דעם ווי מען קען זען אין דעם בריוו דא אונטען.
ליובאוויטשער רבי מיט סאטמאר רב האבן זיך מכבד געווען און באזיכט איינער די אנדערע, און האבן פארשטאנען אז זיי האבן אנדערע וועגן אבער אז ביידע זענען קעגן ציוניזם.

@קאמפאט: עס וואלט נישט געשאדט אויב די לייגסט צו כאטש דעם טיטול ״רבי״ פאר הרב ש״י זווין מיט ר׳ איטשע מאיר, דער שינאווע רב שרייבט אין אבות אויף די משנה ״אל תהי בז לכל אדם״, אז אפי׳ א מענטש האט חסרונות, זאלסט נישט מבטל זיין דעם ״גאנצען״ מענטש.

איך בין מסכים מיט כמעט דיין גאנצע תגובה אבער צו זאגן אז סאטמער רב און לובאביטשער רבי האבן זיך מכבד געווען איינעם דעם אנדערן דאכט זיך איז נישט ריכטיג. הגם אין די ערשטע יארן איז עס אמת אבער שפעטער בעיקר נאך תשכז איז דער ריס געווען גאר טיעף פון ביידע זייטן און עס איז שווער צו זאגן אז עס איז געווען סיי ואספארא רעספעקט צווישן זיי

חוקר ודורש » מאנטאג יוני 15, 2020 11:43 pm

· #451834
רביה''ק זי''ע
"והאיך יעלה על לב אדם שהקב"ה עשה נסים לעבוד ע"ז. אין זה אלא כפירה גמורה וא"א לחשוב אחרת אלא שהוא כח הס"מ וחיילותיו." (ספה"ק על הגאולה עמוד ח')

אין אדם נתפס בשעת צערו

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 15, 2020 11:44 pm

· #451835
למעשה האט ער מודה געווען אז ס'האט געקענט זיין נסים נאר ס'איז געווען מעשה שטן.

פייסיס » מאנטאג יוני 15, 2020 11:56 pm

· #451836
רביה''ק זי''ע
למעשה האט ער מודה געווען אז ס'האט געקענט זיין נסים נאר ס'איז געווען מעשה שטן.

די קאסטענער באן איז זיכער געווען מעשי שטן

חוקר ודורש » דינסטאג יוני 16, 2020 12:04 am

· #451837
לויבאוויטשער רבי - קנאי אדער ציוני אדער ניטראל?
mevakesh

איך בין מסכים מיט כמעט דיין גאנצע תגובה אבער צו זאגן אז סאטמער רב און לובאביטשער רבי האבן זיך מכבד געווען איינעם דעם אנדערן דאכט זיך איז נישט ריכטיג. הגם אין די ערשטע יארן איז עס אמת אבער שפעטער בעיקר נאך תשכז איז דער ריס געווען גאר טיעף פון ביידע זייטן און עס איז שווער צו זאגן אז עס איז געווען סיי ואספארא רעספעקט צווישן זיי

די באזיכען זענען געווען פאר דעם.
סאטמאר מיט חב״ד האבן געהאט שלעכטע צייטען, זאגער גאר מיאוסע צייטען, ברוך השם מען האלט שוין דערנאך, די היינטיגע צוויי סאטמאר רבי׳ס רעדן נישט קעגן חב״ד, די חסידים הרג׳נען זיך שוין נישט, רבי אהרן דאווענט גאר אין א בית חב״ד ווען ער גייט קיין פלארידע אין באציעט זיך שיין צום ארטיגען חב״דסקער שליח, עס איז אנדערע צייטען.

חסידישער_ספקן » דינסטאג יוני 16, 2020 12:25 am

· #451841
ער האט מבחין געווען צווישן די אנפיהרערס וואס זענען אידן. און די מדינה אלס פאליטישע ענטיטי...!

וכמו שאמר: אני אוהב את הציונים ושונא את הציונות.

חסידישער_ספקן » דינסטאג יוני 16, 2020 12:29 am

· #451843
חוקר ודורש
דער ליובאוויטשער רבי האט אויך געהאלטען אז די ציונים האבן עובר געווען אויף די שלש שבועות, און ער איז געווען גאר שארף קעגן די דעה אז מען האלט שוין היינט ביי אתחלתא דגאולה, אזוי אויך איז ער נישט געווען אזוי פארברענט פאר דעם ״מצוה״ פון ישוב ארץ ישראל בזמן הזה, קומט אויס אז פחות או יותר איז ער בדעה אחת מיט די מסקנה פון מאמר שלש שבועות און מאמר ישוב ארץ ישראל פון ספר ויואל משה.
אבער מיט דעם ספר על הגאולה איז ער גאר שטארק מחולק, און ער האט יא געזען נסים אין די מלחמת ששת הימים, און אויך אין אנדערע מלחמות פון די מדינה, און ער האט געהאלטען אז מען דארף לויבן דעם אייבערשטען אויף אלע ניסים און אויף דעם וואס ער האט אונז געגעבן די מדינה אלץ א מקום מקלט ופליטה פאר ביאת המשיח.
אזוי אויך האט דער ליובאוויטשער רבי מקרב געווען אלע אידן כולל די ראשי הממשלה פון די מדינה, און זיי מחזק געווען צו היטן אויף די גבולות הארץ און אויף די אידן אין א״י וכו׳, אזוי אויך איז ער געווען גאר שטארק קעגן צוריקגעבן שטחים, אזוי אויך האט ער זיך נישט משתתף געווען אין די אלע פראטעסטען קעגן די מדינה מחמת זיינע טעמים, אזוי ארום האט זיך ארויסגעשטעלט א בילד כאילו ער איז א שטיקל ציוני און זיין חסידים קענען זיך מצרף זיין מיט די עקסטרעם רעכטע לאגער אין א״י, אבער למען האמת שטייט ער גאר ווייט פון ציונות, און ווען הרב אוריאל צימר האט ארויסגעגעבן זיין ספר יהדות התורה והמדינה האט אים דער ליובאוויטשער רבי שפעטער געזאגט אז עס איז נישט גענוג שארף!
היי יאר ווען די מדינה האט געוואלט אז א די ליובאוויטשער שליח׳טע פון נפאל חני ליפשיץ זאל אנצינדען דעם ״משואה״ אויף יום העצמאות, האבן זי ליובאוויטשער דיינים צוריקגעהאלטען פון דעם ווי מען קען זען אין דעם בריוו דא אונטען.
ליובאוויטשער רבי מיט סאטמאר רב האבן זיך מכבד געווען און באזיכט איינער די אנדערע, און האבן פארשטאנען אז זיי האבן אנדערע וועגן אבער אז ביידע זענען קעגן ציוניזם.

@קאמפאט: עס וואלט נישט געשאדט אויב די לייגסט צו כאטש דעם טיטול ״רבי״ פאר הרב ש״י זווין מיט ר׳ איטשע מאיר, דער שינאווע רב שרייבט אין אבות אויף די משנה ״אל תהי בז לכל אדם״, אז אפי׳ א מענטש האט חסרונות, זאלסט נישט מבטל זיין דעם ״גאנצען״ מענטש.

פחות או יותר בדעה אחת? בחירות, נעמען געלד פון די מדינה פאר מוסדות, גיין בשטחים הכבושים וכו וכו. אלע למעשה'דיגע זאכן האט ער געהאלטן אינגאנצן פארקערט. בנוגע "האידולוגיה" על שלש שבועות יש המון מחברי האגודה וואס האבן געהאלטן ווי די ויואל משה....

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 16, 2020 12:31 am

· #451844
ווער פון די חברי האגודה האט אנגענומען די שלוש שבועות להלכה?

חוקר ודורש » דינסטאג יוני 16, 2020 12:32 am

· #451845
Re: לויבאוויטשער רבי - קנאי אדער ציוני אדער ניטראל?
חסידישער_ספקן

פחות או יותר בדעה אחת? בחירות, נעמען געלד פון די מדינה פאר מוסדות, גיין בשטחים הכבושים וכו וכו. אלע למעשה'דיגע זאכן האט ער געהאלטן אינגאנצן פארקערט. בנוגע "האידולוגיה" על שלש שבועות יש המון מחברי האגודה וואס האבן געהאלטן ווי די ויואל
משה....

איה״נ, איך רעדט וועגן די נושא פון שלש שבועות מיט ישוב א״י.

חסידישער_ספקן » דינסטאג יוני 16, 2020 12:38 am

· #451849
רביה''ק זי''ע
"והאיך יעלה על לב אדם שהקב"ה עשה נסים לעבוד ע"ז. אין זה אלא כפירה גמורה וא"א לחשוב אחרת אלא שהוא כח הס"מ וחיילותיו." (ספה"ק על הגאולה עמוד ח')

והנה דברי האדמור מליובאוויטש זיע באגרות קודש כרך לא עמוד 11:
"הנני חוזר על דבריי הברורים – מבלי הבט על כל המלעיגים – אנשי הצבא שטסו לאוגנדה להציל את החטופים וה' הצליחם במשימתם. עשרות החיילים אשר חלקם בעולם הבא בלי שום ספק, משום שסיכנו חייהם להצלת יהודים ... מדובר ביהודים בעלי זכות גדולה שאין כמוה ... והראיה הכי טובה שה' יתברך הצליח בידם, ואותם למעלה ממאה חטופים נמצאים עתה במקום בטוח ... ואין לך נס גדול מזה בתקופה האחרונה.
ורחמנות גדולה על אלה שברצונם להעלים ולהסתיר את האלקות שנתגלתה בפרשה זו."

ער ריפט דעת בעל ויואל משה בעניין: רחמנות גדולה.

חסידישער_ספקן » דינסטאג יוני 16, 2020 12:41 am

· #451851
רביה''ק זי''ע
ווער פון די חברי האגודה האט אנגענומען די שלוש שבועות להלכה?

וואס הייסט להלכה? מייסד זיין א מדינה? אלע האבן געהאלטן סאיז אסור. ראה באריכות מכתבי קריינא דאיגרתא המבאר באריכות שאסור לייסד.
איינמאל די מדינה שטייט האבן אלע געהאלטן אז סאיז נישט נוגע להלכה ומותר ללכת לבחירות וכו בדיוק כדעת האדמור מליובאוויטש

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 16, 2020 12:41 am

· #451852
א. און דאס אז דער באשעפער האט צוגעלאזט פאר יאשקע צו באווייזן אזעלכע נסים איז דען נישט קיין אלוקות? 😛

ב. כ'האב נישט געזעהן דעם קריינא דאיגרתא, זאגט ער טאקע קלאר אז ע"פ הלכה טאר מען נישט מאכן קיין מדינה? בכל אופן איז פון דארט נישט קיין ראיה אויף אלע אנדערע גדולים.

ג. בכלל מישסטו אביסל אויס צווישן די שלוש שבועות און די איסור צו מאכן א מדינה (בהשפעת הויואל משה...), די זענען צוויי באזונדערע זאכן. מ'קען עובר זיין אויף די שלוש שבועות אן מאכן א מדינה, און מ'קען מאכן א מדינה אן עובר זיין אויף די שלוש שבועות.

פייסיס » דינסטאג יוני 16, 2020 12:42 am

· #451853
די גדולי הדור האבן נישט געהאלטן אז דער סאטמארער האט דאס אויבער ווארט בנוגע כלל ישראל, און נישט בחינם האט מען עהם פארשיקט פון זיין שליימער רב

פייסיס » דינסטאג יוני 16, 2020 12:43 am

· #451854
רביה''ק זי''ע
און דאס אז דער באשעפער האט צוגעלאזט פאר יאשקע צו באווייזן אזעלכע נסים איז דען נישט קיין אלוקות..?

האט דער סאטמארער געהאקט קעגן דעם אויך?

mevakesh » דינסטאג יוני 16, 2020 12:44 am

· #451855
חסידישער_ספקן
רביה''ק זי''ע
ווער פון די חברי האגודה האט אנגענומען די שלוש שבועות להלכה?

וואס הייסט להלכה? מייסד זיין א מדינה? אלע האבן געהאלטן סאיז אסור. ראה באריכות מכתבי קריינא דאיגרתא המבאר באריכות שאסור לייסד.
איינמאל די מדינה שטייט האבן אלע געהאלטן אז סאיז נישט נוגע להלכה ומותר ללכת לבחירות וכו בדיוק כדעת האדמור מליובאוויטש

נישט אלע, אסאך חסידישע רביס פארן קריג ווי למשל די ריזשינע רביס האבן געהאלטן אז א מדינה על פי תורה איז נישט קיין פראבלעם די ליטווישע בראשות רבי אלחנן וואסערמאן זענען גיווען אנטקעגן

חסידישער_ספקן » דינסטאג יוני 16, 2020 12:45 am

· #451856
חוקר ודורש
חסידישער_ספקן

פחות או יותר בדעה אחת? בחירות, נעמען געלד פון די מדינה פאר מוסדות, גיין בשטחים הכבושים וכו וכו. אלע למעשה'דיגע זאכן האט ער געהאלטן אינגאנצן פארקערט. בנוגע "האידולוגיה" על שלש שבועות יש המון מחברי האגודה וואס האבן געהאלטן ווי די ויואל
משה....

איה״נ, איך רעדט וועגן די נושא פון שלש שבועות מיט ישוב א״י.

שלש שבועות באופן מעשי כדעת בעל ויואל משה אז וועגן דעם מעג מען היינט נישט משתף זיין מיט קיין שום זאך מיט די מדינה וכו? דאכט זיך אז דעת בעל האדמור מליובאוויטש איז פונקט ווי די אגודה.
בנוגע יישוב ארץ ישראל בימינו, איז מיר נאכנישט אויסגעקומען לפי זכרוני צו זעהן אז האדמור מליובאוויטש האלט דלא כהאבני נזר. אדרבה ווייז מיר שיטתו ואשמח מאוד לדעת.

כרם זית » דינסטאג יוני 16, 2020 12:47 am

· #451857
פייסיס
די גדולי הדור האבן נישט געהאלטן אז דער סאטמארער האט דאס אויבער ווארט בנוגע כלל ישראל, און נישט בחינם האט מען עהם פארשיקט פון זיין שליימער רב

משא''כ סקווירא האט די ווארט איבער כלל ישראל אריינגערעכנט ווער סוואוינט אין די מייל.
(אנטשולדיג אז איך מאך שמוציג מיין מאל מיט אזאנע קליין קעפיגע ענינים (מקען נאכקוקן אלע מיינע הודעות צו זען אז דאס איז די ערשטע הודעה פון די סארט). אבער דאס איז בתורת מחאה זיך צו האלטן בכבודיג צו אונזערע גדולים, צי מאיז מודה צו זיי אויף אלעם צו נישט.)

פייסיס » דינסטאג יוני 16, 2020 12:51 am

· #451858
mevakesh
חסידישער_ספקן
רביה''ק זי''ע
ווער פון די חברי האגודה האט אנגענומען די שלוש שבועות להלכה?

וואס הייסט להלכה? מייסד זיין א מדינה? אלע האבן געהאלטן סאיז אסור. ראה באריכות מכתבי קריינא דאיגרתא המבאר באריכות שאסור לייסד.
איינמאל די מדינה שטייט האבן אלע געהאלטן אז סאיז נישט נוגע להלכה ומותר ללכת לבחירות וכו בדיוק כדעת האדמור מליובאוויטש

נישט אלע, אסאך חסידישע רביס פארן קריג ווי למשל די ריזשינע רביס האבן געהאלטן אז א מדינה על פי תורה איז נישט קיין פראבלעם די ליטווישע בראשות רבי אלחנן וואסערמאן זענען גיווען אנטקעגן

ס'דא אפאר בענדער בריווען פון די רוזשינע רביס, בנוגע דעם טעמע, און ס'נישט אזוי גלאטיג דארט, אז זיי האבן געהאלטן אויף יא.
נאר וואס דען, די חסידישע מהלך איז געווען נישט באשמוצן קיין יודען, ממילא זענען זיי געגאנגען אויף א מהלך וואס האט אויסגעקוקט כאילו זיי זענען נישט אקעגן.

חסידישער_ספקן » דינסטאג יוני 16, 2020 12:53 am

· #451859
רביה''ק זי''ע
און דאס אז דער באשעפער האט צוגעלאזט פאר יאשקע צו באווייזן אזעלכע נסים איז דען נישט קיין אלוקות? 😛

כ'האב נישט געזעהן דעם קריינא דאיגרתא, זאגט ער טאקע קלאר אז ע"פ הלכה טאר מען נישט מאכן קיין מדינה? בכל אופן איז פון דארט נישט קיין ראיה אויף אלע אנדערע גדולים.

בנוגע וואס די שרייבסט וועגן יאשקע. קודם מי אמר אז ער האט באוויזן ניסים. דאס איז דעת המאמינים בו, כפי זכרוני אנו כופרים בזה.
מיר ערליכע יודען זענען נתחנך אויף יעדע קליינע זאך וואס געשעהט צו אונז לטובה, צו דאנקען דעם אייבערשטען, זעהן אין דעהם השגחה פרטית וכו'. דאכט זיך אז דאס איז די default ביי יעדע היימישע יוד. ודעת בעל ויואל משה צו פלוצלינג זאגן אויף א נס "מעשה שטן" דאס איז די חידוש. וכמו שאומרים בשמו של הקלויזענבורגע רב זצ"ל שאמר: עס וועט קומען א טאג וואס מוועט זאגן אויף יציאת מצרים מעשה שטן הצליח.....
בנוגע קריינא דאיגרתא, לפי זכרוני שרייבט ער דאס קלאר. עס איז אמת אז דאס איז נישט געווען דעת כל חברי האגודה, רק חלקם. אבער בעיקר האבן די חברי האגודה זיך נישט אריינגעלאזט אין די אידיאלאגיע, נאר אין חלק וואס איז נוגע למעשה. ובזה שונה דעת ויואל משה, וכמדומני אז בפועל איז דעת האדמור מליבאוויטש כדעת האגודה באופן כללי.
בנוגע די צומישעניש פון אויפשטעלן א מדינה באיסור או בהיתר. כמובן האב איך מכוון געווען לדעת הויואל משה אז יעדע מדינה איז א כפירה בגזירת הגלות און איז עובר אויף די שלש שבועות.
צו מחלק זיין אז א מדינה מיט רשות איז מותר, האב איך נישט געזעהן איינע פון גדולי האגודה זאל אזוי שרייבן. ביי די מזרחי איז עס א דבר פשוט. גדולי האגודה האבן בעצם כמעט זיך נישט מתייחס געווען צו די נושא. לדעתי הענייה האבן זיך געהאלטן אז יש כמה היתרים, סאיז אגדתא, השבועות תלויים זה בזה כדעת הזרע שמשון, היה בהיתר האומות וכו.
גדולי האגודה האבן געפסקנט וואס איז נוגע למעשה, אז מזאל בוחר זיין וכו.

חסידישער_ספקן » דינסטאג יוני 16, 2020 12:56 am

· #451860
כרם זית
פייסיס
די גדולי הדור האבן נישט געהאלטן אז דער סאטמארער האט דאס אויבער ווארט בנוגע כלל ישראל, און נישט בחינם האט מען עהם פארשיקט פון זיין שליימער רב

משא''כ סקווירא האט די ווארט איבער כלל ישראל אריינגערעכנט ווער סוואוינט אין די מייל.
(אנטשולדיג אז איך מאך שמוציג מיין מאל מיט אזאנע קליין קעפיגע ענינים (מקען נאכקוקן אלע מיינע הודעות צו זען אז דאס איז די ערשטע הודעה פון די סארט). אבער דאס איז בתורת מחאה זיך צו האלטן בכבודיג צו אונזערע גדולים, צי מאיז מודה צו זיי אויף אלעם צו נישט.)

מצטרף צו די מחאה בזלזול בעל ויואל משה!
לדינא, במציאות האבן רוב גדולי הדור נישט געהאלטן בדעתו.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 16, 2020 12:59 am

· #451861
חסידישער_ספקן
בנוגע וואס די שרייבסט וועגן יאשקע. קודם מי אמר אז ער האט באוויזן ניסים. דאס איז דעת המאמינים בו, כפי זכרוני אנו כופרים בזה.

כ'רעד דאך לשיטת רביה"ק אז ס'געווען נסים פון די סטרא אחרא, כ'בין טאקע נישט זיכער וועם ער מיינט דארט יאשקע צו מוחמאד אדער אן אנדערער פון יענע חברה, עכ"פ איינער פון יענע חברה האט באוויזן נסים דארט ביי די זעקס טאג מלחמה.

פייסיס » דינסטאג יוני 16, 2020 1:03 am

· #451862
חסידישער_ספקן
כרם זית
פייסיס
די גדולי הדור האבן נישט געהאלטן אז דער סאטמארער האט דאס אויבער ווארט בנוגע כלל ישראל, און נישט בחינם האט מען עהם פארשיקט פון זיין שליימער רב

משא''כ סקווירא האט די ווארט איבער כלל ישראל אריינגערעכנט ווער סוואוינט אין די מייל.
(אנטשולדיג אז איך מאך שמוציג מיין מאל מיט אזאנע קליין קעפיגע ענינים (מקען נאכקוקן אלע מיינע הודעות צו זען אז דאס איז די ערשטע הודעה פון די סארט). אבער דאס איז בתורת מחאה זיך צו האלטן בכבודיג צו אונזערע גדולים, צי מאיז מודה צו זיי אויף אלעם צו נישט.)

מצטרף צו די מחאה בזלזול בעל ויואל משה!
לדינא, במציאות האבן רוב גדולי הדור נישט געהאלטן בדעתו.

מצטרף אני לזילזול בעל יואל משה, די דעת קודש פון מנהיגי כלל ישראל, איז שוין געזאגט געווארן צענדליגע יארן פאר'ן אויפשטאנד פונעם מדינה.
און אויך נאכן קריג האט דער הייליגער בעלזער רב און קלויזנבורגער רב, און גערער רבי, און ווישניצער רבי און ווער נישט - געזאגט פאר זייערע טויזענטע תלמידים וחסידים וואס מ'האט צוטון, און די צייט וואס דער בעל יואל משה האט אנגעהויבן מאכן גערודער, איז עס נאר געווארן א שיטה פון גיין מאכן מחאות בחורים ואנשי מעשה אינעם הייליגן מאנהעטן יעדן שני וחמישי, און האט נישט אויפגעטון פאר'ן כלל, עד כדי כך אז די מדינה שטייט פיין, און די עכטע מנהיגי הדור האבן דאס ווארט
בלאט: 1 2