קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13934
קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
עס איז היינט פארגעקומען צוויי באזונדערע אומקארדינירטע פראטעסטן אין בארא פארק און וויליאמסבורג דורך חרדישער קינדער, איבער די זינלאזיגקייט פון נאכנישט צוריקגעפענען די פארקס און קעמפס.
קינדער האבן זיך ספאנטאניש ארויסגעלאזט אויף זייערע בייקס (שייגעץ בייקס) און געשריגן לאזונגען ווי "מיר ווילן קעמפ" און "עפנט די פארקס", אנגעהויבן האט זיך עס מיט אפאר אינדיווידועלע קינדער אבער למעשה האט זיך עס געענדיגט אין די צענדליגער.
אויף מארגן ווערט ארגאניזירט אן אפיציעלע פראטעסט פאר קינדער אין וויליאמסבורג מיט די שטיצע פון פאליציי!

Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
פשוט'ע מענטשן האבן דאס ארגאניזירט......


פאליטיקאנט: איך גיי נעקסטע וואך (וועלכע טאג ווייס איך נאכנישט פונקטליך) ארגאניזירן א פראטעסט אין פראנט פון די ברענטש/העדקווארטערס פון אפטימום. אין פאמאונא, נ.י. זיי האבן שוואכע קאוורידזש אין מיין געגנט.
דער עולם גייט זיך ארויסלאזן מיט זייערע בייקס. סתם שייגעץ בייקס, רעיסינג בייקס און אנדערע.
די פראטעסט גייט זיך אנהייבן אין לעיקוואוד. פון דארט וועט עס גיין קיין פלעטבוש. נאכדעים קיין בארא פארק, וויליאמסבורג, און מאנסי.
הרב איצא שייגעץ, המכונה גליק האט געבעטן בשם די רע בנים פון התאחדות אז מ'זאלל זיך האלטן צוזאמען. און נישט שרייען בקולי קולות. אזוי ווי די...! און אונז זאללן מיר אויסדרוקן אונזער צער און ווייטאג. ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידנו.
נ.ב.: נישט איינברעכן זיך אין געשעפטן ווען מ'פארט אדורך די גאסן פון מאנהעטן. און אויב איינער האטציך נישט געקענט (ח"ו) גובר זיין אויפ'ן יצר, זאלל ער זיך פארבונדן מיט דעם עסקן לכל צרכי ציבור. רעוו. אל שארפטאן...!
Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
גראדע איז אפטימום גאנץ פיין אין מיין געגנט, אבער צום נושא.
דאס אז פארקס (קעמפס איז אביסל אנדערש) אין בארא פארק אין וויליאמסבורג (צי אין אין די בראנקס) זענען נישט אפן איז ממש נישט צום פארשטיין, נאך ערגער ווי ביזנעסער,
ווייל פארוואס זענען אלע פארקס אין מאנהעטן אפן?
דאמינאו, פראספעקט, סענטרל.......
די אנדערע חלקים פונעם סיטי איז עפעס אנדערש? (דאס איז אן אריינגיין אז די פיעק אין ברוקלין איז געווען צוויי חדשים צוריק).
אויף קעמפס איז די טענה אויך גאנץ שטארק, היתכן רוב אנדערע סטעיטס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט?
דעי קעמפס קענען יא, איז דען נישט פארמאכטע קעמפס בעסער?
פארקס זענען אפיציעל אפען פלעי גראונדס זענען אפיציעל פארמאכט
nyc parks during coronaפאליטיקאנט: אין מיין געגנט ארבעט אפטימום אויך גאנץ גוט (ב"ה). אבער אז א יעדער פראטעסטירט דארף מען דאך טרעפן עפעס אן אישו.
ווי ס'זעהט אויס אז די ..."התאחדות"... איז יעצט אויף אפרוה. זיי זענען שוין לאנג נישט ארויסגעקומען מיט עפעס אן איסור. אויך. זייער מאגן האטציך לעצטנס בארואיגט. זיי באקלאגן זיך נישט לעצטנס אז..."ותרגז בטננו"... איבער א פרישע פירצה...!
פאליטיקאנט
אויף קעמפס איז די טענה אויך גאנץ שטארק, היתכן רוב אנדערע סטעיטס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט?
דעי קעמפס קענען יא, איז דען נישט פארמאכטע קעמפס בעסער?
לדעתי, איז עס זינלאז אז יעדער בירגער זאל קומען אן ענטפער אויף יעדער איינצעלנע פראגע פון די מומחים לדבר. פאר דעם איז ער דער מומחה און דו נישט.
איך וויל אבער ענטפערן די טענה, נאר צו ווייזן אז צומאל איז מען הונדרעט פערצענט פארזיכערט אין עפעס, און גאר א קליינע שטיקל אינפארמעישען קען אלסדינג טוישן. איך האפ אז דאס וועט דיר אויסלערנן אז סתם שיסן טענות איז נישט אין פלאטץ.
יא, דעי קעמפס זענען אנדערש, ווייל די סיטי האט שפיטעלער, עס האט מומחים, עס האט דאקטארסס. טאמער עפעס פאסירט, קען מען פיל גיכער סדר מאכן ווי אין די בערג, ווי עס איז צוריק געשטאנן ווי פופציג יאר צוריק. אפסטעיט קען עס נישט באהאנדלן, און נ.י. קען אסאך בעסער. אוודאי זענען דעי קעמפס לייכטער צו עפענן ווי קעמפס אין די מאונטעינס.
מען נעמט ארויס די הייליגע תינוקות של בית רבן אויף די טמא'נע ניו יארקע גאסן, וואו זיי גייען זיך אנזען מיט די ארגסטע ראיות אסירות... גיוואלד... וואו איז יואלי צימערקלאץ? וואו זענען אלע מידת היסוד איינגעטינקענע עסקנים?
Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
ליטוואק פון בודאפעסטפאליטיקאנט
אויף קעמפס איז די טענה אויך גאנץ שטארק, היתכן רוב אנדערע סטעיטס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט?
דעי קעמפס קענען יא, איז דען נישט פארמאכטע קעמפס בעסער?
לדעתי, איז עס זינלאז אז יעדער בירגער זאל קומען אן ענטפער אויף יעדער איינצעלנע פראגע פון די מומחים לדבר. פאר דעם איז ער דער מומחה און דו נישט.
איך וויל אבער ענטפערן די טענה, נאר צו ווייזן אז צומאל איז מען הונדרעט פערצענט פארזיכערט אין עפעס, און גאר א קליינע שטיקל אינפארמעישען קען אלסדינג טוישן. איך האפ אז דאס וועט דיר אויסלערנן אז סתם שיסן טענות איז נישט אין פלאטץ.
יא, דעי קעמפס זענען אנדערש, ווייל די סיטי האט שפיטעלער, עס האט מומחים, עס האט דאקטארסס. טאמער עפעס פאסירט, קען מען פיל גיכער סדר מאכן ווי אין די בערג, ווי עס איז צוריק געשטאנן ווי פופציג יאר צוריק. אפסטעיט קען עס נישט באהאנדלן, און נ.י. קען אסאך בעסער. אוודאי זענען דעי קעמפס לייכטער צו עפענן ווי קעמפס אין די מאונטעינס.
איך האב צוגעלייגט אז קעמפס איז אביסל אנדערש ווייל איך פארשטיי אז נאך זאכן זענען אריינגעמישט און איך האב פשוט געוואלט אראפלייגן די טענה יא צו עפענען, גראדע האב איך קיינמאל נישט געהערט אז די דאקטוירים / שפיטעלער גרייטקייט, זאל שפילן א ראלע (און דאס גייט אריינציען אין פרישע טענה'רייען אויב רוב האבן עס שוין געהאט, אדער פשוט אז פאר קינדער שאט עס נישט).
און עס זעט מיר נישט אויס ווי דאס איז די שלעפ אויף נישט, אבער יא איך פארשטיי אז דאס איז אנדערש.
אויך עגרי איך אז די דיסישען דארף געמאכט ווערן דורך מומחים און על פיהם ישק (הגם איך האב די לעצטע חדשים פארלוירן היבש ביסל צוטרוי אין זיי) , אבער יא זיי דארפן זיך פארענטפערן הויעך פארן ציבור, ווען עס אפעקט דעם ציבור.
דאס הייסט דעמאקראטיע (און דא קען מען זיך ווידער טענה'ן וועלכע מומחים צו גלייבן).....
די גאנצע זאך ארויס צו נעמין קינדער איז זיי צו האלטען ביזי
א יעדער ווייסט אז עס וועט העלפחן אזוי ווי די פראטעסט אין מחנה רב טוב אקעגען די ציונים
Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
איך מיין קיינער רעכנט זיך נישט אז קעמפס גייען זיך יעצט עפענען וועגן דעם, אבער מ'קען נישט וויסן צו עס גייט אויפטוען, לעצטנס האבן אפאר קליינע ווידעאס אויפגעטון מער ווי די עסקנים (למשל די ריאפען ניו יארק סיטי ביזנעסער מאוומענט).
איך גלייב נישט אז דאס גייט שאטן (איך בין טאקע נייגעריג וויאזוי די מידיא גייט עס אויפנעמען / איגנארירן).
קינדער ענק האבן געגעבן אייער אינדעווידואלע שטימעס, מאכטס זיכער עס קיינמאל אויפצוגעבן!!!
פאליטיקאנטעס איז היינט פארגעקומען צוויי באזונדערע אומקארדינירטע פראטעסטן אין בארא פארק און וויליאמסבורג דורך חרדישער קינדער, איבער די זינלאזיגקייט פון נאכנישט צוריקגעפענען די פארקס און קעמפס.
קינדער האבן זיך ספאנטאניש ארויסגעלאזט אויף זייערע בייקס (שייגעץ בייקס) און געשריגן לאזונגען ווי "מיר ווילן קעמפ" און "עפנט די פארקס", אנגעהויבן האט זיך עס מיט אפאר אינדיווידועלע קינדער אבער למעשה האט זיך עס געענדיגט אין די צענדליגער.
איך גלייב נישט ס'איז געווען ספאנטאניש
דא האסטו א שיין שטיקל גרעפיק ארבעט וואס ריפט צים פראטעסט
אפשר דארך א
נייע עסקןRe: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
הקטןפאליטיקאנטעס איז היינט פארגעקומען צוויי באזונדערע אומקארדינירטע פראטעסטן אין בארא פארק און וויליאמסבורג דורך חרדישער קינדער, איבער די זינלאזיגקייט פון נאכנישט צוריקגעפענען די פארקס און קעמפס.
קינדער האבן זיך ספאנטאניש ארויסגעלאזט אויף זייערע בייקס (שייגעץ בייקס) און געשריגן לאזונגען ווי "מיר ווילן קעמפ" און "עפנט די פארקס", אנגעהויבן האט זיך עס מיט אפאר אינדיווידועלע קינדער אבער למעשה האט זיך עס געענדיגט אין די צענדליגער.
איך גלייב נישט ס'איז געווען ספאנטאניש
דא האסטו א שיין שטיקל גרעפיק ארבעט וואס ריפט צים פראטעסט
די שיין שטיקל גראפיק האט א חבר מיינע געמאכט 'נאך' די ווידיאוס פון די קליינע פראטעסטן זענען ארומגעפארן.
אויב שוין יא ספאנטאניש, פארוואס עס אפהארגענען?
פארוואס דארפן זיך עדאלטס אריין מישן - שטיי אין די זייט וואו לאנג ס'פארט אן פראבלעמען
Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
אנגעהויבן האט זיך עס ספאנטאניש, כדאי עס זאל אנהאלטן דארף מען יא ארומרודערן.
אבער ווי געזאגט איז עס נאכאלס יחידים.
דער עיקר איז דער אלטיטשקע וואס שרייט 'ליידיגייערס' און די פרוי וואס שרייט אים צוריק.
די קינדער קענען בעסער פין דיר און מיר - לאז עס ראלען.
צימערמאן איז אויך א חלק פין יחידים
ווילסטו זאגן דאס איז א נייער צימערמאן? זאל זיין אזוי
ליטוואק פון בודאפעסטפאליטיקאנט
אויף קעמפס איז די טענה אויך גאנץ שטארק, היתכן רוב אנדערע סטעיטס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט?
דעי קעמפס קענען יא, איז דען נישט פארמאכטע קעמפס בעסער?
לדעתי, איז עס זינלאז אז יעדער בירגער זאל קומען אן ענטפער אויף יעדער איינצעלנע פראגע פון די מומחים לדבר. פאר דעם איז ער דער מומחה און דו נישט.
איך וויל אבער ענטפערן די טענה, נאר צו ווייזן אז צומאל איז מען הונדרעט פערצענט פארזיכערט אין עפעס, און גאר א קליינע שטיקל אינפארמעישען קען אלסדינג טוישן. איך האפ אז דאס וועט דיר אויסלערנן אז סתם שיסן טענות איז נישט אין פלאטץ.
יא, דעי קעמפס זענען אנדערש, ווייל די סיטי האט שפיטעלער, עס האט מומחים, עס האט דאקטארסס. טאמער עפעס פאסירט, קען מען פיל גיכער סדר מאכן ווי אין די בערג, ווי עס איז צוריק געשטאנן ווי פופציג יאר צוריק. אפסטעיט קען עס נישט באהאנדלן, און נ.י. קען אסאך בעסער. אוודאי זענען דעי קעמפס לייכטער צו עפענן ווי קעמפס אין די מאונטעינס.
וועם גענוי רופסטו אן מומחים לדבר? קאמאו?
ס'איז עפעס דא א אנגענומענע מיינונג דורך מומחים אז מען זאל עס האלטן פארשפארט נאר אין נ"י סטעיט? אנדערע סטעיטס לאזן דאך עס יא צו.
עס איז דא איינער אין די סטעיט, וואס זיין דזשאב איז נאכצוגיין די אינפארמעישען און פסקנ'ן על פיו. דו ביסט עס נישט נאכגעגאנגן, נאר געלייגט א טפשות'דיגע טענה פון אנדערע סטעיטס. עכ"פ דו האסט נישט קיין מיינונג. פארוואס האט דער גאווערנאר יא א מיינונג? איך ווייס נישט, אבער ווען איינער וועט קומען און זאגען, באמת, אז ער נעמט די פולסטע אחריות פאר זיין ווערטער, אז נ.י. זאל זיך עפענען, וועסטו האבן צוויי דעות אין דעם.
ביזדערווייל האט מען נייעס באריכטן, און מקוה רייד. נישט קיין אמת'ער אחריות'דיגע סטעיטמענט.
און יא, ווען מומחים קריגן זיך, ועורט באשאפן א נייעם סוגיא, וואס טוט מען ווען מ'ווייסט נישט? דאס טאר נישט זיין אין די הענט פון יעדער יחיד, ווייל דאס איז א ציבור שאלה.
מומחים לדבר.
ווילאנג האבן זיי שוין עקספריענס אויף קאראנע?
וואס איז זייער טרעק-רעקארד?
Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
שוין, די מוסדות הייבן אן ארויסקומען דערקעגן......"חינוך".
<a class="postlink" href="https://twitter.com/targemsh/status/1271480439757307905?s=19">https://twitter.com/targemsh/status/127 ... 07905?s=19</a>
האסט א צווייטן? ווען מ'האט נישט קיין עקספיריענס, זאל יעדער טון וואס ער וויל? ווען א שאלה קומט ארויף אין וואס מיר האבן נישט קיין עקספיריענס, דארף איינער מחליט זיין וואס צו טון דעמאלס. אוודאי וועט ער מאכן טעותים, אבער אזוי גייט עס.
ליטוואק פון בודאפעסטעס איז דא איינער אין די סטעיט, וואס זיין דזשאב איז נאכצוגיין די אינפארמעישען און פסקנ'ן על פיו. דו ביסט עס נישט נאכגעגאנגן, נאר געלייגט א טפשות'דיגע טענה פון אנדערע סטעיטס. עכ"פ דו האסט נישט קיין מיינונג. פארוואס האט דער גאווערנאר יא א מיינונג? איך ווייס נישט, אבער ווען איינער וועט קומען און זאגען, באמת, אז ער נעמט די פולסטע אחריות פאר זיין ווערטער, אז נ.י. זאל זיך עפענען, וועסטו האבן צוויי דעות אין דעם.
ביזדערווייל האט מען נייעס באריכטן, און מקוה רייד. נישט קיין אמת'ער אחריות'דיגע סטעיטמענט.
און יא, ווען מומחים קריגן זיך, ועורט באשאפן א נייעם סוגיא, וואס טוט מען ווען מ'ווייסט נישט? דאס טאר נישט זיין אין די הענט פון יעדער יחיד, ווייל דאס איז א ציבור שאלה.
איך פארשטיי באמת נישט וואס דו האלסט..
דער מענטש אויף וועם דו פארלאזט דיך האט דיר קלאר געוויזן וואס ער פארשטייט.. נעמליך, צו האבן די גרעסטע טויט ראטע אין גאנצן לאנד (און מען קען עס ציען צו זיינע פאליסיס), יעצט פארוואס פונקטליך האלסטו אז איך דארף "בכלל" הערן וואס "ער" האט צוזאגן?
אדרבה, אז ס'וועלן קומען מומחים לדבר און זאגן א מיינונג וועט זיין פון וואס צו רעדן.
עס איז דא איינער אין די פעדעראלע רעגירונג, וואס זיין דזשאב איז נאכצוגיין די אינפארמעישען און פסקנ'ן על פיו.
זיין נאמען איז דניאל יעקב (דזשעי) טראמפ, שווער פון יואל חיים קושנער.
ער שרייט און ליאמערט מען זאל צוריק עפענען די עקאנאמיע.
לשיטתך ר' ליטוואק דארפן מיר איהם גלייבן מיט פארמאכטע אויגן?
טאמער דו פארשטייסט נישט די מושג פון איינער וואס האט אחריות פאר די ציבור און ממילא טראכט ער אריין אין די זאך ברייטער ווי סתם מעכיל אין די צווייטע בור, דארף מען אנהויבן דארט. איך האף אז נישט דאס איז די פראבלעם.
טאמער דו פארשטייסט נישט די מושג אז מומחיות מיינט גריבלן ווייטער ווי די פשטות און נישט סתם נעמן ציפערן און נומערן און ווארפן אין די לופט, דארף מען דארט אנהויבן. איך האף אז נישט דאס איז די פראבלעם.
די העכסטע טויט ראטע מיינט וואס? איך האב ערשט געוויזן אז די פשוט'ע טענה פון דעי קעמפס מיט סליפ עוועי קעמפס איז געווען גארנישט מיט נישט. קענסט נישט מקיש זיין פון דעם אז 'פשוט'ע טענות' זענען גארנישט אזוי פשוט? מ'קען ענטפערן די טענה אויך, אבער די יסוד איז וואס מ'לערנט אפ פון די תירוץ, אז קאמפליצירטע זאכן ווערן נישט ערלעדיגט מיט לאזונגן און sound bytes.
יא, Donald Jessica Trump טראגט אן אחריות פאר'ן כלל, און ער וואלט געמעגט טון זיין דזשאב. אבער א טוויט איז נישט זיין דזשאב און ער טענה'ט ניטאמאל אז ער האט געטון די דזשאב, פארוואס זאל איינער אים נאכגיין. און טאקע די סבה פארוואס ער רעדט אזעלכע שטותים איז (קודם, ווייל דאס ווייסט ער, מער ווי דעם ווייסט ער נישט) ווייל יעדער ווייסט אז זיין ווארט מיינט גארנישט, עס איז דא א CDC פאר דעם.
הייסט אז בעפאר פאלגן דעם פרעזידענט דארף מען אויסרעכענען מיט די אייגענע שכל צו ער רעדט שטותים, און צו ער טוט יא אדער נישט זיין דזשאב. נישט פארהאן קיין אמונה פשוטה.
משא"כ ווען עס קומט צו קאומא? קדוש קדוש קדוש ואין לך רשות להרהר.
איי ער אליינס איז שוין מודה אז זיין אייגענע פאליסי בנוגע אלטע היימען האבן געהויבן דראמאטיש די טויט ראטע? איי זיינע פארשאצונגען אויף צוזאמפאל פונעם העלט קעיר אינעם סטעיט און דער געברויך פאר עקוויפמענט האט זיך אויסגעלאזט א הויקער? נו גוט, דעיס איז שוין גאט'ס שולד...
דו ביסט טאקע, צו דו מאכסט זיך?
דער פרעזידענט האט סתם גערעדט אין דער וועלט אריין, ער האט נישט געשטעלט קיין פאליסי מיט זיין טוויטס. יא, אין ציבור זאכן דארף מען פאלגן פאליסיס, אפילו ווען דער פרעזידענט איז אזא איינער ווי טראמפ. א טוויט איז נישט קיין פאליסי
שתי תשובות בדבר. ווען טראמפ קען ווען מאכן א פאליסי וואלט ער געמאכט. וואס קען ער טוהן אז אויב זאגט ער עפעס ווערט פאר קאומא א חיוב צו זאגן פארקערט.
ועוד, טאקע ליינענדיג דיינע תגובות דא אינעם שטיבל בנוגע טראמפ, זעהט מען טאקע דיין אמונה טהורה אין זיינע פאליסיס. קיין שום פערזענליכע רעטאריק. קיין שום פראגעס און אנדערע מסקנות. "ווייל ער איז דער פרעזידענט און ווייסט מער פון מיר".
ליטוואק פון בודאפעסטדו ביסט טאקע, צו דו מאכסט זיך?
דער פרעזידענט האט סתם גערעדט אין דער וועלט אריין, ער האט נישט געשטעלט קיין פאליסי מיט זיין טוויטס. יא, אין ציבור זאכן דארף מען פאלגן פאליסיס, אפילו ווען דער פרעזידענט איז אזא איינער ווי טראמפ. א טוויט איז נישט קיין פאליסי
רבי ליטוואק, כ'האב א "חשש" אז דו ביסט נישט אנעסט מיט דיך אליין..
פארגעס א מינוט פון קאראונע, דו פארלאזט דיך אויף "עני" "פאליסי" פון טראמפ מיט פארמאכטע אויגן?
איך האלט אים פאר א טערריבל פרעזידענט און עס איז א מצוה צו גיין וואוטן קעגן אים. אפילו ווען דער באבובער רבי אליינס לויפט קעגן אים, וואלט געווען א מצוה צו וואוטן פאר אים אנטקעגן טראמפ.
אבער ווען עס קומט למעשה איז נאר איין פאליסי אין לאנד, נישט צוויי. און למעשה מוז מען לאזן די פסקים וואס זענען נוגע די רבים צו די וואס פארטרעטן דער רבים. גראדע שטייט ער מיר נישט אין וועג, עס איז דא ווייניג זאכן וואס ער קען מיר אנרירן. אבער למעשה איז עס אזוי.
עס איז ביי מיר איין גרויסע לשיטתיה. די קנאים אין א"י רעגן מיר אויף פאר די זעלבע סבה. זיי קומען נישט מיט א נייעם פלאן, זיי האלטן נישט ביים נעמן אחריות פאר זייער מעשים, און ממילא דארף מען נאכגיין דער וואס נעמט יא אחריות, און פארצופאל איז דאס געווען הרב שטיינמן. נישט ווייל שכינה מדברת מתוך גרונו, און נישט ווייל די חברי כנסת זענען אזעלכע צדיקים, נאר ווייל קיין צווייטן איז נישט דא. אין לעיקוואד קומען כל מיני מענטשן ליארמען קעגן די פירערשאפט, און איך בין מסכים מיט אסאך פון זייער טענות, אבער למעשה טו איך גארנישט, און דאס איז פאר די סבה, ווייל דער יחיד האט נישט וואס אריין צו רעדן אין ציבור זאכן.
ווען מ'פלעג ציטירן די TDS דיסארדער האב איך אלס געטראכט אז ס'איז סתם ליצנות און שפּאַס. אבער מיט די צייט זעה איך איין מער און מער אז TDS איז באמת א ערנסטע מחלה. און ס'זענען דא מאנכע וואס זענען ערנסט אנגעשטעקט דערמיט אויף א גאר קריטישע אויפן אז זיי פשוט פארלירן זייערע אייגענע דעת.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האלט אים פאר א טערריבל פרעזידענט און עס איז א מצוה צו גיין וואוטן קעגן אים. אפילו ווען דער באבובער רבי אליינס לויפט קעגן אים, וואלט געווען א מצוה צו וואוטן פאר אים אנטקעגן טראמפ.
אבער ווען עס קומט למעשה איז נאר איין פאליסי אין לאנד, נישט צוויי. און למעשה מוז מען לאזן די פסקים וואס זענען נוגע די רבים צו די וואס פארטרעטן דער רבים. גראדע שטייט ער מיר נישט אין וועג, עס איז דא ווייניג זאכן וואס ער קען מיר אנרירן. אבער למעשה איז עס אזוי.
עס איז ביי מיר איין גרויסע לשיטתיה. די קנאים אין א"י רעגן מיר אויף פאר די זעלבע סבה. זיי קומען נישט מיט א נייעם פלאן, זיי האלטן נישט ביים נעמן אחריות פאר זייער מעשים, און ממילא דארף מען נאכגיין דער וואס נעמט יא אחריות, און פארצופאל איז דאס געווען הרב שטיינמן. נישט ווייל שכינה מדברת מתוך גרונו, און נישט ווייל די חברי כנסת זענען אזעלכע צדיקים, נאר ווייל קיין צווייטן איז נישט דא. אין לעיקוואד קומען כל מיני מענטשן ליארמען קעגן די פירערשאפט, און איך בין מסכים מיט אסאך פון זייער טענות, אבער למעשה טו איך גארנישט, און דאס איז פאר די סבה, ווייל דער יחיד האט נישט וואס אריין צו רעדן אין ציבור זאכן.
אקעי, כאטש פארשטיי איך יעצט פון ווי דו קומסט..
שוין, ב"ה ס'איז
שוין דא א ניגון אויף דעם (געבויט אויף די ניגון
"איך זיך מיר אין מיין סוכה'לע" פון ארי הילל) ארויס געגעבן דורך דעם אלעמען באקאנטן
הרב וועלוול שמעלצער ראש המדריכים פון מחנה חיים ושלום מונקאטש.
איך הער וואס איר זאגט ר ליטוואק. האסט א מהלך.
ק/פּ
למען אחי ושכיני תושבי ניו יארק
ווי מיר זעיען גייט דא בדרך הטבע נישט זיין קיין זימער קעמפ'ס און אויך זעט אויס אז די עסקנים גענוי ווי אלע מאל שטעלט זיך ארויס זייער אימבאלימפערטקייט און אימפארלעסליכקייט, און ווי נייאיוו זייער צוגאנג איז צי יעדע קריזיס וואס מיר האבן געהאט היי יאר אליין.
מיר האבן זיך איבערגעצייגט אז זייער צוגאנג מיט זייערע קאנעקשען'ס האט נישט געפירט צי קיין איין ריטעיל סטאר זיין אפען, אלע זייערע צוזאגעכץ האט נישט געעפענט קיין שום פארק, טראץ די הארץ רייסענדע אנטיסעמיטישקייט און דאפעלטע סטאנדארטן.
די חדר איז ליידער געווען דאס לעצטע אויפן ליסטע צי ריוואלטירו דעם קאסטנער סטיל סיסטעם פון באריאיגן די געמיטער'ס, נעמלעך מען זאל ווארטן אויפן די געטרייע עסקנים זאלן זיך דורך קומען מיט די אייכמאן'ס בדורינו וואס פירן זיי מיט אינז אינעם גלארייכען בוד, שטאפן צי זייערע מיילער מיט נארהאפטיגע פרעס וואס מען שיקט אינז, כאילו מיר קענען נישט גיין אין גראסערי ר''ל, האבן זיי געמאכט אייו גרויסע תומכי שבת און משביע, און לכבוד דעם און נאך עטליכע מיליאן טולר ציזאג און ליב האב, האבן זיי פארקויפט זייער נשמה פארן שטן, און פארראטן גאנץ כלל ישראל, ביז דעם איצטיגען טויט קלאפ וואס דער שוטה רשע וגס רוח גאווערנער קאומא האט געאורטיילט.
יעצט לאמיר א קוק טון וואס מיר אינגערע רייפערע עסקנים האבן אויפגעטון מיט פשוט פייפן אויף די באערדע און נישט קוקן רעכץ און לינקס נאר טון צום זאך, אלע סטארס מער ווייניגער אפן שוין היינט בריש גלי, אפילו איידער פעיז וואן האט זיך אנגעהויבן, מיר האבן קיינער קיין מאסקעס אדער סיי וועלכע סאשעל דיסטענסינג שוין זייט סוף פסח. אלע שילן זענען אפען שוין אויך די פאדערשטע טיר הגם עס האט קיין שום היתר מצד די סיטי. יעדע נאכט צענליגע חתונות באולם'ס מפואר'ס אין דעם דבר יום ביומו אן קיין שום פחד, דאס איז אינזער כוח היחיד, נישט די עסקנים צי פארדאנקען - נאר כלל ישראל, יעדער יחיד זעלבסט זאל זיך א קלאפ טון אין ריקן - ווען ער זי גייט צום חתונה אדער סטאר אדער שיל, מקוה, חדר אדער סיי וועלכע דרייסטע שריט, האט א חלק אינעם סאקסעס פון אינזער שטייפע פייפערישער האנדלונג, און דאס איז דער איינציגער וועג.
בשעת די עסקנים און שטאט פארפירער זענען נאר פארנימען מיט אינזערע וואוט'ס לאמיר זיי צייגן א לעקציע אז מיר זאלן זיך אלע איינשרייבן אלץ ריפאבליקאנע, מיט א גרויס פאמפע צים גיהנם מיט קאומא און דיבלאזיא, מיר דארפן נישט גארנישט נאר לאזט אינז אפ, שיקט אינז נישט פרישטאג בשעת די פרייז איז קעמפ'ס.
וואס איז זייער פלאן, יא מען האט עפפרווט דעי קעמפ'ס, אבער האט איר גענומען די מי און דורך געליינט די שאנדפולע גיידליינס וואס דער פאריקטער גאווערנער לייגט פאר, און קארצן אז עס איז פשוט נישט מעגלעך צי האבן קיין דעי קעמפ'ס אויך נישט, שעם אויף די עסקנים וואס האבן דאס אקצעפטירט.
בלייבט איבער איין איינציגער געלינגענער וועג וואס האט געהאט די גינסטיגסטע ריזאלטאטן אינעם יאר 2020, אנפייפן און נעמען די טאקטיקן פון אינזערע וועג ווייזער די שווארצע און טון ס'ריכטיגע שריט און יעבור עלינו מה שיעבור, מיר וועלן זיך סוף כל סוף אן עצה געבען, יעצט איז נישט גארנישט נעגאשעבל, נאר פראטעסטירן, פארשעימען, קלאגן אין געריכט, איבערדרייען, און די זעלבע צייט עפענען אלע קעמפ'ס געהעריג, אפילו אן קיין שום פראגראמען. און צייגען שטארקייט אז מען קען נישט טון מיט אינז וואס עס פאלט איין, מאכן א קידוש השם אז מיר שטייען פאר תורה ומצוות, נישט פאר די פאר טולער וואס די מוסדות באקומען אויף אינזער חשבון.
עס איז נישט איבערציטראגן דאס רשעות ווען איך הער די וואויס נאוט פון UTA און אנדערע מנהלים אז מען זאל חלילה נישט פראטעסטירן, דאס בלוט קומט מיר אין קאפ אריין, און שיעור נישט צושאסן מיין כלי, שעם אויף אלע וואס לאזען אינזערע קינדער שטינקען, איר מיינט אז קינדער פארשטייען נישט, זיי זעיען אז די שילן זענען געווען אפען איידער די תלמוד תורה'ת, זיי כאפן פיין ווי אימבאלימפערט די עסקנים זענען.
רבותי די שיף פון דיל'ס מיטן טייוול איז שוין פארביי, נאר געבליבן די עצה פון מלחמה און פראטעסטן וואס ווי אלע זעיען ארבייט עס גאר פיין.
Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
קורקלענד: שטארקע נקודות ארויסגעברענגט אבער די ערשטע חלק איז אביסל געבלאזן.
היפיקראטיע בתפארתה.דער גאווענער דערקלערט אז פאקטן ביי אים איז מער ווי געפילן ממילא לאזט ער נישט עפענען די קעמפס. אבער ביי די פלויט ז''ל הי''ד פראטעסטן האט עפעס געפילן פון 400 יאר יא געשפילט א ראלע?...
ליב צו וויסןליטוואק פון בודאפעסטעס איז דא איינער אין די סטעיט, וואס זיין דזשאב איז נאכצוגיין די אינפארמעישען און פסקנ'ן על פיו. דו ביסט עס נישט נאכגעגאנגן, נאר געלייגט א טפשות'דיגע טענה פון אנדערע סטעיטס. עכ"פ דו האסט נישט קיין מיינונג. פארוואס האט דער גאווערנאר יא א מיינונג? איך ווייס נישט, אבער ווען איינער וועט קומען און זאגען, באמת, אז ער נעמט די פולסטע אחריות פאר זיין ווערטער, אז נ.י. זאל זיך עפענען, וועסטו האבן צוויי דעות אין דעם.
ביזדערווייל האט מען נייעס באריכטן, און מקוה רייד. נישט קיין אמת'ער אחריות'דיגע סטעיטמענט.
און יא, ווען מומחים קריגן זיך, ועורט באשאפן א נייעם סוגיא, וואס טוט מען ווען מ'ווייסט נישט? דאס טאר נישט זיין אין די הענט פון יעדער יחיד, ווייל דאס איז א ציבור שאלה.
איך פארשטיי באמת נישט וואס דו האלסט..
דער מענטש אויף וועם דו פארלאזט דיך האט דיר קלאר געוויזן וואס ער פארשטייט.. נעמליך, צו האבן די גרעסטע טויט ראטע אין גאנצן לאנד (און מען קען עס ציען צו זיינע פאליסיס), יעצט פארוואס פונקטליך האלסטו אז איך דארף "בכלל" הערן וואס "ער" האט צוזאגן?
אדרבה, אז ס'וועלן קומען מומחים לדבר און זאגן א מיינונג וועט זיין פון וואס צו רעדן.
איך מיין ליטוואק זאגט גאנץ א פיינע פוינט.
דער וואס שטייט אלס די ׳דעזישען מעיקער׳ וועט אייביג האבן מלא טענות פון מענטשן ואס האלטן אנדערש.
ווען דו גייסט זיין גאווערנער, וועסטו קענען טוהן אנדערש. (איך זאג עס נאר אלס מליצה, איך גלייב אז ווען דו וועסט זיין גאווענער און דו וואלסט געזיצן מיט די עקספערטן און העלט דעפארטמענט און דורכגעטוהן די נושא נארמאל, און נישט אזויווי אין מקוה, וואלסטו געטוהן מסתם די זעלבע ווי קאומא)
דאס וואס דו לייגסט ארויף די העכערע טויט ראטע אויף קאומאס פאליסי איז נאנסענס.
עס איז דא אסאך פאקטארן אין ניו יארק אנדערש פון די אנדערע סטעיטס ואס האט צוגעברענגט א שטארקערע פארשפרייטונג.
מען וואוינט צוקוועטשט. זייער אסאך מענטשן אין איין בנין.
פון די גרעסטע טוריזם פלעצער אין די וועלט, וואס דאס אליינס האט מסתמא פארשפרייט די וויירוס דא אויף א היסטארישע פארנעם. אן א צאל מענטשן וואס זענען אריינגעקומען צו ניו יארק סיטי פון אנדערע לענדער האבן אהערגעברענגט די וויירוס.
עס איז מיר איינגעפאלן א היימישע משל צו מיין ווערטער אין מיטן שבת.
בני יואל זענען עפ"י רוב גערעכט מיט זייער טענות, אבער ווילסט דען זיין א בני יואל?
היכי דמיליב צו וויסןליטוואק פון בודאפעסטעס איז דא איינער אין די סטעיט, וואס זיין דזשאב איז נאכצוגיין די אינפארמעישען און פסקנ'ן על פיו. דו ביסט עס נישט נאכגעגאנגן, נאר געלייגט א טפשות'דיגע טענה פון אנדערע סטעיטס. עכ"פ דו האסט נישט קיין מיינונג. פארוואס האט דער גאווערנאר יא א מיינונג? איך ווייס נישט, אבער ווען איינער וועט קומען און זאגען, באמת, אז ער נעמט די פולסטע אחריות פאר זיין ווערטער, אז נ.י. זאל זיך עפענען, וועסטו האבן צוויי דעות אין דעם.
ביזדערווייל האט מען נייעס באריכטן, און מקוה רייד. נישט קיין אמת'ער אחריות'דיגע סטעיטמענט.
און יא, ווען מומחים קריגן זיך, ועורט באשאפן א נייעם סוגיא, וואס טוט מען ווען מ'ווייסט נישט? דאס טאר נישט זיין אין די הענט פון יעדער יחיד, ווייל דאס איז א ציבור שאלה.
איך פארשטיי באמת נישט וואס דו האלסט..
דער מענטש אויף וועם דו פארלאזט דיך האט דיר קלאר געוויזן וואס ער פארשטייט.. נעמליך, צו האבן די גרעסטע טויט ראטע אין גאנצן לאנד (און מען קען עס ציען צו זיינע פאליסיס), יעצט פארוואס פונקטליך האלסטו אז איך דארף "בכלל" הערן וואס "ער" האט צוזאגן?
אדרבה, אז ס'וועלן קומען מומחים לדבר און זאגן א מיינונג וועט זיין פון וואס צו רעדן.
איך מיין ליטוואק זאגט גאנץ א פיינע פוינט.
דער וואס שטייט אלס די ׳דעזישען מעיקער׳ וועט אייביג האבן מלא טענות פון מענטשן ואס האלטן אנדערש.
ווען דו גייסט זיין גאווערנער, וועסטו קענען טוהן אנדערש. (איך זאג עס נאר אלס מליצה, איך גלייב אז ווען דו וועסט זיין גאווענער און דו וואלסט געזיצן מיט די עקספערטן און העלט דעפארטמענט און דורכגעטוהן די נושא נארמאל, און נישט אזויווי אין מקוה, וואלסטו געטוהן מסתם די זעלבע ווי קאומא)
דאס וואס דו לייגסט ארויף די העכערע טויט ראטע אויף קאומאס פאליסי איז נאנסענס.
עס איז דא אסאך פאקטארן אין ניו יארק אנדערש פון די אנדערע סטעיטס ואס האט צוגעברענגט א שטארקערע פארשפרייטונג.
מען וואוינט צוקוועטשט. זייער אסאך מענטשן אין איין בנין.
פון די גרעסטע טוריזם פלעצער אין די וועלט, וואס דאס אליינס האט מסתמא פארשפרייט די וויירוס דא אויף א היסטארישע פארנעם. אן א צאל מענטשן וואס זענען אריינגעקומען צו ניו יארק סיטי פון אנדערע לענדער האבן אהערגעברענגט די וויירוס.
איך דיסעגרי גאר שטארק מיט ליטוואק'ס מהלך, כ'האב נאר געשריבן אז איך פארשטיי פון ווי ער קומט.
איך בין פון די כח היחיד חסידים.. יא, די זעלבע סיבה וואס שטופט מיר אפלאזן אונזערע "מנהיגים" און טוהן וואס איז גוט פאר מיר, די זעלבע מחשבות דריקן מיר ווען איך זעה וויאזוי אונזערע פאליטישאנס פירן זיך אויף, און די וועג וויאזוי געזעצן ווערן געמאכט (דו לייגסט עס אראפ ווי כאילו געזעצן ווערן געמאכט מיט א אמת ובכובד ראש... ליגסט לכאורה נישט אין פאליטיק.. ווייל דאן וואלסטו געזעהן אז די זעלבע געזעץ וואס איז נעכטן הייליג ווערט איבערנאכט טריפה ווען פאליטיק שפילט אנדערש).
בנוגע גאווערנאר קאומא:
איך גיי מיך נישט אריינלאזן אין קיין שקליא וטריא דערויף, כ'וועל נאר זאגן אז איך בין איבערצייגט אז ווען ניו יארק זאל ווערן געפירט ביי א רעפוליקאנער וואלסטו (צוליב די מידיע נעראטיוו) געהאלטן אנדערש (ווייל די מידיע וואלט טאג און נאכט געהאמערט אויף די "צוריק שיקן צום אלטעס היים" פאליסי, "נישט אריינלאזן קרובים" פאליסי, פאבליק טראנספארטאציע פאליסיס ועוד).
ליטוואק פון בודאפעסטעס איז מיר איינגעפאלן א היימישע משל צו מיין ווערטער אין מיטן שבת.
בני יואל זענען עפ"י רוב גערעכט מיט זייער טענות, אבער ווילסט דען זיין א בני יואל?
"מיר" זענען די גאווערנמענט, פארגעס פון מומחים... די מומחים ווערן גערופן צו בארעכטיגן פאליטיש אויסגעהאלטענע מהלכים, די רגע וואס פאליטיק לוינט אנדערש "זאגן די מומחים" אנדערש.
ווען ס'זאל זיין גענוג פאליטישע דרוק צו עפענען Sleep over camps וואלטן די מומחים אויפגעקומען מיט מהלכים וואס וועט עס גאר מאכן זיכערער..
אגב, בני יואל איז גארנישט מחדש בנוגע זיך פארלאזן אדער נישט פארלאזן אויף מנהיגים, זיי האלטן נאר נישט פון די נייע..
בני יואל וואלטן זיך קיינמאל נישט אונטערגעווארפן קיינעם.
איך פארשטיי די כח היחיד מהלך, אבער נאר לגבי ענייני היחיד, נישט לגבי ענייני הרבים. זאל דער רבים מיר נישט איינטיילן וועלכע קליידער איך און מיין ווייב מעגן גיין, און נישט וועלכע פאון איך מעג האבן אין טאש. זיי זאלן מיר נישט איינטיילן וועלכע דף גמרא איך דארף לערנען און נישט וואס מיין קינדער זאלן ליינן. דער רבים מוז אבער יא באזארגן מוסדות פאר די רבים, און נישט דער יחיד. דער רבים מוז צושטעלן מקוואות און שולן וכדו', און ממילא מוזן די זאכן בלייבן אין די הענט פון די רבים
Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
פיין איז ווען עס קומט צו ציבורישע זאכן וואס די ציבור דארף מחליט זיין, ווער איז עומד בראש און איז מחליט פארן רבים?
היכי דמי
עס איז דא אסאך פאקטארן אין ניו יארק אנדערש פון די אנדערע סטעיטס ואס האט צוגעברענגט א שטארקערע פארשפרייטונג.
מען וואוינט צוקוועטשט. זייער אסאך מענטשן אין איין בנין.
פון די גרעסטע טוריזם פלעצער אין די וועלט, וואס דאס אליינס האט מסתמא פארשפרייט די וויירוס דא אויף א היסטארישע פארנעם. אן א צאל מענטשן וואס זענען אריינגעקומען צו ניו יארק סיטי פון אנדערע לענדער האבן אהערגעברענגט די וויירוס.
דעס איז אלעס גוטע תירוצים אויף זיך ארויסצודרייען. די פאקט איז אז א שיינע מערהייט פון די טויטפעלער האבן פאסירט אין אלטע-היימען און נאר א דאנק קאומאו' מאנדאט וואס האט געצווינגען אט די היימען אנבאדינגט אריינצוברענגן אהין די מחלה. ס'איז נישט קיין סוד אז אין די לעצטע יארן איז קאומאו שטארק אקטיוו אין צונעמען געזונט און לעבן פון די עלטערע קלאס כדי צו קענען דעקן זיינע ליבעראלע העלטה פאליסיס ווי למשל טרענסגענדער אפעראציעס און העלטה-קעיר פאר אילעגאלע בירגער... די מאנדאט האט איהם איינגעשפארט שווערע בּיליאנען אויף די יערליכע באדזשעט. יא אזא פנים האט עס ווען די רעגירונג איז פאראנטווארטליכט אויף אייער געזונט.
אט די אלע אויבן דערמאנטע טויטע האבן גארנישט צו טוהן מיט וואס פארא מין דעמאגראפיע ניו יארק איז געוואונטשן מיט. ס'האט אך ורק צוטוהן מיט קאומאו'ס בייזוויליגע רציחות'דיגע אימפלימענטאציע.
פאליטיקאנטקורקלענד: שטארקע נקודות ארויסגעברענגט אבער די ערשטע חלק איז אביסל געבלאזן.
ס'איז נישט מיינס. איך ווייס נישט ווער ס'האט עס געשריבן. פאר קריטיק דארף מען קאנטאקטן דער שרייבער. איך בין סתם די שליח.
יודישע שרייבערשוין, ב"ה ס'איז
שוין דא א ניגון אויף דעם (געבויט אויף די ניגון
"איך זיך מיר אין מיין סוכה'לע" פון ארי הילל) ארויס געגעבן דורך דעם אלעמען באקאנטן
הרב וועלוול שמעלצער ראש המדריכים פון מחנה חיים ושלום מונקאטש.
ארי הילל???
עסקנים גיבן איבער אז עס איז ערווארטעט היי יאר א רעקארד צאל נידריגע מאליסטעישעס אין די קעמפס, און דאס וועט ראטעווען אומצאליגע קינדער... 🙂
Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
די גאנצע מאלעסטעישענס אפאראט איז שטארקע געקעמפט געווארן, און אין רוב קעמפס איז עס נישט בנמצא.
אוואדי וועט זיך אלס מאכן, אבער ע"פ רוב האבן די אדמיניסטראציעס אוועקגעשטעלט שטארקע גדרים (איך רעד אמת'ע קשרים - נישט די ארויסווארפן אלעס אויף בחורים, כאילו זיי זענען געווען די פראבלעם [רוב קעמפס האבן נישט קיין בחורים מדריכים / ארבעטער, און געוויסע וואס יא לאזן נישט די בחורים שלאפן אינעם גאנצן שטח ביינאכט], וואס דאס איז א באזונדערע שמועס).
Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!
זע איך אז די "פאליטיקאנטן" האבן זיך אויפגעוועקט......
אבי דירוילעם זאל זיך איינרעדן אז זיי טוען...
