☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13925

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 5:50 am

· #451120
קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן
רבותי ווער עס האט נישט נעכטן נאכט געזעהן די בילד מיט די אייגענע אויגן קען נישט גלייבן אז עס האט ווירקליך פאסירט. אפי׳ א ווידעאו פון די מאורה וואלט איך געזאגט אז עס פאלש פשוט צו פארשמירן די קרית יואל׳ער יודן׳טום.

כ״ק אודמ״ר מסאטמאר ק״י שליט״א האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט אן אייניקעל, א קינד פון הרב דוד דוב דושינסקי נ״י. דער עולם וואס האט זיך אריין גשטופט אין דעם ביהמ״ד הגודל איז לא יאומן אז בלויז פאר געציילטע טעג צוריק זענען ל״ע אוועק אזויפיל נפשות יקרות מישראל פון זיין אינפעקטירט מיט די שטערבליכער קאראנא וויירוס.

את חטאי אני מזכיר היום, אין די חודש פון מארטש ווען אלעס האט זיך פארמאכט פון איין מינוט צום צווייטן איז אני הקטן (גדול) געווען פון די אפלאכער פון די סי.די.סי ארגענעזאציע מיט זייער רעקאמענדעישאנס, און געגאנגען דאווענען מיט מנין און געווארן נאך געשריגען רוצח, ביז יום המר והנמר כמעט א חודש שפעטער האב איך פארלוירן איינע פון מיינע עלטערן צו די שרעקליכער וויירוס. לדאבונינו האבן מיינע עלטערן אויך די נאטור פון אפלאכן (איך בין ב״ה נישט קיין ממזר) אכטונג געגעבן און צוגעלייגט קאפ צו די סי.די.סי רעקמאנדאציעס איז מאן דכר שמיה.

ממש די האר פון קאפ שטעלן זיך מיר אויף זעהנדיג ווי לייכטזינינג מענטשען קענען זיין פשוט פאר א פארטיי. געטאנצט אויף די פארענטשעס פארשוויצט און צוזאמגעשטופט עד כלות. מסירת נפש ממש במלאו מובן המלה.

איך האב עס נאר געזעהן אויף א סטעטוס פון א חבר וואס וואוינט אין ק״י. ווי פריער דערמאנט בין איך אין די שנה אבילות און איך קען צו קיין חתונה נישט גיין מטעם די הלכות אבילות וואס ווערט געפראוועט אין די שנה ראשונה פון א טאטע אדער מאמעס פטירה. און ווי אויך וואלט איך סתם אזוי נישט ארויס געפארן קיין ק״י און פארברענגען א נאכט ביי א רבישע חתונה.

איך האף אז דאס א מאק ווידעאו ווי מען פרובירט ווידער אראפ צו רייסן די חסידישע אידן און עס האט ווירקליך טאקע נישט פאסירט. אבער עס זעהט אויס לעגעטים.

גיי פארשטיי, אדער רעד איך נאר ווי א ויקטים און עס איז באמת יא א געלעכטער און די סי.די.סי ווייסט טאקע נישט וואס זיי רעדן די היימישע חסידישע אידן קענען די נושא אסאך בעסער סאשעל דיסטעסינג איז בכלל נישט קיין עצה פאר תאצר המגפה .

דער דר. פאוטשי האט נעכטן געמאלדן אז די קאראנא איז זיין שלעכסטער חלום וואס ער האט נאר אמאל געקענט חלומען פון און עס איז נאך ווייט פון זיין פערטיג.

מי שאמר לעולמו די וכ״ו

Sent from my iPhone using Tapatalk

מפיל קינד » מיטוואך יוני 10, 2020 9:19 am

· #451129
די האר פון קאפ שטייט נאך? ס'איז דא א שמיראכץ פאר דעם.

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 9:24 am

· #451131
Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן
מפיל קינד
די האר פון קאפ שטייט נאך? ס'איז דא א שמיראכץ פאר דעם.
אה יעה ? איך האב נישט געוויסט. זייער צו דער זאך גראדע פונקט די נושא ווערט דא באטאנט.

Sent from my iPhone using Tapatalk

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 9:39 am

· #451134
איז דען די קאראנא וויירוס געוואנדן אין א געגענט? און נאך מער, מאן יאמר אז וויבאלד עס איז שוין געווען איין מאל איז עס שוין פארזיכערט אז עבר זעם, עס איז דאך נישט קאנפירמד מיט סערטענטי אז די אנטי באדיס איז א גאראנטי!

yatzmachp » מיטוואך יוני 10, 2020 9:46 am

· #451137
.

yatzmachp » מיטוואך יוני 10, 2020 9:47 am

· #451139
מיינונגזאגער
רבותי ווער עס האט נישט נעכטן נאכט געזעהן די בילד מיט די אייגענע אויגן קען נישט גלייבן אז עס האט ווירקליך פאסירט. אפי׳ א ווידעאו פון די מאורה וואלט איך געזאגט אז עס פאלש פשוט צו פארשמירן די קרית יואל׳ער יודן׳טום.

כ״ק אדמו״ר מסאטמאר ק״י שליט״א האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט אן אייניקעל, א קינד פון הרב דוד דוב דושינסקי נ״י. דער עולם וואס האט זיך אריין גשטופט אין דעם ביהמ״ד הגודל איז לא יאומן אז בלויז פאר געציילטע טעג צוריק זענען ל״ע אוועק אזויפיל נפשות יקרות מישראל פון זיין אינפעקטירט מיט די שטערבליכער קאראנא וויירוס.

זאג נאר, האסט שוין פסח'דיג געמאכט?

דו ביזט נעבעך פון די מענטשן וואס זענען מקיים דעם "בשבילי נברא העולם" אין פולן זין פון ווארט. ווען דיר גייט גוט לאכסטו פון אלעם און גייסט דאווענען מיט מנין כאטש רוב עולם גייט נישט. ווען דיר גייט נישט גוט, און האסט ר"ל פארלוירן איינע פון דיינע עלטערן, מוז יעדער זיין בצער מיט דיר און מען דארף טוהן ווי אזוי דו פארשטייסט. דו ביזט פון די מענטשן וואס לערנען פאלש פשט אין יעדע זאך. אנשטאט ארויס לערנען פון דיין עקספיריענס אז דו האסט א פראבלעם מיט דזשאדזשמענט און דעסיזשן מעיקינג און דו ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, קומסטו צו די החלטה אז קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי דיר. און אויב מען טוט אנדערש ווי דו איז מען נישט נארמאל.

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 9:49 am

· #451140
זאג נאר, האסט שוין פסח'דיג געמאכט?

איך דענק נישט, איך מיין איך בין געזעצן שבעה הארט פאר פסח.

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 9:58 am

· #451142
אמן, ישר כח. עס איז מיר גאר א גרויסער ״טובה״ דיין נחמה. וועסטו גוט מדייק זיין בלשוני וועסטו זעהן אז בעפאר מיין פערזענליכער קרבן וואס איך האב מקריב געווען אויפן מזבח הקאראנא בין איך מיט מיינע עלטערן געווען זייער לייכטזיניג פון די אלע רעקאמאנדאציעס רעקאמאנדירט ביי די סי.די.סי.
דו"ק ותשכח.

yatzmachp » מיטוואך יוני 10, 2020 10:00 am

· #451144
יזט נעבעך פון די מענטשן וואס זענען מקיים דעם "בשבילי נברא העולם" אין פולן זין פון ווארט. ווען דיר גייט גוט לאכסטו פון אלעם און גייסט דאווענען מיט מנין כאטש רוב עולם גייט נישט. ווען דיר גייט נישט גוט, און האסט ר"ל פארלוירן איינע פון דיינע עלטערן, מוז יעדער זיין בצער מיט דיר און מען דארף טוהן ווי אזוי דו פארשטייסט. דו ביזט פון די מענטשן וואס לערנען פאלש פשט אין יעדע זאך. אנשטאט ארויס לערנען פון דיין עקספיריענס אז דו האסט א פראבלעם מיט דזשאדזשמענט און דעסיזשן מעיקינג און דו ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, קומסטו צו די החלטה אז קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי דיר. און אויב מען טוט אנדערש ווי דו איז מען נישט נארמאל.

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 11:30 am

· #451154
קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן
yatzmachp
יזט נעבעך פון די מענטשן וואס זענען מקיים דעם "בשבילי נברא העולם" אין פולן זין פון ווארט. ווען דיר גייט גוט לאכסטו פון אלעם און גייסט דאווענען מיט מנין כאטש רוב עולם גייט נישט. ווען דיר גייט נישט גוט, און האסט ר"ל פארלוירן איינע פון דיינע עלטערן, מוז יעדער זיין בצער מיט דיר און מען דארף טוהן ווי אזוי דו פארשטייסט. דו ביזט פון די מענטשן וואס לערנען פאלש פשט אין יעדע זאך. אנשטאט ארויס לערנען פון דיין עקספיריענס אז דו האסט א פראבלעם מיט דזשאדזשמענט און דעסיזשן מעיקינג און דו ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, קומסטו צו די החלטה אז קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי דיר. און אויב מען טוט אנדערש ווי דו איז מען נישט נארמאל.
אכן נודע הדבר פארוואס יצמחפ איז דיין ניק.

ליין גוט איבער מיינע ווערטער די וועסט נישט זעהן קיין איין קרום ווארט פום פארדאמונג אויף די עקשאן פון די אלע. די סיבה פון עס נישט פארדאמען איז ווייל נישטא נאך אזא איינער ווי איך וואס פארשטייט די אפלאכעריי און לייכטזיניגקייט פון די אקציע פון נישט פאלאוען די גייד ליינס געשטעלט ביי די סי.די.סי

אבער ווען יעך בין געווען לייכטזינינג איז מן הסתם נאך נישט געווען קיין איין קרבן עס איז דאן געווארן די בהלהאבער, ווי מער די קרבנות האבן אנגעהויבן נקרב ווערן האבן מיר אריין געקוקט אין די ריאלעטעט און געזעהן אז דאס איז נישט קיין קינדער שפיל דאס איז א שפיל ווי מיט פייער.

כהיום ווען מיר האלטן מיט אריבער 500 היימישע קרבנות מסלתה ומשמנה פון ב.פ. ווילי מאנסי קרית יואל זעהט דאך א יעדער רעכט דענקענדער מענטש נישט נאר די שטאטישע טאטעס מיט די אלץ ווייסער און וויכטיג מאכער אז דאס איז א שפיל מיט פייער פארוואס זאל נישט גענומען ווערן די מינאמאלער פריקאשענס וואס עס איז רעקאמאנדירט פאר א ספק פקיח נפש וואס מען איז אפי׳ מחלל שבת.

די יצמח, זאלסט ח״ו נישט האבן קיין טעות וויל איך דא זייער קלאר שטעלן אז, לא באתי בשביל דזשאדזשמענט, אדער פאר סיי וואספארא סיבה ווי פשוט מעורר זיין פון א געטראפאנער סטענד פוינט אין חכם כבעל הנסיון. איך האב קיינמאל נישט געלאכט און וועל קיינמאל נישט לאכן אבער כצאן לטבח אן אינפארמאציע וועל איך דאך אויך נישט טוהן וואס די ווילסט ווייל די ווילסט, וע״כ האב איך עס אפגעלאכט נישט ווייל די דעסיזשען איז געווען אינפארמעטיוו (און אויך, האב איך נישט מורא צו זאגן טעיתי והלוואי שאפשר לחזור אחריה)

יעדער פארשטייט זייער גוט זאלן יעדער טוהן וואס ער וויל עס איז מיר נאר תסמור שערות ענוש צוזעהן אזא בילד נאך וואס איז נודע הדבר וא״א להרר אחריה אזוי ווי עס איז געווען בעפאר פורים.

איך האב קיינעם נישט געבעטן זיין בצער אדער סענסעטיון איך ברויך יס ה״ה נישט, איך האב פשוט ארויס געברענגט א נקידה פון אל תחב בצונן כדרך שמת פלוני און נישט סתם אל תחב בצונן אן א הסבר.

ווען די וועסט ניצן די שכל וואס איז אפשר דא אין דיין קודקוד אויב עס איז בכלל דא דארט עפעס וועסטו פארשטיין אז דיין אגרעסיווער ריספאנס איז אינו מן הענין און סתם הדיוט קופץ בראש מיט נארישע מאמרים וואס קומט בכלל נישט אריין, פשוט צו ווייזן אז די דערשרעקט זיך נישט פון די סענסיוויטעט ופן די באטראפענע די ביסט פשוט א לאגישער מענטש אן קיין געפולן די טראכטס נאר מיט די שכל ווי א געלונגענער בר דעת. אבער צו באדארען די לאגיק און די שכל וואס די האסט געוואלט ווייזן האסטו פשוט געוויזען דאס פארקערטע נישטא דארט גארנישט דערפון, וואלסטו עכ״פ אקויס געקומען מיט א משהו סענסיוויטעט וואלט מען אפשר געקענט טראכטן אז עפעס נארמאלקעיט הערשט יא אין דעם יצמח.

ודפח״ח שפתיים ישק

Sent from my iPhone using Tapatalk

היכי דמי » מיטוואך יוני 10, 2020 12:03 pm

· #451158
געזעהן די בילד, און עס טוט מיר זייער וויי אז אידישע קינדער קענען זיך אזוי צוזאמשטופן און זיך אנכאפן מיט שוויציגע הענט אין א צייט וואס קוים עטליכע וואכן צוריק האט דאס גורם געווען טויט ה"י.

אפילו דאס לאנד עפענט זיך שוין, פארשטייט א יעדע נארמאלע מענטש אז עס מיינט נישט אז מען זאל איצט גיין זיך שטופן און שוויצן צוזאמען. מען דארף נאך אסאך צייט ביז ניו יארק זאל זיין "קאראנע ריין" עס איז זיכער אז די סאשעל דיסטינסינג רעגולאציעס דארף אנגיין ביז איר זענט "זיכער" אז עס איז 100% פארביי. (נישט 99%)

ספעציעל ווען מען קוקט אויף אנדערע פלעצער וועלכע האבן געהאט הויכע נומבערס פון פרישע קעיסעס נאכדעם וואס זיי האבן געעפענט. אז דו ווילסט מאכן א גרויסע שיינע רעבישע חתונה, פיין און וואויל, אבער פארוואס מאך נישט א סיסטעם אז בלויז א געוויסע צאל מענטשן זאלן זיין אויף איינמאל אין די זאל, אפגערוקט עטליכע פיס. יעדער גייט פארשטיין ווען מען זעהט די בילדער אז דאס איז א קאראנע חתונה, און עס איז נישט קיין בושה צו האבן א קליינע עולם.

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 12:12 pm

· #451160
היכי דמי

אוי ווי גערעכט. אפי׳ די וואס האבן געלאכט פאר פורים האבן דאך געזעהן די ביטערע פאקטן 4-5 וואכן שפעטער. פארוואס אין די וועלט זאל מען נעמען די טשענס.

פיינע קאווע » מיטוואך יוני 10, 2020 12:14 pm

· #451161
רבותי ווער עס האט נישט פאריגע וואך געזעהן די בילד מיט די אייגענע אויגן קען נישט גלייבן אז עס האט ווירקליך פאסירט. אפי׳ א ווידעאו פון די מאורה וואלט איך געזאגט אז עס פאלש פשוט צו פארשמירן די ראדני׳ער יודן׳טום.

כ״ק אודמ״ר מסאטמאר וויליאמסבורג שליט״א האט פאריגע וואך חתונה געמאכט אן אייניקעל. דער עולם וואס האט זיך אריין גשטופט אין דעם ביהמ״ד הגודל איז לא יאומן אז בלויז פאר געציילטע טעג צוריק זענען ל״ע אוועק אזויפיל נפשות יקרות מישראל פון זיין אינפעקטירט מיט די שטערבליכער קאראנא וויירוס.

את חטאי אני מזכיר היום, אין די חודש פון מארטש ווען אלעס האט זיך פארמאכט פון איין מינוט צום צווייטן איז אני הקטן (גדול) געווען פון די אפלאכער פון די סי.די.סי ארגענעזאציע מיט זייער רעקאמענדעישאנס, און געגאנגען דאווענען מיט מנין און געווארן נאך געשריגען רוצח, ביז יום המר והנמר כמעט א חודש שפעטער האב איך פארלוירן איינע פון מיינע עלטערן צו די שרעקליכער וויירוס. לדאבונינו האבן מיינע עלטערן אויך די נאטור פון אפלאכן (איך בין ב״ה נישט קיין ממזר) אכטונג געגעבן און צוגעלייגט קאפ צו די סי.די.סי רעקמאנדאציעס איז מאן דכר שמיה.

ממש די האר פון קאפ שטעלן זיך מיר אויף זעהנדיג ווי לייכטזינינג מענטשען קענען זיין פשוט פאר א פארטיי. געטאנצט אויף די פארענטשעס פארשוויצט און צוזאמגעשטופט עד כלות. מסירת נפש ממש במלאו מובן המלה.

איך האב עס נאר געזעהן אויף די פראנט פעידזש פון די וואך פרשת נשא ווי פריער דערמאנט בין איך אין די שנה אבילות און איך קען צו קיין חתונה נישט גיין מטעם די הלכות אבילות וואס ווערט געפראוועט אין די שנה ראשונה פון א טאטע אדער מאמעס פטירה. און ווי אויך וואלט איך סתם אזוי נישט ארויס געפארן קיין ק״י און פארברענגען א נאכט ביי א רבישע חתונה.

איך האף אז דאס א מאק ווידעאו ווי מען פרובירט ווידער אראפ צו רייסן די חסידישע אידן און עס האט ווירקליך טאקע נישט פאסירט. אבער עס זעהט אויס לעגעטים.

גיי פארשטיי, אדער רעד איך נאר ווי א ויקטים און עס איז באמת יא א געלעכטער און די סי.די.סי ווייסט טאקע נישט וואס זיי רעדן די היימישע חסידישע אידן קענען די נושא אסאך בעסער סאשעל דיסטעסינג איז בכלל נישט קיין עצה פאר תאצר המגפה .

דער דר. פאוטשי האט נעכטן געמאלדן אז די קאראנא איז זיין שלעכסטער חלום וואס ער האט נאר אמאל געקענט חלומען פון און עס איז נאך ווייט פון זיין פערטיג.

מי שאמר לעולמו די וכ״ו

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 10, 2020 12:42 pm

· #451163
דער ברודער פון ווסמב"ג, וואס האט זיך אזוי געזארגט וועגן די געזונט צושטאנד פון זיין שוועגערין, האט זיך באטייליגט אין די חתונה? זיין ברודער האט חתונה געמאכט, איז ער אוודאי געקומען, ניין?

אוודאי נישט, ער האט דאך מורא פאר קאראנאוויירוס. ער וואלט קיינמאל נישט באטייליגט אין א ריזיגע חתונה אן קיין שום שמירה.

אאופס, די וואך שטייט דאך עפעס אנדערש. און וואס איז דעמאלס געשען? דער ברודער פון ק"י איז געגאנגן ווען זיין ברודער האט חתונה געמאכט, ווען זיין ברודער האט אזוי ברודערליך געזארגט וועגן זיין ווייב'ס געזונט צושטאנד? אדער האט ער מורא געהאט פאר קאראנאוויירוס?

ליב צו וויסן » מיטוואך יוני 10, 2020 1:45 pm

· #451167
אן אריינצוגיין אין די חסרונות פון די אויסשטעל פון רבישע שמחות אין אלגעמיין..
ווען -לויט דיר- וועט מען זיך שוין מעגן צאמנעמען אין גרעסערע נומערן?
אין קר"י האלט מען שוין לאנג נאכן Peak, די Curve איז שוין גענצליך פלאך, וואס נאך דארף מען טוהן?

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 1:49 pm

· #451168
ליטוואק פון בודאפעסט
דער ברודער פון ווסמב"ג, וואס האט זיך אזוי געזארגט וועגן די געזונט צושטאנד פון זיין שוועגערין, האט זיך באטייליגט אין די חתונה? זיין ברודער האט חתונה געמאכט, איז ער אוודאי געקומען, ניין?

אוודאי נישט, ער האט דאך מורא פאר קאראנאוויירוס. ער וואלט קיינמאל נישט באטייליגט אין א ריזיגע חתונה אן קיין שום שמירה.

אאופס, די וואך שטייט דאך עפעס אנדערש. און וואס איז דעמאלס געשען? דער ברודער פון ק"י איז געגאנגן ווען זיין ברודער האט חתונה געמאכט, ווען זיין ברודער האט אזוי ברודערליך געזארגט וועגן זיין ווייב'ס געזונט צושטאנד? אדער האט ער מורא געהאט פאר קאראנאוויירוס?

חחח איך האב שוין נישט געלאכט אזוי פאר גאר א לאנגער צייט.
יפה דיברת עס איז א סיריעס ליטווישער לומדות וואס דא גייט פאר.

היכי דמי » מיטוואך יוני 10, 2020 2:01 pm

· #451169
ליב צו וויסן
אן אריינצוגיין אין די חסרונות פון די אויסשטעל פון רבישע שמחות אין אלגעמיין..
ווען -לויט דיר- וועט מען זיך שוין מעגן צאמנעמען אין גרעסערע נומערן?
אין קר"י האלט מען שוין לאנג נאכן Peak, די Curve איז שוין גענצליך פלאך, וואס נאך דארף מען טוהן?

אין גאנץ ניו יארק סטעיט איז שוין לאנג נאך די פיעק, אבער ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאך, איז נאך דא די וויירוס, און ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאכנישט געהאט, זענען זיי עס אויסגעשטעלט צו באקומען און טראגן ווייטער.

עס איז פארשטענדליך אז מענטשן באקומען עס נאך, און עס וועט נאך זיין קעיסעס פאר א שיינע שטיק צייט, אפילו עס איז שוין נאך די פיעק. (דער אייבישטער זאל אפהיטן אז די נומבערס זאלן נישט ארויפשפרונגען אזויווי דעמעלטס)

אבער עס איז קלאר אז מענטשן דארפן זיך נאך היטן, זיכער ביז עס איז דא 0 קעיסעס. דאס הייסט, זיך וואשן די הענט כסדר, גיין מיט א מאסקע אין פאבליק פלעצער, און אוודאי נישט מאכן אזעלכע מעמדים ווי מען שטייט צושטיפט און צושוויצט.

מפיל קינד » מיטוואך יוני 10, 2020 2:16 pm

· #451174
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז עקלדיג א גאנץ יאר, וואס האט עס מיט קאראנע?

ליב צו וויסן » מיטוואך יוני 10, 2020 6:31 pm

· #451199
היכי דמי
ליב צו וויסן
אן אריינצוגיין אין די חסרונות פון די אויסשטעל פון רבישע שמחות אין אלגעמיין..
ווען -לויט דיר- וועט מען זיך שוין מעגן צאמנעמען אין גרעסערע נומערן?
אין קר"י האלט מען שוין לאנג נאכן Peak, די Curve איז שוין גענצליך פלאך, וואס נאך דארף מען טוהן?

אין גאנץ ניו יארק סטעיט איז שוין לאנג נאך די פיעק, אבער ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאך, איז נאך דא די וויירוס, און ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאכנישט געהאט, זענען זיי עס אויסגעשטעלט צו באקומען און טראגן ווייטער.

עס איז פארשטענדליך אז מענטשן באקומען עס נאך, און עס וועט נאך זיין קעיסעס פאר א שיינע שטיק צייט, אפילו עס איז שוין נאך די פיעק. (דער אייבישטער זאל אפהיטן אז די נומבערס זאלן נישט ארויפשפרונגען אזויווי דעמעלטס)

אבער עס איז קלאר אז מענטשן דארפן זיך נאך היטן, זיכער ביז עס איז דא 0 קעיסעס. דאס הייסט, זיך וואשן די הענט כסדר, גיין מיט א מאסקע אין פאבליק פלעצער, און אוודאי נישט מאכן אזעלכע מעמדים ווי מען שטייט צושטיפט און צושוויצט.

ס'איז א גרויסע חילוק פון אכטונג גיבן, וואס דאס איז א פליכט "אויפן יחיד וואס קען ווערן געשעדיגט" ביז מבטל זיין פאבליק פארזאמלונגען, וואס האט נאר א פשט ווען עס הערשט א ספעציעלע גרויסע סכנה.

די סכנה פון שטארבן יעצט אין קר"י פון קאראנע -פאר איינעם וואס איז נישט אין די ריסק קאטאגאריע- איז בפשטות בערך ווי שטארבן אין א קאר עקסידענט (געדענק: די אנגעבליכע סיבה פונעם לאקדאון אפילו פאר געזונטע מענטשן איז צוליב א מעגליכע קריזיס אין העלט סיסטעם, איצט איז די סיבה שוין נישט דא).

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 6:42 pm

· #451201

דאס מיינט צו זאגן אז נישט פון די וויירוס האט מען מורא געהאט. מען האט פשוט געציטערט אז די העלטה סיסטעם וועט פלאצן, איז דאס וואס מע״כ זאגט דא ?
שטעל זיך פאר 500 נייע קעיסעס גייען ארום און הייבן ווידער אן שטעקן דעם עולם ווי לרנג וועט נעמען אז די סיסטעם וועט נאכאמאל פלאצן?
ביסיידס מיר ווייסן שוין ביי נאו אז די גאווערמענט האט אונז געפעלט, די סיסטעם וואלט עס פיין געקענט הענדלען ווען עס ווערט ווען באהאנדעלט ביי די עסקנים פון די רבישע חתונות, איך זעה נאך אלץ נישט וואס די סכנה איז ווייניגער היינט ווי אמאל נניח אז א סעקאנד וועיוו איז בעצם יא שייך.

Sent from my iPhone using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 10, 2020 6:51 pm

· #451202
איז עס דען שיין, פון ביידע רבי'ס, צו גיין חתונה מאכן כאילו לא היה, ווען אלע אנדערע וואס מאכן חתונה מוטשן זיך צו טרעפן א פאסיגע וועג? מער ווי א מנין מעג מען שוין, אבער א נארמאלע חתונה קען מען נישט מאכן, און זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג?

מיר דארפן פאדערן מער פון די מנהיגים.

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 6:54 pm

· #451203
מנהיגים אין קאפ אריין, נישטא היינט אזא זאך. וויאזוי זאגן זיי "היה".

ליב צו וויסן » מיטוואך יוני 10, 2020 8:40 pm

· #451228
מיינונגזאגער
דאס מיינט צו זאגן אז נישט פון די וויירוס האט מען מורא געהאט. מען האט פשוט געציטערט אז די העלטה סיסטעם וועט פלאצן, איז דאס וואס מע״כ זאגט דא ?
שטעל זיך פאר 500 נייע קעיסעס גייען ארום און הייבן ווידער אן שטעקן דעם עולם ווי לרנג וועט נעמען אז די סיסטעם וועט נאכאמאל פלאצן?
ביסיידס מיר ווייסן שוין ביי נאו אז די גאווערמענט האט אונז געפעלט, די סיסטעם וואלט עס פיין געקענט הענדלען ווען עס ווערט ווען באהאנדעלט ביי די עסקנים פון די רבישע חתונות, איך זעה נאך אלץ נישט וואס די סכנה איז ווייניגער היינט ווי אמאל נניח אז א סעקאנד וועיוו איז בעצם יא שייך.

Sent from my iPhone using Tapatalk

האסט צוגעטראפן וואס מע"כ זאגט 👍

נאר דאס איז די סיבה.. אז נישט וואס האט א פשט צו עפענען איינמאל ס'איז כך וכך Capacity אין די שפיטעלער..

ביסיידס וואס ביי נאו ווייס מיר שוין אז די סיסטעם וועט נישט אזוי שנעל קראכן (געדענקסט די שפיטאל שיף?).

מיינונגזאגער » מיטוואך יוני 10, 2020 9:03 pm

· #451231
ליב צו וויסן

האסט צוגעטראפן וואס מע"כ זאגט 👍

נאר דאס איז די סיבה.. אז נישט וואס האט א פשט צו עפענען איינמאל ס'איז כך וכך Capacity אין די שפיטעלער..

ביסיידס וואס ביי נאו ווייס מיר שוין אז די סיסטעם וועט נישט אזוי שנעל קראכן (געדענקסט די שפיטאל שיף?).

ניטאמאל געברויכט.

שושן פורים » דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:10 am

· #451264
איך פארשטיי באמת נישט, על מה יצא הקצף?

זינט פסח און זיכער זינט שבועות דרייט זיך דער עולם אין די מאסן כאילו לא היה, רוב בתי מדרשים, גרויסע ווי קליינע זענען שבועות אנגעגאנגען געהעריג, און חוץ פון ממש געציילטע פעלער הערט מען נישט פון קיין נייע קעיסעס.

די סיבה איז זייער פשוט, רוב עולם ביי אונז האט עס שוין געהאט, ווי די אנטיבאדי טעסטס ווייזן קלאר האט א רוב ניכר פון אונזער עולם שוין געהאט דעם וויירוס, עס איז העכסט צייט צוריק צו גיין צום נארמאלן (?) לעבנסשטייגער.

אבער פאר מען פאטשט זיך אין די בייכער, עס איז בכלל נישט א מעלה אז מיר האבן עס שוין געהאט אויף אזא פארנעם, א חלק זענען מיר בכלל נישט שולדיג, פשוט אונזער לעבנסשטייגער איז אז מען טרעפט זיך צוזאם מערערע מאל די גאנצע געמיינדע, און די אנדערע חלק איז א בושה אז א ריזן ציבור האט גענצליך איגנארירט אלע ווארענונגען אינעם אנפאנג פון די פאנדעמיע און דאס האט אונז געקאסט שווערע קרבנות.

און צו אייך טייערע @מיינונגזאגער איך מיין אז אייער ווייטאג קומט פון דעם אז נאך איר האט פארלוירן אזא טייערע פארלוסט קענט איר נישט צוקוקען ווי עולם כמנהגו נוהג געהעריג ווי בעפאר, פאר אייך האט זיך די וועלט געטוישט אויף אייביג און איר ערווארט פון די וועלט דאס זעלביגע, אבער זארג נישט, עס איז זייער א מענטשליכע געפיל, עס איז א וועג פון טרויערן און דיעלן מיט די פעין, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, איר זאלט קיינמאל מער נישט וויסן פון קיין צער ומן השמים תנוחמו.

היכי דמי » דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:31 am

· #451286
ליב צו וויסן
היכי דמי
ליב צו וויסן
אן אריינצוגיין אין די חסרונות פון די אויסשטעל פון רבישע שמחות אין אלגעמיין..
ווען -לויט דיר- וועט מען זיך שוין מעגן צאמנעמען אין גרעסערע נומערן?
אין קר"י האלט מען שוין לאנג נאכן Peak, די Curve איז שוין גענצליך פלאך, וואס נאך דארף מען טוהן?

אין גאנץ ניו יארק סטעיט איז שוין לאנג נאך די פיעק, אבער ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאך, איז נאך דא די וויירוס, און ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאכנישט געהאט, זענען זיי עס אויסגעשטעלט צו באקומען און טראגן ווייטער.

עס איז פארשטענדליך אז מענטשן באקומען עס נאך, און עס וועט נאך זיין קעיסעס פאר א שיינע שטיק צייט, אפילו עס איז שוין נאך די פיעק. (דער אייבישטער זאל אפהיטן אז די נומבערס זאלן נישט ארויפשפרונגען אזויווי דעמעלטס)

אבער עס איז קלאר אז מענטשן דארפן זיך נאך היטן, זיכער ביז עס איז דא 0 קעיסעס. דאס הייסט, זיך וואשן די הענט כסדר, גיין מיט א מאסקע אין פאבליק פלעצער, און אוודאי נישט מאכן אזעלכע מעמדים ווי מען שטייט צושטיפט און צושוויצט.

ס'איז א גרויסע חילוק פון אכטונג גיבן, וואס דאס איז א פליכט "אויפן יחיד וואס קען ווערן געשעדיגט" ביז מבטל זיין פאבליק פארזאמלונגען, וואס האט נאר א פשט ווען עס הערשט א ספעציעלע גרויסע סכנה.

די סכנה פון שטארבן יעצט אין קר"י פון קאראנע -פאר איינעם וואס איז נישט אין די ריסק קאטאגאריע- איז בפשטות בערך ווי שטארבן אין א קאר עקסידענט (געדענק: די אנגעבליכע סיבה פונעם לאקדאון אפילו פאר געזונטע מענטשן איז צוליב א מעגליכע קריזיס אין העלט סיסטעם, איצט איז די סיבה שוין נישט דא).

אוודאי דארף יעדע יחיד פאר זיך אכטונג גיבן, אבער עס הערשט נאך אלס אן אחריות פון מאכן גרויסע מעמדים. ליין איבער וואס איך האב געשריבן, איך האב נישט געשריבן אז מען זאל מבטל זיין פארזאמלונגען און זיין איינגעשפארט אין די בעדרום. אבער מען דארף נאף קלאר אנהאלטן סאשעל דיסטינסינג אויף ווי ווייט מעגליך, און מענטשן וואס זענען אין א גרעסערע ריסק האבן נישט וואס צו זוכן ביי אזעלכע פלעצער.

היכי דמי » דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:43 am

· #451287
ליב צו וויסן
היכי דמי
ליב צו וויסן
אן אריינצוגיין אין די חסרונות פון די אויסשטעל פון רבישע שמחות אין אלגעמיין..
ווען -לויט דיר- וועט מען זיך שוין מעגן צאמנעמען אין גרעסערע נומערן?
אין קר"י האלט מען שוין לאנג נאכן Peak, די Curve איז שוין גענצליך פלאך, וואס נאך דארף מען טוהן?

אין גאנץ ניו יארק סטעיט איז שוין לאנג נאך די פיעק, אבער ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאך, איז נאך דא די וויירוס, און ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאכנישט געהאט, זענען זיי עס אויסגעשטעלט צו באקומען און טראגן ווייטער.

עס איז פארשטענדליך אז מענטשן באקומען עס נאך, און עס וועט נאך זיין קעיסעס פאר א שיינע שטיק צייט, אפילו עס איז שוין נאך די פיעק. (דער אייבישטער זאל אפהיטן אז די נומבערס זאלן נישט ארויפשפרונגען אזויווי דעמעלטס)

אבער עס איז קלאר אז מענטשן דארפן זיך נאך היטן, זיכער ביז עס איז דא 0 קעיסעס. דאס הייסט, זיך וואשן די הענט כסדר, גיין מיט א מאסקע אין פאבליק פלעצער, און אוודאי נישט מאכן אזעלכע מעמדים ווי מען שטייט צושטיפט און צושוויצט.

ס'איז א גרויסע חילוק פון אכטונג גיבן, וואס דאס איז א פליכט "אויפן יחיד וואס קען ווערן געשעדיגט" ביז מבטל זיין פאבליק פארזאמלונגען, וואס האט נאר א פשט ווען עס הערשט א ספעציעלע גרויסע סכנה.

די סכנה פון שטארבן יעצט אין קר"י פון קאראנע -פאר איינעם וואס איז נישט אין די ריסק קאטאגאריע- איז בפשטות בערך ווי שטארבן אין א קאר עקסידענט (געדענק: די אנגעבליכע סיבה פונעם לאקדאון אפילו פאר געזונטע מענטשן איז צוליב א מעגליכע קריזיס אין העלט סיסטעם, איצט איז די סיבה שוין נישט דא).

און אויף וואס דו שרייבסט אז די סכנה צו שטארבן פון קאראנע איצט איז פונקט ווי א קאר עקסידענט. מאכסטו נאר מיין פוינט שטארקער. דו כאפסט נישט וויפיל זיכערהייט מאסנאמען עס איז איינגעשטעלט געווארן כדאי צו פארמיידן קאר עקסידענט טראגעדיעס.

מען מוז זיך לערנען צו דרייווען
רויט לייטס
סטאפ סיינס
ספיד לימיטס
און נאך אסאך געזעצן.

אלעס כדאי צו ראטעווען לעבענס.

די זעלבע איז איצט, אונז לעבן אין א נייע רעאליטעט, א נייע וויירוס, אפילו די גרויסע העלט עקספערטן זענען נאכנישט 100% קלאר מיט אלע אינפארמאציע ארום דעם, און מען ברויך טוהן די מערסטע השתדלות מעגליך צו פארמיידן פרישע קעיסעס. אפילו מען עפענט שוין, און מען גייט ארויס אינדרויסן, איז דא זיכערהייט מאסנאמען וואס העלפט זיכער. אונז שטייען נאך צו נאנט צו די פיעק, ווי מענטשן זענען געפאלן ווי פליגן, אז אונז זאלן אזוי שנעל פארגעסן.

היכי דמי » דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:58 am

· #451292
שושן פורים
איך פארשטיי באמת נישט, על מה יצא הקצף?

זינט פסח און זיכער זינט שבועות דרייט זיך דער עולם אין די מאסן כאילו לא היה, רוב בתי מדרשים, גרויסע ווי קליינע זענען שבועות אנגעגאנגען געהעריג, און חוץ פון ממש געציילטע פעלער הערט מען נישט פון קיין נייע קעיסעס.

די סיבה איז זייער פשוט, רוב עולם ביי אונז האט עס שוין געהאט, ווי די אנטיבאדי טעסטס ווייזן קלאר האט א רוב ניכר פון אונזער עולם שוין געהאט דעם וויירוס, עס איז העכסט צייט צוריק צו גיין צום נארמאלן (?) לעבנסשטייגער.

אבער פאר מען פאטשט זיך אין די בייכער, עס איז בכלל נישט א מעלה אז מיר האבן עס שוין געהאט אויף אזא פארנעם, א חלק זענען מיר בכלל נישט שולדיג, פשוט אונזער לעבנסשטייגער איז אז מען טרעפט זיך צוזאם מערערע מאל די גאנצע געמיינדע, און די אנדערע חלק איז א בושה אז א ריזן ציבור האט גענצליך איגנארירט אלע ווארענונגען אינעם אנפאנג פון די פאנדעמיע און דאס האט אונז געקאסט שווערע קרבנות.

און צו אייך טייערע @מיינונגזאגער איך מיין אז אייער ווייטאג קומט פון דעם אז נאך איר האט פארלוירן אזא טייערע פארלוסט קענט איר נישט צוקוקען ווי עולם כמנהגו נוהג געהעריג ווי בעפאר, פאר אייך האט זיך די וועלט געטוישט אויף אייביג און איר ערווארט פון די וועלט דאס זעלביגע, אבער זארג נישט, עס איז זייער א מענטשליכע געפיל, עס איז א וועג פון טרויערן און דיעלן מיט די פעין, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, איר זאלט קיינמאל מער נישט וויסן פון קיין צער ומן השמים תנוחמו.

די ווערטער "חוץ פון ממש געציילטע פעלער הערט מען נישט קיין נייע קעיסעס" דערמאנט מיר פון אליעזר קרויס אויף קול מבשר ווי ער האט געוואלט אוועקמאכן די גאנצע וויירוס אנהויב, און ער האט אפגעלאכט דערפון, און ער האט געזאגט אז אפילו עס איז א אמת, איז עס א סכנה נאר פאר געוויסע מענטשן, ווי קראנקע און עלטערע... (איך געדענק נישט זיין פונקטליכע לשון). הייסט די וויירוס איז נישט קיין פראבלעם ווייל איך בין געזונט און שטארק און מיר גייט עס נישט שאטן.

עס איז זיכער אז רוב עולם האט עס שוין געהאט, אבער עס איז אויך זיכער אז נישט יעדער האט עס געהאט... צוויי וואכן צוריק איז אוועק א איד אין בארא פארק פון די וויירוס, און ער איז געווען א פרישע קעיס.

איך גיי עגריען מיט דיר אז עס איז העכסט צייט צוריקצוגיין צום (נארמאלען) לעבענסשטייגער, אבער פונקט אזויווי מען דרייווט א קאר מיט זיכערהייט מאסנאמען, דארף מען איצט אונטערנעמען אסאך זיכערהייט מאסנאמען כדאי צו פארמיידן פרישע קעיסעס.

היכי דמי » דאנערשטאג יוני 11, 2020 12:24 pm

· #451297
פארוואס קען מען נישט מאכן אזוי אין אמעריקע?

דאס איז נעכטן אין א"י ביי א שמחה בחצר קרעטשניף.

📎 WhatsApp Image 2020-06-11 at 12.18.40 PM.jpeg

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 12:28 pm

· #451299
➡️
היכי דמי
ליב צו וויסן

ס'איז א גרויסע חילוק פון אכטונג גיבן, וואס דאס איז א פליכט "אויפן יחיד וואס קען ווערן געשעדיגט" ביז מבטל זיין פאבליק פארזאמלונגען, וואס האט נאר א פשט ווען עס הערשט א ספעציעלע גרויסע סכנה.

די סכנה פון שטארבן יעצט אין קר"י פון קאראנע -פאר איינעם וואס איז נישט אין די ריסק קאטאגאריע- איז בפשטות בערך ווי שטארבן אין א קאר עקסידענט (געדענק: די אנגעבליכע סיבה פונעם לאקדאון אפילו פאר געזונטע מענטשן איז צוליב א מעגליכע קריזיס אין העלט סיסטעם, איצט איז די סיבה שוין נישט דא).

און אויף וואס דו שרייבסט אז די סכנה צו שטארבן פון קאראנע איצט איז פונקט ווי א קאר עקסידענט. מאכסטו נאר מיין פוינט שטארקער. דו כאפסט נישט וויפיל זיכערהייט מאסנאמען עס איז איינגעשטעלט געווארן כדאי צו פארמיידן קאר עקסידענט טראגעדיעס.

מען מוז זיך לערנען צו דרייווען
רויט לייטס
סטאפ סיינס
ספיד לימיטס
און נאך אסאך געזעצן.

אלעס כדאי צו ראטעווען לעבענס.

די זעלבע איז איצט, אונז לעבן אין א נייע רעאליטעט, א נייע וויירוס, אפילו די גרויסע העלט עקספערטן זענען נאכנישט 100% קלאר מיט אלע אינפארמאציע ארום דעם, און מען ברויך טוהן די מערסטע השתדלות מעגליך צו פארמיידן פרישע קעיסעס. אפילו מען עפענט שוין, און מען גייט ארויס אינדרויסן, איז דא זיכערהייט מאסנאמען וואס העלפט זיכער. אונז שטייען נאך צו נאנט צו די פיעק, ווי מענטשן זענען געפאלן ווי פליגן, אז אונז זאלן אזוי שנעל פארגעסן.

די סכנה פאר א געזונטער מענטש אין קר"י צו שטארבן יעצט פון קאראנע איז אזא מין סכנה ווי פארן אין א קאר "נאך די אלע זיכערהייט מאסנאמען" וואס איז דא ביי קארס.

קלארער צו מאכן מיין Point:
מענטשן טוהן "כסדר" זאכן וואס "קען" ברענגען טויט, א Lockdown אבער האט נאר א פשט ווען מען איז מסכן אנדערע, ווען ס'איז דא אן ערנסטע חשש פון איבערשטרענגען די Health system איז דא אן ארגומענט אז מיינע מעשים זענען מסכן אנדערע מיט דעם וואס איך וועל צולייגן צום אנגעשטרענגטן סיסטעם און במילא זאל מען מאכן א לאקדאון.

סתם ווען ס'איז דא א ריסק אין עפעס, האט עס מיטן יחיד און מיט זיינע חשבונות צו ער וויל עס נעמען.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 12:29 pm

· #451300
היכי דמי
פארוואס קען מען נישט מאכן אזוי אין אמעריקע?

דאס איז נעכטן אין א"י ביי א שמחה בחצר קרעטשניף.

📎 WhatsApp Image 2020-06-11 at 12.18.40 PM.jpeg

אין אר"י איז כמעט נישטא קיין Immunity, וויבאלד גאר א קליינע פראצענט האט עס געהאט דארט.

מיינונגזאגער » דאנערשטאג יוני 11, 2020 3:32 pm

· #451321
Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן
שושן פורים
איך פארשטיי באמת נישט, על מה יצא הקצף?

זינט פסח און זיכער זינט שבועות דרייט זיך דער עולם אין די מאסן כאילו לא היה, רוב בתי מדרשים, גרויסע ווי קליינע זענען שבועות אנגעגאנגען געהעריג, און חוץ פון ממש געציילטע פעלער הערט מען נישט פון קיין נייע קעיסעס.

די סיבה איז זייער פשוט, רוב עולם ביי אונז האט עס שוין געהאט, ווי די אנטיבאדי טעסטס ווייזן קלאר האט א רוב ניכר פון אונזער עולם שוין געהאט דעם וויירוס, עס איז העכסט צייט צוריק צו גיין צום נארמאלן (?) לעבנסשטייגער.

אבער פאר מען פאטשט זיך אין די בייכער, עס איז בכלל נישט א מעלה אז מיר האבן עס שוין געהאט אויף אזא פארנעם, א חלק זענען מיר בכלל נישט שולדיג, פשוט אונזער לעבנסשטייגער איז אז מען טרעפט זיך צוזאם מערערע מאל די גאנצע געמיינדע, און די אנדערע חלק איז א בושה אז א ריזן ציבור האט גענצליך איגנארירט אלע ווארענונגען אינעם אנפאנג פון די פאנדעמיע און דאס האט אונז געקאסט שווערע קרבנות.

און צו אייך טייערע @מיינונגזאגער איך מיין אז אייער ווייטאג קומט פון דעם אז נאך איר האט פארלוירן אזא טייערע פארלוסט קענט איר נישט צוקוקען ווי עולם כמנהגו נוהג געהעריג ווי בעפאר, פאר אייך האט זיך די וועלט געטוישט אויף אייביג און איר ערווארט פון די וועלט דאס זעלביגע, אבער זארג נישט, עס איז זייער א מענטשליכע געפיל, עס איז א וועג פון טרויערן און דיעלן מיט די פעין, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, איר זאלט קיינמאל מער נישט וויסן פון קיין צער ומן השמים תנוחמו.
וואויל, די האסט צוגערורט צו סטרונעס פון מיין הארץ אז די פארשטייסט די געפוהל פון אן אייביגער פארלוסט.

אבער לא יצא הקצף פאר פריוואטע הרגשים פון מיין פערזענליכער פארלוסט (עכ״פ אזוי דיקטירט מיר די מח, עס קען סאבקאנטשעס איז עס יא אזוי, עכ״פ אויף מיין פארדערשטע חלק פונעם מח איז עס מיר זיכער נישט) איך ברענג ארויס א וויי געשריי וואס איך מיט מיינע עלטערן זענען געווען לייכטזינונג ווען די גיידליינס זענען אקויס געקומען און די קאנסיקווענצן האבן נאכגעפאלגט. די וויי געשריי איז פשוטו כמשמען אל תחב בצונן כדרך שמת פלוני. איך זעה ווי מען שטארבט פון דעם, עס איז זיכער אז עס איז א ספק פקיח נפש וואס עס דוחה אכילה בעצם יום כיפורים וואס איז א כריתות. חילול שבת וואס איז א עונש פון סקילה וואס עס איז דוחה אפי׳ נאר פאר א ספק. מיר ווייסן דאך נאכנישט די מצב פון סעקאנד וועיוו ממילא מיין איך אז א רבישע חתונה איז עס זיכער דוחה אפי׳ עס איז נאר א ספק.

Sent from my iPhone using Tapatalk

מיינונגזאגער » דאנערשטאג יוני 11, 2020 3:33 pm

· #451322
Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן
ליב צו וויסן
:arrow:
היכי דמי
ליב צו וויסן

ס'איז א גרויסע חילוק פון אכטונג גיבן, וואס דאס איז א פליכט "אויפן יחיד וואס קען ווערן געשעדיגט" ביז מבטל זיין פאבליק פארזאמלונגען, וואס האט נאר א פשט ווען עס הערשט א ספעציעלע גרויסע סכנה.

די סכנה פון שטארבן יעצט אין קר"י פון קאראנע -פאר איינעם וואס איז נישט אין די ריסק קאטאגאריע- איז בפשטות בערך ווי שטארבן אין א קאר עקסידענט (געדענק: די אנגעבליכע סיבה פונעם לאקדאון אפילו פאר געזונטע מענטשן איז צוליב א מעגליכע קריזיס אין העלט סיסטעם, איצט איז די סיבה שוין נישט דא).

און אויף וואס דו שרייבסט אז די סכנה צו שטארבן פון קאראנע איצט איז פונקט ווי א קאר עקסידענט. מאכסטו נאר מיין פוינט שטארקער. דו כאפסט נישט וויפיל זיכערהייט מאסנאמען עס איז איינגעשטעלט געווארן כדאי צו פארמיידן קאר עקסידענט טראגעדיעס.

מען מוז זיך לערנען צו דרייווען
רויט לייטס
סטאפ סיינס
ספיד לימיטס
און נאך אסאך געזעצן.

אלעס כדאי צו ראטעווען לעבענס.

די זעלבע איז איצט, אונז לעבן אין א נייע רעאליטעט, א נייע וויירוס, אפילו די גרויסע העלט עקספערטן זענען נאכנישט 100% קלאר מיט אלע אינפארמאציע ארום דעם, און מען ברויך טוהן די מערסטע השתדלות מעגליך צו פארמיידן פרישע קעיסעס. אפילו מען עפענט שוין, און מען גייט ארויס אינדרויסן, איז דא זיכערהייט מאסנאמען וואס העלפט זיכער. אונז שטייען נאך צו נאנט צו די פיעק, ווי מענטשן זענען געפאלן ווי פליגן, אז אונז זאלן אזוי שנעל פארגעסן.

די סכנה פאר א געזונטער מענטש אין קר"י צו שטארבן יעצט פון קאראנע איז אזא מין סכנה ווי פארן אין א קאר "נאך די אלע זיכערהייט מאסנאמען" וואס איז דא ביי קארס.

קלארער צו מאכן מיין Point:
מענטשן טוהן "כסדר" זאכן וואס "קען" ברענגען טויט, א Lockdown אבער האט נאר א פשט ווען מען איז מסכן אנדערע, ווען ס'איז דא אן ערנסטע חשש פון איבערשטרענגען די Health system איז דא אן ארגומענט אז מיינע מעשים זענען מסכן אנדערע מיט דעם וואס איך וועל צולייגן צום אנגעשטרענגטן סיסטעם און במילא זאל מען מאכן א לאקדאון.

סתם ווען ס'איז דא א ריסק אין עפעס, האט עס מיטן יחיד און מיט זיינע חשבונות צו ער וויל עס נעמען.
דאס איז נאך נישט קאנפירמד, ע״כ ספק סכנה איז עס זיכער

Sent from my iPhone using Tapatalk

מיינונגזאגער » דאנערשטאג יוני 11, 2020 3:37 pm

· #451323
Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן
ליב צו וויסן
אן אריינצוגיין אין די חסרונות פון די אויסשטעל פון רבישע שמחות אין אלגעמיין..
ווען -לויט דיר- וועט מען זיך שוין מעגן צאמנעמען אין גרעסערע נומערן?
אין קר"י האלט מען שוין לאנג נאכן Peak, די Curve איז שוין גענצליך פלאך, וואס נאך דארף מען טוהן?
אשיידענהייט און היידזשינס איז פון אייביג אן געווען וויכטיג און וועט אייביג זיין וויכטיג.
די דאזיגע מסיבה׳ס אין די איצטיגע מיט די א״ג פלאכער קורב איז נאכנישט קאנפירמד ווארטן און זעהן אויב די אנטי באדיס שלאגן טאקע אפ א סעקאנד וועיוו.

Sent from my iPhone using Tapatalk

כרם זית » דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:51 pm

· #451419

יודישע שרייבער » פרייטאג יוני 12, 2020 12:30 am

· #451428
כרם זית

לינק פאראכטן

real fake news » פרייטאג יוני 12, 2020 12:35 am

· #451431
ווי עס שיינט, איז די איינציגסטע אויפגאבע פון news 12 צו ארויפברענגען שמיץ אויף קרית יואל.
פאר א נויט, למשל ווען סנישטא קיין קרית יואלע נייעס, קענען זיי אויך ברענגן פון ברוקלינע אידנטום.

מיינונגזאגער » זונטאג יוני 14, 2020 12:08 am

· #451554
Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן
שושן פורים
איך פארשטיי באמת נישט, על מה יצא הקצף?

זינט פסח און זיכער זינט שבועות דרייט זיך דער עולם אין די מאסן כאילו לא היה, רוב בתי מדרשים, גרויסע ווי קליינע זענען שבועות אנגעגאנגען געהעריג, און חוץ פון ממש געציילטע פעלער הערט מען נישט פון קיין נייע קעיסעס.

די סיבה איז זייער פשוט, רוב עולם ביי אונז האט עס שוין געהאט, ווי די אנטיבאדי טעסטס ווייזן קלאר האט א רוב ניכר פון אונזער עולם שוין געהאט דעם וויירוס, עס איז העכסט צייט צוריק צו גיין צום נארמאלן (?) לעבנסשטייגער.

אבער פאר מען פאטשט זיך אין די בייכער, עס איז בכלל נישט א מעלה אז מיר האבן עס שוין געהאט אויף אזא פארנעם, א חלק זענען מיר בכלל נישט שולדיג, פשוט אונזער לעבנסשטייגער איז אז מען טרעפט זיך צוזאם מערערע מאל די גאנצע געמיינדע, און די אנדערע חלק איז א בושה אז א ריזן ציבור האט גענצליך איגנארירט אלע ווארענונגען אינעם אנפאנג פון די פאנדעמיע און דאס האט אונז געקאסט שווערע קרבנות.

און צו אייך טייערע @מיינונגזאגער איך מיין אז אייער ווייטאג קומט פון דעם אז נאך איר האט פארלוירן אזא טייערע פארלוסט קענט איר נישט צוקוקען ווי עולם כמנהגו נוהג געהעריג ווי בעפאר, פאר אייך האט זיך די וועלט געטוישט אויף אייביג און איר ערווארט פון די וועלט דאס זעלביגע, אבער זארג נישט, עס איז זייער א מענטשליכע געפיל, עס איז א וועג פון טרויערן און דיעלן מיט די פעין, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, איר זאלט קיינמאל מער נישט וויסן פון קיין צער ומן השמים תנוחמו.
די סיסטעם האט גארנישט נישט געקראכט, אונזערע שטאטישע טאטעס וואס מיר לעקן זיי די מחילה פאר אייגענע אינטערעסן און אגענדעס האבן אונז גוט אנגעקאקט, און קאקען נאך אויף אונז ווייטער און מיר לאזן זיך כצאן לטבח.
נאר וואסזדשע דאן?
עס איז טאקע זייער איטערסאנט, מען האלט שוין נאך די פיעק עולם כמנהגו נוהג, סטראשען און ציטערן אז עס גייט קומען א רייז אין קעיסעס, קעמפס ווערן נישט געעפענט בעיסד אן די קארענט דעטע.
און עטץ פרעגטס מיר אל מה יצא הקצף ממה נפשך, ווייסן זיי וואס זיי רעדן (ווי האלבוועגס איבער צייגט אין די פירסט טיים אראונד אז מענטשען זענען ל״ע געפאלן ווי די פליגן) ווי אזוי דערוואגן זיי זיך די רבישע צוזאםקונפטן וכדו׳
ווייסן זיי נישט וואס זיי רעדן פארוואס ווערן די אינסטיטוציעס נישט צוריק געעפנט, וועסטו וועלן זאגן אז פון די ווייאלעשאנס האבן מיר מורא פון, אין עניית בציבור. די ציבור וועט 100% אנטייל נעמען אין די ווייאלעשאנס וואס וועט פארטיילט ווערן. קרימינאל וועט מען קיינעם נישט אנקלאגן. און אפי ווען יא וועט דאס זיין א קאנטרי סירקוס.
איז בקיצור אין צוויי ווערטער אויב קענען אזעלעכע מסיבות געהאלטן ווערן ביי די רביס. סיי אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג קען מען צירוק גיין צו אלע פונקציעס אן קיין שום פראבלעים. און אויב נישט, זענען די חתונת א שרעקליכער עוולה.

Sent from my iPhone using Tapatalk

מיינונגזאגער » זונטאג יוני 14, 2020 12:11 am

· #451555
Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן
היכי דמי
ליב צו וויסן
היכי דמי
ליב צו וויסן
אן אריינצוגיין אין די חסרונות פון די אויסשטעל פון רבישע שמחות אין אלגעמיין..
ווען -לויט דיר- וועט מען זיך שוין מעגן צאמנעמען אין גרעסערע נומערן?
אין קר"י האלט מען שוין לאנג נאכן Peak, די Curve איז שוין גענצליך פלאך, וואס נאך דארף מען טוהן?

אין גאנץ ניו יארק סטעיט איז שוין לאנג נאך די פיעק, אבער ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאך, איז נאך דא די וויירוס, און ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאכנישט געהאט, זענען זיי עס אויסגעשטעלט צו באקומען און טראגן ווייטער.

עס איז פארשטענדליך אז מענטשן באקומען עס נאך, און עס וועט נאך זיין קעיסעס פאר א שיינע שטיק צייט, אפילו עס איז שוין נאך די פיעק. (דער אייבישטער זאל אפהיטן אז די נומבערס זאלן נישט ארויפשפרונגען אזויווי דעמעלטס)

אבער עס איז קלאר אז מענטשן דארפן זיך נאך היטן, זיכער ביז עס איז דא 0 קעיסעס. דאס הייסט, זיך וואשן די הענט כסדר, גיין מיט א מאסקע אין פאבליק פלעצער, און אוודאי נישט מאכן אזעלכע מעמדים ווי מען שטייט צושטיפט און צושוויצט.

ס'איז א גרויסע חילוק פון אכטונג גיבן, וואס דאס איז א פליכט "אויפן יחיד וואס קען ווערן געשעדיגט" ביז מבטל זיין פאבליק פארזאמלונגען, וואס האט נאר א פשט ווען עס הערשט א ספעציעלע גרויסע סכנה.

די סכנה פון שטארבן יעצט אין קר"י פון קאראנע -פאר איינעם וואס איז נישט אין די ריסק קאטאגאריע- איז בפשטות בערך ווי שטארבן אין א קאר עקסידענט (געדענק: די אנגעבליכע סיבה פונעם לאקדאון אפילו פאר געזונטע מענטשן איז צוליב א מעגליכע קריזיס אין העלט סיסטעם, איצט איז די סיבה שוין נישט דא).

און אויף וואס דו שרייבסט אז די סכנה צו שטארבן פון קאראנע איצט איז פונקט ווי א קאר עקסידענט. מאכסטו נאר מיין פוינט שטארקער. דו כאפסט נישט וויפיל זיכערהייט מאסנאמען עס איז איינגעשטעלט געווארן כדאי צו פארמיידן קאר עקסידענט טראגעדיעס.

מען מוז זיך לערנען צו דרייווען
רויט לייטס
סטאפ סיינס
ספיד לימיטס
און נאך אסאך געזעצן.

אלעס כדאי צו ראטעווען לעבענס.

די זעלבע איז איצט, אונז לעבן אין א נייע רעאליטעט, א נייע וויירוס, אפילו די גרויסע העלט עקספערטן זענען נאכנישט 100% קלאר מיט אלע אינפארמאציע ארום דעם, און מען ברויך טוהן די מערסטע השתדלות מעגליך צו פארמיידן פרישע קעיסעס. אפילו מען עפענט שוין, און מען גייט ארויס אינדרויסן, איז דא זיכערהייט מאסנאמען וואס העלפט זיכער. אונז שטייען נאך צו נאנט צו די פיעק, ווי מענטשן זענען געפאלן ווי פליגן, אז אונז זאלן אזוי שנעל פארגעסן.
די אלע מאסנמאנען פון סטאפ סיינס, רויט לייטס, וכ״ו האט נישט איזאלירט דאס לעבען.
מאסנמאנען אויפן חשבון פון זיך פארביטערן דאס לעבן איז קיין עסק נישט.

Sent from my iPhone using Tapatalk

מיינונגזאגער » זונטאג יוני 14, 2020 12:16 am

· #451556
Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן
היכי דמי
שושן פורים
איך פארשטיי באמת נישט, על מה יצא הקצף?

זינט פסח און זיכער זינט שבועות דרייט זיך דער עולם אין די מאסן כאילו לא היה, רוב בתי מדרשים, גרויסע ווי קליינע זענען שבועות אנגעגאנגען געהעריג, און חוץ פון ממש געציילטע פעלער הערט מען נישט פון קיין נייע קעיסעס.

די סיבה איז זייער פשוט, רוב עולם ביי אונז האט עס שוין געהאט, ווי די אנטיבאדי טעסטס ווייזן קלאר האט א רוב ניכר פון אונזער עולם שוין געהאט דעם וויירוס, עס איז העכסט צייט צוריק צו גיין צום נארמאלן (?) לעבנסשטייגער.

אבער פאר מען פאטשט זיך אין די בייכער, עס איז בכלל נישט א מעלה אז מיר האבן עס שוין געהאט אויף אזא פארנעם, א חלק זענען מיר בכלל נישט שולדיג, פשוט אונזער לעבנסשטייגער איז אז מען טרעפט זיך צוזאם מערערע מאל די גאנצע געמיינדע, און די אנדערע חלק איז א בושה אז א ריזן ציבור האט גענצליך איגנארירט אלע ווארענונגען אינעם אנפאנג פון די פאנדעמיע און דאס האט אונז געקאסט שווערע קרבנות.

און צו אייך טייערע @מיינונגזאגער איך מיין אז אייער ווייטאג קומט פון דעם אז נאך איר האט פארלוירן אזא טייערע פארלוסט קענט איר נישט צוקוקען ווי עולם כמנהגו נוהג געהעריג ווי בעפאר, פאר אייך האט זיך די וועלט געטוישט אויף אייביג און איר ערווארט פון די וועלט דאס זעלביגע, אבער זארג נישט, עס איז זייער א מענטשליכע געפיל, עס איז א וועג פון טרויערן און דיעלן מיט די פעין, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, איר זאלט קיינמאל מער נישט וויסן פון קיין צער ומן השמים תנוחמו.

די ווערטער "חוץ פון ממש געציילטע פעלער הערט מען נישט קיין נייע קעיסעס" דערמאנט מיר פון אליעזר קרויס אויף קול מבשר ווי ער האט געוואלט אוועקמאכן די גאנצע וויירוס אנהויב, און ער האט אפגעלאכט דערפון, און ער האט געזאגט אז אפילו עס איז א אמת, איז עס א סכנה נאר פאר געוויסע מענטשן, ווי קראנקע און עלטערע... (איך געדענק נישט זיין פונקטליכע לשון). הייסט די וויירוס איז נישט קיין פראבלעם ווייל איך בין געזונט און שטארק און מיר גייט עס נישט שאטן.

עס איז זיכער אז רוב עולם האט עס שוין געהאט, אבער עס איז אויך זיכער אז נישט יעדער האט עס געהאט... צוויי וואכן צוריק איז אוועק א איד אין בארא פארק פון די וויירוס, און ער איז געווען א פרישע קעיס.

איך גיי עגריען מיט דיר אז עס איז העכסט צייט צוריקצוגיין צום (נארמאלען) לעבענסשטייגער, אבער פונקט אזויווי מען דרייווט א קאר מיט זיכערהייט מאסנאמען, דארף מען איצט אונטערנעמען אסאך זיכערהייט מאסנאמען כדאי צו פארמיידן פרישע קעיסעס.
עס ליגט דערין א געוואלדיגער אמת,
1. עס איז נישטא קיין נייע קעיסעס בדרך כלל אויסער עס מאכט זיך איינס צוויי
2. עס איז אויך אמת עלטערע מענטשען העכער די 60 מאנכע זאגן 50, און מאנכע באצייכענען נישט היי וועלעכער עלטער מען ווערט אנגערופן עלטערע מענטש אבער ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין איז די ריזיקע פאר עלטערע מענטשען אסאך העכער ווי ביי אינגע.
איך מיין פאר די הסבר וועל איל דארפן עפענען אן עקסטערע אשכול ווייל עס גייט דארט גיין קלעפ!!
זענט איר גרייט ?

Sent from my iPhone using Tapatalk

מיינונגזאגער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 3:37 pm

· #459240
Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן
[ציטאט אראפגענומען]
א גמר חתימה טובה צו דיר אין צו אלע קאווע שטיבעל חבירים. שלום עליכם צו אייל אלע שוין לאנג נישטא געווען. איך בין געווען צו פארנומען.
בדרך אגב די גרעסטע ספייק אין קעיסעס פון ניו יארק סטעיט איז אין די עיר הבירה מאנרא קרית יואל.
בדרך אגב נישט צו לאנג צוריק האב איך באקומען אן אישי פון איינע פון אונזערע חבירים מיר אנציצייגען ווי די טבע האנישי איז אזוי שטארק איינגעבאקען אין אונז.
דאס וואס ער שרייבט און קורצן, (נישט מדיוק בלשונו הק׳) אויב ביסטו נישט קיין טראל און צייגט אן צוויי ארטיקלען וואס זענען סותרה הדדי.
איין ארטיקעל די. און די צווייטע ווי עס ווערט אוועק געמאכט די אנשיקעניש.
קודם עס איז ממש מביל על הריעון צו זעהן ווי שווער עס איז זעך אפצוגעוואוינען אין א טבע ריגארדלעס וואס די קאנציקווענסען זענען.
און אויך א מעלה גירה טוישט נישט זיין מיינונג נאך ער/זי אנטהאלט נייע אינפארמעישאן.
איך בין שוין אינגאנצען צימישט איך וויסס שוין נישט די חילוק פון רייט טא ראנג אויף דעם שטעל איך די סטאטוס קואאו יהיה מה שישהיה חאטשיק לעבן אויף דערווייל ווי נארמאלע מענטשען.

Sent from my iPhone using Tapatalk