☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » גאט העלף! בלומבערג איז עט איט עגען!

גאט העלף! בלומבערג איז עט איט עגען!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1392

גאלד » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 6:38 pm

· #32670
גאט העלף! בלומבערג איז עט איט עגען!
דער משוגענער האט יעצט מחליט געווען אז מ'גייט נערווירן די פרויען וואס ווילן נישט זייגן די קינדער נאר ווילן געבן פארמולעס,
דער פלאן לויטעט, נאך וואס דאס קינד איז קוים ארויס לאויר העולם, די מאמע ליגט א שמאטע אין בעט, חרוב נחרב,
גייט מען זיך נעמען האלטן שטרענגע דרשות פאר די מאמע מסביר זיין פארוואס פארמולע טויג נישט
און זי וועט מוזן זאגן א גוטע תירוץ פארוואס זי וויל נישט זייגן און אונטערשרייבן א צעטיל,

צידרייטער בלומבערג קריך אראפ פון אונז!!!

לאז אונז זויפן וויפיל קאוקע קאלע אונז גליסט,
לאז אונז עסן וויפיל זאלץ אונז גליסט,
שטיפ נישט אריין דיין פארגרעבטע מיאוסער פנים און אונזער הייליגער פראקטיס פון ברית מילה
און לאז מנוחה די קראנקע יולדות,

איך בין בטוח ווען בלומבערג איז ווען נישט א ביליאנער וואלט מען איהם נאכגעווארפן אראנדש שולעכטס אויפן גאס

real jew » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 6:53 pm

· #32675
ער מיינט אז ער איז געווארען א רב (אדער א דיין) מען דארף איהם דערמאנען אז ער איז סך הכל די MAYER פין א אידשער NEW YORK . אין אויב וויל ער האבין די כח צי אסר'ן מיז ער ציקימען צי די רבנים

ניו יארק » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 8:19 pm

· #32704
ס'איז שרעקעדיג צו טראכטן וואס זיין נעקסטע 'אויפטו' וועט זיין... ווער קען זיך דען אויסרעכענען וואס זיינע צודרייטע משוגעת'ן וועלן זיין.
איך מיין אז ער וואלט זיך ווען געקענט לערנען ביי קאדאפי ווי מען אזוי איז א נארמאלער מענטש, בלומבערג קען זיך פארשטעקן פאר אים.

יידל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 8:28 pm

· #32708
גאלד, טרייבסט אביסל איבער, אבער איך בין מסכים אז די לעטש אן ניו יארק איניציאטיוו איז נישט אין פלאץ.

פראפעסאר שפירא » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 8:48 pm

· #32714
דער בלומבערג ברויך א גוטען דאקטער,
טאמער א דאקטער קענעם נאך העלפען,

געלט האט ער, ער ווייסט נישט וואס צי טוהן דערמיט, אבער ער איז נעבעך נישט געזונט, אין די געלט קענעם נישט העלפען,

קורץ און שארף » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:19 pm

· #34711
אן קיין ספק אז דער בלומבערג איז דא מיט זיינע גזירות ווייל ער ווייסט אז ער קען נישט לויפן נאכאמאל פאר א פערטע טערמין.

איז נישטא א וועג אים צו אומפיטשן?

נפתלי » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:22 pm

· #34714
real jew
ער מיינט אז ער איז געווארען א רב (אדער א דיין)
📎 o-BLOOMBERG-NANNY-570.jpg

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:09 pm

· #34957
נא! בילדער פון פרויען, מוחה!

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:20 am

· #35034
וואו איז שיטה מקובצת, ער האט אין אן אנדערען אשכול אזוי שיין מסביר געווען ווי שטארק בלומבערג זארגט זיך פאר'ן וואוילזיין פון אידישע קינדער,
זאל ער דא אויך נעמען די פעדער אין הענט אריין לטובת בלומבערג.

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:46 pm

· #63769
וואס איז געווארן מיט די געזעץ ?

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:54 pm

· #63771
מיט וועלכע?

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:55 pm

· #63774
גאלד
דער משוגענער האט יעצט מחליט געווען אז מ'גייט נערווירן די פרויען וואס ווילן נישט זייגן די קינדער נאר ווילן געבן פארמולעס,
דער פלאן לויטעט, נאך וואס דאס קינד איז קוים ארויס לאויר העולם, די מאמע ליגט א שמאטע אין בעט, חרוב נחרב,
גייט מען זיך נעמען האלטן שטרענגע דרשות פאר די מאמע מסביר זיין פארוואס פארמולע טויג נישט
און זי וועט מוזן זאגן א גוטע תירוץ פארוואס זי וויל נישט זייגן און אונטערשרייבן א צעטיל,

צידרייטער בלומבערג קריך אראפ פון אונז!!!

לאז אונז זויפן וויפיל קאוקע קאלע אונז גליסט,
לאז אונז עסן וויפיל זאלץ אונז גליסט,
שטיפ נישט אריין דיין פארגרעבטע מיאוסער פנים און אונזער הייליגער פראקטיס פון ברית מילה
און לאז מנוחה די קראנקע יולדות,

איך בין בטוח ווען בלומבערג איז ווען נישט א ביליאנער וואלט מען איהם נאכגעווארפן אראנדש שולעכטס אויפן גאס

פון די געזעץ רעד איך