אריהעס איז אבסורד צו פארגלייכן די אנטי חרדישע האסע צום ג'ורג' פלויד מארד משום כמה סיבות
א. איז א חרדי אמאל געהרגעט געווארן דורך די משטרה, און אויב יא איז דאס פראצענטואל א גרעסערע נומער ווי די אלגעמיינע איזראעלישע באפעלקערונג?
איז א שוטר אמאל געהארגעט געווארן דורך א חרדי? אויב יא ווערן זיי געהארגעט דורך חרדים אין גרעסערע פראצענטן ווי דורך די אלגעמיינע איזראעלישע פראצענטן ?
מיין נקודה איז אז דו קענסט נישט צוגלייכן א סיטואציע וואס הרגעט נישט צו א סיטואציע וואס הרגעט יא.
ב. ווערן חרדים גערודפט דורך די פאליציי אויף די זעלבע אדער ענליכע שטייגער ווי די שווארצע באפעלקערונג אין אמעריקע (driving while black, walking while black, און די אלעמען באקאנטע just being black)?
זאג מיר דו פירסט זיך נישט צו קוקן ווידעאויס פון מאה שערים? (יא אין געגנטער מיט הויכע קריים ראטעס וועט א געזונטע פאליציי קראפט זיין שטרענגער, און א געזונטע המון עם וואלט עס אפפרישיעיטעד)
רודפ'ן ביי א פראטעסט און רודפ'ן אויף די גאסן יעדן טאג פון יאר איז צוויי אנדערע זאכן, דערווייל רעד איך פון די צווייטע בשעת דו ברענגסט א ראי' פון די ערשטע.
ג. אפילו ביי די הפגנות אין ישראל איז די אלימות משטרתית גאר ווייט פון די אלימות מצד די משטרה אין אמעריקע, אזעלכע זאכן ווי במזיד ווארפן א טרערן גאז גראנאט אויף א פרידליכע פראטעסטירער פון א גאר קליינע מרחק געשעט נישט אפט אין ישראל.
דו האסט נישט געזעהן ווי זיי ווארפן אויף די פרויען לעצטנס? (שוין, מיר האבן דאך שוין געזעהן אז דו קוקסט נישט די ווידעאויס..) און אפשר פארציילסטו מיר וויפיל מאל דו האסט מיטגעהאלטן אמעריקאנע פאליציי זיך באניצן מיט טרערען גאז?
האסט געטראפן איינמאל וואס די גראנאט איז געשפרינגן פון דער ערד צו א אינג מיידל, טאקע אן עוולה אבער נישט קיין פארגלייך צו א מזיד. די טרערן גאז איז נאר איין דוגמה, ס'איז דא נאך א סאך.
ס'איז דא אן א שיעור חילוקים פאר ווער עס וויל זעהן.
די פאליציי אין ישראל דארף אויך ווערן בעסער, אבער די אלימות קעגן חרדים קומט נישט צו צו די הריגות פון שווארצע דורך די פאליציי אין אמעריקע, "און עס פארגלייכן איז אבסורד".
די איינציגסטע זאך וואס איך אגרי מיט דיר.. ווי קען מען פארגלייכן אן אלגעמיין פרידליכע באפעלקערונג וואס האט א שוואכקייט צו פארשפארן גאסן, צו א באפעקערונג וואס הארגענען איז א טאג טעגליכע ערשיינונג