☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אידישער שידוך צושטאנדגעקומען דורך א ניו יארק סיטי פאליסמאן

אידישער שידוך צושטאנדגעקומען דורך א ניו יארק סיטי פאליסמאן

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1391

גאלד » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 6:11 pm

· #32662
אידישער שידוך צושטאנדגעקומען דורך א ניו יארק סיטי פאליסמאן
פאר בערך 2 חדשים צוריק - אום מיי 23 - האבן א גרופע פרומע אידישע מוידן שפאצירט אויפן קאני איילענג בארד-וואלק,
די מוידן זענען געגאנגען זיך אויסלופטרן ביים ים ברעג, צו פייערן דאס פארענדיגן זייערע לימודים און טורא קאלעדש, שטודירינדיג פסיכלאגיע,
אויפן זעלבן בארד-וואלק - עטוואס ארויפציהר - האבן אויך ארומגעהאנגן א גרופע אינגע אידישע בחורים,
א אידישער 32 יעריגער ניו יארק סיטי פאליסמאן - אלבערט מאמין - האט אבזערווירט די 2 גרופעס
און מחליט געווען אז פאר זייער זיכערהייט פון די 2 גרופעס וואלט כדאי געווען אז די צוויי זאלן זיך האלטן צוזאמען,
איז ער צוגעגאנגען צו די מענער און זיי גע'עצה'ט זיך צו צאמשטעלן מיט די מיידלעך,
קודם האבן די מיידלעך געצויגן קאלטע אקסלען, און געוויזן אומאינטערעסע
אבער דער פאליסמאן האט נישט נאכגעלאזט און פארלאנגט זיי זאלן זיין אביסל מער העפליך
די אינגען און מוידן האבן אנגעהויבן געמיטלעך שמועסן,
איין מיידל, חוה דן, מיט א בחור מרדכי שטיינמץ האבן אנגעהויבן צו ערווארבן א ראמאנטישע באציאונגן,
דער בחור אין מיידל האבן די פאלגענדע וואכן פארגעזעצט צו ארויסגיין אינאיינעם,
און די וואך איז דער שידוך ענדגילטיג געשלאסן געווארן,
דער בחור אין מיידל זענען געגאנגען אויפזוכן דעם פאליסמאן איהם מודיע זיין דער שידוך וואס ער האט אויסגעפירט,
און לאדענען צו זייער ווארט און חתונה,
די געשיכטע איז באריכטעט געווארן מיט סענזאציע און די ניו יארקע צייטונגען,

ברוך הנותן אשה לאיש!

ניו יארק » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 6:28 pm

· #32668
ער בעט שדכנות געלט?

shas » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 6:55 pm

· #32676
? בילדער פון פרויען

zurich » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 7:22 pm

· #32686
גאלד
פאר בערך 2 חדשים צוריק - אום מיי 23 - האבן א גרופע פרומע אידישע מוידן שפאצירט אויפן קאני איילענג בארד-וואלק,
די מוידן זענען געגאנגען זיך אויסלופטרן ביים ים ברעג, צו פייערן דאס פארענדיגן זייערע לימודים און טורא קאלעדש, שטודירינדיג פסיכלאגיע,
אויפן זעלבן בארד-וואלק - עטוואס ארויפציהר - האבן אויך ארומגעהאנגן א גרופע אינגע אידישע בחורים,
א גויאישער 32 יעריגער ניו יארק סיטי פאליסמאן - אלבערט מענאן - האט אבזערווירט די 2 גרופעס
און מחליט געווען אז פאר זייער זיכערהייט פון די 2 גרופעס וואלט כדאי געווען אז די צוויי זאלן זיך האלטן צוזאמען,
איז ער צוגעגאנגען צו די מענער און זיי גע'עצה'ט זיך צו צאמשטעלן מיט די מיידלעך,
קודם האבן די מיידלעך געצויגן קאלטע אקסלען, און געוויזן אומאינטערעסע
אבער דער פאליסמאן האט נישט נאכגעלאזט און פארלאנגט זיי זאלן זיין אביסל מער העפליך
די אינגען און מוידן האבן אנגעהויבן געמיטלעך שמועסן,
איין מיידל, חוה דן, מיט א בחור מרדכי שטיינמץ האבן אנגעהויבן צו ערווארבן א ראמאנטישע באציאונגן,
דער בחור אין מיידל האבן די פאלגענדע וואכן פארגעזעצט צו ארויסגיין אינאיינעם,
און די וואך איז דער שידוך ענדגילטיג געשלאסן געווארן,
דער בחור אין מיידל זענען געגאנגען אויפזוכן דעם פאליסמאן איהם מודיע זיין דער שידוך וואס ער האט אויסגעפירט,
און לאדענען צו זייער ווארט און חתונה,
די געשיכטע איז באריכטעט געווארן מיט סענזאציע און די ניו יארקע צייטונגען,

ברוך הנותן אשה לאיש!
לינק ביטע

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 7:27 pm

· #32688

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 8:44 pm

· #32712
האט געשריבן לינק ביטע Zurich
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/111343/2012/08/07/new-york-nypd-officer-plays-shadchan-to-young-brooklyn-couple/">www.vosizneias.com/111343/2012/08/07/ne ... yn-couple/</a><!-- w -->

גאלד » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 9:21 pm

· #32729
אפדעיט:
דער פאליסמאן איז א פרומער ספרדישער איד, אברהם מאמין, פון סי-געיט ברוקלין

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 9:33 pm

· #32733
גאלד
אפדעיט:
דער פאליסמאן איז א פרומער ספרדישער איד, אברהם מאמין, פון סי-געיט ברוקלין

פרומער?

גאלד » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 9:36 pm

· #32738
שמואל הלוי
גאלד
אפדעיט:
דער פאליסמאן איז א פרומער ספרדישער איד, אברהם מאמין, פון סי-געיט ברוקלין

פרומער?

יא, לויט איין קוואל האט ער לעצטנס געענדיגט זאגן קדיש נאך איינער פון זיינע עלטערן

ניו יארק » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 9:39 pm

· #32739
גאלד
שמואל הלוי
גאלד
אפדעיט:
דער פאליסמאן איז א פרומער ספרדישער איד, אברהם מאמין, פון סי-געיט ברוקלין

פרומער?

יא, לויט איין קוואל האט ער לעצטנס געענדיגט זאגן קדיש נאך איינער פון זיינע עלטערן

ווי איז ער געווען? ביים כינוס? אדער ביים דף היומי סיום?

קווארטין » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 11:42 pm

· #32763
מגלגלין זכות ע"י זכאי

דעינעש » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 12:19 am

· #32772
שכוח פאר'ן באריכט.
גאלד
...אבער דער פאליסמאן האט נישט נאכגעלאזט און פארלאנגט זיי זאלן זיין אביסל מער העפליך..
ברוך הנותן אשה לאיש!

קווארטין
מגלגלין זכות ע"י זכאי

איזער נישט גערעכט געווען..?!?
נוי יארק
ווי איז ער געווען? ביים כינוס? אדער ביים דף היומי סיום?

לול..

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 12:36 am

· #32779
אזא סארט שידוך מאכט מיר באטטער פלייס.
אוי, מי יתן והיה.

דעינעש » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 12:58 am

· #32788
דעינעש
איזער נישט גערעכט געווען..?!?.

מיינעך, ווייל אזוי וועלען די בחורים דינען ווי שומרים פאר די מוידן,
און דער אחריות'דיגער פרומער פאליסמאן וועט האבן געוואונען צוויי [דריי = אפשר גאר שדכנות] זאכן אויף איין שאס, זיין דזשאב ווערט פארפולקאמט, און ער איז רואיגער פאר זייער וואוילזיין אלץ פרומער אחריות'דיגער מצוה מענטש.

וואוינט אין ב.פ.? » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:04 pm

· #33802
קידושוועט רעי קעלי זיין מסדר קידושין?!!